א ברכה אויף א קללה?

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

א ברכה אויף א קללה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אין תורה שטייט קלאר
מיר גלייבן אז דאס איז וואר
בְּזֵעַת אַפֶּיךָ תֹּאכַל לֶחֶם איז א קללה
עס ברענגט אויפן מענטש א יללה

מען ארבעט ביז מען פילט צעשאסן
מיט שווייס און טרערן באגאסן
מען פארשווענדעט דאס לעבן לבטלה
פאריאגט על המחיה ועל הכלכלה

איז ראוי זיך צו שטעלן אויף א נקודה
וואס איז שווער לויט שיטת רבי יהודה
ער געבט דאך א קלארע הדרכה
אויף א מין קללה מאכט מען נישט א ברכה

די משנה קענען דאך אלע
ווערט דעריבער נתעורר א שאלה
אויב דאס עסן ברויט דורך א קללה קומט
פארוואס איז דערויף א ברכה באשטימט?

עפעס צו פארדינען און אפשפּאָרן
נעמט דאך אוועק פון מענטש די בעסטע יארן
וויאזוי קען מען בענטשן אויף א פלאג
וואס איז פארן מענטשהייט א ירידה און קלאג?

אבער אויב טיף מען געבט א קוק
מיט א ריכטיגע תורה'דיגע בליק
פארשטייט מען די אויסטערלישע זכייה
פון הארעווען אויף אכילה ושתייה

נעם גוט אין-אכט
אז אנדערש ווי א מענטש טראכט
האט גאר א זיסקייט אזא בכייה
עס איז א ירידה לצורך עלייה

דער ציפּעדיגער ענגשאפט און קלעם
יעדער אויף זיין פארנעם
טוט דעם מענטש טאקע אנשטרענגען
אבער צום רבש"ע נאנטער ברענגען

עס טוט אויף א זעלטענעם וועג דערהייבן
וועמען השי"ת האט ווייניג געטון פארשרייבן
פאר א גוטע סיבה האב איך ווייניג געקליבן
בלויז א קב חרובים איז מיר געבליבן

דורכדעם איך דרוק אויס מיין ציפייה
פון די טיפענישן פונעם עולם העשייה
א שטענדיגע האפענונג אז השי"ת וועט געבן
כסדר אלעס וואס איך דארף צום לעבן

פון באשעפער קען איך נישט פארגעסן
שרייענדיג נאכאנאנד: טאטע, איך דארף עסן!
פאר א רגע פון אים זיך נישט אוועקקערן
וועלנדיג ער זאל מיר גוטס באשערן!

מיין נסיון העוני
איז נאר לעשות רצון קוני
ענגשאפט מוז נישט זיין געפערליך
עס קען אויך זיין הערליך

חז"ל האבן שוין באשטעטיגט אמאל
אז יאה עניותא לישראל
עס ברענגט ארויס די שיינקייט פון עם סגולה
דאס איז די עבודה שבלב זו תפילה

צום כל יכול 'שתזמין פרנסה' מען שרייט
ווייל נאר ער האט די מעגליכקייט
ווען מען טוט דאס באגרייפן
טוט עס דעם קניפ פארשטייפן

מען איז מתפלל אלע צרכים צו באקומען
צו מתנת בשר ודם נישט דארפן צוקומען
דאס איז מהדק דעם קשר טעגליך
ווייל אנדערש צו עקזיסטירן איז אוממעגליך

השי"ת האט אלעס פאר מיר גרייט
מתחת ידו הרחבה א שפע גאר ברייט
ער געבט אבער א נסיון פון צמצום בייצושטיין
כדי איך זאל פון אים נישט מסיח דעת זיין

איך זאל נישט נעמען פאר לייכט
ס'זאל זיך מיר נישט געבן א דאכט
אז אלעס 'קומט זיך מיר' פונעם א-ל מלך יושב
זייענדיג אויף זיין וועלטל א תושב

איך בלייב אנגעקניפט צום אדיר איום
כי לישועתך קוינו כל היום
איך וויל דאך באקומען את בריתו שלום
מיינע פלענער זאלן נישט זיין בלויז א חלום

צו פארזיכערן אז מיר וועלן זיך צו אים ווענדן
אין אלע אומשטענדן
וועט ער נישט אויפאמאל דעם גאנצן ים שענקען
נאר צוביסלעך ווי טראפנס רעגן שווענקען

די הלוך ילך ובכה טרערן
וויל דער באשעפער זען און הערן
מען איז מתפלל פאר הצלחה אין די געשעפטן
און אזוי טוט מען זיך צו אים באהעפטן

צום הארציגן קרעכץ טוט זיך בענקען
ווען מיר טראכטן און געדענקען
אז עס טוט שאפן א קשר של קיימא
דאס איז פאר אונז די גרעסטע נחמה

ממילא טוען מיר כהלכה
ווען נאך די שווערע יגיעה און מלאכה
נאכן אנארבעטן א גאנצע מערכה
מאכן מיר הויך א ברכה
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

הערליך הערליך! די גראמען און תוכן!
דער אויבשטער זאל העלפן מ'זאל נישט דארפן צוקומען צו די דאזיגע דערמאנונגען, און אים קענען דינען מיט בענקשאפט מתוך הרחבה גדולה אמן!
אוועטאר
נער הייתי
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נער הייתי »

זייער שיין שכח wow
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

זייער שיין!
;l;p-
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

א זעלטענע מעסטערפיס פון אלע זייטן.
שכח.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

א ריזן דאנק פאר די פיינע ווערטער.
והיה זה שכרי...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”