@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

באריס דזשאנסאן, פרעמיער מיניסטער פון ענגלאנד, וועט אפרייזן קומענדיגע וואך קיין אוקריינע, און וועט נאכדעם אפהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט פוטין.

אויך האט דזשאנסאן פארארדענט די ארטיגע מיליטער צו זיין גרייט צו גיין קיין אייראפע אין ליכט פון די סיטואציע צווישן רוסלאנד און אוקריינע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

2 ניו יארקער נוירסעס זענען ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן פארן פראדוצירן און פארקויפן פאלשע קאוויד וואקסינאציע קארטלעך, און עס אריינלייגן אין די סיטי דאטא באזע, און זיי האבן אנגעבליך געמאכט דערפון 1.5 מיליאן דאלער.

אויטאריטעטן האבן קאנפיסקירט פון זייערע היימען ארום $900,000 קעש.

IMG_20220129_185304_088.jpg
IMG_20220129_185304_088.jpg (62.76 KiB) געזען 2703 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די שניי שטורעם וועלכע האט באטראפן דעם ראיאן, האט געברענגט אויף טיילן פון ניו דזשערסי אזויפיל ווי 20 אינטשעס שניי, און אויף טיילן פון ניו יארק אזויפיל ווי 12 אינטשעס.

IMG_20220129_190026_683.jpg
IMG_20220129_190026_683.jpg (190.5 KiB) געזען 2671 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

צענדליגער טויזנטער טראק דרייווער זענען דעם שבת אנגעקומען צו אטאווע, די הויפשטאט פון קאנאדע, נאך א מיילן לאנגע קאראוואן וועלכע האט זיך געשלענגלט צו פראטעסטירן וואקסין מאנדאטן.

סקאט מאו, דער פרעמיער מיניסטער פון סוסקעטשואן, די קאנאדישע פראווינץ וואס גרעניצט זיך מיט אמעריקע פון דרום, האט היינט אין א סטעיטמענט באגריסט די פראטעסטן און גערופן שוין צו אפשאפן די וואקסינאציע פארלאנג פאר טראק דרייווערס צו קענען אריבערגיין די גרעניצן.

קאנאדישער פרעמיער מיניסטער טרודעאו און זיין פאמיליע האבן פארלאזט זייער אפיצילע רעזידענץ אין אטאווע, און אריבערגעגאנגען צו א פארהוילענע לאקאציע. דער פרעמיער האט געמאלדן פארגאנגענע וואך אז ער איז געקומען אין בארירונג מיט א קאוויד אנגעשטעקטער און וועט זיך דעריבער איזאלירן.

IMG_20220129_192118_923.jpg
IMG_20220129_192118_923.jpg (90.88 KiB) געזען 2632 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

צפון קארעא האט דורכגעפירט א פרישע מיסיל פראבע, וואס לויט יאפאן איז דאס געווען א באליסטישע מיסיל. דאס איז די 7'טע פראבע דעם חודש.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

עליסאן פלוק-עקראן, א געוועזענע טיטשער פון קענזעס, איז געווארן אנגעקלאגט פרייטאג פארן העלפן אוועקשטעלן א פרויען בריגאדע און טרענירן פרויען און קינדער צו נוצן געווער אינערהאלב די איסלאמישע אייסיס טעראר גרופע.

זי איז ארעסטירט געווארן אין סיריע אין 2019, דארט איז זי געשטאנען אין שפיץ פון א באטאליאן אייסיס קעמפער, און פלאנירט א טעראר אטאקע אויף אן אמעריקאנעם קאלעדזש קאמפוס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דאנעלד טראמפ היינט ביי זיין ראלי אין טעקסאס האט געזאגט אז אויב זאל ער לויפן און געווינען אין 24', וועט ער פארדאנירן די יאנואר 6 אנגעקלאגטע.

