דעם ראש ישיבה'ס לאטא

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

דעם ראש ישיבה'ס לאטא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

ווי אן אלטער איד
די רוקן געבויגן
ווי ביטער-מיד
פארלאשענע אויגן

איידל ווי א גאסט
די פנים-אויסדרוק קאלט
גאנישט ווי ס'פאסט
פאר א בחור'יש געשטאלט

ביים ראש ישיבה'ס אפיס דארט
אויפן טיר קלאפט מילד
אויף אן אנטווארט
ווארט מיט געדולד

דויערט קיין לאנגע צייט
די ראש ישיבה אלע שעצן
שטייט ביי זיין זייט
ווייזט אן זיך צו זעצן

פון אונטער די ברעמען
א בליק א לאנגן
נישטא וואס זיך צו שעמען
די הארץ גלייך געפאנגן

די ראש ישיבה קוקט אויף אים'ן
אזוי הארציג ליבליך
באפרייט זיינע פראבלעמען
פארשטעקט אין הארץ-שטיבלעך

א גוטן טאג געהאט-ער-נישט
זינט ער'ט געקויפט זיין הוט
די בחור'ישע מאטערניש
קלאפט נישט אויס גוט

גייסטישע מוטשען
שוין געהאט צו פיהל
זיך אויפהייבן און גליטשן
אן גרייכן א ציהל

גמרא יעדע שורה
פאר זיך א געראנגל
אויך אין די חבורה
אין פריינט א מאנגל

די חיזוק די ראש ישיבה וועט געבן
איך קען די אלע פשט'לען
אז ווייטער אין לעבן
וועט זיך אלעס סעטלען

איך קען זאגאר באשטיין
אויסצואווארטן די אלע שנים
איך וויל אבער פארשטיין
פארוואס דורכגיין די אלע ענינים

בחור'ל דיין ווייטאג כ'שפיר
דיין טענה גערעכט
אויסצושמועסן אויף א שפאציר
וואלט נישט געווען שלעכט

נאך א קורצע מינוט וועג
זיי שפאנען זיך שטיל
געט די ראש ישיבה א פרעג
צו קענסטו דעם לאטא שפיל

פאזיטיוו איז די ענטפער
יעצט זיי ריכטן די טריט
צו א קאנוויניענס סענטער
א סקרעטש קויפן מ'טוט

קום לאמיר עס שפילן
אונטער א ביימל זיי שפאצירן
דער בחור מיט געמישטע געפילן
ווייסט נישט ווי צו רעאגירן

וויאזוי ענטפערט מען מיט ווערטער
וועלכע זאצן
ווען א ראש ישיבה א געערטער
וויל א לאטא קראצן

אבער נישטא קיין צייט פאר קווענקל
צו ענטפערן ניין אדער
די ראש ישיבה שלעפט צו א בענקל
און נעמט ארויס א קוואדער

דער בחור שטייט און באטראכט
ווי די באר-קאוד ער זוכט אפ
מיטן קוואדער גלייך
קראצט עס אראפ

די גאנצע ווען ער טרעפט
הייבט זיך פון דארט אויף
צום קאנוויניענס געשעפט
טראגט עס גלייך ארויף

א טאלער געווינען
מעלדן זיי דעם גליק
דעם דאלער אפגענומען
מ'דרייט זיך צוריק

ווייטער אויפן וועג
רואיג מ'שפאנט
די ראש ישיבה געט א פרעג
איז עס געווען אינעטרעסאנט

אן ענטפערן א גלאטע
דעיס הייסט נישט בכלל
געשפילט א לאטא
אין קיין שום דעטאל

מ'דארף געבן א סקרעטש
נומבערס דארט געפינען
און אויב טרעפט מען א מעטש
ווייסט מען מ'האט געוואונען

אויב די צייט מ'שוינט
און מ'סקענט גלייך דעם בלעטל
האט נישט קיין שום פוינט
צו שפילן דעם לאטא צעטל

