מילתא דבדיחותא

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

א חידוש
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2017 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חידוש »

חיים שפאצירט אזוי געמיטלעך אויפן גאס ווען פלוצים זעט ער זיין חבר משה קומט אים אנטקעגן אין ער האלט אין ביידע הענט א צוגאר פרעגט ער אים משה וואס איז דאס זאגט ער אים מיין ברודער זיצט אין תפוסה ער קען נעבעך נישט רייכערען רייכער איך פאר אים צומארגענס טרעפט חיים אן דעם אינטרעסאנטן משה אין זעט אז ער ער האלט אין האנט נאר 1 צוגאר פרעגט ער אים וואס איז געשען דיין ברודער איז ארויס פון תפיסה זאגט אים משה ניין איך האב פשוט געקוויט............
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

א חידוש האט געשריבן:חיים שפאצירט אזוי געמיטלעך אויפן גאס ווען פלוצים זעט ער זיין חבר משה קומט אים אנטקעגן אין ער האלט אין ביידע הענט א צוגאר פרעגט ער אים משה וואס איז דאס זאגט ער אים מיין ברודער זיצט אין תפוסה ער קען נעבעך נישט רייכערען רייכער איך פאר אים צומארגענס טרעפט חיים אן דעם אינטרעסאנטן משה אין זעט אז ער ער האלט אין האנט נאר 1 צוגאר פרעגט ער אים וואס איז געשען דיין ברודער איז ארויס פון תפיסה זאגט אים משה ניין איך האב פשוט געקוויט............


:lol: :lol: :lol:

טאקע א חידוש...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

נו וואדע האט געשריבן:זיי זאגן אז אלבערט איינשטיין האט זיך געמוטשעט א גאנץ לעבן צו פארשטיין וויזוי איז מעגליך אז א דאונאט וואס וועגט 2 אונסעס מאכט גרעבער דעם מענטש מיט 5 פונט !




ווען דער נאר איז ווען נישט מיינס
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

גארניש קיין ווערטל

דיזער נאכט איז געפאלן אין נווה ירק מער אינטשעס זאלץ אווי שניי

דעי גרויסע מאראנצן טראקס האבן געלעכערט די איירעלעך א גאנצער נאכט
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

רבי משה האט געשריבן:
רביש האט געשריבן:
יעלזו בכבוד האט געשריבן:א פרייער איד גייט אין בני ברק און זעט אסאך מענטשטן לויפן, פרעגט ער זיי וואס איז געשען, זאגט מען אים אז די וויזניצע רבי גייט דא.
זאגט דער איד, איך מוז צוגיין צום רבין זאגן עפעס
נו מ'האט אים צוגעלאזט, און ער גייט צו און זאגט פארן רבין: אייער חלות זענען זייער געשמאק....


[דאס וועלן פארשטיין די ארץ ישראלדיגע...]


ס'איז א אמתע מעשה וואס איז געווען נישט לאנג צוריק אויפן פלעין אויפן וועג קיין אמעריקא...

אפשר קען א ארץ ישראלדיגע מסביר זיין די עמקות דערפון?

נישט אדורך א וואך אין ישיבה וואס מ'האט נישט געקויפט וויזניצע חלות
עס איז פיל די בעסטע אין ארץ ישראל
הק׳ טעקעלע
24/7
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 3:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 24/7 »

eller האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:איינער דערציילט פאר זיין חבר אז ער האט פארלוירן 120 פונט אין איין טאג
פרעגט אים דער חבר וויזוי האסט עס געמאכט ?

זאגט ער , "כאב מיר גע'גט!!!"

נישט אלע דזשאקס זענען לאכעדיג ! :roll:

לץ!
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

א חידוש האט געשריבן:חיים שפאצירט אזוי געמיטלעך אויפן גאס ווען פלוצים זעט ער זיין חבר משה קומט אים אנטקעגן אין ער האלט אין ביידע הענט א צוגאר פרעגט ער אים משה וואס איז דאס זאגט ער אים מיין ברודער זיצט אין תפוסה ער קען נעבעך נישט רייכערען רייכער איך פאר אים צומארגענס טרעפט חיים אן דעם אינטרעסאנטן משה אין זעט אז ער ער האלט אין האנט נאר 1 צוגאר פרעגט ער אים וואס איז געשען דיין ברודער איז ארויס פון תפיסה זאגט אים משה ניין איך האב פשוט געקוויט............



