אן האפענטליכע געווינס ביים יום הדין!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

אן האפענטליכע געווינס ביים יום הדין!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

מען שטייט ביים אריינטריט
צום גרויסע יום הדין
די קטיגור שפאצירט אריין מיט ריט
פאר שלעכסט ער זוכט א געווין

דער סניגור לאזט זיך נישט
ער ברענגט זעק מיט זכותים
דער שווארצע בלעטל אוועקגעמישט
די מצות זענען מער ווי די שטותים

העפטיגע דעבאטעס קאכן
די טענער גייען ארויף
מען קען נישט הארכען
דעם געשריי פונעם יצר טוב

מ'שטעלט ארויס דעם וואגשאל
דער יצר טוב גיסט אויס ווייסע זעק
סוכה, מצה, תפלין, געגאנגען אין שול
דער יצר הרע שטייט פארשעמט ביים עק

דער וואגשאל איז איבערגעפילט
א גרעסערע שיסל מ'לייגט אריין
דער יצר הרע ווערט שוין צושפילט
עס גיסן זיך מצות לויטער און ריין

אלע מלאכים שטייען אין די זייט
זיי ווילן זען ווערן עס גייט זיגן
נאך און נאך מצות גלאט ווי זייד
דער יצר הרע ווארט שוין צו אנהייבן קריגן

דער רעכטע זייט וועגט ביזן ערד
יעצט פאר'ן יצר הרע דער צייט געקומען
פון בושה, רויט און פערפעל ער ווערט
דער מויל איז שטיל און שטומען

ער זעט שוין די אויסגאנג
אין די ערד ער וויל זיך באגראבן
א שאד פאר'ן אנגעהייבן דעם געראנג'
ער וויל נישט זיין צום האבן

ער קומט ביזן טיש פונעם ריכטער
מ'קען שוין נישט צוריקציען
מ'האלט זיך פאר געלעכטער
דער יצר פאלט אויף זיינע קניען

ער עפנט אויף דעם קליינע זעקל
אפאר קליינטשיגע עבירות פאלן ארויס
דער ריכטער שטייט מיטן גלעקל
פרעגענדיג מיט אויפברויז

האט נאך איינער עפעס א טענה
אלע שטייען שטיל, מ'ווארט אויפן קלאפ
דער יצר הרע בעל כרחו יענה
עס גייט קומען א געפערליכע פלאפ

דער שופט קלאפט אויס
און רופט אויס מיט א הילכיגע געשריי
א זיס לעכטיג יאר מיט השפעות גרויס
אזוי לעכטיג עד בלי די

דער שופט פסק'נט
דער סופר שרייבט
דער שופט חתמ'נט
די שלוחים ברענגן עס שנעל מיט קראפט
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: אן האפענטליכע געווינס ביים יום הדין!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

אוי הלוואי. אמן.
א הערליכע מייסטער ארבעט
משוגע קריעטיוו
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: אן האפענטליכע געווינס ביים יום הדין!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

זייער זייער שיין.
פון דיין מויל צו ג-ט'ס אויער, ואמירתו לגבוה כמסירתו להדיוט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”