קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

הרב ביללער, ווי איך פארשטיי איז נישט די עיקר נקודה אז געסט האבן נישט קיין געפיל צו די שטאט און בארעדן וכדומה, דאס איז נאר א זייטיגע נקודה און אי משום הא וואלט מען לכאורה נישט געהאט קיין פראבלעם צו מקרב זיין געסט.

די סיבה פארוואס די מוסדות וויל נישט אננעמען קיין אכטער'ס איז לכאורה פשוט, וויבאלד אזעלכע געסט שטערן זייער צום אויפבוי פון שטאט, זייער עצם קומען דארט און געניסן פון די סערוויס און דערנאך אוועקפליען פלוצלינג פון דארט, לאזט א נעגעטיווע אפעקט אויף די ארטיגע תושבים. בפרט שטערט דאס אז די מוסדות זאלן זיך נישט קענען אוועקשטעלן געהעריג, די קינדער אין חדר ווערן געפערליך צומישט ווען יעדן טאג איז דא דארט אנדערע קינדער, און מען קען נישט אזוי אוועקשטעלן א תלמוד תורה ווען מען ווייסט נישט ווי מען שטייט, וויפיל מלמדים מען דארף האבן אויף שטענדיג, און אזוי נאך און נאך סיבות פארוואס ווען עס טוט זיך א פלייץ פון איינוואוינער וואס געבן זיך א טובל און ארויס, שטערט דאס געפערליך פאר די אויפבוי פון א נייעם שטעטל וואס איז נאך עמפפינדלעך צו אזעלכע אויפשאקלונגען כסדר.

דעריבער איז זייער זייער פארשטענדליך אז די מוסדות האט אראפגעשטעלט א פיס און געזאגט עד פה תבא, ווער עס איז דא פאר א לענגערע תקופה האט א רעכט צו קומען לערנען אין די מוסדות, און ווער נישט נישט.
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

אויב איז עס ווי דו זאגסט, איז פשוט אז מ'טאר נישט מפסיד זיין די שטייעדיגע מוסדות און גורם זיין ס'זאל זיך חלילה דארפן פארשפארן.
תכלית, וואס טוען די וואס מ'נעמט נישט אן?
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

ביללער האט געשריבן:אויב איז עס ווי דו זאגסט, איז פשוט אז מ'טאר נישט מפסיד זיין די שטייעדיגע מוסדות און גורם זיין ס'זאל זיך חלילה דארפן פארשפארן.

אחריות'דיגע עלטערן מופן נישט אויף א נייע פלאץ בעפאר זיי זענען מסדר די קינדער אין מוסדות התורה. דאָס איז אנגענומען איבעראל. אפי' די וואס ווערן יא אָנגענומען קענען נישט אנקומען פלוצלינג נאר דארפן עס מסדר זיין עטליכע וואכן בעפאר.

ווי איינער האט געשריבן איז בלומינגבערג נישט מיוחד פאר דעם, אין מאנטיסעלאו למשל קען מען פונקט אזוי וואוינען פאר סאליווען קאנטי אכטער און שיקן די קינדער קיין וויזניץ. (אדער מאכן אייגענע מוסדות)
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

יונה האט געשריבן:
ביללער האט געשריבן:אויב איז עס ווי דו זאגסט, איז פשוט אז מ'טאר נישט מפסיד זיין די שטייעדיגע מוסדות און גורם זיין ס'זאל זיך חלילה דארפן פארשפארן.
תכלית, וואס טוען די וואס מ'נעמט נישט אן?

אחריות'דיגע עלטערן מופן נישט אויף א נייע פלאץ בעפאר זיי זענען מסדר די קינדער אין מוסדות התורה. דאָס איז אנגענומען איבעראל. אפי' די וואס ווערן יא אָנגענומען קענען נישט אנקומען פלוצלינג נאר דארפן עס מסדר זיין עטליכע וואכן בעפאר.

