קשיות און הערות אויפ'ן שיעור השבוע - מסכת שבת

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

קשיות און הערות אויפ'ן שיעור השבוע - מסכת שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

האב מיר היינט געלערנט שבת דף ב ע"ב
די גמרא פרעגט דארט א קשיא והא דומיא דמראות נגעים קתני מה התם כולהו לחיובא אף הכא כולהו לחיובא, און רש"י איז מסביר פארוואס פרעגט ער פון מראות נגעים ווייל ביי שבועות און ידיעות הטומאה איז א מחלוקה צו ס'איז כולהו לחיובא עי"ש.
לכאורה פארשטיי איך נישט, וואס איז די קשיא אז שבת מוז זיין כולהו לחיובא פונקט ווי נגעים, איך האב דאך צוויי אנדערע וואס איז נישט כולהו לחיובא, איז פונקט ווי שבועות און ידיעות הטומאה איז נישט כולהו לחיובא די זעלבע איז שבת אויך נישט כולהו לחיובא?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

מי יודע האט געשריבן:האב מיר היינט געלערנט שבת דף ב ע"ב

עס איז דא א מחלוקה אין תנאים אויף אן אנדערע פלאץ לגבי שבועות וידיעות צי עס איז הכל לחיובא צי נישט, זאגעט די גמרא אז די משנה אין שבועות וועט אויס קימען לויט די תנאים אז שבועות וידיעות איז הכל לחיובא ווייל טאקע וועגען די משנה איז עס מדמה צי נגעים ווייס מען אז די תנא האלט אזוי , איז רש״י -די זעלבע און תוס׳ כאן- מסבר וועגען דעם זאגעט די גמרא דא אז שבת איז דומיא לנגעים אין נישט דומיא לשבועות וידיעות ווייל שבועות וידיעות איז הכל לחיובא ווייס איך אויך נאר פין נגעים.

עס שטימט ?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

געהאט די זעלבע קשיא. כ'האב מיר מדחיק געווען אז שבועות און ידיעות הטמאה איז כאטש דא א מחלקה אויב ס'איז א דאורייתא, משא"כ שבת (נאר עקירה אדער נאר הנחה) איז לכו"ע נאר א דרבנן.

ממילא די גמרא'ס קשיא איז גוט ווייל א זיכערע דרבנן איז נאר שבת, אבער די גמרא שטעלט די פראגע אויף נגעים ווייל ס'איז א זיכערע דאורייתא.

-----

להתחדד האקט, טאקע א בעסערע תירוץ!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

להתחדד האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:האב מיר היינט געלערנט שבת דף ב ע"ב
די גמרא פרעגט דארט א קשיא והא דומיא דמראות נגעים קתני מה התם כולהו לחיובא אף הכא כולהו לחיובא, און רש"י איז מסביר פארוואס פרעגט ער פון מראות נגעים ווייל ביי שבועות און ידיעות הטומאה איז א מחלוקה צו ס'איז כולהו לחיובא עי"ש.
לכאורה פארשטיי איך נישט, וואס איז די קשיא אז שבת מוז זיין כולהו לחיובא פונקט ווי נגעים, איך האב דאך צוויי אנדערע וואס איז נישט כולהו לחיובא, איז פונקט ווי שבועות און ידיעות הטומאה איז נישט כולהו לחיובא די זעלבע איז שבת אויך נישט כולהו לחיובא?

עס איז דא א מחלוקה אין תנאים אויף אן אנדערע פלאץ לגבי שבועות וידיעות צי עס איז הכל לחיובא צי נישט, זאגעט די גמרא אז די משנה אין שבועות וועט אויס קימען לויט די תנאים אז שבועות וידיעות איז הכל לחיובא ווייל טאקע וועגען די משנה איז עס מדמה צי נגעים ווייס מען אז די תנא האלט אזוי , איז רש״י -די זעלבע און תוס׳ כאן- מסבר וועגען דעם זאגעט די גמרא דא אז שבת איז דומיא לנגעים אין נישט דומיא לשבועות וידיעות ווייל שבועות וידיעות איז הכל לחיובא ווייס איך אויך נאר פין נגעים.

עס שטימט ?

יא, נאך איינער האט מיר היינט אזוי געענטפערט ווען איך האב אים געפרעגט די קשיא (אפשר דו..., נע קען נישט זיין)
ואני בעניי האב איך געהאט געקלערט, אז ממה נפשך איז עס נישט דומה צו קיין איין, נישט צו מראות נגעים ווייל ס'איז כולהו לחיובא, און נישט צו ידיעות הטומאה און שבועות ווייל ס'איז דאך דא וואס האלטן אז ס'איז כולהו לחיובא, משא"כ דא האלט יעדער אז צוויי איז זיכער פטור
אבער כ'מיין להתחדד, דיין תירוץ איז נאך די בעסטע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

יש סדר למשנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושר כתרים »

אויף די קשיא פון די גמרא אויף דף ב' ע"ב "והא יציאות קתני", ברענגט די גמרא דריי תירוצים:
אמר רב אשי: תנא, הכנסה נמי הוצאה קרי לה וכו'.
אמר רבינא, מתניתין נמי דיקא, דקתני יציאות וקא מפרש הכנסה לאלתר, שמע מינה.
רבא אמר, רשויות קתני, רשויות שבת שתים.

שטעלט זיך א געוואלדיגע פראגע.
ווער ס'איז באקאנט אין סדר הדורות פון תקופת התנאים, ווייסט אז רבא האט געלעבט בעפאר רבינא ורב אשי, וועלכע זענען ביידע געווען פון די חותמי התלמוד און די אחרוני האמוראים, און אזוי זאגט די גמרא קלאר סוף מס' קידושין דף ע"ב ע"ב, "כשמת רבא נולד רב אשי, ללמדך שאין צדיק נפטר מן העולם עד שנברא צדיק כמותו, שנאמר וזרח השמש ובא השמש", אויב אזוי וויאזוי גילט זיך דאס אז די גמרא ברענגט צוערשט די תירוצים פון רב אשי און רבינא וועלכע זענען געווען שפעטער, און ערשט צום לעצט דעם תירוץ פון רבא, וואס איז געווען פריער?

די קשיא פרעגט תוספות אין מס' שבועות דף ה' ע"ב (ד"ה רבא אמר).

תוספות ברענגט צוערשט א גירסא וואס מעקט אויס רב אשי פון דא, טאקע צוליב די סיבה, ווייל "דהש"ס לא היה קובע דברי רבא אחר רב אשי", זאגט אבער תוספות "ואין למחקו בשביל כך" דמילתא דרבא לא קאי לתרוצי קושיות, ורבא לא בא אלא ליישב דמתני' דקתני יציאות ולא קתני הוצאות דיציאות משמע מוצאות ומבואות דהיינו רשויות", אז די עיקר תירוץ פון רבא איז בלויז אויף די משנה, און נישט אויפן המשך הקושיא והתירוץ פון רבא.

איי פארוואס האט דאס די גמרא געשטעלט אין אט דעם סדר?
"והש"ס קבעה כאן משום דבהכי מיתרצא פירכא דוהא יציאות קתני".

ס'הייסט אז וויבאלד רבא'ס אוקימתא אין די משנה אז "רשויות קתנא" ווערט סיי ווי אויך פארענטפערט די קשיא פון די גמרא, דעריבער האט דער מסדר הש"ס געלייגט רבא'ס ווערטער צום סוף.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

להתחדד האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:האב מיר היינט געלערנט שבת דף ב ע"ב
די גמרא פרעגט דארט א קשיא והא דומיא דמראות נגעים קתני מה התם כולהו לחיובא אף הכא כולהו לחיובא, און רש"י איז מסביר פארוואס פרעגט ער פון מראות נגעים ווייל ביי שבועות און ידיעות הטומאה איז א מחלוקה צו ס'איז כולהו לחיובא עי"ש.
לכאורה פארשטיי איך נישט, וואס איז די קשיא אז שבת מוז זיין כולהו לחיובא פונקט ווי נגעים, איך האב דאך צוויי אנדערע וואס איז נישט כולהו לחיובא, איז פונקט ווי שבועות און ידיעות הטומאה איז נישט כולהו לחיובא די זעלבע איז שבת אויך נישט כולהו לחיובא?

