דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד, ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

מתון מתון האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:פרייזען אין סטעטן איילענד זענען געפאלען אין די לעצטע זעקס חדשים. מ׳קען היינט טרעפן גוטע מציאות.

וואס הייסט געפאלן? געב נומערן אויב מעגליך.
און וואס איז די סיבה? ווייניגער אידן קויפן? מער גויים פארקויפן?

די פרייזען פאלען צוליב דעם אז די גוים ווילען אלע אוועק מאפען און באקומען גוטע פרייזען כ״ז די ריעל עסטעיט מארקעט איז נאך גאנץ הויעך. למעשה אבער פאלט גאנץ נוא יארק ממילא פאלט סטעטן איילענד אויך. איז אבער יעצט א גוטע צייט צו קויפען.
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

פאלקס קיך האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:סאטמער וואלט שיין מצליח געווען לדעתי. ספיציעל דער מידל קלעסס בארא פארקער עולם וואס זוכט א נוא יארק סיטי לייפסטייל און מיטן שטאט.

דארט איז דא גענוג סאטמארע , ביידע סאטמאר האבן גענוג קינדער וואס קומען טעגליך מיטן באס פון סטעטען איילענד

אבער וויבאלד ביידע סאטמאר האבן שטעטלעך און שטעלן צו פאר מענטשן צו מופן ווי למשל
לעיקוואד
בלומינגבורג
קרית יואל
ביידע סאטמאר מאנסי נעמט אויף בסדר פנים יפות זייערע חסידים וואס מופן

איז פילט נישט די חסידות קיין פרעשור אריינצוטאנצען צו שטיפן א פאריעקט אין די סיטי , די שכל זאגט אז די מופסט שוין יא , דאן מופ אוועק פון די סיטי , פאר די מענטשן וואס ווילן סיטי לייף דארפן נישט די חסידות צו שטעלן אדער פילן עס נישט פאר וויכטיג , אידישליך גערעדט נאכדערצו פאר די סאטמארע שיטה באלאנגט צו וואינען אינדרויסן פון שטאט , די וואס די רופסט אן מידעל קלעסס סאטמארע בארא פארקע ..מופן נישט קיין סטעטען איילענד, די וועלן זיכער מאכן זיך אנצו'חובת'ן צו וואינען אין בארא פארק , פאקט באווייזט נאך אלס אז די וואס האלטען זיך צו א חשוב'ע קלאס מופן נישט אזוי גרינג , און זיכער נישט צו קיין נייע פלאץ ווי סטעטן איילענד נאכדערצו אן מוסדות און א נארמאלע בית המדרש .

אינטרעסאנט, ווייל פון אנדערע קרייזען ווי למשל גער, באבאוו, סקווער, בעלזא און עמך חסידישע אידען איז דווקא יא דער בעלעבאטישער מידל קלעסס די וואס מאפען קיין סטעטן איילענד. סטעטן איילענד איז גענוי געמעטשט פארן עולם וואס איז בעלעבאטיש און תורה׳דיג חסידיש. אין סאטמער האט דער קלעסס א מקום בעיקר אין ברוקלין, בארא פארק און וויליאמסבורג.
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

מפי השמועה: סקווערער חסידים פון סטעטן איילענד האבן אפגעקויפט נאך א בנין וואס גרעניצט זיך מיט דעם ערשטער בנין זיי האבן געקויפט פאראיאר. זיי האפן און פלאנען צו בויען א ריזיגער בית מדרש אויפן פארגרעסערטן שטח בס״ד.
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