ווי איינער האט געשריבן איז בלומינגבערג נישט מיוחד פאר דעם, אין מאנטיסעלאו למשל קען מען פונקט אזוי וואוינען פאר סאליווען קאנטי אכטער און שיקן די קינדער קיין וויזניץ. (אדער מאכן אייגענע מוסדות)

הער איך וואס דו זאגסט
בן ישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 08, 2016 2:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן ישי »

דע טעמע פארלאנגט אן אריכות מען טאר נישט אין מען קען נישט אזוי שנעל זאגן עס שטערט דע בלי פון דע מוסדות אין שטיין אין דע זייט און נישט העלפן א צווייטן איד בעת צר
אויף דעם זאגט דוד המלך אם השם לא יבנה עיר שוא שקד שומר
דער הײליגר סאטמארער רבי וואס זײן נאמען שטײט אויפן letter head פונעם מוסד וואלט זיך נישט ארום געווארפן מיט אידן וואס מען קען אין מען דארף העלפן מיט נישטיקע תירוצים
א מוסד דארף סיעתה דשמיא אין דאס איז נאר דא ווען מען טוט וואס דע תורה פארלאנגט
ווען אידן זענען דורך דעם ים סוף כרתו ברית לעשות חסד זה עם זה
ילמדו תועים בינה נעמט אריין דעם אײבירשטען אין דע הנהלה וועט דע שטאט אין דע מוסדות בליען לשם ולתפארת מיטן הילף פונעם נותן התורה
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

בן ישי האט געשריבן:דע טעמע פארלאנגט אן אריכות מען טאר נישט אין מען קען נישט אזוי שנעל זאגן עס שטערט דע בלי פון דע מוסדות אין שטיין אין דע זייט און נישט העלפן א צווייטן איד בעת צר
אויף דעם זאגט דוד המלך אם השם לא יבנה עיר שוא שקד שומר
דער הײליגר סאטמארער רבי וואס זײן נאמען שטײט אויפן letter head פונעם מוסד וואלט זיך נישט ארום געווארפן מיט אידן וואס מען קען אין מען דארף העלפן מיט נישטיקע תירוצים
א מוסד דארף סיעתה דשמיא אין דאס איז נאר דא ווען מען טוט וואס דע תורה פארלאנגט
ווען אידן זענען דורך דעם ים סוף כרתו ברית לעשות חסד זה עם זה
ילמדו תועים בינה נעמט אריין דעם אײבירשטען אין דע הנהלה וועט דע שטאט אין דע מוסדות בליען לשם ולתפארת מיטן הילף פונעם נותן התורה

די זעלבע רבי איז זייער שטארק געווען אויף די זייט פון די מוסדות ווען עס איז געווען הפסדים. מען קען נישט נוצן דעםרבי'ן נאר פאר איינזייטיגקייט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

בן ישי האט געשריבן:דע טעמע פארלאנגט אן אריכות מען טאר נישט אין מען קען נישט אזוי שנעל זאגן עס שטערט דע בלי פון דע מוסדות אין שטיין אין דע זייט און נישט העלפן א צווייטן איד בעת צר
אויף דעם זאגט דוד המלך אם השם לא יבנה עיר שוא שקד שומר
דער הײליגר סאטמארער רבי וואס זײן נאמען שטײט אויפן letter head פונעם מוסד וואלט זיך נישט ארום געווארפן מיט אידן וואס מען קען אין מען דארף העלפן מיט נישטיקע תירוצים
א מוסד דארף סיעתה דשמיא אין דאס איז נאר דא ווען מען טוט וואס דע תורה פארלאנגט
ווען אידן זענען דורך דעם ים סוף כרתו ברית לעשות חסד זה עם זה
ילמדו תועים בינה נעמט אריין דעם אײבירשטען אין דע הנהלה וועט דע שטאט אין דע מוסדות בליען לשם ולתפארת מיטן הילף פונעם נותן התורה

דאס איז דיינע פריוואטע געפילן, די הלכה פון קמחא דפסחא שטייט אין רמ"א אז דער עשיר מיט די עני ברויכן וואינען אין די שטאט י"ב חודש, דו וואלסט אוודאי פארשטאנען אנדערש, באט די הלכה איז נישט ווי דו פארשטייסט.
שטארקע חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

תגובה דורך שטארקע חסיד »

לאמיר דיר פרעגן וואס וואלסטי געטוהן אלץ א טאטע פון א כתה ז׳ אינגעל וואס האט אנגעהויבן דעם יאר מיט א פרישע קלאס פון 19 קינדער און זיך געמאכט גוטע חבירים.