פרצתי ופלצתי בקול אדיר וחזק למשך כמה דקות
אז סאיז גיט איז גיט :lol: :lol: :lol: :lol:
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
עצל פוילשטריק
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצל פוילשטריק »

ווען ארבעטער הערן אויף צו ארבעטן הייסט עס סטרייק, ווען איינער ווייסט בכלל נישט וואס מיינט ארבעטן הייסט עס סטראקעס.....
א חידוש
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2017 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חידוש »

:lol: :lol: :lol: :lol:
שמן האט געשריבן:געווען א ליטווישע בחור'ל וואס איז געגאנגען פראווען י"ט כסלו, צוויי אייזגער ביינאכט דער טאטע ווערט נערוועז ער ווייסט נישט ווי זיין זון איז ער האט שוין כמעט גערופען פאליציי קומט זיין זון אהיים, פרעגט עם דער טאטע ווי ביסטו געווען זאגט ער עהם, you don't know today the alter rebbe was released from jail, שוין נישט וויסענדיג וואס ער רעדט זאגט ער עהם קום מער נישט אהיים אזוי שפעט, צוויי טעג שפעטער ווידער נישטא קומט ער אהיים שפעט פרעגט עהם די טאטע וואס איז יעצט, ענטפערט ער you don't know today is כ"א כסלו today the satmar rebbe escaped from the border, זאגט עהם זיין איך ווייס נישט וואס די רעדסט, but could you stop hanging around with those criminals

:lol: :lol: שטאררק חזק מאוד
א חידוש
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2017 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חידוש »

נו אידען קומט'ס אריין מיט קליינע אוצרות...............
מיין קליינע 2\1 3 יעריגע איז אהיים געקומען היינט פון קינדער גארטען אין זיך אנגערופען..............
חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 31, 2016 10:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרש וחושב »

א חידוש האט געשריבן:נו אידען קומט'ס אריין מיט קליינע אוצרות...............
מיין קליינע 2\1 3 יעריגע איז אהיים געקומען היינט פון קינדער גארטען אין זיך אנגערופען..............


מאך זיי מוחל א באזונדערע אשכול דערפאר
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

נחום רופט אן זיין ברודער, דוד, און פרעגט אים וויאזוי זיין וואקאציע איז געווען. פארציילט אים דוד אז ער האט געהאט א גוד טיים ביים גיין סקאבע דייווינג.

"וואס האסטו געזעהן?" פרעגט נחום.

"צוויי שווערדפיש פירן א מלחמה צווישן זיך. גאלדפיש ווערן פארקויפט פאר $1,200 פער אונס!"

"גאר אינטערסאנט", זאגט נחום. "וואס איז געווען דיין אוועראלל אימפרעשאן פונעם אונטערוואסער לעבן?"

"סאמטינג פישי עבאוט איט" ענטפערט דוד.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

אויב געלט וואקסט נישט אויף ביימער, דאן פארוואס האבן די בענק אזויפיל ברענטשעס (branches)?
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

א מאן האט פארגעליינט אן ארטיקל פאר זיין ווייב וואס ברענגט ארויס וויפיל ווערטער א פרוי נוצט: 30,000 צו א מאן'ס 15,000.

האט די ווייב געענטפערט, "די אורזאך דערפון דארף צו זיין וויבאלד מיר דארפן אלעס איבערזאגן פאר מענער."

דער מאן האט זיך אויסגעדרייט צו זיין ווייב און געפרעגט, "וואס?"
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

א פרוי איז אריינגעקומען מיט אן עלטערע מענטש אין א ווילטשעיר צום דאקטאר'ס אפיס. ווען זי איז צוגעגאנגען צום ריסעפשעניסט'ס דעסק, איז דער אלטער געזעצן דארט, אליין און שטיל.

אין יענעם רגע, האט א קליין אינגל זיך אראפגעגליטשט פון זיין מאמע'ס שויס און איז צוגעגאנגען צום ווילטשעיר. לייגנדיג זיין האנט אויף די אלטער'ס, זאגט ער, "איך ווייס וויאזוי דו פילסט. מיין מאמע מאכט מיר אויך גיין אין די קערידזש."
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

יענקל וואקט אריין אין א בארבער שאפ און פרעגט וויפיל קאסט א העירקאט.

"אכט דאללער", ענטפערט אים דער שערער

"און וויפיל נעמסטו פאר א שעיוו?", פרעגט יענקל

"פינף דאללער."

"אקעי", זאגט יענקל, זיך אריינזעצנדיג אינעם שערעריי בענקל. "שעיוו מיר מיין קאפ!"
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

:lol: :lol:
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

ייש"כ כבוד הרב מטריסק, פאר אלע.

