דממה דקה האט געשריבן:האלטסט אז למשל ליזשער לעיק איז געבויט לשם מצוה?
עס האט א שוהל, מיט א מקוה, מיט 2 סווימינג פולס, און א בילדינג פאר דעי קעמפ מיט עטליכע קלאסן, פלעי גראונדס, ראודס, וואסער, סוער, עלעקטריק.
די האסט פערצופאל אנגעכאפט א גוטע זשאוק,
איך קען פון די נאנט דיטעילס , איך וואלט נישט סתם אזוי אויסגעפראקט דא פריוואטע מענטשן , אבער וויבאלד עס איז ידוע לכל אז זיי האבן דערלייגט אויפן פראזשעקט אבער נישט סתם... , אבער איין מינוט די האסט שוין אמאל געזען ליזשער לעיק? ביזט שוין געווען אין די הייזער ? האסט שוין גערעדט צו מענטשן וואס אוינען דארט? ליזשער לעיק איז נישט אזאנע גרויסע הייזער , און צווייטענס עס איז געברענגעטע מאדיולער הייזער, די ביליגסטע ממש וואס איז שייך, אויף די גאס הייסט עס איז די ביליגסטע געבויעט פון די אלע זומער קאלאניס וואס איז יעצט אויף די מארקעט, און וויפעל האט געקאסט ליזשער לעיק ? האבן זיי אויך געבויעט אזא טייערע אינפרעסטרוקטשער סוער מיט וואסער ? פאר טויזענטער דירות, ניין זיכער נישט!
אדרבה הייב דיך אן נאך פרעגען ,כאפ שמועסן מיט חבירים וידידים אין קאנסטראקשען,ריעל עסטעיט,בילדערס ליין,זומער היים בויערס, קום ביטע דא צוריק וואס האסט געהערט טאמער 235 מאכט סענס צו בויען פאר דעם אטן טאמער עס איז מעגליך צו מאכן געלט
עניוועי כאב פארגעסן פריער צו ענדיגן מיין פוינט
פאר 235 גייט מער נישט זיין אין בלומינגבורג,
און אין קיין שום אידישע ישוב , אזא בעל החלומות ווי מר. לאם מאכט זיך איינמאל א יובל אדער דאס אויך נישט, ער האט געהאט א דריעם,עס איז כמעט צושטאנד געקומען אבער די עיקר פוינט אין ביזנעס, צו וויסן ווער דיין קלייענט איז האט ער בכלל פארפעלט צו וויסן פון פארדעם
א גוט שבת
א פרייליכען חנוכה
א גוטן חודש
נ.ב.
ווען איך האב 5 יאר צוריק געשריגען פאר יעדעם אז דער עולם דרייט געלט האט מען געלאכט פון מיר, יעצט מיט די #גמליאל סיטוציע איז שוין נישט קיין סוד אז דער עולם מאלט וואסער , עס בויען זיך כעת און געבויעט לעצטענס ארום 25 אדער 30 זומער היים פלעצער, ווער עס קען די ליין ווייסט אז רוב זעצן אן און מאכן נישט קיין געלט, יא זיי דרייען דורך 50 מיליאן דאלאר און ביזדערוויל לעבט מען עושר ,צום סוף גייט מען ארויס מיט א מיינוס , מאך די מינומים ריסערטש וועסטו הערן , יא עס איז דא אידן ב"ה וואס מאכן געלט , אבער זייער אסאך טאנצען אריין אין פראזשעקטס וואס טיען נאך אנדערע אן קיין חשבון , ווי האט מיר א היימישע איד וואס טוט שוין ריעל עסטעיט 44 יאר געזאגט די וואך ,אין די טריי סטעיט עריע איז כמעט נישט מעגליך צו מאכן עכטע געלט יעצט , נאר אוט אוף סטעיט , ער פארקויפט זיינע זאכען פאר גרויסע פראפיטס און קויפט זיך אן די אנדערע עק אמעריקא ווי מען קען מאכן 10 פארצענט עכטע געלט אויף דיין געלט, נישט לעבן פון ריפיינענסן און חס ושלום עס קומט א קראך , טרעפסטו זיך אן קיין דאלאר צו די נשמה
#גמליאל