איין טאג אינמיטן אדר קומט ער אהיים אז זיין בעסטע חבר מאפט צוריק גראד נאך פורים און נאך א אינגל אויף פסח ??

פאר שבועות קומט ער אהיים אז זיין צוויטע חברותה מאפט צוריק נעקסטע וואך ?
אינמיטן זומער האבן נאך עטליכע קינדער צוריק געמופט אויך איינע פון דעם איז געווען ממש זיין בעסטע חבר ??

סקומט סוף יאר פון א כתה פון 19 איז איבערגליבן נאר 13 און ער דארף מאכן נייע חבירים אויף די נייע יאר ?

פארשטייט זיך דעיס איז אפשר א עקסטרעמע מעשה אבער פרוביר דיר פארצושטעלן צו א קינד קען אזוי מצליח זיין....

יעצט אלץ די הנהלה שטאנדפונקט טראכט צו מקען אזוי פירן א מוסד ווען פון איין מינוט אויפן צווייטן מופן מענטשן אוועק נאכדעם וואס מהאט אריינגעלייגט שווערע געלטער צוצושטעלן פלאץ מיט מלמדים פאר זיי.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

בן ישי האט געשריבן:דע טעמע פארלאנגט אן אריכות מען טאר נישט אין מען קען נישט אזוי שנעל זאגן עס שטערט דע בלי פון דע מוסדות אין שטיין אין דע זייט און נישט העלפן א צווייטן איד בעת צר

פון וועלכע "עת צר" רעדט איר? דער נושא דא איז פון מענטשן וואס ווילן צוליב זייערע געלט חשבונות זיך דורכדרייען אין שטאָט. קיינער שטערט זיי נישט, סך הכל זאגט מען זיי: איר ווילט מאכן געלט? געזונטערהייט! אבער ביטע טוט עס נישט דא ווייל איר מאכט שאדן פאר אנדערע.

עס איז דא אנדערע ברירות! אה ס'נישט אזוי באקוועם ווי דא? גערעכט און פארדעם מעגט איר מאכן אומבאקוועם אנדערע?!
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ggg »

וואס איז די אדרעס ביי GPS פאר די נייע הייזער וואס ווערט יעצט געבויעט, נישט ביי די דיוועלאפמענט נאר די פרווייטע הייזער.
ישר כח
בן ישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 08, 2016 2:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן ישי »

דממה דקה האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:דע טעמע פארלאנגט אן אריכות מען טאר נישט אין מען קען נישט אזוי שנעל זאגן עס שטערט דע בלי פון דע מוסדות אין שטיין אין דע זייט און נישט העלפן א צווייטן איד בעת צר
אויף דעם זאגט דוד המלך אם השם לא יבנה עיר שוא שקד שומר
דער הײליגר סאטמארער רבי וואס זײן נאמען שטײט אויפן letter head פונעם מוסד וואלט זיך נישט ארום געווארפן מיט אידן וואס מען קען אין מען דארף העלפן מיט נישטיקע תירוצים
א מוסד דארף סיעתה דשמיא אין דאס איז נאר דא ווען מען טוט וואס דע תורה פארלאנגט
ווען אידן זענען דורך דעם ים סוף כרתו ברית לעשות חסד זה עם זה
ילמדו תועים בינה נעמט אריין דעם אײבירשטען אין דע הנהלה וועט דע שטאט אין דע מוסדות בליען לשם ולתפארת מיטן הילף פונעם נותן התורה

דאס איז דיינע פריוואטע געפילן, די הלכה פון קמחא דפסחא שטייט אין רמ"א אז דער עשיר מיט די עני ברויכן וואינען אין די שטאט י"ב חודש, דו וואלסט אוודאי פארשטאנען אנדערש, באט די הלכה איז נישט ווי דו פארשטייסט.

