גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בס"ד

ווייטאגן און דאגות
שפילן נישט קיין ראלע פון יעצט
פרעגט אלע אייערע פראגעס
פון זיין מאיעסטעט געשעצט
טעותים מאכט ער קיינמאל
דאס איז אלס זיין טיפער פלאן
באנקראטירט מער ווי איינמאל
ווייל ער איז א געריבענער ביזנעסמאן

רוקט אייך אין א זייט
ווען דער קעניג גייט
שרייט און לויפט מיט פאמפ
שטופט נישט נאר קוקט
ווי יעדן ער אריינפליקט
יחי אדונינו מורינו ורבינו טראמפ


ער פירט זיך ווייט פון מאראל
אבער געלט ער האט ווי תאוות
פון די קאנסערוואטיוון דער גענעראל
ער פיטערט זייערע גאוות
שלאנק איז ער ביז גאר
אבער נידריג זייער
שוין עטליכע אין זיבעציג יאר
אבער די שיגעון הגדלות ברענט ווי פייער

רוקט אייך אין א זייט
ווען דער קעניג גייט
שרייט און לויפט מיט פאמפ
שטופט נישט נאר קוקט
ווי יעדן ער אריינפליקט
יחי אדונינו מורינו ורבינו טראמפ


זיין געדאנקענגאנג ווער האט ארויס
זיין מהלך פון קלערן
זיין קאפ איז ריזיג גרויס
אבער ענטהאלט נישט גארנישט צום יערן
נאר ער קען אלעס טאן
ווייל ער האט פון די מאה
דעריבער טראגט ער דעם אמעריקאנער פאן
כאטש וואס ער איז א חסר דעה

רוקט אייך אין א זייט
ווען דער קעניג גייט
שרייט און לויפט מיט פאמפ
שטופט נישט נאר קוקט
ווי יעדן ער אריינפליקט
יחי אדונינו מורינו ורבינו טראמפ

מיט א צונאמען ער צולייגט
אן זיך איבערשטרענגען
כאטש וואס ער אין די ראנגען שטייגט
וועט ער נאכאלס נישט נאכגיביגקייט ברענגען
נישט קיין שום רעספעקט פאר א פערזענליכקייט
וואס טוט שוין אויף פאר יארן
נאר ער און טאקע נאר ער פארשטייט
און ער איז קיינמאל קלוגער געווארן

רוקט אייך אין א זייט
ווען דער קעניג גייט
שרייט און לויפט מיט פאמפ
שטופט נישט נאר קוקט
ווי יעדן ער אריינפליקט
יחי אדונינו מורינו ורבינו טראמפ


וויאזוי קען מען צו דאס האבן סימפאטיע
ווען דאס לאנד גייט צוגרינד
פארברענט די לעצטע שפורן פון די דעמאקראטיע
און ברענגט נאציאנאליזם גאר געשווינד
זיצט ער אויפן טראן און רירט קיין אבר
נאר שרייט און שעלט און רעדט פון דמיון
בעת וואס דזשארדזש וואשינגטאן וואלגערט זיך אין קבר
זעענדיג זיין ארבעט גיין לטמיון

רוקט אייך שוין אין א זייט
דער אמעריקאנער קעניג גייט
שרייט און לויפט אים נאך מיט פאמפ
שטופט זיך נישט נאר קוקט
ווי אונזער לאנד ער צורייסט און צופליקט
קיינמאל ווידערוועלט דעם צורר טראמפ
לעצט פארראכטן דורך טישטוך אום דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אליהו44
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 10:11 am

Re: גיי שוין טראמפ!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו44 »

העי העי!! רעד נישט אויף מיין פרעזידענט! איך וואוט פאר איהם נאכאמאל!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: גיי שוין טראמפ!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

דאס איז דירעקט געוואנדן אויף נישט צום ווידערוועלן...
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

זייער שיינע גראמען!!

איך שפיר דיין ווייטאג.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

הערליכע גראמען..







א שאד נאר אויף די תוכן.
ביינונז האט מען געזאגט אז די קענסט יא אויף וואס עס אויסגעבען אויף נארישקייטן
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

גאר גוט!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

סטאפ די העיט!!
די גראמען איז הערליך געפיליג
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

וכבר צוחי קמאי, אנן מה בענענע אבתרי'.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

.
לעצט פארראכטן דורך למדן וצדיק אום מיטוואך אוגוסט 19, 2020 12:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער שיין טישטוך, ס׳איז יוניק און זייער זיס,

הגם אונז גיימיר אי״ה וועלן טראמפ, האבעך הנאה געהאט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימאוויטש »

די גראמען, מאסיוו, די מהלך קנאקעדיג.

אבער איבער אלעם: די תוכן הדברים! אזוי קלאר, אמת, און ווייטאג'ליך.

א דאנק פארן קונצליך ארויסברענגען די פאסיגע פונקטן.
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

חיימאוויטש האט געשריבן:די גראמען, מאסיוו, די מהלך קנאקעדיג.

אבער איבער אלעם: די תוכן הדברים! אזוי קלאר, אמת, און ווייטאג'ליך.

א דאנק פארן קונצליך ארויסברענגען די פאסיגע פונקטן.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
שויתי ה' לנגדי תמיד
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

פאנטאסטיק!! מאסיוו.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך בין מסכים צו רוב וואס דו שרייבסט אבער אויף יא צום ווידערוועלן, וואס קאן מען טאן, די דעמאראליזירטע וואשינגטאן דארף האבן אזא משאגענעם ווי אים!
לאמיר נישט אפאנגען נאך א דעבאטע.......... זייער שיינע גראמען, פאמפ\טראמפ! נאך פארט בעסער ווי זיידן\ביידן....
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

די פאעזיע האט א באדייט... אבער קיינעמס מיינונג האט זיך נישט געטוישט ועוד למה לנו לדבר...

א דאנק פאר די קאמפלימענטן.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הערליכע פאעזיע!! מאסיוו.

אבער די תוכן... נו שוין, איך וועל דיר נאכגעבן.... אבער דער קעפל, פ...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

לרגל די מאסיווע מערסט וויכטיגסטע מאכטפולסטע הערליכסטע שענסטע מעסעדזש פונעם קעניג דניאל מטור״ף היינט נאכט אין ביהמ״ד הגדול דמאור הלוגה, ברענג איך ארויף דעם אשכול צום אויבערפלאך.
לעצט פארראכטן דורך טישטוך אום דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 6:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
moshe mittelman
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 4:31 pm

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshe mittelman »

שלמה מולכו האט געשריבן:
זייער שיין טישטוך, ס׳איז יוניק און זייער זיס,

הגם אונז גיימיר אי״ה וועלן טראמפ, האבעך הנאה געהאט.
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

חיימאוויטש האט געשריבן:
די גראמען, מאסיוו, די מהלך קנאקעדיג.

אבער איבער אלעם: די תוכן הדברים! אזוי קלאר, אמת, און ווייטאג'ליך.

א דאנק פארן קונצליך ארויסברענגען די פאסיגע פונקטן.
ווארט ביי ווארט
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שיין!
די שורות זענען הערליך.

די תוכן?
ווען איך וואלט עס ווען געליינט אוגוסט 18 2020 העטעך ווען נישט מיטגעשטימט, אבער יעצט פיל איך די סעים
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שלמה. מולכו האט געשריבן:
זייער שיין טישטוך, ס׳איז יוניק און זייער זיס,

הגם אונז גיימיר אי״ה וועלן טראמפ, האבעך הנאה געהאט.
גא"מ. און כ'גלייך אויך די לייכטקייט אין די שורות…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”