נייעס.
1. עס מאפען כסדר אריין משפחות אין סטעטן איילענד, בערך פינעף ביז זיבן נייע משפחות פער חודש.
2. דער רב פון קאפיטשניץ׳ער ביהמ״ד, הרב פלינטענשטיין בן כ״ק אדמור מקאפטשיניץ-ירושלים שליטא, פירט א שיינעם טיש/באטע יעדן פרייטיג צונאכטס ביי זיך אין שול, אין צוזאמענהאנג מיט א שעור באוה״ח.
3. סקווערער חסידים האבען זיך אונטערגעגארטעלט און זיך אונטערגענומען צו בויען א שיינעם בית מדרש מיט א מקווה. דער פראיעקט דארף צו קאסטן צוויי א האלב מיליאן דאללער. דער רביס זון איז צוגאסט געקומען און אנגעהויבן דעם קעמפעין. יעדער מעמבער דארף האבן א פעידש ווערט חמישים אלפים! השם יצליח דרכם.
4. דער שאטטעל קיין בארא פארק פאהרט אן טיים טעגליך.
5. טרענספארטעישן פאר תשבר קלאפט ווי א זייגער. פרייז איז געפאלען צוליב דער גרויסער צאהל קינדער, (איבער 17 פילע באסעס), און צוליב פאזיטיווער פאליטישער קרעפטן.
6. א נייער חסידישער ת״ת גרונט זיך לשנת תשפ״א בס״ד.
יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי קאכט »

נאכנישט געווען באריכטעט דא א נייע פליישיגע טשייניז (כינעזער) געשעפט האט זיך געפענט דא אין שטעטעל מיט טארנאפאל הכשר
אטעטשמענטס
IMG-20191201-WA0123.jpg
IMG-20191201-WA0123.jpg (144.42 KiB) געזען 4902 מאל
IMG-20191201-WA0090.jpg
IMG-20191201-WA0090.jpg (228.53 KiB) געזען 4902 מאל
Screenshot_20191201-180856_WhatsApp Business-1079x1584.jpg
Screenshot_20191201-180856_WhatsApp Business-1079x1584.jpg (211.88 KiB) געזען 4902 מאל
יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי קאכט »

נאך
אטעטשמענטס
IMG-20191201-WA0100.jpg
IMG-20191201-WA0100.jpg (181.08 KiB) געזען 4805 מאל
IMG-20191201-WA0125.jpg
IMG-20191201-WA0125.jpg (174.24 KiB) געזען 4890 מאל
IMG-20191201-WA0126.jpg
IMG-20191201-WA0126.jpg (175.14 KiB) געזען 4890 מאל
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

יא. רעסטאראנטן זענען פיין. אבער מדארף אבער דריגענד האבן דא בעיסיק אידישע ביזנעסער. ווי למשל א פיש סטאר, הארדוועיר סטאר, בעיקערי, בוטשער סטאר און קלינערס.
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א באזוכט די בליענדע קהילה אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א באזוכט די בליענדע קהילה אין סטעטן איילענד!!!
אטעטשמענטס
image1.jpeg
image1.jpeg (175.38 KiB) געזען 4507 מאל
image4.jpeg
image4.jpeg (170 KiB) געזען 4507 מאל
image5.jpeg
image5.jpeg (195.4 KiB) געזען 4507 מאל
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א באזוכט די בליענדע קהילה אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א באזוכט די בליענדע קהילה אין סטעטן איילענד!!!
אטעטשמענטס
image6.jpeg
image6.jpeg (215.48 KiB) געזען 4504 מאל
image0.jpeg
image0.jpeg (203.29 KiB) געזען 4504 מאל
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

נייע ביהמ"ד דחסידי סקווירא סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

אין די טעג איז געלאזט געווארן אין גאנג א מאסיוון קאמפיין אהערצושטעלן דעם נייע און מעכטיגע בנין דחסידי סקווירא אין סטעטן איילענד!

אויף דערווייל האלטן שוין די התחייבות'ן העכער א האלב מיליאן דוללער.
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

שיין צו זען
שכוח פיטום!! מ׳בענק מיר זיך נאך דיר
זאל די זאך מצליח זיין
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:יא. רעסטאראנטן זענען פיין. אבער מדארף אבער דריגענד האבן דא בעיסיק אידישע ביזנעסער. ווי למשל א פיש סטאר, הארדוועיר סטאר, בעיקערי, בוטשער סטאר און קלינערס.