אויך האט ער באגריסט די 'קאנאדישע טראקער' זאגנדיג אז זיי טוען מער צו פארטיידיגן פרייהייט ווי אונזערע פירער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א באריכט אין די ניו יארק טיימס דערציילט אז נאך די טויט פון קאשאגי איז אפגעלאפן די לייסענס וואס סאודיע אראביע האט געהאט צו נוצן די פעגאסוס שפיאנאזש סיסטעם, און די ישראל'ישע פארטיידיגונגס מיניסטעריום האט פארבאטן NSO עס צו באנייען.

דער קרוינפרינץ און פאקטישער פירער פון סאודיע אראביע, מוכאמאד בין סאַלמאַן, האט דאן אנגערופן דעם דעמאלטסדיגן פרעמיער מיניסטער נתניהו וועלכער האט באשטעטיגט דאס באנייען די לייסענס אין אויסטויש האט בין סאַלמאַן צוגעזאגט צו עפענען די סאודיער הימלען פאר ישראל'ישע פליגער.

געוועזענער פרעמיער מיניסטער נתניהו איז אינצווישן שוין ארויסגעקומען מיט אן אפלייקענונג אז ער האט באשטעטיגט די לייסענס אקעגן די מיינונג פון די זיכערהייט באאמטע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

:!:

9 מענטשן זענען אומגעקומען און נאך 6 פארוואונדעט, ווען א ספידינג קאר איז דורכגעפלויגן א רויט לייט, און אריינגעקראכט אין 5 קארן, אין לאס וועגאס.

IMG_20220130_102134_285.jpg
IMG_20220130_102134_285.jpg (28.49 KiB) געזען 1920 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אילאן מאסק האט אנגעבאטן $5,000 פאר א 17 יעריגער אז יענער זאל פארמאכן זיין טוויטער אקאונט וועלכע טרעקט מאסק'ס פריוואטע פליגער גענוי וואו עס פארט.

IMG_20220130_110239_185.jpg
IMG_20220130_110239_185.jpg (146.33 KiB) געזען 1867 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אן אקטיארין פון ניו יארק איז אפגעזאגט געווארן נאך וואס זי האט פובליצירט א ווידעא וועלכע איז געגאנגען ווייערל אין וועלכע זי ברויזט פארוואס מען שפארט אפ גאסן פאר די באגרעבעניש צערעמאניע פון דעם פאליציאנט וועלכע איז אומגעקומען אין די הארלעם שיסעריי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:צום ערשטן מאל אין היסטאריע, וועט מדינת ישראל פרעזידענט יצחק הערצאג, באזוכן די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן קומענדיגע וואך זונטאג פאר א 2 טאג'יגע באזוך.

דער ישראל'ישער פרעזידענט יצחק הערצאג, האט היינט אפגעשטאט א באזוך אין די עמיראטן, און האט זיך געטראפן מיטן ארטיגן קרוינפרינץ מוכאמאד בין זייאד פאר געשפרעכן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:דאנעלד טראמפ היינט ביי זיין ראלי אין טעקסאס האט געזאגט אז אויב זאל ער לויפן און געווינען אין 24', וועט ער פארדאנירן די יאנואר 6 אנגעקלאגטע.

רעפובליקאנער סענעטאר פון סאוט קאראליינע, לינדזי גרעהעם זאגט, אז ער קלערט אז פארדאנירן יאנואר 6 ארעסטירטע איז נישט פאסיג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער מיליטערישער ווארטזאגער פון די האוטי רעבעלן זאגט אז זיי וועלן ארויסלייגן דעטאלן פון פרישע מיליטערישע אפעראציעס טיף אינעווייניג אין די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן.

דאס קומט אין די צייט וואס באריכטן געבן אן אז די לופט פארטיידיגונגס סיסטעם העכער אבו דאבי איז אקטיוויזירט און שלאגט אפ אטאקעס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:באריכטן געבן אן אז די לופט פארטיידיגונגס סיסטעם העכער אבו דאבי איז אקטיוויזירט און שלאגט אפ אטאקעס.

פארטיידיגונגס מיניסטער פון די עמיראטן האט באשטעטיגט אז זיי האבן סוקסעספול אראפגעשאסן און צושטערט א באליסטישע מיסיל וואס די האוטי רעבעלן האבן געשאסן אויף אבו דאבי.

דאס קומט אין די צייט וואס דער פרעזידענט פון מדינת ישראל, יצחק הערצאג, וויילט אין לאנד.

IMG_20220130_164505_371.jpg
IMG_20220130_164505_371.jpg (156.46 KiB) געזען 1366 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די סאודישע געפירטע קאאליציע קרעפטן האבן באמבאדירט און צושטערט די מיסיל ארויסשיסער אין תימן פון וועלכע מען האט געשאסן די באליסטישע מיסיל קיין אבו דאבי.

א ווארטזאגער פאר פרעזידענט יצחק הערצאג זאגט אז די באזוך אין די עמיראטן גייט ווייטער ווי געפלאנט טראץ די פרישע מיסיל אטאקע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די אוקריינישע אמבאסאדארין צו אמעריקע, אקסאנא מארקאראווא, האט אין אן אינטערוויו צו CBS פרובירט צו מינימיזירן באריכטן אז עס הערשט א שפאנונג צווישן אוקריינע און די ביידען אדמיניסטראציע, און האט קלארגעשטעלט אז אוקריינע אנערקענט און זוכט נישט צו אראפשפילן די מעגליכקייט פון א רוסישע אינוואזיע, נאר מיט דעם אלעם איז ארגער אויב פאלט מען אריין אין א פאניק.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די העכסטע סענאטארן אויף די סענאט אויסערן באַציאונגען קאמיטע, דעמאקראטישער סענאטאר פון ניו דזשערזי, באב מענענדעז, און רעפובליקאנער סענאטאר פון איידעהא, דזשים ריש, וועלן פארלייגן א ביל וואס זיי האבן אויסגעארבעט צו פארקריפלען די רוסישע עקאנאמיע אין פאל זיי אינוואדירן אוקריינע, דורכן ארויפלייגן גאר שווערע עקאנאמישע סאנקציעס אויף רוסישע בענק און נאך.

זיי האפן צו שאפן שטיצע פון ביידע פארטייען עס אדורכצופירן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נאכן מאסיווע דרוק און נאך סטראשערייען פון פאפולערע מוזיק פערזענליכקייטן אז זיי וועלן איבערלאזן די פלאטפארמע צוליב'ן נישט איינצוימען דזשאו ראוגען, האט ספאטיפיי ענדליך רעאגירט און אין א סטעיטמענט געמאלדן פארשידענע טוישונגען צו איר 'קאוויד-19 פאליסי'.

זיי וועלן נישט צענזורירן אדער אראפווארפן, נאר וועלן צוצולייגן 'אינהאלט אַדווייזערי' צו יעדע פאדקעסט עפיזאד וואס אנהאלט דיסקוסיעס ארום קאוויד, וואס וועט פירן צו אפיציעלע קוועלער מיט קראנטע אינפארמאציע איבער די טעמע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:צענדליגער טויזנטער טראק דרייווער זענען דעם שבת אנגעקומען צו אטאווע, די הויפשטאט פון קאנאדע, נאך א מיילן לאנגע קאראוואן וועלכע האט זיך געשלענגלט צו פראטעסטירן וואקסין מאנדאטן.

צענדליגער טויזנטער טראקערס זענען סטאנציאנירט אין די פרעסטן אין אטאווע, די הויפטשטאט פון קאנאדע, און פלאנען נישט אוועק צו גיין.

די שטאט איז אונטער א גרידלאק, און די טראקערס לאזן זיך הערן מיט זייערע הארנס דורכאויס די נאכט.

