טשעסטנאט רידזש דעוועלאפמענט, מאגנאליע דעלעוועיר.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ערנסט גערעדט, אויב ווילט איר טון אין דעלעוועיר (פארבינדט אייך מיט דזשאוי ביידענס משפחה [דע חלק איז א וויץ]) זעט וואס איר קענט טון אין קלעימאנט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

(סתם פאר נייגעריגקייט, כ'פלאן נאכנישט צו מופן..)

ס'איז דא דארט אידישקייט אין די געגנט? א גרויסע סיטי פאר פרנסה מעגליכקייטן?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אין וועלכע געגנט?
מאנגאלע ניין
גייט צו נארט קלעימאנט וויליאמנגטאן וכו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

אמטשולדיגס פארן זיך אריינמישן, און לכאורה קומט עס נישט דא, אבער וואס קען שוין זיין.

איך וויל נאר דערמאנען, אז די וועלט ענדיגט זיך נישט ביים האבן א אייגענעם הויז...
איך קען מענטשן וואס האבן אייגענע הייזער און נאך אלץ זענען זיי נערוועז און אנגעצויגן, און איך קענען אזעלכע וואס האבן שוין יארן א געדינגענע הויז, און נאך אלץ זענען זיי פרייליך און גליקליך און צופרידן און רוהיג.

איך מאך נישט אוועק דער מושג, אדרבה, עס האט גאר אסאך מעלות און עס איז גאר א גוטע זאך, אבער היינט איז דא געווארן אין אמעריקע אז עס איז א גאנצע ציל פאר זיך צו האבן א אייגענע הויז, און ווער עס איז זוכה צו דעם איז שוין געסעטעלט (?), און ער איז שוין א מוצלח און א געלונגענע מענטש, ער האט דערגרייכט דער ציל!...
און ווער נישט, פעלט אים ממש געפערליך, און ער איז כמעט א רחמנות, און ער האפט און קוקט ארויס אויפן טאג ווען ער וועט זוכה זיין צו דער ריוח נצחי און געוואלדיגע געווינס וואס גרעסערס דערפון איז נישט פארהאנען...
דערפאר וויל איך נאר מודיע זיין אז די מציאות איז נישט פונקט אזוי, און מען קען אויסלעבן אלע יארן שיין פרייליך און צופרידן אין א געדינגענע הויז, און אויף יענע וועלט וועט מען נאך אלץ שטיין גאר שיין און געסעטעלט... תחתונים למעלה...

שוין, דאס אלעס, מען קען ווייטער רעדן דערפון, אבער אביסל ארויסגיין פון דער צמצום און עבודה זרה וואס רופט זיך 'א אייגענע הויז', און קוקן אביסל מיט א העכערע בליק אז עס איז דא גרעסערס פון דעם, ווי למשל: אונזער תפלין וואס אונז זענען זוכה צו לייגן יעדן טאג! און די מנחה מעריב וואס מיר כאפן ארויס אזוי נישט מיר נישט דיר קוים מיט געדולד, און די שמירת שבת וואס מיר זענען מקיים פון אינסטיקט, יא, דאס אלעס איז גרעסער פון אלעס, פון א אייגענע הויז און פון אלע געלט אין די וועלט, צו דו גלייבטס עס צו נישט, צו דו פילסט עס צו נישט, דאס איז די אמת און די ריכטיגע פאקט! און ווער רעדט שוין אז מען לייגט נאך צו הארץ און כונה, דעמאלטס איז עין לא ראתה!!
און בכלל אז נישט אין דעם שטעקט די גליק און צופרידענהייט...

בקיצור, גייטס אן און זייט געזונד און פרייליך וויאזוי עס איז, דער אייבערשטער איז מיט אונז איבעראל! טוב ה' לכל - צו יעדעם איינעם און פאר אלעס אין די וועלט!! אפילו אויב מען האט נישט קיין אייגענע דירה...
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

א אייגענע הויז איז ווערט נאר דער דיפערענץ צווישן די רענט וואס דער טענענט צאלט און די טעקס וואס דער לענדלארד צאלט. למשל אויב א טענענט צאלט רענט 2000 דאלער א חודש און דער לענדלארד צאלט טעקס 800 דאלער א חודש, האט דער טענענט נאר געלייגט אין גארבעזש 1200 דאלער חודש'ליך, נישט 2000

אויך נישט אוועק צו מאכן, אבער ווער עס פילט ער מוז קויפן אנשטאט גיסן געלט אין גארבעזש יעדן חודש, דארף מאכן די קלארע חשבון - וויפיל געלט ער גייט פארדינען אין זיין טאש.

דאס איז שוין אן נעמען אין באטראכט אז דער וואס קויפט א הויז און צאלט דערפאר מיט א מארטגעזש, בלייבט צום סוף אויך מיט א נכס וואס איז ווערט סאך ווייניגער ווי דער פרייז וואס ער האט געצאלט דערפאר. ד.ה. ער גיסט למעשה אויך אריין פופציג פראצענט צי מער פון זיין חודש'ליכע הויז עקספענס אין גארבעזש.

מען קען אפווארפן די ארגומענט אז אויב סוכ"ס איז דאס דער איינציגער וועג וואס ער קען זיך ערלויבן בדרך הטבע צו קויפן א הויז איז למעשה לוינט ענדערש צו אינוועסטן אין א וועג וואס מען בלייבט כאטש מיט א נכס ווי איידער סתם צו צאלן רענט און בלייבן מיט גארנישט. אבער דער סך הכל קומט אראפ צו דעם: וויפיל מער איז די חודש'ליכע מארטגעזש ווי דער רענט? אויב איז עס די זעלבע אדער נאר אביסל מער, און מען האט די געלט פאר דאון פעימענט און אלעס ארום, לוינט אוודאי צו קויפן; אויב דער מארטגעזש איז פיל מער ווי דער רענט, מען צאלט טייער טעקס, און ס'איז נעקסט טו אימפאסיבל אויפצוקומען מיט די 150-200 אלפים אנצוהייבן, לוינט בפשטות נישט דער פינאנציעלער ריוח פון 'אונען א הויז לשם אוינען א הויז' איבער די חסרונות דערפון. אינצווישן, דארף מען פרעגן א שאלה...
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”