אודה ולא איבוש לײדער קען איך נישט קיין הלכות, פון דע אנדערע זײט האב איך הנאה ציא זעהן אז דע תורה איז נישט נשתכך געווארן אין מען האלט זיך פעסט מיט דע הלכה.
עפעס דערמאנט איר מיך פון א "מודעה משמחת" וואס איז געווען גposted דא אויפן וועלטעל א פאר בלעטער צוריק וועגן א נייע מנין 12:15 ברכות, כאטש על פי הלכה דארף מען לכתחילה דאווענען פאר זמן תפילה זעט אבער אויס אז אין אזא גרויסע שטאט וויא בלומינגבערג מאכט זיך א יעדען טאג עשרה בטלנים וואס טוען "לפנים משורת הדין" אין מען דאווענט פאר חצות, אשר על כן קלער איך בדרך אפשר אז אין דעם פאל ווען מען קען העלפן א איד בעת צר מעג מען אויך טוען לפנים משורת הדין ואם שגיתי השם הטוב יכפר
עס איז ידוע דע טייטש פון צדיקים לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דבריהם על דין תורה יעדע געמיינהייט האט אײגעהילט און דע תורה
ביטע קוק אריין אין י"ג אורות מדור ר חנה מקאלשיץ האט געטראגן שבת ציא דע באן פאר אידן וואס מען האט אוועק געפירט האט ער געזאגט בערך ווען עס קומט ציא טועהן רשעות ווערט דער יצר הרע פרום (אין הספר לפני לעיין בפנים)
איך וואלט געוואלט וויסן אזעלכע שולחן ערוך אידן א שטייגער וויא דער טאהש'ער רבי אדער דער סקולען רבי, סאטמארער רב אדער ר ישעי מקערעסטיר וואלטן אויך אזוי מדקדק געווען נאר ציא העלפן פאר א תושב פון י"ב חודש?
עפענט דאס הארץ פאר א צװײטען איד װעט דער אײבירשטער ענק געבן סיעתה דשמיא אין כל טוב "לפנים משורת הדין"
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

בן ישי איך וואלט אייך געוואלט ענטפערן, אבער איך גלייב נישט אז א קאמאן סענס ענטפער וועט אייך קלאר מאכן, ממילא וועל איך אייך לאזן ביי די קשיא. עס איז נישט געפערליך אז די האסט א קשיא אויף די בלומינגבורגע הנהלה, חוץ פון דיך פארשטייט דאס יעדער איינער. (און אגב תורה מיט קאמאן סענס איז נישט אלעמאל א סתירה...)
שטארקע חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע חסיד »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:בן ישי איך וואלט אייך געוואלט ענטפערן, אבער איך גלייב נישט אז א קאמאן סענס ענטפער וועט אייך קלאר מאכן, ממילא וועל איך אייך לאזן ביי די קשיא. עס איז נישט געפערליך אז די האסט א קשיא אויף די בלומינגבורגע הנהלה, חוץ פון דיך פארשטייט דאס יעדער איינער. (און אגב תורה מיט קאמאן סענס איז נישט אלעמאל א סתירה...)

עפעס מיט קאמאן קאור ?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

@בן-ישי,

אויב איז עס נוגע פאר דיר למעשה דאן גיי זעץ דיך אראפ מיט די הנהלה, בדרך תחנינים ידבר רש, איך בין זיכער זיי וועלן האבן אן אוזן קשבת, אבער די פאנטש ליין איז אז נישט עפ"י דעת תורה און נישט עפ"י דעת בעה"ב דארפן די מוסדות צולאזן אביוז.

