משיח איז געקומען!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לייק אדער דיסלייק

לייק
28
97%
דיסלייק
1
3%
 
סך הכל שטימען: 29

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

משיח איז געקומען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

יעדער אויף די דעכער
מען וויל זעהן די ווינדער
מתים פון די לעכער
טאטעס טרעפן קינדער

די גליקלכע צייט
געטון דערלעבן
אויפן אייזל פון די ווייט
יעדן לפי די מעשים טוט מען געבן

די טויטע פריש אויף די גאסן
קראנקע ארויס פון שפיטאל
די גוים לויפן און די מאסן
זייער מצב איז זייער שמאל

מען טרעפט זיך מיט
די עלטער עלטער זיידע
פרישע זיידעס יעדע מינוט
פון א קליין משפחה צו א גאנצע עדה

סאיז א שמחה געמישט מיט שרעק
מען טרעפט זיך מיט די אלטע דורות
די אלע כלים מווארפט אוועק
מען פילט גרויסע אורות

פון די ביימער נעמען שפראצן
פארטיגע ברויט
די פעלד ארבעטער טוען קלאצן
זייער ארבעט מער קיין נויט

קליידער פון יעדע בוים
יעדער טרעפט זיין מאס
פאר די גויעשע קנעכט ארבעט קוים
אויף מאנהעטן א גרויסע שלאס

די אויסגעלאסענע טוען זיך שעמען
ווייל די איידעלע זענען ביים שפיץ
זיי טוען איינזעהן זייערע פראבלעמען
זיי האבען חרטה אויף זייער טריץ

מאראל טוט שוין יעדער פארשטיין
די ליבעראלן ווילן זיך באגראבן
מען זעהט השם אחד-אליין
און יראת שמים טוט יעדער האבן

די פלאציי נישט מברויך
די תפיסות נוצלאז
מליטער איבריג אויך
די שונאים אוועקגעווישט מיט א בלאז

די אלע פרייע פעלקער
וואס געגאנגען קעגן גאט
זיכן א שעלטער
א שאק געכאפט זיי האט

דעים אמת מיט א קלארקייט
יעדער זעהט שוין איין
די פרומע געווינען די גרעכטערקייט
אוי ווען קומט שוין די זמן
לעצט פארראכטן דורך ניין און יא אום דינסטאג יולי 14, 2020 2:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: משיח איז געקומען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

הערליכע שפראך! שיין געשריבן!

איך וואלט אנשטאט:
די פרומע געווינען די גרעכטערקייט

וואלט איך געשריבן די ערליכע געווינען די גרעכטיגקייט.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: משיח איז געקומען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

טעם וריח האט געשריבן:הערליכע שפראך! שיין געשריבן!

איך וואלט אנשטאט:
די פרומע געווינען די גרעכטערקייט

וואלט איך געשריבן די ערליכע געווינען די גרעכטיגקייט.

וואס דריקט אייך ? ( פרום מיינט נאך עפעס חוץ "פיל רשעות ווייניג מיצוות" ! )
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: משיח איז געקומען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין ארויסגעברענגט!

איך בין ממש באנומען! פול מיט טאלאנט!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיח איז געקומען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך קום ינשט אן אזוי סך. ווען גיי איך ליינען דיינע ווערק. דו ווייסט אז ווען דיין ארבעט זאל זיין אין א "מעלות" מאכסטו געלט דערפון. אדער, וואלט שוין געמעגט ארויסקומען אזא אויסגאבע וואס זאל האבן ארטיקלן פון דא.
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: משיח איז געקומען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

איך האב געואוט דיסלייק, ווייל איך דיסלייק דער געדאנק צו מאכן א אנקעטע אויף יעדן אשכול אויב דאס איז גוט אדער נישט.

אויב האסטו געהאלטן אז דאס איז גוט און דערפאר האסטו דאס געשריבן, דאן האלט זיך זיכער! יא עס איז גוט! און אויב וועט איינער לייגן א הערה דערויף, דאן קענסטו טראכטן אויב דאס האט האפט, און פרובירן צו מאכן בעסער נעקסט טיים.

די גראמען זענען אבער מורא'דיג, לעבעדיג און ציענד!
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: משיח איז געקומען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

הערליך!
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: משיח איז געקומען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

זבולון ווייס האט געשריבן:איך האב געואוט דיסלייק, ווייל איך דיסלייק דער געדאנק צו מאכן א אנקעטע אויף יעדן אשכול אויב דאס איז גוט אדער נישט.

אויב האסטו געהאלטן אז דאס איז גוט און דערפאר האסטו דאס געשריבן, דאן האלט זיך זיכער! יא עס איז גוט! און אויב וועט איינער לייגן א הערה דערויף, דאן קענסטו טראכטן אויב דאס האט האפט, און פרובירן צו מאכן בעסער נעקסט טיים.

די גראמען זענען אבער מורא'דיג, לעבעדיג און ציענד!

אה דו ביסט די פארברעכער!
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: משיח איז געקומען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

צפית לישועה, מיט א פרישן דערהער! ;l;p-
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: משיח איז געקומען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער זייער שיין און יוניק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: משיח איז געקומען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

הערליך שיין, די נושא איז נישט די טיפיקעל "יא-ניין" טאפיק.
ס'דערמאנט פון די הערליכע אלטע לידער פון אמאל. (ר יו"ט ערליך "אין א טאג א הייסן", קדושת ציון "אין א שיינעם העלן טאג", די אלטע "א פרייליכן תשעה באב").
שיינע דזשאב.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: משיח איז געקומען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

הערליך שיין!!!

לייק איט איז.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”