עס איז דא א מחלוקה אין תנאים אויף אן אנדערע פלאץ לגבי שבועות וידיעות צי עס איז הכל לחיובא צי נישט, זאגעט די גמרא אז די משנה אין שבועות וועט אויס קימען לויט די תנאים אז שבועות וידיעות איז הכל לחיובא ווייל טאקע וועגען די משנה איז עס מדמה צי נגעים ווייס מען אז די תנא האלט אזוי , איז רש״י -די זעלבע און תוס׳ כאן- מסבר וועגען דעם זאגעט די גמרא דא אז שבת איז דומיא לנגעים אין נישט דומיא לשבועות וידיעות ווייל שבועות וידיעות איז הכל לחיובא ווייס איך אויך נאר פין נגעים.

עס שטימט ?

א יישר כח פאר'ן שיין מסביר'ן דעם תוס'. מעיקרא האב איך געהאט געלערנט פשט אין תוס' אז איך שטעל צו שבת צו נגעים וויבאלד ביידע פארמאגן נישט קיינע מחלוקת'ן (אנדערש ווי 'שבועות וידיעות' וואס האבן יא).
אין רש"י דא שטייט אבער נישט וואס דו זאגסט (פארקערט פון רש"י'ס ווערטער איז מיר שווער געווארן די קשיא ווייל רש"י שמועסט אויס קלאר אז 'להכי פריך ממראות נגעים' ווייל לגבי די אנדערע איז דא מחלוקת'ן, נו אדרבה ברענגט א ראי' פון די אנדערע אז נישט 'כולהו לחיובא'!) - דו מיינסט רש"י דארט וואו די גמ' זאגט אז אז די משנה וועט גיין לויט די מ"ד אז הכל לחיובא?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

האב מיר היינט געלערנט דף ג' ע"ב
אביי פרעגט, ידו של אדם מהו שתעשה ככרמלית מי קנסוה רבנן לאהדורי לגביה או לא
איך פארשטיי נישט, מה יתן ומה יוסיף אז ס'וועט ווערן ווי א כרמלית? אז ער וועט עס נישט טארן צוריקנעמען? און יעצט מעג ער דען יא צוריקנעמען די הענט פון רה"ר צו רה"י?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מי יודע האט געשריבן:האב מיר היינט געלערנט דף ג' ע"ב
אביי פרעגט, ידו של אדם מהו שתעשה ככרמלית מי קנסוה רבנן לאהדורי לגביה או לא
איך פארשטיי נישט, מה יתן ומה יוסיף אז ס'וועט ווערן ווי א כרמלית? אז ער וועט עס נישט טארן צוריקנעמען? און יעצט מעג ער דען יא צוריקנעמען די הענט פון רה"ר צו רה"י?

ווילאנג ער האט נאכנישט געמאכט די הנחה, אויב איז די האנט א מקום פטור, פארוואס זאל ער נישט טארן צוריקנעמען די האנט?
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

א טענצל! האט געשריבן:א יישר כח פאר'ן שיין מסביר'ן דעם תוס'. מעיקרא האב איך געהאט געלערנט פשט אין תוס' אז איך שטעל צו שבת צו נגעים וויבאלד ביידע פארמאגן נישט קיינע מחלוקת'ן (אנדערש ווי 'שבועות וידיעות' וואס האבן יא).
אין רש"י דא שטייט אבער נישט וואס דו זאגסט (פארקערט פון רש"י'ס ווערטער איז מיר שווער געווארן די קשיא ווייל רש"י שמועסט אויס קלאר אז 'להכי פריך ממראות נגעים' ווייל לגבי די אנדערע איז דא מחלוקת'ן, נו אדרבה ברענגט א ראי' פון די אנדערע אז נישט 'כולהו לחיובא'!) - דו מיינסט רש"י דארט וואו די גמ' זאגט אז אז די משנה וועט גיין לויט די מ"ד אז הכל לחיובא?