ארטיגע פאליציי פרובירן צו פארהאנדלען מיט די ארגאניזירער צו פארשפרייטן די פארזאמלטע, זיי האבן גערופן פאר מענטשן אין די שטאט צו ארבעטן פון דערהיים, די שולעס וועלן טיילווייז זיין אפגעשלאסן, און זיי האבן גערופן פאר רייזנדע צו פארמיידן די הויפטשטאט.

די ארטיגע פאליציי שאצט אז די קאסטן צו אויפהאלטן די פאליצייאישע וואַך דורכאויס די פראטעסט פער טאג איז ארום $800,000.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אנטאניא גוטערעס, דער סעקרעטאר גענעראל פון די UN, זאגט אז זיי האבן ערהאלטן באגלייבטע אינפארמאציע וואס באשולדיגט אז די טאליבאן האבן שוין אומגעברענגט מער פון 100 געוועזענע מיטגלידער פון דער אפגאנער רעגירונג, אפגאנער זיכערהייט באאמטע, און אמעריקאנער מיטארבעטער, זינט זיי האבן איבערגענומען דאס לאנד אין אויגוסט.

די UN פארמאגט אויך אינפארמאציע איבער ארום 50 ציווילע מענטשן וואס זענען אומגעברענגט געווארן דורך די טאליבאן, נאך וואס זיי זענען פארדעכטיגט געווארן מיטן זיך אנגעהערן מיט אייסיס-קעי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די באריכט פון די אויספארשונג וואס סו גרעי האט אויסגעפירט איבער די פולע פארטיס וואס זענען אפגעהאלטן געווארן אין דאונינג סטריט דורכאויס די פאנדעמיק איז איבערגעגעבן געווארן פאר באריס זשאנסאן.

דזשאנסאן איז ערווארטעט צו געבן א סטעיטמענט פארן פארלימענט אין א קורצע וויילע.

די באריכט איז נאר טיילווייז צוליב וואס די פאליציי פירט אן זייער אייגענע אויספארשונג.

צווישן אנדערע זאגט די באריכט אז זיי האבן ערנסט פארפעלט צו אנהאלטן, נישט נאר די הויכע סטאנדארטן וואס רעגירונג איינגעשטעלטע וואלטן געדארפט אנהאלטן, נאר אפילו די סטאנדארטן וואס מען האט פארלאנגט פון פשוטע בירגער.

א טייל פון די באריכט:

IMG_20220131_093434_951.jpg
IMG_20220131_093434_951.jpg (202.86 KiB) געזען 786 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קאנאדישער פרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודעאו זאגט אז ער האט געטעסט פאזיטיוו פאר קאוויד.

IMG_20220131_100010_731.jpg
IMG_20220131_100010_731.jpg (51.17 KiB) געזען 699 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רעפובליקאנער אלאבאמא קאנגרעסמאן, מאו ברוקס, טענה'ט אז עס פארעמט זיך א באדייטענדע קעגנערשאפט פאר מעקקאנעל צו ערוועלט ווערן פאר סענאט מאיאריטעט פירער אויב זאלן רעפובליקאנער געוואונען.

ער האט געזאגט אז מעגליכע קאנדידאטן זענען טעד קרוז און דזשאזש האלי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רוסלאנד האט צוריקגעצויגן פון געפלאנטע מיליטערישע טרענירונגען וועלכע האבן געזאלט פארקומען ביי די וואסערן פון אירלאנד, נאך וואס די ארטיגע פישער גרופעס זענען געווען גאר בייז אז מען קומט אין זייער טעריטאריע, און האבן געסטראשעט אז זיי וועלן אנגיין ווייטער מיט זייערע אקטיוויטעטן, טראץ די טרענירונגען.

דער הויפט פון די פישער ארגענעזאציע האט זיך געהאט געטראפן מיטן ארטיגן רוסישער אמבאסאדאר צו בעטן צו אוועקפירן די טרענירונגען, אבער ער האט גלייכצייטיג געבעטן די פישכאפערס אז זיי זאלן נישט שטערן, ווייל עס גרעניצט זיך מיט גרויסע סכנות...
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”