וואס טוט זיך מיט די נייע גרויסע פענסי גראסערי וואס האט געדארפט קומען? ווי האלט עס ?
יענקל אלצווייסער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל אלצווייסער »

קען איינער ביטע לייגן א גוגל מעפ לינק צו די היימישע געגענט?
טראכט גוט וועט זיין גוט, טראכט גארנישט וועט זיין נאך בעסער!
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

וויזניצער רבי פון בארא פארק וועט צינדען חנוכה לעכט פארן ציבור דעם מיטוואך אין סטעטן איילענד.
normal guy
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 9:09 am

chssidish map of staten island

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך normal guy »

אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:וויזניצער רבי פון בארא פארק וועט צינדען חנוכה לעכט פארן ציבור דעם מיטוואך אין סטעטן איילענד.

אין זיי ישיבה גדולה?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:יא. רעסטאראנטן זענען פיין. אבער מדארף אבער דריגענד האבן דא בעיסיק אידישע ביזנעסער. ווי למשל א פיש סטאר, הארדוועיר סטאר, בעיקערי, בוטשער סטאר און קלינערס.

פארוואס דארפסטי א אידישע קלינערס?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

אוהב ספרים האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:וויזניצער רבי פון בארא פארק וועט צינדען חנוכה לעכט פארן ציבור דעם מיטוואך אין סטעטן איילענד.

אין זיי ישיבה גדולה?

יא.
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

ב"ה, גאר געהויבן איז געווען חנוכה ליכט צינדן מיטן וויזשניצער רבין אין סטעטן איילנד. צוליב דעם ריזיגען עולם האט מען גערוקט דאס צינדן צום גרויסן יאנג איזראעל זאל.
מימוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מימוני »

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:ב"ה, גאר געהויבן איז געווען חנוכה ליכט צינדן מיטן וויזשניצער רבין אין סטעטן איילנד. צוליב דעם ריזיגען עולם האט מען גערוקט דאס צינדן צום גרויסן יאנג איזראעל זאל.

ס'איז דא א וויזשניצע ציבור אין סטעטן איילענד?
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

יא. ס׳זענען דא בערך פינעף און צוואנציג וויזניצער משפחות פון אלע אדמורים אינאיינעם. אויסער דעם איז אויך דא דער וויזניצער ישיבה גדולה בנשיאות האדמור מוויזניץ רבי יעקב יוסף בההרב רבי פנחס שלום זצ״ל מבארא פארק. די ישיבה מיטן דארמיטארי געפונען זיך אין הארץ פונעם היימישן ווילאוברוק געגנט.
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

נייעס
1 סמאפען אריין וועכענטליך ב״ה נייע היימישע משפחות קיין סטעטן איילענד, בעיקר פון בארא פארק אבער אויך פון ווילי.
2 דער סקווירער עולם וואקסט און זענען מצליח אינעם קעמפעין צו בויען א נייעם בית מדרש.
3 הרב י״י דשייעקובסון האט געהאלטען גאר א שיינעם דרשה אין גראסווארדיינער ביהמ״ד לכבוד דעם סיום השס פון דף היומי. סזענען געווען איבער 300 אידן.
4 דער סקול באס סיסטעם קיין בארא פארק ארבעט זיך שיין אויס בס״ד.
5. מיר האפן אז אלול עפנט זיך דער נייער ת״ת אי״ה.
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

וועלכע ת''ת עפענט זיך?
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

דער בוללעטין צציכענט א יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

דער בוללעטין צציכענט א יאר
אטעטשמענטס
דער בוללעטין פרשת ויחי
דער בוללעטין פרשת ויחי
0001.jpg (638.03 KiB) געזען 3170 מאל
דער בוללעטין פרשת ויחי
דער בוללעטין פרשת ויחי
0002.jpg (557.44 KiB) געזען 3170 מאל
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

דער בוללעטין פרשת שמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

דער בוללעטין פרשת שמות
אטעטשמענטס
דער בוללעטין פרשת שמות
דער בוללעטין פרשת שמות
0001.jpg (672.65 KiB) געזען 3167 מאל
דער בוללעטין פרשת שמות
דער בוללעטין פרשת שמות
0002.jpg (451.36 KiB) געזען 3167 מאל
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”