אמעריקע איז מיין לאנד, אבער א העכערע בירגער איך בין.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אמעריקע איז מיין לאנד, אבער א העכערע בירגער איך בין.
ביי מיר איז ער ממש אן עונג
ביי יענעם, א ימח שמו׳ניק
ביי מיר צו אידן האט ער ליבע
ביי יענעם, אים ליבן פארדעם איז נישט קיין סיבה
ביי מיר איז דא א שטארקע אמונה
ביי יענעם, ער הארג'ט די מדינה
ביי מיר איז דאס זיין הצלה אין תפיסות
ביי יענעם איז עס קאראנע מיתות
ביי מיר אונזערע געברויכן פארשטייט-ער
ביי יענעם אנטיסימיטיזם באנייט-ער
ביי מיר איז ער אונזערס א פריינט
ביי יענעם, ברענגט אונז נאר פיינט
ביי מיר מאכט ער בעסער פרנסות
ביי יענעם די פראבלעם טאקע דאס-איז
ביי מיר איז גרויס זיין קאוויד רעאקציע
ביי יענעם האט ער פארערגערט די סיטואציע
ביי מיר האט ער געהויבן די לאנד
ביי יענעם, געברענגט שאנד
ביי מיר איז גרויס דאס טרעפן דעם דיקטאטור
ביי יענעם האט ער גאר די זעלבע נאטור
ביי מיר האט זיין ראליס פאראייניגט
ביי יענעם האט ער פארשעמט און געפייניגט
ביי מיר איז זיין ארבעט קענטליך
ביי יענעם איז דאס נישט פרעזידענטליך
אונזערע הערצער אנדערש דערציילט
אונזערע מיינונגען טאקע צוטיילט
אנדערש פון דיר איך האלט
דאך זיי נישט צו מיר קאלט
שטיי נישט פון מיר ווייט
צוליב מיין זיין א דעמעקראט
און דיין אהבה צו מיר עס גליסט
כאטש איך בין א טראמפיסט
מיר זענען נישט ווי די פעלקער ווי זיי
איך שטאלציר נישט מיין פארטיי
איך בוי נישט און לויב נישט מיין לאנד
איך לערן גאר אן אנדערן באנד
מיר זענען נישט קיין רעפובליקאנער
מען קען מיר נישט אלס אמעריקאנער
אונז זענען אויך נישט קיין דעמעקראטן
נאר פשוטע אידן, קינדער פון איין טאט'ן

- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17017
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5418
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
Re: אמעריקע איז מיין לאנד, אבער א העכערע בירגער איך בין.
שויתי ה' לנגדי תמיד
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9222
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: אמעריקע איז מיין לאנד, אבער א העכערע בירגער איך בין.
אזא גוט שטיקל!
געוואלדיג!
געוואלדיג!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Re: אמעריקע איז מיין לאנד, אבער א העכערע בירגער איך בין.
ישר כח יעדער פאר די קאמפלעמענטן.
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5625
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
Re: אמעריקע איז מיין לאנד, אבער א העכערע בירגער איך בין.
איינגענארטיג טיף און זיס.
לאמיר געבן פאליטיק א שטויס מיט די פיס.
לאמיר געבן פאליטיק א שטויס מיט די פיס.
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14528
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: אמעריקע איז מיין לאנד, אבער א העכערע בירגער איך בין.
ענדליך, איינער רעדט צום זאך! איינער טוהט שוין צו דער זאך!
א דור הפלגה געווארן! ידידים צוריסן! ביי יעדן צד איז דער צווייטער אראפ פון זינען!
איך האלט נאך אין מיטן צו זיך קומען, און האב שוין אויף גיגעבן פון אמאל פארשטיין וויאזוי נארמאלע מענטשן, מיט די פילסטע מאס טאלאנט, מיט חכמה און פקחות, ארויפגעקוקט, האבן זיך אזוי נידעריג אראפ געלאזן!
איך זיהך שוין פון לאנג ווי ארויס צושרייען די ווייטאג, ווי עס וועט מאכען א דיפערענס, ווי ס'זאל ביי איטליכע נתקבל ווערן,
און דא עס פיינעלי פיינעלי געטראפן.
טייערע ברודער, די וואס האבן מיר ליב און די וואס האבן מיט פיינט, ח"ו פיינט! א איד קען קיין צווייטן איד נישט פיינט האבן און אויב יא זיי זיך בודק, נאר כ'מיין די וואס האבן ליבן ווי איך טראכט און די וואס קענען עס נישט דערליידן און מאכט זיי שפרינגן ביזן דאך
קומטס ביטע צום שכל!
גוט שבת

זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער