הלכות קאנטרי

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שמעלקעלע
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:58 am
לאקאציע: 224 shepherded rd

הלכות קאנטרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקעלע »

הלכות קאנטרי

איר טראכט דאך אודאי מיר האלטן דאך הארט נאכן קאנטרי טא, פארוואס יעצט ? מען האט דאך געדארפט לערנען די הלכות בעפאר מען איז געגאנגען אין קאנטרי.

נאר וואסזשע, ליידער זענען מיר נישט אנגעקומען אין צייט און בעסער שפעטער ווי קיינמאל, עס קימט דאך יעצט די הייליגע טעג און מען ברויך וויסן אויב מען דארף תשובה טאן אויב מען האט געטאן אין דעם הינזיכט אנדערש ווי די הלכה ממילא איז עס נאך אלץ ווערט אויב מען לערנט דאס יעצט אדורך און אזוי וועט מען וויסן אויב מען האט זיך אויפגעפירט אויפן אויסגעהאלטענעם וועג.

מה זה קאנטרי ?

איר פרעגט אודאי און מיט רעכט וואס הייסט “מה זה קאנטרי” ווער ווייסט דען נישט, איך בין דאך געווען פאראיאר, מעכיל גייט, שמשון גייט שוין פאר זעקס יאר וואס איז די שאלה ? נאר וואס דען, אזוי ווי מען גרייט זיך דאך אראפצושרייבן אלע הלכות בנוגע די קאנטרי, האבן מיר געטראכט, אז ס’קען דאך זיין ח”ו אז אונזערע אייניקלעך וועלן זיך האלטן פאר גרויסע אויבער חכמים און זיי וועלן זיך דערוואגן צו אפלאכן פונעם גאנצן מנהג קאנטרי און שלאגן כפרות דערמיט, און ווען אונזערע אור אייניקלעך וועלן הערן פון זייערע טאטעס אז ווען זיי זענען געווען גאר יונג איז געווען עפעס אן אינטערעסאנטער מנהג פון גיין און קאנטרי און ווען זיי וועלן וויסן מער וועלן זיי זאגן פאר די קינדער “גיי פרעג עלטער זיידי” ער וועט וויסן מער.

נא, וועט ער דאך קימען צו אייך און איר וועט דאך האבן שלעכטע זכרונות פון די גאנצע זאך, צו ווייל אייער גוף ציפט נאך פון די מאסקיטא’ס, צו ווייל איר האט נאך פארבליבן אביסל חובות פון חתונה מאכן אייער יונגסטן קינד ווייל די געלט האט דאך געדארפט גיין פאר די קאנטרי, ממילא וועט איר נישט האלטן ביים רעדן פון די גאנצע זאך, גוגל פון די אנדערע זייט וועט לכאורה נישט פארמאגן צופיל אינפערמאציע איבער די נושא, קען דאך ח”ו פארגעסן גיין די גאנצע זאך, ממילא לוינט זיך דאס אראפצושרייבן אז ס’זאל נישט פארגעסן גיין.

מנהג קאנטרי

קאנטרי איז א געדאנק אז ווען ס’ווערט זומער און ס’ווערט זייער הייס און שטאט הייבט מען זיך אויף מיט די גאנצע משפחה און מ’פאקט צוזאם פון דערהיים א יעדע “דבר המטלטל” (נכסי דניידי) וואס געפונט זיך דארט און מ’פאקט דאס אריין און באקסעס ווען מ’קומט שוין אן צו אן ערך פון פינעף און דרייסיג באקסעס דעמאלטס הייבט מען זיך אויף און מ’פארט קיין אפסטעיט ניו יארק.

אפסטעיט נ”י איז א מקום ווי מ’טאר ח”ו נישט נישט אהינגיין וואוינען פאר’ן גאנצן יאר, ווייל ס’איז דא אן ערענסטער חשש –געשאצט אויף 40 פראצענט- אז איה”נ די, וואס די ביסט דאך געבוירן און אויפגעוואקסן און די סיטי ממילא וועסטו שוין בלייבן געלונגען אגאנץ לעבן, קעו אבער זיין אז דיינע קינדער וועלן זיין ח”ו דארפיש.

דער פראבלעם פון זיין “דארפיש” דארף מען בעצם נישטאמאל אויסשמועסן, נאר אויפן שפיץ גאפל אנצוכאפן דעם גרעסטן פראבלעם, איז בערך אזוי דער מהלך המחשבה פונעם דערפיש קינד ארבעט, אז ער קען האלטן אז ס’לוינט זיך ענדערש צו וואוינען און א גרויסע דירה פון 5 בעדרום’ס און צאלן ביליג רענט, ווי איידער צו וואוינען אין א בעיסמענט אויף די אכטע שטאק (יא, אמאל האט מען געמיינט אז ס’איז א סתירה היינט צוטאגס האבן שוין די לענדלארדס געוויזן אז ס’איז דא א מהלך צו מאכו די אכטע שטאק שפירן ווי א בעיסמענט און אזוי קען מען האבן ביידע מעלות) מיט איינס און אהאלב בעדרום’ס (מיט’ן חידוש פון קאך און דיינינג רום ביינאזאם) און באצאלן דערפאר 3 אלפים.

פארשטייט זיך אז ס’איז דא נאך צענדליגער פראבלעמען וואס קימען מיט מיטן זיין דארפיש אבער מיר האבן דאס נאר געוואלט אנכאפן אויפן שפיץ גאפל, וישמע חכם ויוסף לקח.

לעצטנס קומען אריין שוידערליכע באריכטן אז געוויסע עלעמענטן מקצה המחנה האבן באשלאסו אז גענוג איז גענוג און זיי מאפן שוין ארויס קיין אפסטעיט נ”י פאר’ן גאנצן יאר, מיט די טענה אז וויבאלד ס’איז נאר א %40 חשש אז מ’וועט ווערן דערפיש און ס’איז אזוי שווער צו וואוינען און די סיטי, ממילא בדיעבד קען מען זיך פארלאזן אויפן רוב, אז מ’וועט נישט ווערן דערפיש.

איז קודם כל, די טענה איז קיין טענה נישט ווייל ס’איז נישט שייך קיין ביטול ברוב ביי דעם ווייל דער דארפיש קינד איז דאך א געפערליכער ברי’ און ביי ברי’ איז דאך נישטא קיין ביטול ברוב, צווייטענס, ב”ה אז זיי האבן נאכנישט די חוצפה אפצולאבן פונעם גאנצן “דארפיש” איינרעדעניש, נאר זייער טענה איז געבויעט אז ס’איז נאר א קליינע חשש, אבער אויב ס’וואלט געווען א גרעסערע חשש וואלטן זיי אויכעט מודה געווען.

עכ”פ צוריק צו אינזער נושא דאס איז אפסטעיט נ”י און אהין פארט מען ווען ס’קומט זומער.

די ערשטע זאך וואס מ’טוט איז, א וואך בעפאר מ’הייבט זיך מיט די גאנצע משפחה פארט מען ארויס מיט אן ערל’טע און מיט צוואנציג פון די פינעף און דרייסיג באקסעס, און מ’קלינט אויף די הייזקע און וואס מ’גייט זיך באזעצן פאר די קומענדיגע ניין וואכן, דערנאך א וואך שפעטרע דאנערשטיג נאכמיטאג הייבט מען זיך מיט די קינדער און די פארבליבענע פעקלעך….ויסעו.

ווי נאר מ’קומט אן, הייבט מען אן אריינצוברענגען אלע פעקלעך און די הייזקע וואס רופט זיך “באנגעלוי” ווען אלע פעקלעך זענען שוין אינעווייניג רופט מען צוזאם אלע קינדער און מ’הייבט אן מיט א געמאכטן שמייכל און מ’זאגט: קינדער, עטץ קענסט יעצט ארויסגיין שפילן אינדרויסן ס’איז דא זייער אסאך פלעצער ווי מ’קען האבן פאן (מיט דעם מיינט מען די געדרייטע גליטשער און די סווינג וואס איז נאך געווען פאר פיר יאר צוריק קאנעקטעד צום טשעין).

דערנאך ציט מען ארויף א מורא’דיגער ערנסטן פנים און מ’ווארנט אן א יעדן: ביז מ’גייט שלאפן וויל איך ענק נישט זען דא אין די באנגעלוי, דערנאך לייגט מען צו א סטראשע, “ווער ס’קומט אריין גייט גראד שלאפן” ס’איז דא א ביהכ”ס אינעם שול פאר ווער ס’דארף, דא קומט מען אריין נאר ווען מ’גייט שלאפן.

ווי נאר די קינדער לויפן ארויס מיט שרעק (נישט פארשטייענדיג אינגאנצן וואס דא גייט פאר) און זיי הייבן אן אויפצוזיכן די פאן וואס מ’האט זיי איינגערעדט אז ס’איז דא, דעמאלטס הייבט זיך אן די מערכה, מ’עפענט אויף אלע פינעף און דרייסיג באקסעס און מ’זוכט אויף די “כלי מלחמה” וואס באשטייט פון צוויי ספרעיס מיט דריי פליגען כאפערס, און מ’נעמט זיך איבער די ביינער פון די שרצים וואס האבן א טענת חזקה אויפן הייזקע.

הגם רוב פון זיי זענען שוין דערמארדעוועט געווארן א וואך בעפאר ווען מ’איז געקומען קלינען אבער דאס מיעוט וואס האבן זיך באהאלטן עד יעבור זעם זענען שוין צוריק ארויסגעקומען פונעם באהעלטעניש (קען זיין אז ווייל זיי וואוינען דארט אגאנץ יאר זענען זיי דערפיש און זיי פארשטייען נישט אז מ’האט געקלינט דא פאר א סיבה), און מ’הייבט אן האקן שטיקער וויפל מ’קען, ווי נאר מ’ענדיגט די מלחמה, שלעפט מען ארויס פונעם בוזעם טאש די קלעבעדיגע געדרייטע מעשה און מ’הענגט אויף ארום צוועלעף שטיק דערפון, און ס’בלייבט איבער זיך צו ווינדערן אגאנץ זומער ווי אזוי ס’קען זיין אז אלע האניג הענגעלעך זענען פיל מיט שרצים און דאך איז נאך דא איבער גענוג וואס פליען נאך ארום אויף דער פריי.

(עכ”פ אזוי זיצט מען זיך אפ דארט ארום ניין וואכן און מ’ווישט אראפ צען אלפים ביז מען דערזעט זיך אהיים (זעט שפעטער ביי די הלכות ווי אזוי מ’פירט זיך איבערן זומער און קאנטרי).

הלכות קאנטרי

נא, וועט איר דאך אודאי פרעגן צו וואס ברויך מען הלכות ? ס’איז דאך פשוט וואס מ’טוט, נאר די סיבה איז אזוי

ב”ה אונז ליידן מיר שוין נישט פונעם פראבלעם פון אמאל, אונזערע זיידעס האבן געהאט א מורא’דיגער אינטערעסאנטער מהלך המחשבה וואס איז געגאנגן בערך אזוי.

אויב האב איך די איבערע צען אלפים אויסצוגעבן דערפאר דאן קען איך מיר עס ערלויבן און כ’וועל גיין אין קאנטרי אדער ווי אימער איך וויל, אויב אבער האב נישט דאס איבעריגע געלט און ס’וועט גיין אויפן חשבון פון חתונה מאכן אדער סיי וועלעכע אנדערע הוצאה דאן איז עס נישט פאר מיר.

אונזער דרגה און בטחון איז דאך אויף אסאך העכערע שטאפלען, ממילא פאר אונז האט געלט נישט קיין שום שייכות מיט הוצאות, מ’גייט און קאנטרי מ’צאלט צען אלפים ווייל מ’גייט, איי געלט ? נא, דאס איז דאך אן אנדערע מעשה דער באשעפער וועט העלפן.

ממילא אז מ’האלט מיר ביי אזא גרויסע דרגה אז מ’גייט ווייל מ’גייט און מ’קויפט ווייל מ’קויפט, אוז געווארן א געוואלדיגער פראבלעם אידן מוטשענען זיך ארום צו וויסן וואס איינער און זייער שטאפל דארף צו טאן, וואס איז דער “מ” און זיין דרגה, ממילא האבן מיר געטרייעט עס צוזאם צונעמען אביסל לידע את המעשה אשר יעשון.

[align=center]הבהרה[/align]

ביטע וויסן אז ווען מ’רעדט דא פונעם שוואכן פארדינער אדער פונעם עושר מיינען מיר נישט ח”ו וויפל געלט מ’מאכט ווייל ווי גערעדט אונז זעמיר אסאך העכער פון דעם, אונז רעדן פון ווי אזוי ער האט זיך ארויסגעשטעלט אויפן גאס פארן "מ"

כולל אינגערמאן

אויב זענט איר העכער 26 דאן זענט איר בגדר “שוואכער פארדינער” דא רעדט מען פון אינטער 26.

איר בלייבט אי”ה דא און שטאט נישט קיין חילוק אויב אייער אידענע מאכט שווערע געלטער אדער אויב איר האט א זייטיגע פרנסה, איר בלייבט דא ! איר קענט גיין פאר אפאר וואכן צום שווער אדער טאטן, אבער “אליינס?” בשום אין פנים ואופן ס’איז נישט קיין הפקר וועלט זיך צו דרייען אן השגחה ווי ס’לאזט זיך, נאך דערצו מיטן רויטן זשיפ ? כ’מיין איך ווייס אז איר האט נישט דוקא געוואלט די קאר נאר די רענטעל האט נישט געהאט עפעס אנדערש אבער נאך אלץ, ס’פאסט באמת נישט.

אז איר פילט איר ברויכט האבן עפעס וואקאציע נישט אינטערן אויפזוכט פונעם שווער אדער טאטן דאן קענט איר גיין פאר א וואך קיין אר”י אדער שווייץ, אבער אין קאנטרי, בשו”א.

שוואכער פארדינער

איר בלייבט אויך אי”ה דא אגאנצן זומער, און עס שטייען פאר אייך צוויי אפציעס

איינס, איר קענט זאגן פאר א יעדן וואס איר טרעפט ייש”כ פארן אוועקפארן פון דא איך בין מיך מחיה דא, ס’קען נישט זיין בעסער צו האבן א וואקאציע אומזיסט פארטס ענק אלע געזונטערהייט צוויי, איר קענט זאגן, איך וואלט ווען געוואלט גיין נאר כ’קען מיר עס נישט ערלויבן.

שבת נחמו

שבת נחמו איז נישט קיין מהלך צו פארבלייבן אין שטאט מ’מוז אוועקפארן פון שטאט, און אויף דעם האט איר אויכעט צוויי אפציעס

איינס, איר קענט שפארן אגאנץ יאר אזוי אז איר זאלט קענען באצאלן דערפאר.

צוויי, ווען אייער חבר מאכט זיך בא’טעם’ט פאר אייך זאגענדיג מיט א פאלשן שמייכל, נא יצחק, אפשר קומסטו צו מיר אויף שבת ? דאן גייט זאפארט און רופט אן אייער עקרת הבית בפניו פונעם גוטן חבר דיינעם, און פרעגט איר אויב די איז מסכים גיין אויף שבת צו משה’ן, פארשטייט זיך פון זיך אליינס אז איר מאכט זיך כאילו איר באמערקט נישט ווי אזוי משה’ס געזוכט טוישט פארבן, און אזוי האט איר זיך מסדר געווען פאר’ן שבת אומזיסט.

בעל הבית

איר גייט אי”ה און קאנטרי פאר’ן גאנצן זומער ס’נישט קיין חילוק צו איר גלייכט עס יא צו נישט איר גייט, ס’מיר קלאר אן קיין שום ספוק אז אויב בלייבט איר און שטאט וועלן זיין געוויסע אידן וואס וועלן מיינען אז איר מוטשעט זיך אביסל ממילא מוזט איר גיין קיין אפסטעיט פאר’ן גאנצן זומער להוציא מליבן וד”ל.

אויב איר פילט אז ס’איז אייך זייער שווער דאן קענט איר בעטן אייער ברודער זאל חתונה מאכן אינמיטן זומער און דעמאלטס האט איר א גוטן תירוץ פאר צוויי וואכן צו פארבלייבן און שטאט, פארשטייצעך אז איר ברויכט זאגן אייער תירוץ פאר א יעדן וואס איר טרעפט אויפן גאס, אז זיי זאלן וויסן אז בעצם זענט איר און קאנטרי און איר זענט נאר דא לכבוד אייער ברודער’ס שמחה.

עושר

נא, איר האט דאך ביידע וועלטן איר קענט טון וואס עס געפעלט אייך איר קענט בלייבן און שטאט און איר קענט פארן און קאנטרי אויך, אבער איר זענט אויך נישט אינגאנצן פטור.

לכתחילה

לכתחילה, זעט אייך איינצושאפן א הייזקע און “אלפיין עיקערס” אבער איר זאלט עס ניצן נאר איבערן יאר נישט זומער, ס’נישט געמאכט פאר’ן זומער, אבער איר זאלט עס לאזן ליידיג אדער אוועקגעבן פאר’ן ארעמען ברידער לשם מצוה (און מפרסם זיין) אבער ח”ו נישט פארדינגען איר ברויכט דען די איבעריגע 15 אלפים ? זומער פארט איר אי”ה קיין שווייץ אדער אר”י.

בדיעבד

בדיעבד, קענט איר ניצן אייער זומער הייזקע אויכעט פאר’ן זומער אבער נאר בתנאי קודם למעשה אז איר פארט אוועק פאר כאטשיג צוויי וואכן אויך אן אנדערע קאנטינענט, פלארידע און קאליפארניע זענען פיין פאר’ן יאר אבער נישט גענוג פאר’ן זומער.

זה הא

דאס איז מער ווייניגער וואס ס’איז שייך לגבי ווי איר ברויכט זיך געפונען פאר’ן זומער, איצט העמיר צוגיין איינמאל מ’ווייסט שוין ווי מ’באלאנגט וואס זענען די דינים.

די שטאטישע

ווער ס’פארבלייבט און שטאט דארף בעצם נישט קיין סאך טוישן פון זיינע מנהגים, נאר פטור בלא כלום אי אפשר ממילא לכה”פ ברויך מען פרייטאג צו נאכטס אפילו די קענסט דיך קוים באוועגן פון מידקייט דאך גייט איר ארויס אויפן גאס שפאצירן אנעם שטריימל און בעקיטשע פאר כאטשיג צוויי מינוט.

איר ווילט דאך נישט נכשל ווערן מיט שקר, אפשר זאגט איר מיר וויאזוי איר גייט מסביר זיין פאר אייער חבר וואס פארט און קאנטרי אז אייער אומזיסטער וואקאציע איז אסאך בעסער ווי זיינס ? אז איר האט שפאצירט אנעם שטריימל בעקיטשע האט איר א פארטיגע טענה.

די וואס געפונען זיך און קאנטרי

איצט ברויך מען זיך נעמן אויף די קאנטרי הלכות. ביטע פארשטייט אז מיר האבן דאס ארויסגעגעבן און איילעניש ממילא איז עס נאכנישט גרייט געווען צו דריקן מיר האפן עס ארויסצוגעבן בקרוב און אויסשמועסן די וויכטיגע הלכות ווען מ’פארט אריין און ארויס יעדע וואך און וויפל מאל מ’דאווענט ביי די מנחה עריע, און מער פינעם פארדרייטן סקעזשול וואס מ’פירט דארט.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

גרונטליכע ארבעט! פיינע ווארע...
שמעלקעלע
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:58 am
לאקאציע: 224 shepherded rd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקעלע »

מה פתאום??? האט געשריבן:גרונטליכע ארבעט! פיינע ווארע...

ס'דא נאך אסאך צו שרייבן אויף דעם אבער דריי שעה און גארביטש איז גענוג פאר איין וואך
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

שוין גארנישט קיין גארביטש, שרייב נאר שרייב! יעדע ווארט איז א מאגנעט, פול מיט הומאר און חן!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דאז איז דאך אזוי גוט, שרייב נאך מיין פריינט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שוין לאנג נישט געזיצן אזוי געדולדיג ביי א הלכה'דיגע שיעור כללי... יישר כח שמעלקעלע
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

גאר גוט, אזא סמאאד ארטיקל, איך האב א פילינג אז געוויסע מענטשן טארן דאס נישט ליינען.
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

;l;p-
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

PDF? פליז
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mini van »

פיינע שריפט, שרייב ווייטער.
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

ארויפגעברענגט לכבוד די קאנטרי.

@שמעלקעלע, אונז ווארט מיר נאך אויף די הלכות קאנטרי..
אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפרוירן »

שמעלקעלע האט געשריבן:הלכות קאנטרי

איר טראכט דאך אודאי מיר האלטן דאך הארט נאכן קאנטרי טא, פארוואס יעצט ? מען האט דאך געדארפט לערנען די הלכות בעפאר מען איז געגאנגען אין קאנטרי.

נאר וואסזשע, ליידער זענען מיר נישט אנגעקומען אין צייט און בעסער שפעטער ווי קיינמאל, עס קימט דאך יעצט די הייליגע טעג און מען ברויך וויסן אויב מען דארף תשובה טאן אויב מען האט געטאן אין דעם הינזיכט אנדערש ווי די הלכה ממילא איז עס נאך אלץ ווערט אויב מען לערנט דאס יעצט אדורך און אזוי וועט מען וויסן אויב מען האט זיך אויפגעפירט אויפן אויסגעהאלטענעם וועג.

מה זה קאנטרי ?

איר פרעגט אודאי און מיט רעכט וואס הייסט “מה זה קאנטרי” ווער ווייסט דען נישט, איך בין דאך געווען פאראיאר, מעכיל גייט, שמשון גייט שוין פאר זעקס יאר וואס איז די שאלה ? נאר וואס דען, אזוי ווי מען גרייט זיך דאך אראפצושרייבן אלע הלכות בנוגע די קאנטרי, האבן מיר געטראכט, אז ס’קען דאך זיין ח”ו אז אונזערע אייניקלעך וועלן זיך האלטן פאר גרויסע אויבער חכמים און זיי וועלן זיך דערוואגן צו אפלאכן פונעם גאנצן מנהג קאנטרי און שלאגן כפרות דערמיט, און ווען אונזערע אור אייניקלעך וועלן הערן פון זייערע טאטעס אז ווען זיי זענען געווען גאר יונג איז געווען עפעס אן אינטערעסאנטער מנהג פון גיין און קאנטרי און ווען זיי וועלן וויסן מער וועלן זיי זאגן פאר די קינדער “גיי פרעג עלטער זיידי” ער וועט וויסן מער.

נא, וועט ער דאך קימען צו אייך און איר וועט דאך האבן שלעכטע זכרונות פון די גאנצע זאך, צו ווייל אייער גוף ציפט נאך פון די מאסקיטא’ס, צו ווייל איר האט נאך פארבליבן אביסל חובות פון חתונה מאכן אייער יונגסטן קינד ווייל די געלט האט דאך געדארפט גיין פאר די קאנטרי, ממילא וועט איר נישט האלטן ביים רעדן פון די גאנצע זאך, גוגל פון די אנדערע זייט וועט לכאורה נישט פארמאגן צופיל אינפערמאציע איבער די נושא, קען דאך ח”ו פארגעסן גיין די גאנצע זאך, ממילא לוינט זיך דאס אראפצושרייבן אז ס’זאל נישט פארגעסן גיין.

מנהג קאנטרי

קאנטרי איז א געדאנק אז ווען ס’ווערט זומער און ס’ווערט זייער הייס און שטאט הייבט מען זיך אויף מיט די גאנצע משפחה און מ’פאקט צוזאם פון דערהיים א יעדע “דבר המטלטל” (נכסי דניידי) וואס געפונט זיך דארט און מ’פאקט דאס אריין און באקסעס ווען מ’קומט שוין אן צו אן ערך פון פינעף און דרייסיג באקסעס דעמאלטס הייבט מען זיך אויף און מ’פארט קיין אפסטעיט ניו יארק.

אפסטעיט נ”י איז א מקום ווי מ’טאר ח”ו נישט נישט אהינגיין וואוינען פאר’ן גאנצן יאר, ווייל ס’איז דא אן ערענסטער חשש –געשאצט אויף 40 פראצענט- אז איה”נ די, וואס די ביסט דאך געבוירן און אויפגעוואקסן און די סיטי ממילא וועסטו שוין בלייבן געלונגען אגאנץ לעבן, קעו אבער זיין אז דיינע קינדער וועלן זיין ח”ו דארפיש.

דער פראבלעם פון זיין “דארפיש” דארף מען בעצם נישטאמאל אויסשמועסן, נאר אויפן שפיץ גאפל אנצוכאפן דעם גרעסטן פראבלעם, איז בערך אזוי דער מהלך המחשבה פונעם דערפיש קינד ארבעט, אז ער קען האלטן אז ס’לוינט זיך ענדערש צו וואוינען און א גרויסע דירה פון 5 בעדרום’ס און צאלן ביליג רענט, ווי איידער צו וואוינען אין א בעיסמענט אויף די אכטע שטאק (יא, אמאל האט מען געמיינט אז ס’איז א סתירה היינט צוטאגס האבן שוין די לענדלארדס געוויזן אז ס’איז דא א מהלך צו מאכו די אכטע שטאק שפירן ווי א בעיסמענט און אזוי קען מען האבן ביידע מעלות) מיט איינס און אהאלב בעדרום’ס (מיט’ן חידוש פון קאך און דיינינג רום ביינאזאם) און באצאלן דערפאר 3 אלפים.

פארשטייט זיך אז ס’איז דא נאך צענדליגער פראבלעמען וואס קימען מיט מיטן זיין דארפיש אבער מיר האבן דאס נאר געוואלט אנכאפן אויפן שפיץ גאפל, וישמע חכם ויוסף לקח.

לעצטנס קומען אריין שוידערליכע באריכטן אז געוויסע עלעמענטן מקצה המחנה האבן באשלאסו אז גענוג איז גענוג און זיי מאפן שוין ארויס קיין אפסטעיט נ”י פאר’ן גאנצן יאר, מיט די טענה אז וויבאלד ס’איז נאר א %40 חשש אז מ’וועט ווערן דערפיש און ס’איז אזוי שווער צו וואוינען און די סיטי, ממילא בדיעבד קען מען זיך פארלאזן אויפן רוב, אז מ’וועט נישט ווערן דערפיש.

איז קודם כל, די טענה איז קיין טענה נישט ווייל ס’איז נישט שייך קיין ביטול ברוב ביי דעם ווייל דער דארפיש קינד איז דאך א געפערליכער ברי’ און ביי ברי’ איז דאך נישטא קיין ביטול ברוב, צווייטענס, ב”ה אז זיי האבן נאכנישט די חוצפה אפצולאבן פונעם גאנצן “דארפיש” איינרעדעניש, נאר זייער טענה איז געבויעט אז ס’איז נאר א קליינע חשש, אבער אויב ס’וואלט געווען א גרעסערע חשש וואלטן זיי אויכעט מודה געווען.

עכ”פ צוריק צו אינזער נושא דאס איז אפסטעיט נ”י און אהין פארט מען ווען ס’קומט זומער.

די ערשטע זאך וואס מ’טוט איז, א וואך בעפאר מ’הייבט זיך מיט די גאנצע משפחה פארט מען ארויס מיט אן ערל’טע און מיט צוואנציג פון די פינעף און דרייסיג באקסעס, און מ’קלינט אויף די הייזקע און וואס מ’גייט זיך באזעצן פאר די קומענדיגע ניין וואכן, דערנאך א וואך שפעטרע דאנערשטיג נאכמיטאג הייבט מען זיך מיט די קינדער און די פארבליבענע פעקלעך….ויסעו.

ווי נאר מ’קומט אן, הייבט מען אן אריינצוברענגען אלע פעקלעך און די הייזקע וואס רופט זיך “באנגעלוי” ווען אלע פעקלעך זענען שוין אינעווייניג רופט מען צוזאם אלע קינדער און מ’הייבט אן מיט א געמאכטן שמייכל און מ’זאגט: קינדער, עטץ קענסט יעצט ארויסגיין שפילן אינדרויסן ס’איז דא זייער אסאך פלעצער ווי מ’קען האבן פאן (מיט דעם מיינט מען די געדרייטע גליטשער און די סווינג וואס איז נאך געווען פאר פיר יאר צוריק קאנעקטעד צום טשעין).

דערנאך ציט מען ארויף א מורא’דיגער ערנסטן פנים און מ’ווארנט אן א יעדן: ביז מ’גייט שלאפן וויל איך ענק נישט זען דא אין די באנגעלוי, דערנאך לייגט מען צו א סטראשע, “ווער ס’קומט אריין גייט גראד שלאפן” ס’איז דא א ביהכ”ס אינעם שול פאר ווער ס’דארף, דא קומט מען אריין נאר ווען מ’גייט שלאפן.

ווי נאר די קינדער לויפן ארויס מיט שרעק (נישט פארשטייענדיג אינגאנצן וואס דא גייט פאר) און זיי הייבן אן אויפצוזיכן די פאן וואס מ’האט זיי איינגערעדט אז ס’איז דא, דעמאלטס הייבט זיך אן די מערכה, מ’עפענט אויף אלע פינעף און דרייסיג באקסעס און מ’זוכט אויף די “כלי מלחמה” וואס באשטייט פון צוויי ספרעיס מיט דריי פליגען כאפערס, און מ’נעמט זיך איבער די ביינער פון די שרצים וואס האבן א טענת חזקה אויפן הייזקע.

הגם רוב פון זיי זענען שוין דערמארדעוועט געווארן א וואך בעפאר ווען מ’איז געקומען קלינען אבער דאס מיעוט וואס האבן זיך באהאלטן עד יעבור זעם זענען שוין צוריק ארויסגעקומען פונעם באהעלטעניש (קען זיין אז ווייל זיי וואוינען דארט אגאנץ יאר זענען זיי דערפיש און זיי פארשטייען נישט אז מ’האט געקלינט דא פאר א סיבה), און מ’הייבט אן האקן שטיקער וויפל מ’קען, ווי נאר מ’ענדיגט די מלחמה, שלעפט מען ארויס פונעם בוזעם טאש די קלעבעדיגע געדרייטע מעשה און מ’הענגט אויף ארום צוועלעף שטיק דערפון, און ס’בלייבט איבער זיך צו ווינדערן אגאנץ זומער ווי אזוי ס’קען זיין אז אלע האניג הענגעלעך זענען פיל מיט שרצים און דאך איז נאך דא איבער גענוג וואס פליען נאך ארום אויף דער פריי.

(עכ”פ אזוי זיצט מען זיך אפ דארט ארום ניין וואכן און מ’ווישט אראפ צען אלפים ביז מען דערזעט זיך אהיים (זעט שפעטער ביי די הלכות ווי אזוי מ’פירט זיך איבערן זומער און קאנטרי).

הלכות קאנטרי

נא, וועט איר דאך אודאי פרעגן צו וואס ברויך מען הלכות ? ס’איז דאך פשוט וואס מ’טוט, נאר די סיבה איז אזוי

ב”ה אונז ליידן מיר שוין נישט פונעם פראבלעם פון אמאל, אונזערע זיידעס האבן געהאט א מורא’דיגער אינטערעסאנטער מהלך המחשבה וואס איז געגאנגן בערך אזוי.

אויב האב איך די איבערע צען אלפים אויסצוגעבן דערפאר דאן קען איך מיר עס ערלויבן און כ’וועל גיין אין קאנטרי אדער ווי אימער איך וויל, אויב אבער האב נישט דאס איבעריגע געלט און ס’וועט גיין אויפן חשבון פון חתונה מאכן אדער סיי וועלעכע אנדערע הוצאה דאן איז עס נישט פאר מיר.

אונזער דרגה און בטחון איז דאך אויף אסאך העכערע שטאפלען, ממילא פאר אונז האט געלט נישט קיין שום שייכות מיט הוצאות, מ’גייט און קאנטרי מ’צאלט צען אלפים ווייל מ’גייט, איי געלט ? נא, דאס איז דאך אן אנדערע מעשה דער באשעפער וועט העלפן.

ממילא אז מ’האלט מיר ביי אזא גרויסע דרגה אז מ’גייט ווייל מ’גייט און מ’קויפט ווייל מ’קויפט, אוז געווארן א געוואלדיגער פראבלעם אידן מוטשענען זיך ארום צו וויסן וואס איינער און זייער שטאפל דארף צו טאן, וואס איז דער “מ” און זיין דרגה, ממילא האבן מיר געטרייעט עס צוזאם צונעמען אביסל לידע את המעשה אשר יעשון.

[align=center]הבהרה[/align]

ביטע וויסן אז ווען מ’רעדט דא פונעם שוואכן פארדינער אדער פונעם עושר מיינען מיר נישט ח”ו וויפל געלט מ’מאכט ווייל ווי גערעדט אונז זעמיר אסאך העכער פון דעם, אונז רעדן פון ווי אזוי ער האט זיך ארויסגעשטעלט אויפן גאס פארן "מ"

כולל אינגערמאן

אויב זענט איר העכער 26 דאן זענט איר בגדר “שוואכער פארדינער” דא רעדט מען פון אינטער 26.

איר בלייבט אי”ה דא און שטאט נישט קיין חילוק אויב אייער אידענע מאכט שווערע געלטער אדער אויב איר האט א זייטיגע פרנסה, איר בלייבט דא ! איר קענט גיין פאר אפאר וואכן צום שווער אדער טאטן, אבער “אליינס?” בשום אין פנים ואופן ס’איז נישט קיין הפקר וועלט זיך צו דרייען אן השגחה ווי ס’לאזט זיך, נאך דערצו מיטן רויטן זשיפ ? כ’מיין איך ווייס אז איר האט נישט דוקא געוואלט די קאר נאר די רענטעל האט נישט געהאט עפעס אנדערש אבער נאך אלץ, ס’פאסט באמת נישט.

אז איר פילט איר ברויכט האבן עפעס וואקאציע נישט אינטערן אויפזוכט פונעם שווער אדער טאטן דאן קענט איר גיין פאר א וואך קיין אר”י אדער שווייץ, אבער אין קאנטרי, בשו”א.

שוואכער פארדינער

איר בלייבט אויך אי”ה דא אגאנצן זומער, און עס שטייען פאר אייך צוויי אפציעס

איינס, איר קענט זאגן פאר א יעדן וואס איר טרעפט ייש”כ פארן אוועקפארן פון דא איך בין מיך מחיה דא, ס’קען נישט זיין בעסער צו האבן א וואקאציע אומזיסט פארטס ענק אלע געזונטערהייט צוויי, איר קענט זאגן, איך וואלט ווען געוואלט גיין נאר כ’קען מיר עס נישט ערלויבן.

שבת נחמו

שבת נחמו איז נישט קיין מהלך צו פארבלייבן אין שטאט מ’מוז אוועקפארן פון שטאט, און אויף דעם האט איר אויכעט צוויי אפציעס

איינס, איר קענט שפארן אגאנץ יאר אזוי אז איר זאלט קענען באצאלן דערפאר.

צוויי, ווען אייער חבר מאכט זיך בא’טעם’ט פאר אייך זאגענדיג מיט א פאלשן שמייכל, נא יצחק, אפשר קומסטו צו מיר אויף שבת ? דאן גייט זאפארט און רופט אן אייער עקרת הבית בפניו פונעם גוטן חבר דיינעם, און פרעגט איר אויב די איז מסכים גיין אויף שבת צו משה’ן, פארשטייט זיך פון זיך אליינס אז איר מאכט זיך כאילו איר באמערקט נישט ווי אזוי משה’ס געזוכט טוישט פארבן, און אזוי האט איר זיך מסדר געווען פאר’ן שבת אומזיסט.

בעל הבית

איר גייט אי”ה און קאנטרי פאר’ן גאנצן זומער ס’נישט קיין חילוק צו איר גלייכט עס יא צו נישט איר גייט, ס’מיר קלאר אן קיין שום ספוק אז אויב בלייבט איר און שטאט וועלן זיין געוויסע אידן וואס וועלן מיינען אז איר מוטשעט זיך אביסל ממילא מוזט איר גיין קיין אפסטעיט פאר’ן גאנצן זומער להוציא מליבן וד”ל.

אויב איר פילט אז ס’איז אייך זייער שווער דאן קענט איר בעטן אייער ברודער זאל חתונה מאכן אינמיטן זומער און דעמאלטס האט איר א גוטן תירוץ פאר צוויי וואכן צו פארבלייבן און שטאט, פארשטייצעך אז איר ברויכט זאגן אייער תירוץ פאר א יעדן וואס איר טרעפט אויפן גאס, אז זיי זאלן וויסן אז בעצם זענט איר און קאנטרי און איר זענט נאר דא לכבוד אייער ברודער’ס שמחה.

עושר

נא, איר האט דאך ביידע וועלטן איר קענט טון וואס עס געפעלט אייך איר קענט בלייבן און שטאט און איר קענט פארן און קאנטרי אויך, אבער איר זענט אויך נישט אינגאנצן פטור.

לכתחילה

לכתחילה, זעט אייך איינצושאפן א הייזקע און “אלפיין עיקערס” אבער איר זאלט עס ניצן נאר איבערן יאר נישט זומער, ס’נישט געמאכט פאר’ן זומער, אבער איר זאלט עס לאזן ליידיג אדער אוועקגעבן פאר’ן ארעמען ברידער לשם מצוה (און מפרסם זיין) אבער ח”ו נישט פארדינגען איר ברויכט דען די איבעריגע 15 אלפים ? זומער פארט איר אי”ה קיין שווייץ אדער אר”י.

בדיעבד

בדיעבד, קענט איר ניצן אייער זומער הייזקע אויכעט פאר’ן זומער אבער נאר בתנאי קודם למעשה אז איר פארט אוועק פאר כאטשיג צוויי וואכן אויך אן אנדערע קאנטינענט, פלארידע און קאליפארניע זענען פיין פאר’ן יאר אבער נישט גענוג פאר’ן זומער.

זה הא

דאס איז מער ווייניגער וואס ס’איז שייך לגבי ווי איר ברויכט זיך געפונען פאר’ן זומער, איצט העמיר צוגיין איינמאל מ’ווייסט שוין ווי מ’באלאנגט וואס זענען די דינים.

די שטאטישע

ווער ס’פארבלייבט און שטאט דארף בעצם נישט קיין סאך טוישן פון זיינע מנהגים, נאר פטור בלא כלום אי אפשר ממילא לכה”פ ברויך מען פרייטאג צו נאכטס אפילו די קענסט דיך קוים באוועגן פון מידקייט דאך גייט איר ארויס אויפן גאס שפאצירן אנעם שטריימל און בעקיטשע פאר כאטשיג צוויי מינוט.

איר ווילט דאך נישט נכשל ווערן מיט שקר, אפשר זאגט איר מיר וויאזוי איר גייט מסביר זיין פאר אייער חבר וואס פארט און קאנטרי אז אייער אומזיסטער וואקאציע איז אסאך בעסער ווי זיינס ? אז איר האט שפאצירט אנעם שטריימל בעקיטשע האט איר א פארטיגע טענה.

די וואס געפונען זיך און קאנטרי

איצט ברויך מען זיך נעמן אויף די קאנטרי הלכות. ביטע פארשטייט אז מיר האבן דאס ארויסגעגעבן און איילעניש ממילא איז עס נאכנישט גרייט געווען צו דריקן מיר האפן עס ארויסצוגעבן בקרוב און אויסשמועסן די וויכטיגע הלכות ווען מ’פארט אריין און ארויס יעדע וואך און וויפל מאל מ’דאווענט ביי די מנחה עריע, און מער פינעם פארדרייטן סקעזשול וואס מ’פירט דארט.

הלכות קאנטרי.pdf
(122.44 KiB) געווארן דאונלאודעד 122 מאל
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”