שכונת בלומינג-גראוו, קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dont care »

ניקעל האט געשריבן:דאס הענגט היינט אין בית המדרש ראדאוויץ. איך בין געווען נעכטן ביי שלש סעודות ווען די רב שליט"א האט גערעדט דע ענינים העומדים על הפרק.

ממנו ילמדו מחלוקת איז ערגער פין אלעם
אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dont care »

משה חיים פנחס האט געשריבן:
20200125_235306.png

20200126_000152.png

20200126_000214.png

שכח מ ח פ פארן אהערטאן דעם גאלדענעם פאפיר
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

ניקעל האט געשריבן:דאס הענגט היינט אין בית המדרש ראדאוויץ. איך בין געווען נעכטן ביי שלש סעודות ווען די רב שליט"א האט גערעדט דע ענינים העומדים על הפרק.


דאכט זיך אז סיי ביידע 2 ק״ק סאטמאר און סיי אדמו״ר מצאנז זמיגראד וואס אינאיינעם בילדן זיי כמעט 100% פון די שטאט ווילן דייקא לכה״פ 2 אידן טראסטיס אזוי ווי אין בלומינגבורג איז געווארן שטיל דייקא זייט ס׳איז דא אידישע פארטרעטערס

ווי ר׳ משה דוד נידערמאן האט דאס מסביר געווען ביים אסיפת הרבנים דארטן אז יעדער גוי פארשטייט און רעספעקט ״פעיר רעפרעזענטעישאן״ און אידן קענען האבן לכה״פ 2 ערוועלטע ווען באמת באזיצן זיי מער לאנד, הייזער און נפשות מיט א קלארע רוב

דערווייל האט דער ראדאוויצער געזאגט אז ער איז נישט קלאר און האט נישט קיין קבלה דעריבער שטיצט דער דערווייל איין איד דער ציבור איז פאראייניגט און ערווארט דעם ענדגילטיגן פסק פון די 2 סאטמארע רבנים און זמיגראדער רבי ווען ער קומט אהיים פון אר״י ס׳וועט בלייבן אינטרעסאנט מיטצוהאלטן די ווייטערדיגע תוצאה
לעצט פארראכטן דורך די נקודה אום זונטאג יאנואר 26, 2020 2:44 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

זייער נייגעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אויב איינער קען מיר (נ.ב. איך וואוינישט אין בב"ג אבער איך באגלייט שוין ארום צוואנציג יאר דעם נושא פון דירות און ישובים שונים) אביעקטיוו מסביר זיין דעם הסבר פון איין איד ואסביר הקושיא
אויב טאר ניט זיין קיין איד טאר דאך קיינער נישט
אויב מ'מעג נאר אויב מען טוט אויף דארף מען דאך פרובירן א מאיאריטעט דוקא
עפעס מיין איך פעלט דא אינאפארמאציע
הכו"ח ביותרת הכבוד
זיידי
מראשוני תלמידי ר' יצחק מרדכי מייזעלס שליט"א בישיבה קטנה ד'סאטמער הנודע כעת הרב מראדיוויץ בב"ג
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dont care »

ער שרייבט אז מפני דרכי שלום מאכט ער א פשרה וואס פארשטייסטע נישט
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

lebediger berel האט געשריבן:אויב איינער קען מיר (נ.ב. איך וואוינישט אין בב"ג אבער איך באגלייט שוין ארום צוואנציג יאר דעם נושא פון דירות און ישובים שונים) אביעקטיוו מסביר זיין דעם הסבר פון איין איד ואסביר הקושיא
אויב טאר ניט זיין קיין איד טאר דאך קיינער נישט
אויב מ'מעג נאר אויב מען טוט אויף דארף מען דאך פרובירן א מאיאריטעט דוקא
עפעס מיין איך פעלט דא אינאפארמאציע
הכו"ח ביותרת הכבוד
זיידי
מראשוני תלמידי ר' יצחק מרדכי מייזעלס שליט"א בישיבה קטנה ד'סאטמער הנודע כעת הרב מראדיוויץ בב"ג

וואלט אויך הנאה געהאט פון א הסבר.
שויתי ה' לנגדי תמיד
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אונז פאלגן די רבנים וויאזוי די פסק זאל נאר זיין אנע הסברים.

אבער פשוט איז, אז צווישן איין אדער צוויי איז דאך נישט קיין גרויסע חילוק. מען זעט די צאל שטימען פון די פאראייניגטע וואל כוחות, און קיין מיאיריטעט איז דאך סייווי נישטא.
איין איד אויף א בארד פון פינעף וואלט יעדער נארמאלער גוי פארשטאנען, אין א צייט ווען די אידן זענען בערך האלב אין צאל, און האלט אין איין שטייגן. עס צייגט נישט אז מען זוכט איבערצונעמען מאכט, עס צייגט אז מען וויל equal representation. נאכמער, דער גוי זעט אז דער איד האט א געלעגנהייט אריינצושטעלן 2, אבער שטעלט אריין נאר איינס. דאס זאגט עפעס.

דער ראדאוויצער וויל פארמיידן א געפעכט מיט די גוים אויף אלע קאסטן, און ער מאכט סענץ. העכסטנס ווען די צאל אידן וועלן נאכמער וואקסן צו רוב רובו פונעם ווילידזש וועט מען דאן אריינשטעלן נאך אידן.
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

סאיז אביסל טיפער.
דער גוי וועט זען ערשטענס אז דער איד האט א כוח אין קען אריינוועלן וועם ער וויל,
אין נאכדעם ער האט טאקע נאר אריינגעוועלט איינעם ווייל ער זיכט זיך נישט צו שלאגן מיט דיר נאר ער וויל זאלסט אים באהאנדלען מיט יושר.
האפענטליך וועט ער פארשטיין אין אנהייבן מיטארבעטן מיט די אידן.
עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסן פאר אידן »

ר' יום טוב האט געשריבן:אונז פאלגן די רבנים וויאזוי די פסק זאל נאר זיין אנע הסברים.

אבער פשוט איז, אז צווישן איין אדער צוויי איז דאך נישט קיין גרויסע חילוק. מען זעט די צאל שטימען פון די פאראייניגטע וואל כוחות, און קיין מיאיריטעט איז דאך סייווי נישטא.
איין איד אויף א בארד פון פינעף וואלט יעדער נארמאלער גוי פארשטאנען, אין א צייט ווען די אידן זענען בערך האלב אין צאל, און האלט אין איין שטייגן. עס צייגט נישט אז מען זוכט איבערצונעמען מאכט, עס צייגט אז מען וויל equal representation. נאכמער, דער גוי זעט אז דער איד האט א געלעגנהייט אריינצושטעלן 2, אבער שטעלט אריין נאר איינס. דאס זאגט עפעס.

דער ראדאוויצער וויל פארמיידן א געפעכט מיט די גוים אויף אלע קאסטן, און ער מאכט סענץ. העכסטנס ווען די צאל אידן וועלן נאכמער וואקסן צו רוב רובו פונעם ווילידזש וועט מען דאן אריינשטעלן נאך אידן.


זייער קלאר, מאכט שטארק סענס, בפרט יעצט ווען עס איז דא אזויפיל אנטיסעמיטיזעם איבעראל דארף מען אכט געבן מער ווי געווענליך.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

l

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

עסן פאר אידן האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:אונז פאלגן די רבנים וויאזוי די פסק זאל נאר זיין אנע הסברים.

אבער פשוט איז, אז צווישן איין אדער צוויי איז דאך נישט קיין גרויסע חילוק. מען זעט די צאל שטימען פון די פאראייניגטע וואל כוחות, און קיין מיאיריטעט איז דאך סייווי נישטא.
איין איד אויף א בארד פון פינעף וואלט יעדער נארמאלער גוי פארשטאנען, אין א צייט ווען די אידן זענען בערך האלב אין צאל, און האלט אין איין שטייגן. עס צייגט נישט אז מען זוכט איבערצונעמען מאכט, עס צייגט אז מען וויל equal representation. נאכמער, דער גוי זעט אז דער איד האט א געלעגנהייט אריינצושטעלן 2, אבער שטעלט אריין נאר איינס. דאס זאגט עפעס.

דער ראדאוויצער וויל פארמיידן א געפעכט מיט די גוים אויף אלע קאסטן, און ער מאכט סענץ. העכסטנס ווען די צאל אידן וועלן נאכמער וואקסן צו רוב רובו פונעם ווילידזש וועט מען דאן אריינשטעלן נאך אידן.


זייער קלאר, מאכט שטארק סענס, בפרט יעצט ווען עס איז דא אזויפיל אנטיסעמיטיזעם איבעראל דארף מען אכט געבן מער ווי געווענליך.

גוטע פוינט
שויתי ה' לנגדי תמיד
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

בקיצור ס׳איז נישט קיין שאלה פון הלכה נישט השקפה נישט פון קבלה
יעדער מאן דהו האט זיך דא געמאכט א מיינונג מיט א גאנצע סמכות און פארשטאנד צום גוי פונקטליך וואס דער גייט יא פארשטיין און ווען ער גייט זיין א קלענערע אנטיסמעיט

פאר פינף און פערציג יאר צוריק איז גארנישט געווען אנדערש די זעלבע אנטיסעמיטן האבן געבונטעוועט דעמאלט גענוי און אפשר נאך שטארקער פון היינט

רבינו הק׳ האט נאך אלץ געוואלט א שטעטל וויסנדיג די אלע חששות און איז אפילו דורכגעפאלן עטליכע מאל דורך דעם און האט דאס נאר געקענט אויספירן מכח אל הפועל און מאכן קרית יואל נאך אלע שטערונגען דעיס קוקט אויס צו זיין די נר לרגלי תושבי בלומינג גראוו העכער אלע היינטיגע פארשטייער און מקוה זאגער
משה חיים פנחס
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 8:43 pm

פת שחרית היינט לטובת יו דשעי סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חיים פנחס »

IMG-20200126-WA0163.jpg
IMG-20200126-WA0163.jpg (230.63 KiB) געזען 699 מאל

IMG-20200126-WA0142.jpg
IMG-20200126-WA0142.jpg (159.26 KiB) געזען 699 מאל
עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסן פאר אידן »

די נקודה האט געשריבן:רבינו הק׳ האט נאך אלץ געוואלט א שטעטל וויסנדיג די אלע חששות און איז אפילו דורכגעפאלן עטליכע מאל דורך דעם און האט דאס נאר געקענט אויספירן מכח אל הפועל און מאכן קרית יואל נאך אלע שטערונגען דעיס קוקט אויס צו זיין די נר לרגלי תושבי בלומינג גראוו העכער אלע היינטיגע פארשטייער און מקוה זאגער


קרית יואל האט גענימן א ליידיגע שטח און זיך באזעצט דערין מיט אייגענע ערוויילטע
מען האט נישט גענימען א גויאיש ווילעדזש צו עס איבערדרייען אויף א אידישע פארטרעטערשאפט.
משה חיים פנחס
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 8:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חיים פנחס »

עסן פאר אידן האט געשריבן:
די נקודה האט געשריבן:רבינו הק׳ האט נאך אלץ געוואלט א שטעטל וויסנדיג די אלע חששות און איז אפילו דורכגעפאלן עטליכע מאל דורך דעם און האט דאס נאר געקענט אויספירן מכח אל הפועל און מאכן קרית יואל נאך אלע שטערונגען דעיס קוקט אויס צו זיין די נר לרגלי תושבי בלומינג גראוו העכער אלע היינטיגע פארשטייער און מקוה זאגער


קרית יואל האט גענימן א ליידיגע שטח און זיך באזעצט דערין מיט אייגענע ערוויילטע
מען האט נישט גענימען א גויאיש ווילעדזש צו עס איבערדרייען אויף א אידישע פארטרעטערשאפט.

בלומינגראוו וועט טאן וואס זייערע רבנים וועלן הייסן בעזר השם די מיינונגען דא זענען נישט מעלה ומורד אויב וועט למעשה זיין פארשידענהייטן וועט יעדער פאלגן זיין רב.

געגאנגען ווייטער
משה חיים פנחס
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 8:43 pm

מאסיווער געלט קאמפיין געלאזט און גאנג לטובת יו דשעי סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חיים פנחס »

מהיכן ירק זה חי — ניתן בעד נפשינו:

מאַסיווער קאַמפּיין פּראָקלאַמירט ״פון בלומינגראָוו פאַר בלומינגראָוו״ צו העלפן פינאַנצירן וואַקסנדע קאָסטן פון די עסקנות ושתדלנות אונטערנעמונגען לטובת עירנו ותושבי׳
אָנגייענדע פּראָיעקטן, ערעפענונג און אויפהאַלטונג פון אָפיס, אַדוואָקאַטן און לעגאַלע קאָסטן, מאַטריאַל, קאָמיוניטי סערוויסעס, קאָסטן אָפּ שווערע געלטער, וואָס די עסקנים מוזן אויפקומען כדי די לעבנסוויכטיגע פּעולות זאָלן קענען ווייטער פאָרזעצן אָן קיין אָפּשטעל

תושב לתושב מצטרף: באַשיידענער אָבער פעסטער קאמפּיין אונטערגענומען צו באַשטייערן יעדן תושב מיט לכה״פ $72 וואָס זאָל העלפן פאָרזעצן די עסקנות-אונטערענעמונגען לטובתינו ולטובת שכונתינו, איבערהויפּט שטייענדיג יעצט אין דער קריטישער תקופה זיך גרייטנדיג צו היסטאָריש-וויכטיגע וואַלן, וואו דער קאַמפּיין ווערט פאָרגעזען אַריינצוציען אין גרויסע געלטער • יעדער בלומינגראָווער איינוואוינער שליסט זיך אָן!


ופניתי עליכם: געטרייע עסקנים וועלן אַרומגיין קומענדיגע וואָך אין די לאָקאַלער בלומינגראָווער בתי מדרשים; האָפענונג און ערוואַרטונג אַז דער ציבור וועט זיי אַנטפאַנגען מיט האַרציגן געפיל און אָפענע אָרעמעס, צו שענקען דעם ריכטיגן חיזוק פאָרצוזעצן און פּראָגרעסירן מיט׳ן אויפגעבויעטן כח העסקנות לטובת כל אחד ואחד מתושבי עירנו!