א שמייכל צושפרייט-זיך
איך טוה וועלטן אנקערן
די גאנצע צייט איך גרייט-זיך
אט דעם זאץ צו הערן

דו לאזט הערן מיט דיין צונג
ס'נישט אינטערעסאנט די זאך
ס'זאל אנקומען גרינג
זעהן רעזאלטס גלייך

מדארף קראצן איין באקס
ס'זעהט אויס זייער פיין
ווי א געווינס א געשמאקס
קומט אט צו גיין

די נעקסטע קעסטל מ'נעמט זיך שוימען
אנדערש ווי געשטרעבט
אויפגעבן אויף די טרוימען
וואס מ'האט געוועבט

אזוי אהין אהער
ציט פון ביידע זייטן
פון גרינג צו שווער
ביז מ'זעהט רעזולטאטן

דעם באשעפער לויב אים
טוט זיך פאר דיין טובה מיען
ער וויל אז די לעבן-געים
זאל אונז ציען

ס'האט נישט קיין שום פשט
ס'פארלירט די טעם אין לעבן
ווען תיכף ומיד
די רעזולטאטן זאל מען געבן

איז גיי אין ישיבה ווייטער
קום איבער דיין פראבלעם
געדענק אז דיין מאטער
איז א חלק פונעם געים!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

שטומפיג האט געשריבן:ווי אן אלטער איד
די רוקן געבויגן
ווי ביטער-מיד
פארלאשענע אויגן

איידל ווי א גאסט
די פנים-אויסדרוק קאלט
גאנישט ווי ס'פאסט
פאר א בחור'יש געשטאלט

ביים ראש ישיבה'ס אפיס דארט
אויפן טיר קלאפט מילד
אויף אן אנטווארט
ווארט מיט געדולד

דויערט קיין לאנגע צייט
די ראש ישיבה אלע שעצן
שטייט ביי זיין זייט
ווייזט אן זיך צו זעצן

פון אונטער די ברעמען
א בליק א לאנגן
נישטא וואס זיך צו שעמען
די הארץ גלייך געפאנגן

די ראש ישיבה קוקט אויף אים'ן
אזוי הארציג ליבליך
באפרייט זיינע פראבלעמען
פארשטעקט אין הארץ-שטיבלעך

א גוטן טאג געהאט-ער-נישט
זינט ער'ט געקויפט זיין הוט
די בחור'ישע מאטערניש
קלאפט נישט אויס גוט

גייסטישע מוטשען
שוין געהאט צו פיהל
זיך אויפהייבן און גליטשן
אן גרייכן א ציהל

גמרא יעדע שורה
פאר זיך א געראנגל
אויך אין די חבורה
אין פריינט א מאנגל

די חיזוק די ראש ישיבה וועט געבן
איך קען די אלע פשט'לען
אז ווייטער אין לעבן
וועט זיך אלעס סעטלען

איך קען זאגאר באשטיין
אויסצואווארטן די אלע שנים
איך וויל אבער פארשטיין
פארוואס דורכגיין די אלע ענינים

בחור'ל דיין ווייטאג כ'שפיר
דיין טענה גערעכט
אויסצושמועסן אויף א שפאציר
וואלט נישט געווען שלעכט

נאך א קורצע מינוט וועג
זיי שפאנען זיך שטיל
געט די ראש ישיבה א פרעג
צו קענסטו דעם לאטא שפיל

פאזיטיוו איז די ענטפער
יעצט זיי ריכטן די טריט
צו א קאנוויניענס סענטער
א סקרעטש קויפן מ'טוט

קום לאמיר עס שפילן
אונטער א ביימל זיי שפאצירן
דער בחור מיט געמישטע געפילן
ווייסט נישט ווי צו רעאגירן

וויאזוי ענטפערט מען מיט ווערטער
וועלכע זאצן
ווען א ראש ישיבה א געערטער
וויל א לאטא קראצן