און איך בין זייער א קליינע פען פון בלומענבערג, און אלע אנדערע נייע שטעטלעך, אבער וואס איז ריכטיג איז ריכטיג.
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

און יעצט נאך איינער
א משפחה ציט זיך יעצט אריין אין די לעצט פארבליבענע ליידיגע דירה אויף מעיפל עוו.

מזל טוב!
אטעטשמענטס
IMG_0687.jpg
IMG_0687.jpg (316.85 KiB) געזען 2072 מאל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

זיס!

Annotation 2019-09-08 172500.jpg
Annotation 2019-09-08 172500.jpg (40.69 KiB) געזען 2002 מאל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

בענאק האט געשריבן:און יעצט נאך איינער
א משפחה ציט זיך יעצט אריין אין די לעצט פארבליבענע ליידיגע דירה אויף מעיפל עוו.

מזל טוב!

אויף עש לעין האלט אויך א משפּחה אינמיטן זיך אריינציען יעצט בשטו''מ.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14500
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

ווי שווער קען שוין זיין פאר איינער וואס וואוינט שוין דארט צו בלייבן נאך א יאהר?
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

הרב_שלום האט געשריבן:ווי שווער קען שוין זיין פאר איינער וואס וואוינט שוין דארט צו בלייבן נאך א יאהר?

על פי רוב איינער וואס קומט נאר פאר איין יאהר, קומט שוין מיט א חשבון ווען זיין מאווינג טראק ווארט איהם צוריקצוטראגען, און כמה פעמים קומטמען אן די פארנוטשער, דזשאסט מען פארט און קאנטרי פאר איין יאהר אויב נישט צען חדשים, די משפחות גיבן עס אפילו נישט א טשאנס אויסצופראבירען אויב זיי וועלן הנאה האבען. איך גלייב אז יעדער פארשטייט אז אזא עטיטוד ברענגט נאר אונטער דאס פלאץ.

משא''כ איינער וואס מופט געהעריג ארויס, אפילו ער פראבירט נאר די פלאץ אבער ער גיט דאס א לענגערע טשאנס אזוי ווי צוויי יאהר איז שוין גאר אן אנדערע מעשה

והבן
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

אגב פאר די אידען וואס מיינען אז און בלומינגבורג זענען די רוב אידן וואס קומען פאר חלק שמונה און לויפן אוועק נאך א יאהר.
    יעצט זענען דא כמה רענטערס וואס קויפן דירות, אדער ארבייטען אויף א מהלך צו קויפן דירות

    און די דיוועלאפמענט זענען דא רוב רענטערס מיט צוויי אדער פינעף יעריגע יאריגע ליעסעס

    און די היקארי אפארטמענטס זענען כמעט אלע דירות פארדינגען פאר אינו בני חלק שמונה
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

און אנדערע נייעס הייבט מען די וואך אן די ארבייט צו פארענדיגען די גאלארי און ביהמ''ד בית יהושע.

מען ווע אינסטאלירען נייע עלעקטערס, שיין אויספעינטן און פארענדיגען מיט א פראכטפולע טשענדעליער לשם ולתפארת
אבי איינער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 8:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי איינער »

65656.PNG
65656.PNG (450.5 KiB) געזען 5674 מאל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

היינט אינעם דער איד...
אטעטשמענטס
Map.jpg
Map.jpg (605.15 KiB) געזען 5299 מאל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

א נארישע באמערקונג (איך ווייס אז ס'באלאנגט נישט דא):

די טעקסט האט זיך מיטגעפליפט בטעות...
Annotation 2019-09-12 162410.jpg
Annotation 2019-09-12 162410.jpg (26.38 KiB) געזען 5283 מאל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

די פרידהאום הויזווארג געשעפט אויף מעין סטריט גרייט זיך שוין אויף סוכות..
אטעטשמענטס
sukkah80.jpg
sukkah80.jpg (697.8 KiB) געזען 5002 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”