פשוט פשט אין רש"י איז, אז אויב וועט מען פרעגן פון שבועות וועט איינער וועלן ענטפערן "אפשר איז שבועות טאקע אויך לפטור", דערפאר פרעגט די גמרא גלייך פון נגעים וואס איז זיכער לחיוב. אבער כמובן לערנט מען לפי זה אז די משנה אין שבועות איז טאקע כולהו לחיובא ביי 'אלע' פעלער.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

עס שטימט ?[/quote]
א יישר כח פאר'ן שיין מסביר'ן דעם תוס'. מעיקרא האב איך געהאט געלערנט פשט אין תוס' אז איך שטעל צו שבת צו נגעים וויבאלד ביידע פארמאגן נישט קיינע מחלוקת'ן (אנדערש ווי 'שבועות וידיעות' וואס האבן יא).
אין רש"י דא שטייט אבער נישט וואס דו זאגסט (פארקערט פון רש"י'ס ווערטער איז מיר שווער געווארן די קשיא ווייל רש"י שמועסט אויס קלאר אז 'להכי פריך ממראות נגעים' ווייל לגבי די אנדערע איז דא מחלוקת'ן, נו אדרבה ברענגט א ראי' פון די אנדערע אז נישט 'כולהו לחיובא'!) - דו מיינסט רש"י דארט וואו די גמ' זאגט אז אז די משנה וועט גיין לויט די מ"ד אז הכל לחיובא?[/quote]

איך מיין אז דעס איז פשט אין רש״י דא
איך האב נישט נאכגעקיקט רש״י אין מס׳ שבועות
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

א יישר כח הרב קושר כתרים פאר'ן צוברענגען דעם שמועס בנוגע די די נעמען פון די אמוראים אין אונזער גמרא. רבא, רב אשי וכו'.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

דף ג' ע"א, עקירת גופו הוי כעקירת הגוף, לא דמי לידו דמתניתן, דידו לא נייח:

וואס וועט זיין די הלכה, אויב א איד שטייט ביים טיר פון אינעווייניג, עמיצער גיט אים איבער א חפץ אין די האנט, דערנאך שטרעקט דער איד ארויס די האנט צום רשות הרבים און לייגט עס אראפ. מה דינו?

לויט ווי רש"י איז מסביר "ידו לא נייח" איז משמע אז א עקירה הייסט נאר ווען מען איז עוקר דעם גוף, קומט אויס אז דער איד אין אונזער פאל האט נישט געמאכט קיין עקירה. אפילו לויט תוספות (וואס איז גורס ידו בתר גופו גריר) זעהט אויך אזוי אויס אז א עקירה איז נאר עקירת גופו.

איז דאס ריכטיג? איז ער טאקע פטור?
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דער תהילים איד האט געשריבן:דף ג' ע"א, עקירת גופו הוי כעקירת הגוף, לא דמי לידו דמתניתן, דידו לא נייח:

וואס וועט זיין די הלכה, אויב א איד שטייט ביים טיר פון אינעווייניג, עמיצער גיט אים איבער א חפץ אין די האנט, דערנאך שטרעקט דער איד ארויס די האנט צום רשות הרבים און לייגט עס אראפ. מה דינו?

לויט ווי רש"י איז מסביר "ידו לא נייח" איז משמע אז א עקירה הייסט נאר ווען מען איז עוקר דעם גוף, קומט אויס אז דער איד אין אונזער פאל האט נישט געמאכט קיין עקירה. אפילו לויט תוספות (וואס איז גורס ידו בתר גופו גריר) זעהט אויך אזוי אויס אז א עקירה איז נאר עקירת גופו.

איז דאס ריכטיג? איז ער טאקע פטור?

לכאורה איז ער פטור, ער האט נישט געמאכט קיין עקירה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

די גמ' דף ה'
די גמ' האט א שמועס וועןג איינער וואס האט געכאפט רעגן אין די הענט, ביז די גמ' קומט צו בכותל משופע,
ס'איז מיר א שטיקל חידוש אז קיינער צייכנט נישט צו אז דאס איז נאר אויב איך זאג נישט ווי רבא אז ידו של אדם חשובה כד'...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעת »

קען מיר איינער מסביר זיין די שייכות פון קלוטה כמי שהונחה מיט ד' על ד'?

איך האלט דף ה' און איך פארשטיי עס נישט
yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yahoo »

לדעת האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין די שייכות פון קלוטה כמי שהונחה מיט ד' על ד'?

איך האלט דף ה' און איך פארשטיי עס נישט

ווייל אויב זאג איך אז אפי' ס'האט נישט געמאכט קיין הנחה ס'נאר קלוטה אין די אויר איז עס שוין אזויווי ס'האט געמאכט אן הנחה, אידאך פשט אז ס'פעלט נישט אויס אז ס'זאל זיין אן הנחה אויף א מקום וואס איז ד' על ד'.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

yahoo האט געשריבן:
לדעת האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין די שייכות פון קלוטה כמי שהונחה מיט ד' על ד'?

איך האלט דף ה' און איך פארשטיי עס נישט

ווייל אויב זאג איך אז אפי' ס'האט נישט געמאכט קיין הנחה ס'נאר קלוטה אין די אויר איז עס שוין אזויווי ס'האט געמאכט אן הנחה, אידאך פשט אז ס'פעלט נישט אויס אז ס'זאל זיין אן הנחה אויף א מקום וואס איז ד' על ד'.

זיין קשיא איז אז דער קלוטה איז דאך "כמי שהונחה" נו זאגט כמי שהונחה על גבי מקום ד'? דאס אז עס הייסט אן הנחה פארשטייסטו נאר דער מקום ד' פעלט?
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

שאץ מאץ האט געשריבן:די גמ' דף ה'
די גמ' האט א שמועס וועןג איינער וואס האט געכאפט רעגן אין די הענט, ביז די גמ' קומט צו בכותל משופע,
ס'איז מיר א שטיקל חידוש אז קיינער צייכנט נישט צו אז דאס איז נאר אויב איך זאג נישט ווי רבא אז ידו של אדם חשובה כד'...

נישט ריכטיג, ווייל עס מוז זיין אן עקירה פון א מקום ד' אדער פון א יד וואס איז נחשב כמקום ד', דא רעדט מען אז ער האט קולט געווען מי גשמים פון די לופט וואס איז נישט קיין מקום ד', און די גמ' פרובירט צו פארענטפערן שקלט מע"ג כותל וואס דער כותל איז א מקום ד' אויף דעם פרעגט די גמ' והא לא נח, ביז מ'קומט צו בכותל משופע

מיט אנדערע ווערטער ידו איז טאקע חשובה כד' אבער ווען ידו מאכט אן עקירה מוז די עקירה זיין ממקום ד' אדער פון א צווייטנס האנט וואס איז נחשב כמקום ד'.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעת »

yahoo האט געשריבן:
לדעת האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין די שייכות פון קלוטה כמי שהונחה מיט ד' על ד'?

איך האלט דף ה' און איך פארשטיי עס נישט

ווייל אויב זאג איך אז אפי' ס'האט נישט געמאכט קיין הנחה ס'נאר קלוטה אין די אויר איז עס שוין אזויווי ס'האט געמאכט אן הנחה, אידאך פשט אז ס'פעלט נישט אויס אז ס'זאל זיין אן הנחה אויף א מקום וואס איז ד' על ד'.

הייסט אז אויב האלט איך קלוטה, האלט איך אויך אז מ'דארף נישט ד' על ד'.

איך מיין אז דאס שטימט נישט מיט די משנה אין הזורק, ווייל אויב איז ר' עקיבא מחייב ווייל קלוטה כמי שהונחה, איז דאך געוען א הנחה אין די רשות הרבים באמצע, איז דאך א ראי' אז ער האלט ביי עקירה אז מ'דארף נישט קיין ד' איז וואס איז די קשיא פון די גמרא דף ד: ודילמא הנחה הוא דלא בעיא הא עקירה בעיא?

האלסט מיט?
yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yahoo »

ר' עקיבא זאגט הזורק מרשות היחיד לרשות היחיד ורשות הרבים באמצע איז מען חייב, ער האט עפעס אויפגעהויבן פון א רשות היחיד ער האט געמאכט א געהעריגע עקירה פון א מקום וואס איז ד' על ד', און ס'איז אדורך דעם רשות הרבים און נישט געמאכט קיין הנחה אויף א מקום וואס איז ד' על ד' איז ר' עקיבא מחייב, דעס וואס ס'גייט נאכדעם ארויס פונעם רשות הרבים אריין צום רשות היחיד, אויף דעם איז ר' עקיבא נישט מחייב, טאקע ווייל מ'האט נישט געמאכט קיין עקירה פון א מקום ד' על ד'.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

די לעצטע פאר בלעטער אין פ' כלל גדול, מוז מען לערנען און איין שאס, ווייל דאס איז איין שטיק,
איינער זאגט מיר היינט א גוטע מליצה, אז אט די דריי בלעטער מוז מען לערנען בהעלם אחת, אז נישט איז נישט דא קיין ידיעה מתחילה ועד סוף....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איינער לערנט דא דף ע"ד?
די גמ' מיט רש"י וועגן קושר ומתיר ווי ס'איז געוועהן אין משכן?
איינער פארשטייט דא די רש"י?
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
ניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקעל »

די מנהג פון כפרות וואס אונז מאכען שטאמט מסתם פון דעי מנהג וואס רשי ברענגט אראפ דף פא ע''ב ד''ה פרפיסא
......

ובתשובות הגאונים מצאתי שעושין חותלות מכפות תמרים וממלאין אותם עפר
וזבל בהמה וכ''ב או ט''ו יום לפני ר''ה עושין כל אחד ואחד לשם כל קטן וקטנה שבבית וזורעין לתוכן פול המצרי או קיטנית וקורין לו פורפיסא וצומח ובערב ר''ה נוטל כל אחד שלו ומחזירו סביבות ראשו שבעה פעמים ואומר זה תחת זה וזה חליפתי וזה תמורתי ומשליכו לנהר
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

ניקעל האט געשריבן:די מנהג פון כפרות וואס אונז מאכען שטאמט מסתם פון דעי מנהג וואס רשי ברענגט אראפ דף פא ע''ב ד''ה פרפיסא
......

ובתשובות הגאונים מצאתי שעושין חותלות מכפות תמרים וממלאין אותם עפר
וזבל בהמה וכ''ב או ט''ו יום לפני ר''ה עושין כל אחד ואחד לשם כל קטן וקטנה שבבית וזורעין לתוכן פול המצרי או קיטנית וקורין לו פורפיסא וצומח ובערב ר''ה נוטל כל אחד שלו ומחזירו סביבות ראשו שבעה פעמים ואומר זה תחת זה וזה חליפתי וזה תמורתי ומשליכו לנהר

דאכצעך אז די בית יוסף ברענגט עס צו לגבי די מנהג פון כפרות אויב איך געדענק גוט,
איך געדענק נישט אויף די מינוט וואו אדרבה ווערט עס געדענקט ביטע צוצייכענן
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

איך ווינדער מיר אויב די הלכה פון השמר לך ביי נגע איז נאך נוגע בזמן הזה? ווייל דער טור און הלכות מילה ברענגט עס (אז מען מעג) און די טור זאגט נאר זאכן וואס איז נוגע בזמן הזה (דער רמב"ם ברענגט עס אויך אבער ער ברענגט אלעס אפילו עס איז נישט נוגע בזמן הזה)
דער טור זעהט מיר אויס צו זיין די איינציגסטע ווייל עס שטייט נישט און רי"ף רא"ש דער בית יוסף נעמט א שטיל שווייגעניש און ברענגט עס נישט און שו"ע
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”