אבער נישטא קיין צייט פאר קווענקל
צו ענטפערן ניין אדער
די ראש ישיבה שלעפט צו א בענקל
און נעמט ארויס א קוואדער

דער בחור שטייט און באטראכט
ווי די באר-קאוד ער זוכט אפ
מיטן קוואדער גלייך
קראצט עס אראפ

די גאנצע ווען ער טרעפט
הייבט זיך פון דארט אויף
צום קאנוויניענס געשעפט
טראגט עס גלייך ארויף

א טאלער געווינען
מעלדן זיי דעם גליק
דעם דאלער אפגענומען
מ'דרייט זיך צוריק

ווייטער אויפן וועג
רואיג מ'שפאנט
די ראש ישיבה געט א פרעג
איז עס געווען אינעטרעסאנט

אן ענטפערן א גלאטע
דעיס הייסט נישט בכלל
געשפילט א לאטא
אין קיין שום דעטאל

מ'דארף געבן א סקרעטש
נומבערס דארט געפינען
און אויב טרעפט מען א מעטש
ווייסט מען מ'האט געוואונען

אויב די צייט מ'שוינט
און מ'סקענט גלייך דעם בלעטל
האט נישט קיין שום פוינט
צו שפילן דעם לאטא צעטל

א שמייכל צושפרייט-זיך
איך טוה וועלטן אנקערן
די גאנצע צייט איך גרייט-זיך
אט דעם זאץ צו הערן

דו לאזט הערן מיט דיין צונג
ס'נישט אינטערעסאנט די זאך
ס'זאל אנקומען גרינג
זעהן רעזאלטס גלייך

מדארף קראצן איין באקס
ס'זעהט אויס זייער פיין
ווי א געווינס א געשמאקס
קומט אט צו גיין

די נעקסטע קעסטל מ'נעמט זיך שוימען
אנדערש ווי געשטרעבט
אויפגעבן אויף די טרוימען
וואס מ'האט געוועבט

אזוי אהין אהער
ציט פון ביידע זייטן
פון גרינג צו שווער
ביז מ'זעהט רעזולטאטן

דעם באשעפער לויב אים
טוט זיך פאר דיין טובה מיען
ער וויל אז די לעבן-געים
זאל אונז ציען

ס'האט נישט קיין שום פשט
ס'פארלירט די טעם אין לעבן
ווען תיכף ומיד
די רעזולטאטן זאל מען געבן

איז גיי אין ישיבה ווייטער
קום איבער דיין פראבלעם
געדענק אז דיין מאטער
איז א חלק פונעם געים!

הערליך! די ווערטער, גראמען, און געדאנק!
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

זייער א שייינע געדאנק ארויסגעברענגט מיט פאסיגע גראמען.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

שטומפיג: ס'ליינט זיך זייער גלאט און סמאָט

הערליך!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

Goodmorning, כדי צו זאגן ייש"כ פעלט זיך נישט אויס צו ציטירן די גאנצע ארטיקל.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

פאפיגיי האט געשריבן:Goodmorning, כדי צו זאגן ייש"כ פעלט זיך נישט אויס צו ציטירן די גאנצע ארטיקל.

סליינט זיך גרינגער אויף ivory ווי אויף בלוי
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

פאפיגיי האט געשריבן:Goodmorning, כדי צו זאגן ייש"כ פעלט זיך נישט אויס צו ציטירן די גאנצע ארטיקל.

געוואלט זיכער מאכן אז ער באקומט א נאטיפעקאציע אז איך האב אים געקוואוט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

Goodmorning האט געשריבן:
פאפיגיי האט געשריבן:Goodmorning, כדי צו זאגן ייש"כ פעלט זיך נישט אויס צו ציטירן די גאנצע ארטיקל.

געוואלט זיכער מאכן אז ער באקומט א נאטיפעקאציע אז איך האב אים געקוואוט.

ער באקומט סיי ווי א נאטעפיקאציע צוליב דעם וואס פאלגט נאך דעם אשכול.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”