בלומינגראָוו — אין ברען פון די פילע אונטערנעמונגען אויף אלע פראָנטן וואו מ׳שטייט און מ׳טוט אָן אַן אויפהער מיט אַ העפטיגן פיבער לטובת הציבור, לטובת העיר, לטובת התושבים, האָבן די געטרייע עסקנים העומדם בראש המערכה אַרויסגעגעבן אַ הארציגן רוף פאַר הילף, אַז מ׳מוז אונטערנעמען דרינגענד אַ מאַסיווער קאמפּיין צו העלפן דעקן די וואקסנדע קאָסטן פון די פּעולות העסקנות והשתדלנות פאר׳ן ציבור דאָהי אין בלומינגראָוו.
פאַר תושבי עירנו דאַרף מען נישט קיין סאך ערקלערן און דערציילן. דער ציבור האַלט מיט פונדערנאָנט, סיי טאַקע דורך די שפּאַלטענעס פון אונזער ״שטימע״ און סיי וואָס מ׳הערט פון די עסקנים פּערזענליך, וואָס יעדער פון די עסקנים באַזונדער איז אין אַ בחינה פון ״בתוך עמי אני יושבת״; אַליין איינפאַכע איינוואוינער פון בלומינגראָוו, תושב בין תושבים, אנשים אחים ושכנים, וואָס דינען פּשוט אַלס שליחי הציבור, און אַרבעטן אינאיינעם כאיש אחד ובלב אחד אויף יעדן פראָנט וואָס נאָר שייך צו העלפן אונז אַלע בויען אַ בעסערן עתיד בעז״ה.
אָבער, ווי די עסקנות פאַרצווייגט זיך, ווי די שתדלנות פאַרברייטערט די פליגלען, אויף אַזויפיל הינזיכטן מיט אַזאַ ברייטן אויסוואַל פון פּעולות, הייבט דער פינאַנציעלער זייט אָן צו דרוקן אויף די פּלייצעס פון די עסקנים, וועלכע זענען טאַקע גרייט זייער צייט און ענערגיע אַוועקצוגעבן מיט האַרץ און געפיל, שלא על מנת לקבל פּרס, בלויז נאָר עסקנות לשם עסקנות, אָבער די גרויסע קאָסטן אין וואָס דאָס ציעט אַריין איז נישט מעגליך זיי זאָלן קענען אַליין דערהייבן, און זיי מוזן דערצו צוקומען צו די הילף פונעם גאַנצן ציבור וועמען זיי טוען פאַרטרעטן.
אַן אונטערנעמונג וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מתחילה קליין און באַשיידן, מיט געציילטע פּעולות, איז עווענטועל אויסגעשטיגן — לויט׳ן געברויך און פאַרלאַנג — אין אַ פולשטענדיגע קערפּערשאַפט, מיט אַ פונקציאָנירנדן אָפיס מיט אַ גאַנצער ריי אַקטיוויטעטן, אויסגעשטאַט אויפצונעמען פאַרלאַנגען פונעם ציבור, אַרויסצוהעלפן יחידים אָפּקעמפן ווייאָלעישאָנס, שליכטן פּראָבלעמען, שתדל׳ן פאַר אונזערע רעכטן, בתי מדרשים, קהלות, פּאַרקינג, זיך אָפּגעבן מיט כל׳ערליי אישוס וואָס זענען נוגע די שטאָט בכלליות ובפרטיות.
דערצו האָט זיך געפאָדערט, בכדי איינצופעדימען די נויטיגע קאָמיוניקאַציע מיט תושבי העיר, דער ציבור זאל מיטהאלטן די פּעולות און שטיין פאַראייניגט פאַר יעדע זאַך וואָס איז נוגע ווען מ׳דאַרף האָבן אַלע איינוואוינער אינאיינעם כאיש אחד ובלב אחד פאַר אונזער עתיד, אָנצוהייבן ערשיינען מיט פאַרשידענע ערליי מודעות, אַנאָנסן, רעקלאַמעס, דורכצופירן אַ רעגיסטראַציע-דרייוו, ערשיינען מיט פאַרשידענע אויפקלערונגס מאַטריאַל און אָנווייזונגען, מיט׳ן הויכפּונקט טאַקע פונעם אַרויסגעבן די ״שטימע״, וואָס איז אויפגענומען געוואָרן מיט אַן אויסטערלישע אינטערעסע ביים ציבור.
מ׳דאַרף נישט קיינעם ערקלערן, אַז יעדער ריר קאָסט! אַדוואָקאַטן, אָפיס, סעקרעטאַר, קאָמיוניקאַציע סיסטעמס, רעקלאַמעס, שרייבערס, דרוקעריי, גראַפיסטן, פּאָסט, אָפּגערעדט אַז די דירעקטע קאָמיוניטי-סערוויסעס, אַ שטייגער ווי די פּאַטראָל-קאַרס אין די ימים טובים און נאָך פילע קלענערע און גרעסערע הוצאות וואָס זאַמלען זיך אָן און ליגט אויף דער פאַראַנטוואָרטליכקייט פון די קאָמיטע-מיטגלידער אויפצוקומען מיט די קאָסטן.
והעולה על כולנה: אָט שטייט מען יעצט בעפאָר אַ גרויסן וואַל-קאַמפּיין, וואָס איז קריטיש וויכטיג פאַר אונזער עתיד, און לויט אַלע וואַרשיינליכקייטן הענגט דער דרך הטבע׳דיגער עתיד פון דעם ווייטערדיגן קיום און בליה פון אונזער ישוב אין די עלעקשאָנס. יעדער פאַרשטייט אַז אַזאַ קאמפּיין וועט זיין קאָסטבאַר, אויפ׳ן ביליגסטן אופן וועט דאָס אַריינציען אין אַסאַך געלט, און בעת יעדע פּרוטה האָט אַ קלאָרן חשבון און ווערט באַגלייט מיט אַן אויסטערליש שטרענגער איבערזיכט, איז אָבער דאָ די ״ההכרח לא יגונה״ און דאָס וואָס מ׳מוז קען מען נישט שפּאָרן און אָפּהאַלטן.
די עסקנים האָבן פּרובירט אַליין, אָן צו דאַרפן באַלמוטשען דעם ציבור, צו שאַפן נדבות פון נדיבים בעם, אידן וואָס האָבן אַן אינטערעסע אין דער הצלחה פון דער שטאָט, און אַזוי אויך האָבן עטליכע פון די עסקנים און קאָמיטע-מיטגלידער אַליין אויסגעלייגט געלט פון אייגענעם טאַש, נישט וועלנדיג אַז געלט זאָל זיין אַן אָפּהאַלט פאַר סיי וועלכע הוצאה ס׳פאָדערט זיך לתועלת הענין, אַז גאָרנישט זאָל זיך נישט אָפּהאַלטן פון זיין צוגעשטעלט ״אין צייט״ צוליב אַ מאַנגעל אין פאָנדן.
אָבער למעשה ווי ס׳שטעלט זיך אַרויס איז ״אין הקומץ משביע״, און כדי צו קענען פאָרזעצן ווייטער מיט די אַלע פאַרצווייגטע אַקטיוויטעטן מוז מען האָבן הילף פון דעם אייגענעם ציבור, די אייגענע תושבים, וואָס לעבן מיט די פּראָבלעמען, ווייסן פון די פּלאָגענישן וואָס מ׳מאַכט מיט אין די אַלע הינזיכטן, ס׳גייט זיי\אונז אין לעבן אַריין צו זען אַ טויש בעז״ה און אז די פּעולות זאָלן פאָראויסגיין, אז יעדער זאָל זיך אָנשליסן מיט כאָטש אַ מינימאלע סומע ״פון בלומינגראָוו פאַר בלומינגראָוו״.
יעדע פּרוטה וואָס קומט אַריין ווערט שטרענג אָפּגעהיטן, און יעדע החלטה וויאַזוי אויסצוגעבן דאָס געלט און וואו אויסצוגעבן ווערט געפאַסט ״בלויז״ דורך די קאָמיטע-מיטגלידער, תושבי עירנו, צונויפגעשטעלט פון אַלע קהלות אין שטאָט, וועלכע האָבן דאָס לעצטע וואָרט צו פאַרזיכערן אַז אַלעס ווערט געטון לויט ווי ס׳איז דער רצון פון די איינוואוינער, און קיין שום זייטיגע אינטערעס קען נישט באַאיינפלוסן דעם פּראָצעדור, נאָר אויסשליסליך בלויז דער ״טובת העיר וטובת הציבור״.
אי״ה תיכף נאָך שבת די קומענדיגע וואָך וועלן די עסקנים זיך אַרויסלאָזן איבער די בתי מדרשים, אַרומגיין צווישן די מנינים און פּרובירן אָנצוקומען צו יעדן איינעם פּערזענליך אָפּנעמען דעם מינימאַלן חלק צו פאַרזיכערן אַז די דרינגענדע פּעולות לטובתינו קענען ווייטער פאָרזעצן אָן קיין איבעררייס, און געלט זאל נישט זיין קיין אפּהאלט ווען ס׳קומט לטובתינו.
די עסקנים טוען אונטערשטרייכן אַז יעדער דאַרף געדענקען און האלטן פאר די אויגן: מיר האָבן אַלע אינוועסטירט שוין דאָ אַזויפיל געלט, אַזויפיל צייט, אַזויפיל קאָפּ און מח, אַזויפיל הארץ און געפיל, דאָהי אין דעם פּלאץ וואס מיר האָבן אויסגעקליבן צו וואוינען פאַר אונזער עתיד. אָט די קליינע סומע וואָס ווערט יעצט פארלאנגט איז דאָך ממש אַ נישטיגקייט, א שיבוש, צו פארזיכערן אַז אָט די גאַנצע אינוועסטמענט אונזערע פון אַלע יאָרן צאָלט זיך אויס בעז״ה און מיר זאָלן קענען וואוינען אין אַ שטאָט וואָס איז פריינטליך צו אונזערע אינטערעסן און מיר ווערן נישט באַקריוודעט ח״ו.
פאַר דער באַקוועמליכקייט פון די תושבים האָט מען צוגעשטעלט די מעגליכקייט צו קענען אַריינרופן אין אָפיס מיט זייער אָנשלוס, ווי אויך איז דאָ די אָפּציע צו קענען באַצאָלן עלעקטעראָניש, לויט ווי באַזונדער אָנגעגעבן אויף די רעקלאַמעס אויף אַן אַנדער אָרט אין היינטיגן נומער.
גלייכצייטיג דרוקן די עסקנים אויס א הארציגע בקשה, צו די אַלע וואָס וואוינען דאָ נאָר אַ טייל פונעם יאָר אא״וו, אַז זיי זאָלן נישט איגנאָרירן דעם געבעט און אפּיעל פאַר דעם אייגענעם וואוילזיין, נעמט אייער חלק אין די עסקנות לטובתכם, נישט צו דאַרפן זיין אויסגעשטעלט צו קיין פּראָבלעמען, אומ׳יושר׳דיגע שטייערן און ווייאָלעישאָנס אא״וו. מיר אַרבעטן פאַר די הצלחה פון דער גאַנצער שטאָט, העלפט אונז אָנגיין ווייטער!
די זעלבע בעט מען פון איינוואוינער וועלכע האָבן די מעגליכקייט צו בעטן פון זייערע נאָענטע, חברים און ביזנעס-פאַרבינדעטע זאָלן זיך באַשטייערן מיט סכומים פאַר דעם גאָר וויכטיגן צוועק פון העלפן אַ אידישע שטאָט זיך סטאביליזירן אַלס פּערמאַנענטער עיר מושב, זאָלן זיי פאַרבינדן מיט די עסקנים, איבערגעבן די אינפאָרמאַציע, און צוהעלפן צום מאַקסימום סוקסעס פונעם קאמפּיין, וואָס באַדייט בעצם דער סוקסעס פון יעדן יחיד ויחיד!
ס׳איז צום האָפן און ערוואַרטן אַז דער קאמפּיין וועט בעז״ה אָנשלאָגן דעם ריכטיגן טאָן, ״יעדער״ מתושבי העיר וועט זיך אָנשליסן בלב ובנפש חפיצה, פאַרשטייענדיג דעם ״חובת השעה״, דעם ״אחריות המצב״, אַז כל אשר לנו ניתן בעד נפשינו, בעד משפחתותינו, בעד עתידתינו, שענקען אונזער מינימאַלן חלק האַרצן-גערן, פאַר אונזער אייגענע קערפּערשאַפט וואו מיר זענען אַלע אייניג פאַרטרעטן, כד מיר זאָלן קענען פאָרזעצן לגור בעיר הזאת, מיט הרחבת הדעת און רואיגקייט, ובשם ה׳ נעשה ונצליח!

*יעדער שליסט זיך אָן — בלומינגראָוו פאַר בלומינגראָוו!*


20200123_215218.png
20200123_215218.png (555.13 KiB) געזען 614 מאל

20200123_215255.png
20200123_215255.png (396.5 KiB) געזען 614 מאל

20200123_215119.png
20200123_215119.png (413.53 KiB) געזען 614 מאל
משה חיים פנחס
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 8:43 pm

עסקנים זענען מזכיר ביים זימיגראדן רבין איידער אפרייזן קיין ארץ הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חיים פנחס »

אורח לצדיק מישרים, מעגל צדיק תפלס:

תושבי ועסקני בלומינגראָוו באַגלייטן מיט התרגשות כ״ק אדמו״ר מצאַנז זמיגראַד שליט״א עלי דרכו אויף זיין נסיעה לארה"הי׳ נא מצליח את דרכי:

חברי הועד פון יו.זשעי.סי. געבן איבער קוויטל פאַר כ״ק אדמו״ר שליט״א צו מתפּלל זיין ביי די קברי אבותינו ורבותינו הקדושים נבג״מ אשר בארץ המה, צו מצליח זיין אין די
אונטערנעמונגען און עסקנות לטובת תושבי עירנו צו קענען וואוינען און מרחיב זיין די גבולי הקדושה מתוך הרחבת הדעת






בלומינגראָוו. — מיט רגשי כבוד והערצה, און מיט אַ ווארעמע ברכה פון ״כי מלאכיו יצוה לך״ האָבן תושבי בלומינגראָוו באַגלייט כ״ק אדמו״ר מצאנז זמיגראד שליט״א עלי דרכו צלחה לארצינו הקדושה, וואו דער רבי שליט״א פאָרט בעז״ה זיך משטתח צו זיין אויף קברי אבות, אין באַגלייטונג פון א צאל חסידים ומעריצים וחברי הכולל און תושבי עירנו, כדי אינאיינעם אויסצובעטן דבר ישועה ורחמים בעז״ה בזכות הקדושים אשר בארץ המה.
חיבה יתירה נודעת צו אונזער שטאָט בלומינגראָוו, אַז עלי׳ הניח את ראשו האי גאון וצדיק נשגב, חסידא ופרישא, נהורא נפישא, הוד כ״ק אדמו״ר מצאנז זמיגראד שליט״א, און דער רבי שליט״א האָט קובע געווען משכן וחצר קדשו בתוככי שכונתינו, וואָס האָט בלי ספק אויפגעהויבן דעם גאַנצן געגענט און צוגעגעבן אַן אומגעהויערן שטופּ צו דער געבענטשטער וואוקס פון אונזער שטאָט און בכלל צו דער הערליכער רוחניות׳דיגער אויפוואַכונג און תורה׳דיגער השפּעה לשם ולתפארת.
גדול מרבן שמו, דער צאנז-זמיגראדער רבי שליט״א איז נערץ ונקדש כערכו הנשגב והרם בקרב בית ישראל, ובפרט בתוככי שלומי אמוני ישראל, תלמידי וחסידי סאטמאר, נאך וואָס דער רבי שליט״א איז דער תלמיד נאמן פון מרן רבינו הקוה״ט זי״ע, סינ״י סינ״י לו נקרא ארי שבחבורה, נאָך טאַקע בימי קדם אין די הייליגע ישיבה של רבי אין ירושלים עיה״ק, ומאז שחר טל ילדותו איז דער רבי שליט״א דבוק ואדוק אין הייליגן רבי׳ן זי״ע און מקושר בכל נימי נפשו צו זיינע הייליגע ספרים, ולשמו ולזכרו תאוות נפשו כל הימים.
ובזמן שהצדיק בתוככי עירנו הוא הודה הוא זיוה והדרה, מיט זיין געוואלדיגן כח התורה, פרישות וצדקות, און מיט דער געהויבענער עבודת ה׳ משכמו ולמעלה גבוה, טוט דער רבי שליט״א פאַרשיינען און באַלייכטן די שטאָט. תושבי עירנו שפּירן א זכי׳ צו קענען וויילן במחיצתו און זענען נהנה פון דעם בית מקדש מעט וואָס דער רבי שליט״א האט אויפגעשטעלט דינענדיג אַלס תל תלפּיות פאר תושבי עירנו, און איז אויך אַ צענטער-פּונקט ותל תלפּיות בכלל פאר תושבי קרית יואל והגלילות, וועלכע קומען מיטהאַלטן די תפלות, מלוה מלכה׳ס בחצר קדשו, לשמוע לקח וליהנות עצה ותושי׳ פון רבי׳ן שליט״א על כל צעד ושעל ולקבל ברכותיו היוצאים מקרב לב טהור.
יעדער איינוואוינער שפּירט פאר א זכי׳ אַז צווישן אונז וואוינט אַזאַ געהויבענער איד, וואָס טאַטעס קענען צייגן די קינדער, אָט אַזוי קוקט אויס אַ תלמיד פון הייליגן רבי׳ן זי״ע, און דער רבי שליט״א איז טאַקע שטענדיג דולה ומשקה מתורת רבינו הקדוש זי״ע. תמיד קאָכט ער זיך מיט אַן אש להבה בדרכו ובשיטתו הקדושה פון רבי׳ן זי״ע, מיט דער ריינער און לויטערער דת תורה הברורה וואָס ער טוט שטענדיג חזר׳ן, זייענדיג דערמיט אַ ריכטיגער מעוז ומגדל ליראי ה׳ וחושבי שמו.
20200123_000457.jpg
20200123_000457.jpg (318.69 KiB) געזען 592 מאל


באופן מיוחד האָט דער רבי שליט״א אַן אָפענעם טיר פאר די עסקני עירנו, די חברי הועד פון ״יו.זשעי.סי.״, די שליחי הציבור פון אלע קהלות הקודש צו טון און אויפטון למען תועלת ועתיד עירנו ותושבי׳. צו יעדער צייט איז דער רבי שליט״א גרייט אויפצונעמען די עסקנים וועלכע קומען זיך שואל זיין בעצתו ובדעתו דעת תורה על כל צעד ושעל, צו פארזיכערן אַז אַלע פּעולות ווערן דורכגעפירט על פּי התורה אשר יורוך, לויט׳ן דרך התורה והמסורה לנו מדור דור. דער רבי שליט״א גיט אַוועק אַסאַך צייט כסדר אויסצוהערן די עסקנים, אָנצייגן הדרך ילכו בה, און באַגלייט די פּעולות מברכותיו הטהורות.
אַצינד, בעפאָר אַזאַ געלעגנהייט ווען דער רבי שליט״א לאזט זיך ארויס לקדושים אשר בארץ המה, צו פוקד זיין די ציונים הקדושים פון רבותינו שרפי מעלה, די תנאים ואמוראים, ראשונים ואחרונים, וועלכע זענען באַהאַלטן אין ארה״ק, האָבן די עסקנים אויסגעניצט די הזדמנות אַריינצוטראָגן אַ קוויטל פאר׳ן רבי׳ן שליט״א וואָס איז מזכיר אַז די אַלע פּעולות לטובת עירנו זאָלן עושה רושם זיין לטובה און מ׳זאָל קענען מצליח זיין אין די עבודת הקודש לטובת אידיש הייזער ולטובת הקהלות הקדושות, אַז אונזער ערליכער מקום מושב זאָל האָבן אַ קיום.
ובפרט אז מ׳שטייט יעצט אין אַזאַ באַדייטנפולער צייט, וואָס טראָגט אזא היסטארישן משמעות פאר אונזער שטאָט, האָבן די עסקנים באַזונדער געבעטן דעם רבי׳ן שליט״א מזכיר צו זיין און מתפּלל זיין אז הי׳ נא מצליח את דרכינו, דער רבוש״ע זאל באגלייטן אונזערע שריט און אונזערע פּעולות, אונז פירן אין ריכטיגן וועג, מ׳זאל זוכה זיין צו הצלחה וסייעתא דשמיא, צו דערגרייכן אונזער איינציגן ציל און תכלית צו קענען וואוינען און מחנך זיין אונזערע קינדער מיט הרחבת הדעת און דאַווענען און דינען דעם רבוש״ע אין אונזערע קהלות קדושות כאוות נפשינו הטוב.

IMG-20200124-WA0008.jpg
IMG-20200124-WA0008.jpg (348.51 KiB) געזען 592 מאל

דער זמיגראַדער רבי שליט״א האָט אויפגענומען די בקשה מיט אַ גרויס ווארעמקייט, זאָגנדיג פאר די עסקנים אַז ער וועט אוודאי זיי אינזינען האָבן, אַז דער רבוש״ע זאָל באַגלייטן אַלע פּעולות לטובה, אַז מ׳זאָל מצליח זיין צו קענען ווייטער וואוינען דאָ און אָנגיין מיט די הרחבת גבולי הקדושה מתוך הרחבה והרוחה, און בכלליות מתפּלל זיין פאַר אַלע תושבי העיר שיתברכו בכל משאלות לבבם לטובה ולברכה.
תושבי בלומינגראָוו זענען מתפּלל מקרב הלב, אז ישלח מלאכו לפניו, דער רבוש״ע זאָל שיקן די גוטע מלאכים צו באַגלייטן דעם רבי׳ן שליט״א ופּמליא דילי׳ עלי דרכם צלחה, צו קענען פאָרן און קומען געזונטערהייט, לפעול דבר ישועה ורחמים מיט די הייליגע תפלות היוצאים מלב טהור, עלינו ועל כל בית ישראל, ס׳זאָל אַריינקומען די ברכה והצלחה בכל מעשי ידינו, בלי שום מכשול ופּגע, מיר זאָלן באַגלייט ווערן מיט סייעתא דשמיא על כל צעד ושעל, ויתקדש שם שמים על ידו ועל ידינו, אמן.

*אשרי ירא ה׳ ההולך בדרכיו!*
עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסן פאר אידן »

משה חיים פנחס האט געשריבן:
עסן פאר אידן האט געשריבן:
די נקודה האט געשריבן:רבינו הק׳ האט נאך אלץ געוואלט א שטעטל וויסנדיג די אלע חששות און איז אפילו דורכגעפאלן עטליכע מאל דורך דעם און האט דאס נאר געקענט אויספירן מכח אל הפועל און מאכן קרית יואל נאך אלע שטערונגען דעיס קוקט אויס צו זיין די נר לרגלי תושבי בלומינג גראוו העכער אלע היינטיגע פארשטייער און מקוה זאגער


קרית יואל האט גענימן א ליידיגע שטח און זיך באזעצט דערין מיט אייגענע ערוויילטע
מען האט נישט גענימען א גויאיש ווילעדזש צו עס איבערדרייען אויף א אידישע פארטרעטערשאפט.

בלומינגראוו וועט טאן וואס זייערע רבנים וועלן הייסן בעזר השם


בלומינגראוו האט קיינמאל נישט ערוויילט קיינעם.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

עסן פאר אידן האט געשריבן:
די נקודה האט געשריבן:רבינו הק׳ האט נאך אלץ געוואלט א שטעטל וויסנדיג די אלע חששות און איז אפילו דורכגעפאלן עטליכע מאל דורך דעם און האט דאס נאר געקענט אויספירן מכח אל הפועל און מאכן קרית יואל נאך אלע שטערונגען דעיס קוקט אויס צו זיין די נר לרגלי תושבי בלומינג גראוו העכער אלע היינטיגע פארשטייער און מקוה זאגער


קרית יואל האט גענימן א ליידיגע שטח און זיך באזעצט דערין מיט אייגענע ערוויילטע
מען האט נישט גענימען א גויאיש ווילעדזש צו עס איבערדרייען אויף א אידישע פארטרעטערשאפט.


נא האסט דאך דא דעם שובר בצדו עכ״ז האבן זיי נישט געוואלט צולאזן בשום אופן גארנישט דעמאלט מ׳האט געדארפט טוהן פעולות שונות זיי זאלן איינזיצן משם ראי׳ אז נישט זייערע פארטרעטערשאפט שטערט זיי נאר בלויז הוילע דיסקרימינאציע און איז כהיום א גארנישט אנדערש והשנית בלומינבורג יוכיח מ׳האט עס איבערגענומען מיט 2 אידישע טראסטיס און ס׳איז דייקא נאכדעם געווארן סדר אין שטעטל רואיג און שטיל
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

צו קענען געווינען אין בלומינג גראוו דארף מען האבן די שטימען פון אלע איינוואוינער. צו קענען באווייזן ארויסצוברענגען א באחדות'דיגע שטימע פון אלע איינוואוינער, גייט בלויז געשען אז יעדער גייט זיין רואיג צו גיין שטימען. ווייל ווען ס'קומט צו אזא האקעלע דיסישען ווילן מענטשן זיין רואיג און זיכער און זיך פארלאזן 100 פראצענט אז עס גייט ארויסקומען א קידוש שם שמים. און עס גריבלען די ספיקות אין מוח, וויאזוי קענען מיר טאקע וויסן אז מיר טוען ריכטיג? אפשר איז ריכטיג אריינצושטעלן גלייך נאר אידן, פארוואס זאל מען זיך אפמוטשענען נאך אפאר יאר, ווען דאס גייט במילא זיין א אידישע שטאט? אדער אפשר פארקערט, זאל מען גארנישט טאן נאר לאזן לויפן, ווייל אפשר וועט דער גוי ווערן אויפגערייצט. אדער זאל מען נעמען 2 זיצן ווייל דאס רעפלעקטירט בערך די פראצענט היימישע איינוואוינער. אפשר נאר נעמען יושר'דיגע גוים וואס זאלן פארטרעטן יעדעם צוגלייך.

טאקע דערפאר וואס דאס איז אזא סענסיטיווע נושא ברויך מען פאלגן וויאזוי די רבנים הייסן טאן. וואס דאן איז יש לנו על מה לסמוך. מיינונגען איז דא הונדערטער, אריינגערעכנט מיינס. אין בכדי צוזאמצונעמען אלעמען אונטער איין כח, מוז מען מבטל זיין די אייגענע נגיעות שטעלונגען און שיטות און זיך אונטערווארפן אונטער דעת תורה, וואס האלטן צוזאמען אלע איינוואוינער פון אלע שיכטן און שטרעמונגען. און דאס גייט מאכן יעדעם רואיג צו גיין שטימען. ויה"ר שיקדש שם שמים על ידינו.
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

ר' יום טוב האט געשריבן:צו קענען געווינען אין בלומינג גראוו דארף מען האבן די שטימען פון אלע איינוואוינער. צו קענען באווייזן ארויסצוברענגען א באחדות'דיגע שטימע פון אלע איינוואוינער, גייט בלויז געשען אז יעדער גייט זיין רואיג צו גיין שטימען. ווייל ווען ס'קומט צו אזא האקעלע דיסישען ווילן מענטשן זיין רואיג און זיכער און זיך פארלאזן 100 פראצענט אז עס גייט ארויסקומען א קידוש שם שמים. און עס גריבלען די ספיקות אין מוח, וויאזוי קענען מיר טאקע וויסן אז מיר טוען ריכטיג? אפשר איז ריכטיג אריינצושטעלן גלייך נאר אידן, פארוואס זאל מען זיך אפמוטשענען נאך אפאר יאר, ווען דאס גייט במילא זיין א אידישע שטאט? אדער אפשר פארקערט, זאל מען גארנישט טאן נאר לאזן לויפן, ווייל אפשר וועט דער גוי ווערן אויפגערייצט. אדער זאל מען נעמען 2 זיצן ווייל דאס רעפלעקטירט בערך די פראצענט היימישע איינוואוינער. אפשר נאר נעמען יושר'דיגע גוים וואס זאלן פארטרעטן יעדעם צוגלייך.

טאקע דערפאר וואס דאס איז אזא סענסיטיווע נושא ברויך מען פאלגן וויאזוי די רבנים הייסן טאן. וואס דאן איז יש לנו על מה לסמוך. מיינונגען איז דא הונדערטער, אריינגערעכנט מיינס. אין בכדי צוזאמצונעמען אלעמען אונטער איין כח, מוז מען מבטל זיין די אייגענע נגיעות שטעלונגען און שיטות און זיך אונטערווארפן אונטער דעת תורה, וואס האלטן צוזאמען אלע איינוואוינער פון אלע שיכטן און שטרעמונגען. און דאס גייט מאכן יעדעם רואיג צו גיין שטימען. ויה"ר שיקדש שם שמים על ידינו.

מיין שטומע האסטו שוין, דו ביסט אזוי גערעכט אז עס לאט זיך גארנישט זאגען
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

ר' יום טוב האט געשריבן:אונז פאלגן די רבנים וויאזוי די פסק זאל נאר זיין אנע הסברים.

אבער פשוט איז, אז צווישן איין אדער צוויי איז דאך נישט קיין גרויסע חילוק. מען זעט די צאל שטימען פון די פאראייניגטע וואל כוחות, און קיין מיאיריטעט איז דאך סייווי נישטא.
איין איד אויף א בארד פון פינעף וואלט יעדער נארמאלער גוי פארשטאנען, אין א צייט ווען די אידן זענען בערך האלב אין צאל, און האלט אין איין שטייגן. עס צייגט נישט אז מען זוכט איבערצונעמען מאכט, עס צייגט אז מען וויל equal representation. נאכמער, דער גוי זעט אז דער איד האט א געלעגנהייט אריינצושטעלן 2, אבער שטעלט אריין נאר איינס. דאס זאגט עפעס.

דער ראדאוויצער וויל פארמיידן א געפעכט מיט די גוים אויף אלע קאסטן, און ער מאכט סענץ. העכסטנס ווען די צאל אידן וועלן נאכמער וואקסן צו רוב רובו פונעם ווילידזש וועט מען דאן אריינשטעלן נאך אידן.


א גוי וואס פארשטייט אז מען שטעלט אריין איין איד וועט פארשטיין אז מען לייגט אריין צוויי אידן ווייל דו זאגסט דאך אז אידן זענען האלב, אויב זענען זיי האלב מעגן זיי דאך האבן צוויי פון פינעף פארטרעטער

א גוי וואס פארשטייט נישט אז מען שטעלט אריין צוויי אידן וועט נישט פארשטיין איינס אויך נישט, ער האסט דעם איד און עס וועט אים ארויסברענגען בייז בלוט אפילו נאר איין איד ווערט ערוועלט.

איך זיך דעם גוי וואס וועט מאכן דעם שיינעם לאגישן חשבון אז די אידן וואלטן געקענט אריינשטעלן צוויי פארטרעטער יעצט אז זיי שטעלן נאר אריין איינעם גייט ער פאלן אין לאוו מיט די אידן..
לעצט פארראכטן דורך מצב כללי אום זונטאג יאנואר 26, 2020 7:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

ר' יום טוב האט געשריבן:צו קענען געווינען אין בלומינג גראוו דארף מען האבן די שטימען פון אלע איינוואוינער. צו קענען באווייזן ארויסצוברענגען א באחדות'דיגע שטימע פון אלע איינוואוינער, גייט בלויז געשען אז יעדער גייט זיין רואיג צו גיין שטימען. ווייל ווען ס'קומט צו אזא האקעלע דיסישען ווילן מענטשן זיין רואיג און זיכער און זיך פארלאזן 100 פראצענט אז עס גייט ארויסקומען א קידוש שם שמים. און עס גריבלען די ספיקות אין מוח, וויאזוי קענען מיר טאקע וויסן אז מיר טוען ריכטיג? אפשר איז ריכטיג אריינצושטעלן גלייך נאר אידן, פארוואס זאל מען זיך אפמוטשענען נאך אפאר יאר, ווען דאס גייט במילא זיין א אידישע שטאט? אדער אפשר פארקערט, זאל מען גארנישט טאן נאר לאזן לויפן, ווייל אפשר וועט דער גוי ווערן אויפגערייצט. אדער זאל מען נעמען 2 זיצן ווייל דאס רעפלעקטירט בערך די פראצענט היימישע איינוואוינער. אפשר נאר נעמען יושר'דיגע גוים וואס זאלן פארטרעטן יעדעם צוגלייך.

טאקע דערפאר וואס דאס איז אזא סענסיטיווע נושא ברויך מען פאלגן וויאזוי די רבנים הייסן טאן. וואס דאן איז יש לנו על מה לסמוך. מיינונגען איז דא הונדערטער, אריינגערעכנט מיינס. אין בכדי צוזאמצונעמען אלעמען אונטער איין כח, מוז מען מבטל זיין די אייגענע נגיעות שטעלונגען און שיטות און זיך אונטערווארפן אונטער דעת תורה, וואס האלטן צוזאמען אלע איינוואוינער פון אלע שיכטן און שטרעמונגען. און דאס גייט מאכן יעדעם רואיג צו גיין שטימען. ויה"ר שיקדש שם שמים על ידינו.

וויפל פראצענט הייזער באלאנגט פאר יודן
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

דברים אלו האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:צו קענען געווינען אין בלומינג גראוו דארף מען האבן די שטימען פון אלע איינוואוינער. צו קענען באווייזן ארויסצוברענגען א באחדות'דיגע שטימע פון אלע איינוואוינער, גייט בלויז געשען אז יעדער גייט זיין רואיג צו גיין שטימען. ווייל ווען ס'קומט צו אזא האקעלע דיסישען ווילן מענטשן זיין רואיג און זיכער און זיך פארלאזן 100 פראצענט אז עס גייט ארויסקומען א קידוש שם שמים. און עס גריבלען די ספיקות אין מוח, וויאזוי קענען מיר טאקע וויסן אז מיר טוען ריכטיג? אפשר איז ריכטיג אריינצושטעלן גלייך נאר אידן, פארוואס זאל מען זיך אפמוטשענען נאך אפאר יאר, ווען דאס גייט במילא זיין א אידישע שטאט? אדער אפשר פארקערט, זאל מען גארנישט טאן נאר לאזן לויפן, ווייל אפשר וועט דער גוי ווערן אויפגערייצט. אדער זאל מען נעמען 2 זיצן ווייל דאס רעפלעקטירט בערך די פראצענט היימישע איינוואוינער. אפשר נאר נעמען יושר'דיגע גוים וואס זאלן פארטרעטן יעדעם צוגלייך.

טאקע דערפאר וואס דאס איז אזא סענסיטיווע נושא ברויך מען פאלגן וויאזוי די רבנים הייסן טאן. וואס דאן איז יש לנו על מה לסמוך. מיינונגען איז דא הונדערטער, אריינגערעכנט מיינס. אין בכדי צוזאמצונעמען אלעמען אונטער איין כח, מוז מען מבטל זיין די אייגענע נגיעות שטעלונגען און שיטות און זיך אונטערווארפן אונטער דעת תורה, וואס האלטן צוזאמען אלע איינוואוינער פון אלע שיכטן און שטרעמונגען. און דאס גייט מאכן יעדעם רואיג צו גיין שטימען. ויה"ר שיקדש שם שמים על ידינו.

וויפל פראצענט הייזער באלאנגט פאר יודן

מיין ליסט האלט יעצט ביי 514 פריוואטע הייזער פארקויפט, אין קאנטראקט אדער צום פארקויפן. ס'קומט אויס בערך 60%.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

די נקודה האט געשריבן:
ניקעל האט געשריבן:דאס הענגט היינט אין בית המדרש ראדאוויץ. איך בין געווען נעכטן ביי שלש סעודות ווען די רב שליט"א האט גערעדט דע ענינים העומדים על הפרק.


דאכט זיך אז סיי ביידע 2 ק״ק סאטמאר און סיי אדמו״ר מצאנז זמיגראד וואס אינאיינעם בילדן זיי כמעט 100% פון די שטאט ווילן דייקא לכה״פ 2 אידן טראסטיס אזוי ווי אין בלומינגבורג איז געווארן שטיל דייקא זייט ס׳איז דא אידישע פארטרעטערס

ווי ר׳ משה דוד נידערמאן האט דאס מסביר געווען ביים אסיפת הרבנים דארטן אז יעדער גוי פארשטייט און רעספעקט ״פעיר רעפרעזענטעישאן״ און אידן קענען האבן לכה״פ 2 ערוועלטע ווען באמת באזיצן זיי מער לאנד, הייזער און נפשות מיט א קלארע רוב

דערווייל האט דער ראדאוויצער געזאגט אז ער איז נישט קלאר און האט נישט קיין קבלה דעריבער שטיצט דער דערווייל איין איד דער ציבור איז פאראייניגט און ערווארט דעם ענדגילטיגן פסק פון די 2 סאטמארע רבנים און זמיגראדער רבי ווען ער קומט אהיים פון אר״י ס׳וועט בלייבן אינטרעסאנט מיטצוהאלטן די ווייטערדיגע תוצאה

איז דא עפעס א קלארע הוראה פון די דאזיגע ק"ק? איך רעדט נישט עסקנים.
#בשיטה נישט
משה חיים פנחס
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 8:43 pm

"הרחבת גבולי הקדושה" מיט'ן אפקויף פון בית המדרש החדש זאבילטוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חיים פנחס »

בנין החדש וועט בעז"ה דינען אלס פרעכטיגע צענטראלע בית המדרש מפואר רחבת ידים מיט מקוה מהודרת, און אלע צרכי הציבור פאר דער גאנצער געגנט בנשיאות הגה"צ רבי אהרן דוד הורוויץ שליט"א אבד"ק זאבילטוב

IMG-20200126-WA0231.jpg
IMG-20200126-WA0231.jpg (41.75 KiB) געזען 1447 מאל


"כי עתה ה' הרחיב לנו ופרינו בארץ!", תושבי העיר בכלל און די תושבי שכונת "לעיק שאור" בפרט, האבן די וואך זיך באגריסט מיט דער ברכה פון "שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!", צו די פריידיגע בשורה מרנינה אז די אנהויב וואך איז בשעה טובה ומוצלחת געשריבן געווארן קאָנטראַקט און געשלאסן געווארן מקח אויף א גרויסן הויז, וואו עס וועט בעז"ה אויפגעבויעט ווערן א בנין מפואר פון דעם נייעם בית המדרש החדש "זאבליטוב" אין צענטער פון די שוין היינט בארימטע "לעיק שאור" געגנט וואס שפרידלט און וואקסט מיט יעדן פארבייגענדן טאג, לפאר ולרומם בית אלקינו!
ווירקליך וואקסט דאס הארץ פון שמחה, און די געפילן דערהייבן זיך פון גליק, ווען מען האלט ביי אזא מאמענט און עס ווערט אפגעצייכנט אזא דראמאטישע ווענדפונקט אין די געשיכטע פון "לעיק שאור", מיט די היסטארישע התחדשות והרחבת גבולי הקדושה וואס וועט בעז"ה צעמענטירן א שטאנדהאפטיגע באזע לתורה ולעבודה און וועט אנהייבן א א שפאגל נייע עפאכע אין די געשיכטע פון דער גאנצער געגנט, א בית גדול ומפואר אשר משם תצא תורה טהרה ועבודה, אויפ'ן דרך פון די צדיקים הק' לבית ספינקא, לשם ולתפארת.
דאס איז ווירקליך דער אנהויב פון א פרישע תקופה ווען די הרחבת גבולי הקדושה דערקענט זיך שוין אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, און די הערליכע המשכה פון דעם געגנט בליעט און שיינט מיט אפענע סייעתא דשמיא אויף א פארנעם וואס קיינער האט זיך נישט געקענט ריכטן דערויף, כה יתן ה' וכה יוסיף.

