אפנהארציגע שמועס מיט'ן טאטען אין הימל
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- טישטוך
- שר האלפיים
- תגובות: 2608
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
- לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה
אפנהארציגע שמועס מיט'ן טאטען אין הימל
בס"ד
הייליגער בורא איך שרייב צו דיר
טאטע, מיין ליבער, דו ביסט דאך אזוי פארכטיג און גרויס
טראץ וואס מיינע מחשבות ליינסטו און דו ווייסט עס פון פריער
אבער דאך וויל איך דיר עפעס דערציילן ווען איך זיץ אויף דיין שויס
איך ווייס אז טיילמאל ווילסטו נישט איך זאל דיר שפירן
און דו באהאלטסט זיך אונטער פארשידענע זאכן
ווייל דו ווילסט זען וויאזוי איך וועל זיך אויפפירן
ווען איך זעה נישט פונקטליך וואס דו וועסט מיר מאכן
אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות
און ווען דו ביסט פארהוילן וואו איז דען די דעת
אבער ווען מען ערוועקט זיך נאך טרייסל וואס דו גיבסט זעט מען געוויס
אז דו ביסט געווען און דו ביסט דא און דו וועסט זיין קלאר שווארץ אויף ווייס
מיינע געפילן רוישן נאך און ווייסן נישט וואוהין צו צילן
זיי זענען אליין נישט קלאר מיט וואס זיי זעען און וואס זיי קענען נישט
אינמיטן די וועג אראפ שטעלסטו זיך אריין און דו טוסט אפקילן
אז מען זאל נישט פאלן ביז אונטן און בלייבן צומישט
זאל עס זיין אפילו א רעגן פון אביעקטן פארשידענע מינים
זאל עס זיין א טייך פון הארטע באשטאנדטיילן
דער עיקר אז עס טוט אפ פון מיר אלע דינים
און אז איך וועל זיך נשמה'ווייז אויסהיילן
און דעריבער דאנק איך דיר תמיד אויף אייביג פון יעצט לעתיד
אפילו ווען איך וועל נישט וויסן און איך וועל שעלטן גאר פיל
זאלסטו וויסן אז איך גלייב אז צדיק ה' וחסיד
און עס וועט מיר נישט אפהאלטן פון לויפן לויבן אין שול
אבער אז מען רעדט שוין יא אפן און מיט חסד ארומגעצוימט
ווייז מיר אז דו ביסט דא נישט אויף די שווערע זייט
און מאך זיכער אז מיינע שלעכטע נטיות ווערן אויפגערוימט
און איך זאל מער נישט ליידן קיינמאל ווי די שלעכטע לייט
ווייז מיר דיינע חסדים און באהאלט זיי נישט אין צרות
ווייל מיין הארץ איז צוביילט און פון מיין זעל גיסט זיך בלוט
איך ווייס אז דו שטייסט אונטער אלע נסתרות
אבער ווייז מיר אלס אז גוט איז טאקע גוט
אוי מיין גאט איך וויין יעצט ווען איך רעד זיך אויס
ווייל קיינער וועט נישט כאפן וואס איז די געשריי
נאר דו וואס קענסט מיר און האסט מיין הארץ ארויס
ווייסט און פארשטייסט וואו איך אויף די וועלט איך שטיי
צייג מיר אלס דיינע וואוילטעטיגקייטן
און פיר מיר אויפן גלייכן וועג מיט רחמים און חיים
און ווען איך וועל קומען ארויף צו דיר נאכן וועג דעם ווייטן
זאל איך זיך ווי די צדיקים אין גן עדן זיך פרייען

-
- שר האלף
- תגובות: 1129
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 699
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am
תוכן, רגש, כשרון, השקפה, ועט סופר מהיר...
לעצט פארראכטן דורך !want to be good אום מאנטאג פעברואר 17, 2020 4:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 699
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am
- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9980
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
הרב טישטוך דער אייבירשטער זאל דיר באשערן
זאלסט קענען שפירן ווי ער איז מיט דיר
און ער גייט מיט מיט דיר אפילו די טוסט קלערן
אז עס איז פארמאכט די טיר
עס איז זיכער אז דער באשעפער טיט דיר באשיצן
און אלעמאל ער גיט א דערמאן
אפילו עס קיקט אויס אז אין טונקל טוסטי זיצן
וועט נאך קומען פון דארט דער זונשייַן
זייער זייער שיין מלא הרגשים!!!

ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד