הוט'ישע מעשיות

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

הוט'ישע מעשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

און אזוי דרייט ער זיך ארום,
מיט א שמייכל מאכט ער וויצלעך,
זיס וואויל גוט און פרום,
אבער א גרויסער לא יוצלח,

מיט'ן אלט'ן הוט, און צובויגענעם ברים,
א שטוב פול מיט פיצלעך,
די אשת חיל גיט די נאז א קרום,
הער, דיינע עצות נישט ניצלעך,

יעדן טאג אויפן וועג צום -
בית המדרש, אין שניי אין היצלעך,
די הוט מער חרוב ווערט אים,
פון רעגן און בלאטע שפריצלעך,

.

ער פילט ווי עס קען נישט אזוי גיין,
כאטש א הוט זאל איך האבן שיין,
און דאס מאל זעהן ס'זאל נישט גיין לעיבוד,
ער לויפט פארנט פון געשעפט שטיין,
וועלכע הוט אויסוועלן זאל זיין מיין,
וועט מיך מאכן אויסזען ווי אן איש מכובד!


....


דער מוכר מיט די וועלט'ס צייט,
באטראכט דעם אלטן הוט פארפלעקט,
גייט דורך אלע היטן גלאט,
אונזער אידל שאפן זיין רעספעקט,

איינס נאך איינס לייגט אוועק אין זייט,
ארויף אראפ, אהין אהער מ'שמעקט,
איבערגעדרייט ס'געשעפט פשוט פשט,
ענדלעך דעם בריליאנט אנדעקט!

ער טוט עס אן שיין און שטאט,
באטראכט זיך, און די ליפן לעקט,
לייגט אראפ, שרייבט די סכום אויפן בלאט,
און זאגט צו אז די טשעק איז געדעקט,

.

ער פילט ווי אלעס הייבט אן גוט גיין,
און ממש נאר ווייל מיין הוט איז שיין,
נאר זען די שעצונג זאל נישט גיין לעיבוד,
מארשירט ארויס מיט גאווה נישט קליין,
זאל אזוי מיין מזל ווי מיין הוט שטיין,
יא, איך זעה אויס, אין בין, אן איש מכובד!


.....


אזוי אויף די גאס שפאצירט,
מיט א פרייליכע געמיט,
און ער גלייבט נישט וואס פאסירט,
מענטשן קוקן אויף זיינע טריט,

,אפשר פון א חלום פאבריצירט,
אבער ס'איז עכט יעדע מינוט,
אויפאמאל אינטערעסירט,
איז יעדער וואס ער טוט,

קומט אהיים דערציילט די ווייב געשמירט,
אבער זי קוקט אים אן, ווי מיט -
רחמנות אז ער פאנטאזירט,
אבער ער דערשרעקט זיך גאר ניט,

דרייט זיך צום שפיגל זען ווי באצירט,
אוי!!!
כ'האב בטעות גענומען מיין אלטע הוט!

.

יא, אלעס האט טאקע געטון גוט גיין,
אבער נאר ווייל דיין מיינונג אליין,
איז מער נישט צו דיין אמאל משועבד,
געדענק די נשמה בלייבט אייביג ריין,
און אז דו וועסט דאס פארשטיין,
וועסטו זיין, און ביסט, אן איש מכובד!
לעצט פארראכטן דורך טינט אום דינסטאג אוגוסט 18, 2020 10:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: הוט'ישע מעשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מורא'דיג שיין ארויסגעברענגט, שיינע גראמען. שיינע נקודה.

(דערמאנט מיר די מעשה פון די חכם און תם פון סיפורי מעשיות פון ר' נחמן ברסלבער.)
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: הוט'ישע מעשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

טינט'יש! הערליך!
א עכטע מעסטערפיעס, די געדאנק, די שורות גראמען, די ווערטער, אלעס אלעס. (איך וועל דיך מוזן מוחל זיין פארן איבערנוצן צוויי מאל די ווארט "שטאט", וואלסט רואיג געקענט אריינלייגן א "גלאט" אדער "זאט" דארט, ס'וועט שוין מיטגיין).
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: הוט'ישע מעשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

שטומפיג האט געשריבן:טינט'יש! הערליך!
א עכטע מעסטערפיעס, די געדאנק, די שורות גראמען, די ווערטער, אלעס אלעס. (איך וועל דיך מוזן מוחל זיין פארן איבערנוצן צוויי מאל די ווארט "שטאט", וואלסט רואיג געקענט אריינלייגן א "גלאט" אדער "זאט" דארט, ס'וועט שוין מיטגיין).


ישר כח,
ריכטיג, נישט געכאפט, טאקע געטוישט,
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: הוט'ישע מעשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

די איבעראשט מיר יעדע מאל פון פריש
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: הוט'ישע מעשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

זייער א שיינע און אמת'ע רעיון!! געשמאקע גראמען.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: הוט'ישע מעשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

נאו קאמענט, דזשאסט לייק!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: הוט'ישע מעשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

עפעס א פרייליכע ווינט
מיט זעלטענע טינט
גאלדענע פינגערפרינט
דערפון בריליאנטן רינט
האט אהערגעשינט
א מעשה'לע געשפינט
און מיר האבן פארדינט
גראמען א גאנצע בונד
מהנה יעדער אידיש קינד
ווי אזוי דעם אייגן דעת מ'דינט

הערליך זאפטיג, א הייליגע נקודה, און אמת'ע גוטע שיינע גראמ'עלעך!
א גרויסן שכויעח!!!!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: הוט'ישע מעשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:עפעס א פרייליכע ווינט
מיט זעלטענע טינט
גאלדענע פינגערפרינט
דערפון בריליאנטן רינט
האט אהערגעשינט
א מעשה'לע געשפינט
און מיר האבן פארדינט
גראמען א גאנצע בונד
מהנה יעדער אידיש קינד
ווי אזוי דעם אייגן דעת מ'דינט

הערליך זאפטיג, א הייליגע נקודה, און אמת'ע גוטע שיינע גראמ'עלעך!
א גרויסן שכויעח!!!!!


שקויעך, שקויעך, אבער וואס מיינט אהער געשינט?
אפשר געשינדט? פארשטיי איך אויך נישט פשט...
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: הוט'ישע מעשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

טינט האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:עפעס א פרייליכע ווינט
מיט זעלטענע טינט
גאלדענע פינגערפרינט
דערפון בריליאנטן רינט
האט אהערגעשינט
א מעשה'לע געשפינט
און מיר האבן פארדינט
גראמען א גאנצע בונד
מהנה יעדער אידיש קינד
ווי אזוי דעם אייגן דעת מ'דינט

הערליך זאפטיג, א הייליגע נקודה, און אמת'ע גוטע שיינע גראמ'עלעך!
א גרויסן שכויעח!!!!!


שקויעך, שקויעך, אבער וואס מיינט אהער געשינט?
אפשר געשינדט? פארשטיי איך אויך נישט פשט...

פשוט פשט, ס'גראמט דאך!...
(כ'בין געווען אביסל עקסיידעט פון דיינע גראמען..)
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: הוט'ישע מעשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

אזוינס אן אמת'ע געדאנק "באשידט" מיט אזוינע צוקער-זיסע גראמען!

(א-ווי מ'באשיד די פאנקען מיט צוקער-שטויב - ואולי לזה התכוין ידידינו הרב נמ"ש'ל)
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: הוט'ישע מעשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

קען זיין אז כ'אמעך פארמישט עפעס מיט שינט אראפ די הויט..
ואולי לזה התכוונתי..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”