גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

כאפצעם האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:דו טשאלענדזשד דאך דעם עולם, ניין? דארף מיר דאך וויסן וואס כדארף אויפווייזן...


כ'טענה נישט גארנישט. מיין פוינט איז נאר געווען אז ס'איז אבסורד צו טענה'ען וואס איז דער סכום איינוואוינער און די מיגראציע לעוול אין א שטאט וואס רוב וואס טענה'ן ארום האבן דאס נאך בכלל נישט אויסגעשמעקט לאורכה ולרוחבה.

ווילסט טענה'ן מיט @לעיקוואוד, געזונטערהייט. ער טוט דאס פאר ליווינג און האט די הארטע דעיטע אין זיין קאמפיוטער. האלטסט אנדערש? טשעק עס אויס, מאך ריסוירטש און דאן קום טענה'ן.

--
שרייבער האקט. מען קומט דירעקט נישט אויף א יאר צוויי, נאר להשתקע.

איינער וואס טוט דאס פאר א ליווינג, מיט אים גיי איך מיר נישט טענהן שטייצעך. אבער פון דארט זיין, עי קעי עי שמעקן/פילן קען מען נאך נישט וויסן קיין הארטע נומבערס.

האו באוט דער לעיקוואדער באהאווענטער זאל קודם כאפן א שפאציר פאר א וואך אין מאנסי און אויסטשעקן דעם גאנצן זאך... פון מעיפל בולעווארד, סאפערן, עירמאונט, טשעסטנאט רידזש, וויאלע, הילקרעסט, סקווירא, ביז העמפסטעד, וועסלי הילס, פאמאונע, ניו סיטי, וכו'...

איך האלט גראדע נישט דאס איז דער מהלך. סאיז היינט א טעקנאלעזשי וועלט און מקען וויסן הארטע נומבערס אן דארט זיין.

קיינער האט נישט גע'טענה'ט אז קיין מאנסי מופט מען נישט, מ'האט נאר געזאגט אז לעיקוואוד שטייגט עס איבער. האסט דעיטע פון מאנסי, אדרבה, לאז מיר וויסן

און בד"וו, לאל פאר דיין "הארטע נומבערס", געב מיר הארטע נומבערס פון לעיקוואוד, מאנסי און וויליאמסבורג, מענטשן זענען גרייט צו צאלן אסאאאאאך געלט פארדעם
געשטימט פאר ראשעק הול
נחל קהלתינו
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 5:26 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחל קהלתינו »

לעיקוואד האט געשריבן:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:
ברוכאוויטש האט געשריבן:אין מאנסי איז היינט צוטאגס פארהאן 25 תלמוד תורה'ס וואו מען לערנט אויף אידיש און לכה"פ 5 תלמוד תורה'ס וואו מען לערנט איוף ענגליש.
האט איינער דא נאמבערס פון אנדערע געגענטער?




גראדע איז אין לעיקוואד דא מער ווי דרייסיג חדרים, אבער אינו ראי' פון דעם ווייל דא זענען רוב חדרים אויף א קלענערע פארנעם חוץ די גאר גרויסע.
א חדר מיט פולע פאראלעל קלאסן הייסט גרויס און סוקסעספול.

דא איז א שטיקל ליסט פון מוסדות און לעקוואד וואס שטריימל אידן שיקן
מסורת אבות
בית אברהם
ראכמעסטריווקא
סאטמאר ישן
סקווירא
דרכי אבותינו
תפארת יחיאל
סאטמאר חדש
בעלזא
קלויזענבוירג
סטאלין
יסודי התורה
פאראיעריגער שניי
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

פתחיה האט געשריבן:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:אז מרעדט שוין איז אינטערעסאנט צו זעהן ווי ס׳זענען דא מענטשען וואס האלטן מיט א אמת אז און וויליאמסבורג וואינען 18 / 20 טויזנט משפחות וואס און פאקט איז עס ביי 12 / 13 טויזנט

ס׳וואלט געווען אינטערסאנט צו אנאלעזירען און פארוואס לעבן מענטשען און אזא באבל


וואס מיינט 'און פאקט איז עס ביי 12/13 טויזנט'? וויאזוי ווערט א פאקט האט איר אמאל אריינגעקלערט? א פאקט איז א הארטער מציאות נישט וואס אייינער קלערט אדער וויל עס זאל זיין. אלזא זייט וויסן וויליאמסבורג האט בערך 19,000 משפחות כהיום לויט די פאקטישע ליסטע פון איינוואינער. די ביזנעס דירעקטארי האט 20,000 איינוואינער אבער רעכנט אריין ביזנעסער.


טוה מיר א טובה. ברענג די ביזנעס דירעקטארי. כהאב נאכנישט געטראפן קיין איין ליסט ווי וויליאמסבורג באטרעפט אפילו פערצן טויזענט.
ווי אויך דוכט זיך מיר אז סאטמאר (אנשי שלומינו) קלעימט ניטאמאל צען טויזענט משפחות אין וויליאמסבורג.
ברוכאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכאוויטש »

לא ימושו מפיך האט געשריבן:
ברוכאוויטש האט געשריבן:אין מאנסי איז היינט צוטאגס פארהאן 25 תלמוד תורה'ס וואו מען לערנט אויף אידיש און לכה"פ 5 תלמוד תורה'ס וואו מען לערנט איוף ענגליש.
האט איינער דא נאמבערס פון אנדערע געגענטער?

אידיש
1. בית דוד
2. סאטמאר (מהר"א)
3. סאטמאר (מהרח"י)
4. וויזשניץ
5. ויז’ניץ
6. סקיוורא
7. פאפא
8. תשב״ר
9. בעלזא
10. באר ישעי' (עטרת צבי)
11. באבוב
12. באבוב
13 אמרי שפר
14. נועם אלימלך
15. צאנז
16. מונקאטש
17.קלויזנבורג
18. ראחמיסטריווקא
19. קאלאשיץ
20. אמרי בינה
21. אהבת הורה
22. אהבת שלום
23. ייטב לב
24. וויען
25. געדענק איך נישט
ענגליש
1. ישיבה ספרינג וואלי
2. חדר חב"ד
3. בית מקרא
4. דגל התורה
5. אשאאר

איך האב משלים געוועהן אייער טיילוויזע ליסטע כדי מ'זאל נישט זאגן אז איך האב אויסגעטראכט א נאמבער
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איך האב שוין ערגעץ גענומערט און געפאקט און גמוזעלט אין אנאנדערן אשכול.
אויך האט יאסי געשטעטנער נומערן פון די רעגירונג וויפיל קינדער לערנען אין ישיבות אין יעדע געגנט.
אבער מספר פון תלמודי תורה איז לא מעלה ולא מוריד איך בין זיכער אז אין 25 פון די אויבנדערמאנטע מוסדות צוזאמען לערנען נישט קיין דריטל קינדער וואס לערנען ביי מהרי"י וומ"ס אליין סא נאר דער איכות (מספר התלמידים) איז מעלה ומוריד און נישט דער כמות (מספר המוסדות)
אז מ'לעבט דערלעבט מען
נחל קהלתינו
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 5:26 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחל קהלתינו »

און 2017-2018 האט לעקוואד געהאט 31,376 קינדער קע"ה אין די מוסדות https://ojpac.org/updates/k-12-enrollme ... -2017-2018
2019-2020 האט ראקלענד געהאט 29,697 קע"ה אין די מוסדות https://ojpac.org/updates/158,481-k-12- ... chool-year
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

אין לעיקוואד האט מען כידוע גרויסע משפחות, פיל גרעסער ווי נישט חסיד'ישע אין מאנסי און מעגליך אפילו די חסיד'ישע. ווי אויך איז עס פיל א יונגערער ציבור מיט די קינדער אינדערהיים.

מיט דעם אלעם, דער נומער אויב קראנט איז זיכער א שטארקע באווייז אז לעיקוואד איז ריזיג גרויס
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

lebediger berel האט געשריבן:איך האב שוין ערגעץ גענומערט און געפאקט און גמוזעלט אין אנאנדערן אשכול.
אויך האט יאסי געשטעטנער נומערן פון די רעגירונג וויפיל קינדער לערנען אין ישיבות אין יעדע געגנט.
אבער מספר פון תלמודי תורה איז לא מעלה ולא מוריד איך בין זיכער אז אין 25 פון די אויבנדערמאנטע מוסדות צוזאמען לערנען נישט קיין דריטל קינדער וואס לערנען ביי מהרי"י וומ"ס אליין סא נאר דער איכות (מספר התלמידים) איז מעלה ומוריד און נישט דער כמות (מספר המוסדות)


מסתמא האסטו געמיינט צו זאגן 5 נישט 25. פשוט'ע זאך, סאטמאר וויליאמסבורג האט נישט - על פי רוב עכ"פ - קיין 25 קלאסן אין א כתה. אז דו האסט 25 מוסדות וואס יעדע האט איין קלאס קומסטו שוין אן צו פיל מער ווי סאטמאר. דאס איז אן רעכענען וויזשניץ און סאטמאר און סאטמאר און פאפא וואס האבן פאראלעל קלאסן, צומאל אפילו 5 6 קלאסן פער כתה
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

Programming האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:איך האב שוין ערגעץ גענומערט און געפאקט און גמוזעלט אין אנאנדערן אשכול.
אויך האט יאסי געשטעטנער נומערן פון די רעגירונג וויפיל קינדער לערנען אין ישיבות אין יעדע געגנט.
אבער מספר פון תלמודי תורה איז לא מעלה ולא מוריד איך בין זיכער אז אין 25 פון די אויבנדערמאנטע מוסדות צוזאמען לערנען נישט קיין דריטל קינדער וואס לערנען ביי מהרי"י וומ"ס אליין סא נאר דער איכות (מספר התלמידים) איז מעלה ומוריד און נישט דער כמות (מספר המוסדות)


מסתמא האסטו געמיינט צו זאגן 5 נישט 25. פשוט'ע זאך, סאטמאר וויליאמסבורג האט נישט - על פי רוב עכ"פ - קיין 25 קלאסן אין א כתה. אז דו האסט 25 מוסדות וואס יעדע האט איין קלאס קומסטו שוין אן צו פיל מער ווי סאטמאר. דאס איז אן רעכענען וויזשניץ און סאטמאר און סאטמאר און פאפא וואס האבן פאראלעל קלאסן, צומאל אפילו 5 6 קלאסן פער כתה


גראדע לויט מיין אינפארמאציע האבן זיי יא ארום 25 קלאסן פער יארגאנג און פאר דעם האב איך געשריבן 25 נישט דרייסיג ווייל כ'האב געוואלט אראפנעמען די פינף גרויסע - כ'האב אבער יא געמאכט א שטיקל טעות (דער אינהאלט פון מיין תגובה איז נאך אלץ ריכטיג נאר מיט די נומער האב איך כרגע זיך טועה געווען) ווייל כ'האב געטראכט פון די ארום 11 טויזענט קינדער בלעה"ר וואס זיי האבן אין סאטמאר מהרי"י ווילי לעומת די 25 קלענערע תלמוד תורות אין מאנסי וואס כ'גלייב אז אלע צוזאמען קומען נישט צו צו ארום דריי אהאלב טויזנט קינדער, כ'האב אבער געמאכט א טעות ווייל די עלף טויזענט איז אינגלעך מיט מיידלעך פלאס בחורים ביז ישיבה גדולה, האועווער די תוכן התגובה איז נאך אלץ אמת.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”