די אויסטערלישע הצלחה און וואוקס:

דער פריידיגער וואוקס און בליה פון די נאבעלע "לעיק שאור" געגנט איז ווירקליך צום מערסטנס קענטיג אין די בתי מדרשים פון דער געגנט, וועלכע שפירן די שיינע התרחבות הגבולים, אבער פון דער אנדערער זייט באדייט דאס א שטייגענדע געברויך זיך אויסצוברייטערן אין פלאץ און א דרינגענדע פארלאנג זיך אויסצושפרייטן גרעסער און ברייטער לתועלת ריבוי התושבים שיחי'.
אויך "זאבילטוב" – דאס חסידי'שע הויף וואס האט זיך אריבערגעצויגן קיין "לעיק שאור" דעם פארלאפענעם יום טוב פסח העעל"ט לשמחת לב חסידים ואנשי מעשה, איז שוין אצינד בחסדי ה' גענצליך "אויסגעוואקסן" דעם ביז יעצטיגן בנין, און שוין עטליכע חדשים וואס מען געפינט זיך אין א שטייגענדער לחץ זו הדחק און מען קען שווער אקאמאדירן דעם וואוקס וואס שטייגט ב"ה מיט יעדן נייעם תושב בליעה"ר.
די געטרייע הנהלת הבית המדרש - אין שפיץ פון דעם רב שליט"א וועלכער איז עינו ולבו שטענדיג לפאר ולרומם בית ה' - איז דעריבער געווען געצווינגען זיך צו שפאנען פאראויס מיט פרישע פלענער צו אהערשטעלן נאך א גרעסערע בנין אויף א באקוועמען און צוגענליכן שטייגער, עס זאל בעז"ה זיין דער פאסיגער מקום תורה ותפלה פאר די געברויך פון תושבי העיר.
ברוך מרחיב גד! געשלאסן קאנטראקט פאר'ן נייעם בנין:
וחפץ ה' בידם הצליח, מיט אסאך סייעתא דשמיא, האט מען אצינד - נאך א לענגערע צייט וואס מען האט באטראכט מערערע הצעות - געפינען דעם פאסיגן הויז, וואס גרעניצט זיך מיט דעם עקזיסטירנדן בית המדרש, און איז ווי פון השמים צוגעשטעלט פאר א בית גדול שמגדלין בו תורה ותפלה און אנטשפרעכט בעז"ה צו זיין א רחבת ידים אין פולן זין פון ווארט.
די אנהויב וואך איז ווירקליך געשלאסן געווארן דער מקח טוב, ווען מען האט געשריבן קאנטראקט אויף דעם בית הגדול וואו עס לויט די פריע פלענער אויפגעבויעט ווערן א פרעכטיגער און לופטיגער היכל בית המדרש הגדול, א מהודר'דיגע מקוה מפוארת, עטליכע רחבות'דיגע חדרי תפלה, אן אנגענעמער קאווע צימער און א גרויסער אוצר הספרים, אלעס איינגערישט און צוגעשטעלט מיט די נויטיגע איינריכטונגען און באדערפענישן וואס פעלט זיך אויס צו קענען עוסק זיין בתורה ובתפלה מיט הרחבת הדעת און באקוועמליכקייט, להגדיל תורה ולהאדירה.
די נייעס איבער דעם אנעקסירונג פון דעם בית הגדול פאר'ן געברויך פון א נייעם בנין איז אויפגענומען געווארן מיט פרייד און ענטוזיאזם ביי בלומינגראווער איינוואוינער, וועלכע לעבן מיט די פריידיגע הרחבת גבולי הקדושה און קוקן ארויס אויף דעם נייעם בנין וואס וועט געוויס זיין א שטאלץ פאר די גאנצע שטאט.

מען שפאנט פאראויס לנצח אל מלאכת בית ה':

די געטרייע הנהלת הבית המדרש איז ווירקליך צוגעטרעטן צו דעם גרויסן אונטערנעמונג מיט'ן גאנצן אייפער און פלייס. אין די יעצטיגע טעג ווערן פארענדיגט די ענדגילטיגע טעכנישע צוגרייטונגען, לעגאלע פארמאליטעטן און ארכיטעקט פלענער, צו קענען אנהויבן מיט די פאקטישע בוי שטאפלען אין די גאר נאנטע טעג. מיט א באזונדערע דגוש אז דער בוי פראיעקט זאל געלאזט ווערן אין שוואונג ווי אמשנעלסטן און עס זאל נישט ווערן אויפגעהאלטן ביז דער בנין וועט זיין עומד על תילה בעז"ה.


ככל אשר אני מראה אותך את תבנית הבית! באלד ווי די פריידיגע מעלדונג האט זיך פארשפרייט ווי א בליץ איבער דאס אפקויף פון דעם נייעם בית גדול לה', איז ארויסגעשטעלט געווארן די ערשטע סקיצעס און פלענער ארום די איינצלהייטן און פרטים פונעם בנין החדש והמפואר, צו געבן די געלעגנהייט פאר תושבי השכונה צו זאגן זייער מיינונג און פארשלאגן זייערע געדאנקן.
IMG-20200120-WA0094.jpg
IMG-20200120-WA0094.jpg (80.16 KiB) געזען 1447 מאל

מטעם הנהלת בית המדרש איז ספעציעל באשטימט געווארן דעם פארלאפענעם זונטאג אווענט ווען די קאנטראקטער'ס און דעזיינערס זענען אנוועזענד געווען אויפ'ן ארט, אין דעם ניי – אפגעקויפטן היכל בית המדרש, און פילצאליגע מתפללים זענען טאקע אריבערקומען כאפן א בליק פון דער נאנט, זיך אומקוקן און דוסקוסירן די גרויסצוגיגע פלענער. ווי שיין און ערהאבן איז געווען די סצענע צו מיטהאלטן וויאזוי מתפללי בית המדרש ותושבי העיר האבן זיך נישט געקענט גענוג אנזעטיגן פון באטראכטן די הערליכע פלענער וואס איז נתפרסם געווארן אויף די ווענט פון דעם נייעם בית המדרש, און וועלן אט פארוואנדלט ווערן אין א רעאליטעט - גדול ומפואר יהי' כבוד הבית הזה לתפארת כל השכונה!
חכם לב יקח מצות; זכותי הבנין שטייען צו פארקויפן:
דבר בעתו מה טוב, צו דער געלעגנהייט איז שוין געעפנט געווארן די זעלטענע זכי' און זכות פאר תושבי העיר און חסידים ואנשי מעשה ידידי בית זאבילטוב, צו פאראייביגן א הנצחה לדורות עולם אין דעם נייעם בנין עדי עד וואו עס וועט געהערט ווערן דער קול תורה ותפלה ביז משיח'ס טאג, ס'איז ווירקליך א זכי' וואס לאו בכל יומא מתרחש צו זיך איינהאנדלן אזא זעלטענע זכרון נצח בהיכל ה', וואס וועט שטענדיג פארבלייבן לזכות פונעם נדבן אדער לעילו נשמת קרובים וידידים וועלכע זענען שוין בגנזי מרומים.
ווירקליך איז די הנהלת בית המדרש פארנומען אין די טעג אין העפטיגע געשפרעכן מיט אידן נדיבים בעם, וועלכע האבן אויסגעדריקט זייער באגער צו אפקויפן גרעסערע און קלענערע זכותים אין דעם בנין המסדות לעד ולנצח. אידן שפירן עס פאר אן אויסטערלישע זכי' נקבע צו ווערן אלס נדבנים פון אזא מקום קדוש, וכל מי שרוצה ליטול את השם יבוא ויטול.
גלייכצייטיג שעפשענען די לעפצן א הארציגן שבח והודאה צו השי"ת דער "יושב תהלות ישראל", אינאיינעם מיט א געבעט אויף ווייטער, מען זאל האבן די זכי' ווייטער להגדיל תורה ולהאדירה, אז דער בנין זאל שוין קענען ערגענצט ווערטן צו דינען בעז"ה אלס א משכן ה', א באזע פאר תורה ועבודה, וואו עס וועט געהערט ווערן דער קול תורה ותפלה במשך רוב שעות היום והלילה, כה יתן וכה יוסיף ה' להלאה עד ביאת הגואל.
וְכָל הָעָם הֵרִיעוּ תְרוּעָה גְדוֹלָה בְהַלֵּל עַל הוּסַד בֵּית ה'!
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”