אויף פליגלען

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לייק אדער דיסלייק

לייק
17
94%
דיסלייק
1
6%
 
סך הכל שטימען: 18

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

אויף פליגלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

בס''ד
מיט אן אדלער א שפאציר
צו יארן צוריק
צו א אלטע צייט א טיר
צו יארן פון גליק

איך בליק אראפ פון די הויך
די זעה מיין הארץ באנעמט
פון ערגעץ א גראדע רויך
סווערט נישט פון ווינטן פארשוועמט

א שמעק וואס ברענגט צו אויסגיין
ווי פון יענע וועלט
פון געשמאק ווער איך ווי א שטיין
פון די גרויך פון געצעלט

די אויערן הייבן אן זינגען
א ניגון וואס איז גאלד ווערט
מיין הארץ הייבט אן שפרינגען
א ניגון וואס איך האב קיינמאל געהערט

די ניגון דערמאנט מיר די פאקט
און צו תשובה די וועג
איך האב חרטה פאר יענע אקט
וואס איך האב נישט געטון וואס מ'מעג

די שמעק פון פלייש זאגט
אז דא איז די פלאץ פון פייער
א קרבן די עבירה פאריאגט
און די קדושה קומט ארויס פון שלייער

הקרבה פארן באשאפער
אים דאנקען און לויבן
די עבירות נתכפר
צוריק צו דער פון אויבן

די כהנים מיין אויג ס'ציעט
די באדינערס פון הייליגען הויז
די פלאץ וואס הקב''ה רוהט
הייליג מ'ווערט פון א קוק בלויז

איך קען מיין אויג נישט זעטיגן
פון די הערליכע בילד
מיין גאנצע גייסט טוט זיך באשעפטיגן
מיט מיין הארץ וואס ווערט ווילד

וויינטס ברודער לאזט א טרער
די פלאץ איז עס ווערט
טרויערן ווי מער
הלואי ווערן מיר שוין צוריקגעקערט

די הארץ אין געוויין פארגייט
ווען פון שלאף איך זיך דערוועק
די חרבן שוין זי פארשטייט
על אלה אני בוכיה א שרעק
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אויף פליגלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

גיי אן!
זייער שיין!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: אויף פליגלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

איך קען נישט פארשטיין וויאזוי אזא נשמה ליד ווערט נישט פארשפרייט בעל תפוצות פאעזיע.
הערליך! רייך! הארציג! תוכןדיג! אריינקריכן טיף אין דמיון און ארויסברענגען דעם יעצט!
איך בין צושאקלט פון דיין טאלאנט!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: אויף פליגלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
טינט האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין וויאזוי אזא נשמה ליד ווערט נישט פארשפרייט בעל תפוצות פאעזיע.
הערליך! רייך! הארציג! תוכןדיג! אריינקריכן טיף אין דמיון און ארויסברענגען דעם יעצט!
איך בין צושאקלט פון דיין טאלאנט!

גא"מ.
נישט נאר די תוכן בעצם, נאר ארויסריקן פון ארבעל איינס נאכ'ן אנדערן, איינס שענער פונעם אנדערן.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: אויף פליגלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

טינט האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין וויאזוי אזא נשמה ליד ווערט נישט פארשפרייט בעל תפוצות פאעזיע.
הערליך! רייך! הארציג! תוכןדיג! אריינקריכן טיף אין דמיון און ארויסברענגען דעם יעצט!
איך בין צושאקלט פון דיין טאלאנט!

Tnx so much
I'm posting it for ppl like u because the most must dnt enjoy it enjoy it
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אויף פליגלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הארציג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: אויף פליגלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

זייער שיין!

דו ברענגט צוריק פאעזיע אויף די ארענע.

פשוט איינטינקן דעם פעדער אויף א טעגליכע פארנעם און עס אויסגיסן אזוי פליסיג דאס איז אמאליגע פאעזיע מיט איר גלאנץ.
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: אויף פליגלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

איך דריי זיך נישט אזוי אפט אין די אשכול אבער ווען אימער מען קומט אריין דא פאר א שפאציר, ווערט מען גלייך אנטפאנגן און אנטציקט מיט א פרישע זאפטיגע שטיקל פאעזיע דורך ניין און יא, וואס מאכט די הארץ צוגיין און עס עפענט אויף אלע מסכים ומבדילים, אפשר וואלט טאקע געווען כדאי צו קומען באזוכן דא מער אפטער און זיך דערקוויקען דאס הארץ.

גראדע, די יא פארשטיי איך אבער וואס איז די ניין? און נאך שטערקער ווערט שווער די קשיא ווען די יא און די ניין קומען זיך צוזאם ביינאזאם, יא און ניין, קומט צו די החלטה יא אדער ניין?
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: אויף פליגלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

Tnx for the complement
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: אויף פליגלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

הערליך שיין.
ס'איז דא אזויפיל אזעלכע סארט כיסופים לידער אבער דעיס איז נישט די טיפיקעל. ס'האט גוטע ליינס.
דאס דערמאנען די עשן המזבח אין אנהייב איז זייער דיפרענט
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”