די אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

די אמת איז אז Havestraw איז זייער א גרויסע געגענט, אריינגערעכט די Town of Haverstraw, Town of West Haverstrat ווי אויך די Village of Haverstraw. עס איז דא אפאר געגענטער, אדער שטעטעלעך אין Haverstraw ווי למשל גארנערוויל, מאונט איי ווי ועוד.

עס איז דא גאר שיינע געגענטער, ממש צופיסענס פון די מאונטענס (היי טאר ועוד), דערנאך איז דא מער וואס איך וואלט גערופען סטארטער האומס פאר גאר גיטע פרייזן. די גאנצע געגענט היימט זיך אהן ביים Route 45 און Route 202. אויב מאכט מען א רעכטס אויף Route 202 און מען פארט צו מזרח, קומט מען ביז צום Hudson River. דער עולם האט ווען שכל, הייבט מען אהן זיך צו ריקען מזרח.

מיט 180 יאהר צירוק האט די רעגירונג געזאגט, if you can see your neighbors chimney, it's time to move west. און היינט זאג איך אייך אלע, די זעלבע, נאר אויף מזרח. עס איז דא אומצאליגע קליינע געסלעך, ארויס פון די גרויסע גאסן, מיט א געוואלד הייזער פאר גאר ביליג. ווי אויך גאר נאנט צו מאנסי.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

יאפ! סאיז דא ממש ביוטיפול געגנטער און געסעלעך מיט הערליכע וויוס, בערג, וואסער, וכו'
ווען דער עולם האט שכל...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

צו קלארשטעלן העוורסטראו איז א ריזיגע שטאט מיט אפאר געגנטער עס איז דא א גוישע געגנט מיט קריים אבער די אידישע ישוב איז כמעט נישטא קריים
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

yid האט געשריבן:צו קלארשטעלן העוורסטראו איז א ריזיגע שטאט מיט אפאר געגנטער עס איז דא א גוישע געגנט מיט קריים אבער די אידישע ישוב איז כמעט נישטא קריים

זייער אמת.
העווערסטראו איז ווי Town of Ramapo, ווי מען האט פארשטייט זיך גאר שיינע געגענטער. טראכט למשל Spook Rock Road געגענט, טראכט למשל ארויפצו פון Wesley Kosher Supermarket ווי מען מאכט א לינקס אויף Lime Kilm Road און מען פארט west א מייל. דערנאך איז דא אין ספרינג וואלי, כמעט ווי סלאמס.

Haverstraw איז אויך אזוי. עס איז דא א געגענט וואס ריפט זיך High Tor, וואס איז לעבען High Tor State Park, הערליך! וואס אגב, די High Tor State Park איז א סוד וואס מיהר מאנסי איינוואינער ווייסן נישט! פארוואס? ווייל עס איז נישט דא קיין סך פארקינג, און מען דארף הייקען אסאך.

מיהר טוען דאס אפאר מאהל... מען קומט אהן צו די top of the mountain און מען קען זעהן ביז מאנהעטען! אלעס בלויז 10 ביז 15 מינוט אוועק פון מאנסי.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובה דורך לעכטל »

כא כא כא האט געשריבן:אין די הערליכע פארק דארט קען איך זיכער באשטיין צו וואוינען..

איר זעהט אויס צו זיין זייער אעקסיידעט...!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

Kosher Travel האט געשריבן:
yid האט געשריבן:צו קלארשטעלן העוורסטראו איז א ריזיגע שטאט מיט אפאר געגנטער עס איז דא א גוישע געגנט מיט קריים אבער די אידישע ישוב איז כמעט נישטא קריים

זייער אמת.
העווערסטראו איז ווי Town of Ramapo, ווי מען האט פארשטייט זיך גאר שיינע געגענטער. טראכט למשל Spook Rock Road געגענט, טראכט למשל ארויפצו פון Wesley Kosher Supermarket ווי מען מאכט א לינקס אויף Lime Kilm Road און מען פארט west א מייל. דערנאך איז דא אין ספרינג וואלי, כמעט ווי סלאמס.

Haverstraw איז אויך אזוי. עס איז דא א געגענט וואס ריפט זיך High Tor, וואס איז לעבען High Tor State Park, הערליך! וואס אגב, די High Tor State Park איז א סוד וואס מיהר מאנסי איינוואינער ווייסן נישט! פארוואס? ווייל עס איז נישט דא קיין סך פארקינג, און מען דארף הייקען אסאך.

מיהר טוען דאס אפאר מאהל... מען קומט אהן צו די top of the mountain און מען קען זעהן ביז מאנהעטען! אלעס בלויז 10 ביז 15 מינוט אוועק פון מאנסי.

ר' איר!
איר מאכט מיר דשעליס, איך בין געווען עטליכע טעג צוריק ביי די באוואיסטע פארק אין העוורסטראו, (דענק נישט ווי ס'הייסט) 2 שיינע פארק'ס צו שפילן פאר די קינדער אזוי אויך זעהט מען די וואסער.
אבער וואס איז די אדרעס וואס איך ברויך אריינלייגן אין די GPS צו גיין צום High Tor State Park?!
תודה פארן הילף!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

לעכטל האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
yid האט געשריבן:צו קלארשטעלן העוורסטראו איז א ריזיגע שטאט מיט אפאר געגנטער עס איז דא א גוישע געגנט מיט קריים אבער די אידישע ישוב איז כמעט נישטא קריים

זייער אמת.
העווערסטראו איז ווי Town of Ramapo, ווי מען האט פארשטייט זיך גאר שיינע געגענטער. טראכט למשל Spook Rock Road געגענט, טראכט למשל ארויפצו פון Wesley Kosher Supermarket ווי מען מאכט א לינקס אויף Lime Kilm Road און מען פארט west א מייל. דערנאך איז דא אין ספרינג וואלי, כמעט ווי סלאמס.

Haverstraw איז אויך אזוי. עס איז דא א געגענט וואס ריפט זיך High Tor, וואס איז לעבען High Tor State Park, הערליך! וואס אגב, די High Tor State Park איז א סוד וואס מיהר מאנסי איינוואינער ווייסן נישט! פארוואס? ווייל עס איז נישט דא קיין סך פארקינג, און מען דארף הייקען אסאך.

מיהר טוען דאס אפאר מאהל... מען קומט אהן צו די top of the mountain און מען קען זעהן ביז מאנהעטען! אלעס בלויז 10 ביז 15 מינוט אוועק פון מאנסי.

ר' איר!
איר מאכט מיר דשעליס, איך בין געווען עטליכע טעג צוריק ביי די באוואיסטע פארק אין העוורסטראו, (דענק נישט ווי ס'הייסט) 2 שיינע פארק'ס צו שפילן פאר די קינדער אזוי אויך זעהט מען די וואסער.
אבער וואס איז די אדרעס וואס איך ברויך אריינלייגן אין די GPS צו גיין צום High Tor State Park?!
תודה פארן הילף!

לייג אריין דאס:
Co Rd 33, New City, NY 10956

די אדרעס איז פון א פארק וואס איך מיין איז א קאונטי פארק גלייך אקעגען איבער. מען דארף פארקן אויף די זייט און מען נעמט א הייק וואס דויערט בערך א שעה. די לעצטע שטיקל איז זייער שווער. ממש, כמעט מען דארף זיך ארויף שלעפן אויף די הענט און פיס. אבער די trail איז זייער קלאהר אהנגעצייכנט. עס לויענט זיך אהנצוקומען צום שפיץ בארג.

זייט געווארנט! עס איז א מסוכן פלאץ מיט הויכע cliffs אויפן עק בארג.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: די אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

די פלענינג באורד האט היינט צוריק געוויזן די עפראוועל צו בויען א שוהל אין העווערסטראו.
עס וואוינען שוין אין העווערסטראו אריבער 200 ליטווישע משפחות. אין די געגנטער פון Thiells-Mt. Ivy און Garnerville.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
בן משי
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 14, 2020 6:41 pm

תגובה דורך בן משי »

פעטער שמואל האט געשריבן:

Havestraw האט באלד 500 משפחות

קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: די אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

קהל בני תורה האט היינט אריינגעגעבן א לא-סאאט אין געריכט אקעגן די טאון פלעננינג בארד פארן אפווארפן די אפליקאציע צו דעזיגנירן א שוהל.

ארטיקל אין המודיע
◄ ווייז ספוילער
קאורט דאקומענט - גוגל דרייוו
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: די אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

טאון אוו העווערסטרו נעבן מאנסי האט פארמאל באשטעטיגט דעם סעטלמענט מיט א חרדישע קהלה וועלכע ווילן בויען א שול
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: די אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

מזל טוב
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
בהערצה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 1:12 pm

Re: די אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בהערצה »

ווי ווערט די שוהל געבויט?
אוועטאר
crunchy
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 13, 2021 2:45 pm
לאקאציע: ביים רבי’נס טיש

Re: די אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך crunchy »

בית יאקאוו אף פאמאנא האט אפגעקויפט א שטח אין העווערסטראו ווי זיי גייען בויען א סקול
בהערצה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 1:12 pm

Re: די אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בהערצה »

ווי? אדרעס?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: די אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

crunchy האט געשריבן:
בית יאקאוו אף פאמאנא
צ"ל בייס (וי"ג בעיס)
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
crunchy
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 13, 2021 2:45 pm
לאקאציע: ביים רבי’נס טיש

Re: די אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך crunchy »

מי חכם האט געשריבן:
crunchy האט געשריבן:
בית יאקאוו אף פאמאנא
צ"ל בייס (וי"ג בעיס)
בייס לאז פאר די לייקוואודע...
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: די אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

yid האט געשריבן:
טאון אוו העווערסטרו נעבן מאנסי האט פארמאל באשטעטיגט דעם סעטלמענט מיט א חרדישע קהלה וועלכע ווילן בויען א שול
געזעהן אז זיי האבן זיך פארפליכטעט צו צאלן די שוהל'ס איבער $200,000 לעגאלע קאסטן.
ממנו ילמדו וכן יעשו...
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: די אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

חסידישע יודן וואוינען דארט?
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: די אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

latter האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:52 pm
חסידישע יודן וואוינען דארט?
נישט ממש.
עטליכע הונדערט ליטווישע משפחות וואוינען שוין דארט.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: די אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

נייע אידישע גראסערי
go bananas
152 Broadway , Haverstraw, NY 10927
Call Us 7184004500

[email protected]

Hours
Sunday 8:00 AM – 8:00 PM
Monday 7:30 AM – 9:00 PM
Tuesday 7:30 AM – 9:00 PM
Wednesday 7:30 AM – 11:00 PM
Thursday 7:30 AM – 1:00 AM
Friday 7:30 AM – 2 hours before Shabbos
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: די אידישע געגנט אין העווערסטראו נ"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

yid האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 11:35 pm
נייע אידישע גראסערי
go bananas
152 Broadway , Haverstraw, NY 10927
Call Us 7184004500

[email protected]

Hours
Sunday 8:00 AM – 8:00 PM
Monday 7:30 AM – 9:00 PM
Tuesday 7:30 AM – 9:00 PM
Wednesday 7:30 AM – 11:00 PM
Thursday 7:30 AM – 1:00 AM
Friday 7:30 AM – 2 hours before Shabbos
נישט קיין גראסערי, בלויז א ווערהאוז.
נישט אין די אידישע געגנט.

https://shopgobananas.com/
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”