דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד, ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

O
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

כאפצעם האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דא איז די אינפא פון יהושע כ"ץ ריעליטי זייער א גרויסע פירמע אין די געגנד. אויך ספיגל ריעלטי Spiegel realty 718-356-8562.

שיינע בילדער פון פארשידענע ערליי הייזער אינעווייניג און אינדרויסן אויף די וועבסייט פון Katz realty. סאיז יעצט א buyers market, סזענען פארהאן אסאך הייזער אויפן מארקעט, און איטרעסט ראטעס זענען נידריג. ממילא איז א גוטע צייט צו קויפן.

כזעה דא זייער שיינע 2 פעמילי הייזער פאר 7-8 הינדערט, פארוואס טאקע זאל זיך א בארא פארקע יוד שלעפן קיין לעיקוואוד אדער מאנסי ווען ער קען דאס האבן א שפאן אוועק?

וועגן עס איז אלט,קליין, טייער

זאג איך דיר אז אינעם לינק איז דא הערליכע גרויסע הייזער פאר קנאפע 7-8.

אויב סמופן ווי דו זאגסט בעיקר מענטשן וואס ווילן אנטלויפן פונעם סיסטעם איז עס טאקע א מקום חסרון, כגלייב אבער שווער דאס איז עס, סדאך דא די זעלבע חסידות בתי מדרשים.


7-800 קענסטו באקומען אסאך נייער און שענער און גרעסערע פראפערטי אין מאנסי און אין לעיקוואד,איך רעדט פון איינער וואס האט יעצט געוואלט קויפן, די באקומסט פאר דיין געלט אז סאיז לעבן בארא פארק זה הא,
סאיז באמת א געמיש פון אלע מיני סארט , אבער דארט איז נישט דא קיין שום רוחניות'דיגע גייסט פון וואס ריטשמאנד רעדט פון רבנים
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

פאר א זיבן הונדערטער הויז:
לעבסט ווייטער אין א שטעטישע אטמאספערע.
בלייבסט אין נוא יארק סיטי לעבן דיין דשאב און נאנט צו משפחה און עלטערן.
דער מאנטלי פעימענט איז געווענטליך היבש ביליגער פון מאנסי אדער לייקוואוד ווייל טעקסעס זענען נישט אזוי הויעך.
דער מאאוו איז נישט אזוי טראומאטיש ווייל די קינדער פארבלייבן אין די זעלבע מוסדות.
א שיינער אויסווייל פון שוהלען און חסידישע שטיבלעך זענען דא פונקט ווי אין בארא פארק.
דער עולם לעבט זייער באחדות מיט א געפיעל פון העלפן איינער דעם אנדערן, און מיט העלפן דעם ציבור, סיי ביי די מענער און סיי ביי די פרויען.
עס זענען פארהאן דא אין ווילאוברוק און מענאר הייטס פארשידענע מיני נעיבערס, אידען און להבדיל אנדערע. אלע זענען געזעץ-פאלגענדיגע, מידל קלעסס מענשען. דאס איז מייקראקאזעם פון די נוא יארקער סאסייעטי און גיבט א ריעליסטישע בילד פון דער ריעלטי פאר חינוך און נארמאלקייט.
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

המשך:
חסידי גור שטעלן דא א גרויס חלק פון דעם טאון אינעם גייסט פון דער פלאץ. אזוי ווי איך שטאם פון וויליאמסבורג, ווי עס זענען כמעט נישטא קיין גערער חסידים, האב איך זיי קיינמאל נישט באמת קענען געלערענט. לשבחם, מוז איך זאגען אז זיי האבן א שיינער חסידישע עולם סיי פון תלמידי חכמים און כלי קודש און סיי פון בעלי בתים ופשוטי עם. סאיז ממש א קידוש השם אריינצוגיין אין זייערע שטיבלעך דא און שפירען די ענערגיע פון גור. סמוז באטאנט ווערען אז דאס סופרייזינג סוקסעספול ענטוויקלונג פון סטעטן איילענד איז א גרויסער פראצענט א דאנק חסידי גור.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דער מאאוו איז נישט אזוי טראומאטיש ווייל די קינדער פארבלייבן אין די זעלבע מוסדות.

פאר א בארא פארקער.

און די טראנספארטאציע צו חדר און אהיים פון חדר איז א שווערע איבערלעבעניש.
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

דממה דקה האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דער מאאוו איז נישט אזוי טראומאטיש ווייל די קינדער פארבלייבן אין די זעלבע מוסדות.

פאר א בארא פארקער.

און די טראנספארטאציע צו חדר און אהיים פון חדר איז א שווערע איבערלעבעניש.

נוגע טראנספארטאציע איז טאקע אביסל שווער, אבער סווענד זיך אינעם מוסד צו וועלכער איר שיקט.
גער, סקווער, בית יעקב אוו בארא פארק, בעלזא, און וויען האבן אייגענע באסעס וועלכע פאהרען דירעקטלי צום מוסד. עס פאהרען אריין זעקס צו זיבען פילע באסעס צו די גערע מוסדות אליינס! סקווער האט צוויי געפאקטע באסעס, באלד 140 קינדער. בעלזא האט א פילע באס, באלד 70 קינדער. וויען, א באס מיט 50 קינדער. בית יעקב, א פילע באס מיט זיבעציג מיידלעך. די קינדער פון די מוסדות שפירן נישט קיין אינטערשייד פון ווען זיי האבן געוואוינט אין בארא פארק צו זייער איציטגן וואוינארט. דער עולם פארגעסט אז דער דארכשניטליכער קינד אין בארא פארק ספענט אנדערהאלב שעה א טאג! אויפן באס. סטעטן איילענד פאדערט נישט מער, די HOV lane שפארט איין אסאך אסאך צייט ב״ה. די קינדער הערן צו א שיינע מעשה טעיפ אויפן באס וכדו׳.
פאר אנדערע מוסדות מיט וועניגער קינדער דא ווי באבאוו, באבאוו 45, סאטמער, בית שרה, קלויזענבורג, מבקשי, איז טאקע אביסל שווערער, אבער נאר אביסל, שווערער. רוב עלטערן זענען אינוואלווד, און מען מאכט עס ארבעטן ולתועלת פון די קינדער. אסאך פון דיע מוסדות האבן אפילו שנעלערע מיטלען ווי א סקול באס ווייל מפארט מיט א וועען וואס איז מער פלינק און געשמאק. דאס אז עלטערן זענען אינווואלווד איז א באזונעדרע מעלה. ווייל מען פארלאזט זיך נישט נאר אויף די מוסד, יא, מדארף ארויף ראללען די ערמל און צולייגען א פלייצע פאר חינוך, א נייער דערהער!
פאר בחורים און עלטערע קינדער וואס דאווענען שחרית אין חדר איז דא א carpool סיסטעם וואס ארבעט ב״ה און קלאפט ווי א זייגער.
אבער לענ״ד, געט דאס נאך א יאר צוויי וועט איר האבן דא אי״ה א חסידישער חדר מיט א מיידל סקול .
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

lebediger berel האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:אבער אפסטעיט איז מער סאבארבען און דערפעריש. א דארף פראדאצירט פויערן אדער אפגעזונדערטע אידען, און א שטאט פראדאצירט מער טיכטיגע, ציווילזירטע מענשען, נוחים לשמים ולבריאות. פאר די אידישע ציבור דארף זיין אלע אפשענס אויפן טיש. פון די פינעף באראס פון נוא יארק סיטי איז סטעטן איילענד לענ״ד דאס מערסטע צוגעפאסט צו די שטעטישע באדערפענישן פון אונזער ציבור, סיי עקאנאמיש און סיי סאציאלאגיש. סאיז נאהנט קיין ברוקלין, מענהעטטן, און נוא דשערסי, און מען בראך נישט מחדש זיין דאס רעדל לגבי פרנסות, מוסדות, און ישיבות. סהאט ממש אלע מעלות. איך קום פון וויליאמסבורג, שפעטער געוואוינט אין בארא פארק. סטעטן איילענד איז דע פלעיס.

פאר פופציג טעג האב איך מיך איינגהאלטן גארנישט געשריבן און כמעט נישט געקומען אהער, היינט בינעך ביסל נייגעריג געווען וואס דער מאלער האט צו זאגן, בינעך געקומען אויף מיין אלטן קרעטשמע, זע איך מען שרייבט דא זעלכע שטותים און ראסיזים א מין לשון אויף א ריזן ריזן חלק פון כלל ישראל וואס וואוינט היינט אין אפסטעעיט,
בכלל מאכט דיין געשרייבעכץ נישט קיין סענס קעגן דזויזי סיטי און לעיקוואד (אודאי האט יעדע זאך מעלות און חסרונות און יעדער זאל ועגן פאר דיר און דו וועג פאר דיר אבער וואסערע מין געשרייבעכץ איז דאס פויערן אפגעזונדערטע קעגן טיכטיגע ציוויליזירטע איר זענט ניקסט ציוויליזירט אזוי צושרייבן

אויב האבן אלע סטעטן איילענד אידן אזא נאאיווע, שמאלקעפיגע בליק אויף די מענטשהייט, איז עס דאך נישט אזא געזונטע פלאץ אויפצוציען קינדער... נאר נאכן זען די מיטל קלאס גוים אין סטעטן איילענד, קען א קינד אויפוואקסן מיט אן אפענע מח....
איך מאך נישט אינגאנצן אוועק די פוינט אז א פלאץ האט א השפעה, אבער צו גלייבן אז נאר אין סיטי דרייען זיך די חכמים, איז היבש שמאל.
שויתי ה' לנגדי תמיד
עולם השקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם השקר »

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:המשך:
חסידי גור שטעלן דא א גרויס חלק פון דעם טאון אינעם גייסט פון דער פלאץ. אזוי ווי איך שטאם פון וויליאמסבורג, ווי עס זענען כמעט נישטא קיין גערער חסידים, האב איך זיי קיינמאל נישט באמת קענען געלערענט. לשבחם, מוז איך זאגען אז זיי האבן א שיינער חסידישע עולם סיי פון תלמידי חכמים און כלי קודש און סיי פון בעלי בתים ופשוטי עם. סאיז ממש א קידוש השם אריינצוגיין אין זייערע שטיבלעך דא און שפירען די ענערגיע פון גור. סמוז באטאנט ווערען אז דאס סופרייזינג סוקסעספול ענטוויקלונג פון סטעטן איילענד איז א גרויסער פראצענט א דאנק חסידי גור.

און די השפעה אויף דיין בני בית און דיינע מיידלעך פון די ווייבער שול פון גור וויזוי גייט עס ..? טאקע וועגן די קומסט פון וויליאמסבורג, אפשר מיינסטו טאקע דאס צו דריקן אז די ביזט פרייליך ביזט גאר וועגן די ביזט ארויס פון די באקס , אבער פאר א דורעכשניטלעכער וויליאמסבורגער איד איז עס נישט קיין געזונטע חינוך פאר די קינדער

ווי מיר די שרייבסט זעט עס אויס פאר מיר און פארן עולם אז די פרובירסט ארויס ברענגן אז די ביזט ארויס פון די באקס ... און דאס האט א פארקערטע רושם אויפן אלגעמיינעם עולם
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

פוק חזי. סאיז פשוט אז וויליאמסבורג האט א נידריגער עלעמנט גוי פון סטעטן איילענד, דעטס אלל, און סאיז נישט קיין מעלה ואכמ״ל.
בנוגע דער באקס, איך בין יא אן אין-די-באקס חסיד. און פיט אריין אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק געהעריג ב״ה. אבער מיין באקס איז נישט אזוי שמאל, סאיז א ברייטער, באקוועמער באקס. איך האב אויכעט נישט קיין שנאה ח״ו צו חסידים וואס האבען אן אנדערן באקס, אויב זענען זיי איידל און תורה׳דיג.
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

סטעטן איילענד בולעטין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

סטעטן איילענד בולעטין דברים
אטעטשמענטס
סטעטן איילענד בולעטין
סטעטן איילענד בולעטין
בולעטין (2).jpg (379.36 KiB) געזען 3971 מאל
סטעטן איילענד בולעטין
סטעטן איילענד בולעטין
בולעטין (1).jpg (364.63 KiB) געזען 3971 מאל
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

שיינער היימישער עולם ערוואטעט ביים הצלה אווענט
אטעטשמענטס
DB94B298-F198-46D5-9A34-1C59E48C206D.jpeg
DB94B298-F198-46D5-9A34-1C59E48C206D.jpeg (438.63 KiB) געזען 3721 מאל
אנפין נהירין
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנפין נהירין »

איינער ווייסט סייט פאר באס פון ב''פ צו סטעטן איילענד?
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

אנפין נהירין האט געשריבן:איינער ווייסט סייט פאר באס פון ב''פ צו סטעטן איילענד?

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דא האט איהר אלע אינפארמעישאן פון דער סטעטן איילענד - בארא פארק באס סערוויס. דער באס פאהרט הין און צוריק בערך יעדע צוויי שעה.
https://www.richmondtrans.com/
מקח וממכר
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 7:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקח וממכר »

ריטשמאנדעק איד.
איך האב געקלינגען די צוויי בראקערס וואס די האסט געשריבן. ביידע פון זיי פארשטייען נישט קיין איין ווארט אידיש. נישט געשמאק צו קויפן א הויז אזוי....
נישט דא דארט עפעס חברה וואס רעדן אידיש?
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

מקח וממכר האט געשריבן:ריטשמאנדעק איד.
איך האב געקלינגען די צוויי בראקערס וואס די האסט געשריבן. ביידע פון זיי פארשטייען נישט קיין איין ווארט אידיש. נישט געשמאק צו קויפן א הויז אזוי....
נישט דא דארט עפעס חברה וואס רעדן אידיש?


אין די בולעטין (ארויפגעלייגט אויבן דורך ריטשמאנד איד) איז דא א קלעסיפייד פון א היימישע בראוקער.
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

מקח וממכר האט געשריבן:ריטשמאנדעק איד.
איך האב געקלינגען די צוויי בראקערס וואס די האסט געשריבן. ביידע פון זיי פארשטייען נישט קיין איין ווארט אידיש. נישט געשמאק צו קויפן א הויז אזוי....
נישט דא דארט עפעס חברה וואס רעדן אידיש?

חיים Steinberg
Real Estate Agent
718-853-4663
א היימישער גערער חסיד מיט א זאפטיגן אידיש
מקח וממכר
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 7:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקח וממכר »

איך האב דעיס באקומען אין אישי, איך לייג עס דא ארויף זאלן נאך ניקס הנאה האבן.

כ'ווייס נישט ווי א גוטע אידיש די גערער אינגערמאן רעדט אבער דא האסטו א נומער פון צוויי היימישע אינגערלייט וואס העלפן מיר טרעפן א הויז, ממש א פארגעניגן, היימיש ריעלטי 718.992.4400
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

יא כאב לעצטנס געהערט פון זיי. אויך פון שלום זילבער א אידיש רעדעוודיגער בראוקער מחסידי סקווער דער מוציא לאור פונעם בולעטין.
בד״וו סקומט זיך א מזל טוב צו אנ״ש חסידי סקווער תושבי סטעטן איילענד פארן חתמנן א קאנטראקט פאר א נייער בית מדרש אין ווילאוברוק אין צענטער פון שטאט.
staten island
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 11:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך staten island »

ווייסט איינער פון א גוטע קאנראקטער/הענדימען אין סטעטן איילענד?
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

ר׳ מייזנער נ״י 929-301-4623
staten island
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 11:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך staten island »

איינער האט עקספיריענס מיט עפעס א ספארדישע איד א קאנטראקטאר ער הייסט אבי avi ?
שלא נבוש
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 10:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלא נבוש »

רב פאללאק'ס שול האט א מקוה?
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

שלא נבוש האט געשריבן:רב פאללאק'ס שול האט א מקוה?

יא (אבער דאכט זעך אז סווערט נישט פארניצט אלס מקוה טהרה נאר שבת, יאנג איזראעל האט אויך א מקוה טהרה אבער אונזער עולם וויל עס נישט נוצען)
ערבי נחל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערבי נחל »

די חסידישע עולם ניצט די יאנג איזרעל מקוה טהרה אין גרויסן. זייער אסאך חסידישע רבנים זענען געווען באקוקען די מקוה און זיי זענען אלע געווען צופרידן פון וואס זיי האבן געזעהן. די מקוה האט נאך ר׳ משה געבויט.
ערבי נחל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערבי נחל »

נאך נייעס קומט אריין נישט קאנפירמד אז די גרויסע בנות חי׳ סקול סיינט קטנטראקט אפצוקויפן די לובאוויטשער ביהמ״ד ווי זיי פלאנירן צו בויען א סקול אין צענטער פון שטאט. לובאוויטש פון די אנדערע זייט וועט בויען ביים קארנער ברעדלי אין האראלד א שיינע חב״ד צענטער.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”