דאס לעצטע דערמאנט אביסל דעם באקאנטן ונהפוך הוא בילד פון עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, איין זייט מרדכי מיטן הדרת פנים'דיגן בארד, און ביים עס איבערדרייען זעט מען המן מיטן ריזן טשופערינע. (ליהודים היתה אורה וגו' ויקר אלו תפילין וואס דאס איז א חציצה על הראש והוא רצה לחצוץ בין תפילין דמארי עלמא של מי כעמך ישראל, גוי אחד בארץ - המן הרשע אין דער ערד און מרדכי הצדיק אויפן פערד, ע"י שהקדים שקליהם לשקליו בכי תשא את ראש בני ישראל, הושענא למען פארך חבוש לראשך).

אגב, ביומו האחרון עוד קודם שנתעלה חמשים אמה נתעלה באיכות בהשלמות מרובות לכה"פ ששה בכרס א' דהיינו בעדער - בארבער - ‏פערדן טרייבער - טשערמאן - גארבעדזש קאלעקטער - סוער קלינער. ידוע פתגם הבעשטה"ק זי"ע על הקורא את המגילה למפרע לא יצא כי בימים ההם בזמן הזה נתעורר הנס, ובשנת ת"ח הי' נס גדול במעזיבוז ע"י זוג יהודי ששמם מרדכי ואסתר שניצלו מפאגראם שע"י הקאזאקן, וע"כ קבלו עליהם לעשות פורים ולשמוח בכל שנה ושנה ביום י"א טבת, כהיום יום.

א פרייליכן פורים אלע חסידים - תלמידי גזע קדישא דמעזיבוז, זי"ע ועכי"א.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

עצל פוילשטריק האט געשריבן:ווען ארבעטער הערן אויף צו ארבעטן הייסט עס סטרייק, ווען איינער ווייסט בכלל נישט וואס מיינט ארבעטן הייסט עס סטראקעס.....


איך האב עס געהערט אביסל אנדערש ווען איינער ארבעט נישט הייסט עס א סטרייק ווען א גאנצע קבוצה ארבעטן נישט הייסט עס (לשון רבים) סטרייקעס
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

פליגער הומאר


פון צייט צו צייט פראבירן די פילאטן און פליגער מאנשאפט צו מאכן זייערע ענאוסמענטס מער אינטערסאנט. אט זענען אפאר אמת'ע ביישפילן וואס זענען געהערט געווארן:

1. פילאט: "חברה, אונז האמיר דערגרייכט אונזער קרוזינג הויעכקייט, סאו איך גיי אויסלעשן דעם סיט-בעלט סיגנאל. פילט פריי זיך ארומצודרייען וואו אימער איר ווילט, אבער ביטע בלייבט אינעווייניג אין פליגער ביזן לאנדן. ס'איז אביסל קאלט אינדרויסן, און אויב שפאצירט איר אויף די פליגלעך טוהט עס עפעקטן די פלייט אויסשטעל."

2. "ענקער זיץ קישענעס קענען גענוצט ווערן צו פלאוטן אויף די וואסער. אין אן עמערדזשענסי וואסער לאנדונג, ביטע נעמט זיי מיט אונזערע קאמפלימענטן."

3. "ווען איר גייט אראפ פונעם פליגער, ביטע מאכט זיכער צאמצונעמען אלע אייערע בילאנגינגס. אלעס וואס בלייבט איבער ווערט צוטיילט אייניג צווישן די פליגער מאנשאפט. ביטע נישט איבערלאזן קינדער אדער בני בית."

4. פונעם פילאט דורכאויס זיין וועלקאם עבאורד מעסעדזש: "מיר זענען העכטס צופרידן צו האבן אפאר פון די בעסטע פליגער מאנשאפט אינעם אינדאסטרי... צום באדויערן זענען קיינע פון די נישט אויף אונזער פלייט...!"

5. אויף א געוויסע פלייט, האט דער פילאט אריינגעהאמערט אינעם ראנוועי מיטן גאנצן קראפט ביים לאנדן. ביים אראפגיין פונעם פליגער, האט אן אלטע פרוי געפרעגט פונעם פילאט, "מיין קינד, כ'קען דיר פרעגן א שאלה? האבן מיר געלאנדעט אדער זעמיר געווארן אראפגעשאסן?"
24/7
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 3:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 24/7 »

סארקאזי האט געשריבן:
עצל פוילשטריק האט געשריבן:ווען ארבעטער הערן אויף צו ארבעטן הייסט עס סטרייק, ווען איינער ווייסט בכלל נישט וואס מיינט ארבעטן הייסט עס סטראקעס.....


איך האב עס געהערט אביסל אנדערש ווען איינער ארבעט נישט הייסט עס א סטרייק ווען א גאנצע קבוצה ארבעטן נישט הייסט עס (לשון רבים) סטרייקעס

:lol: :lol: :lol: :lol:
24/7
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 3:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 24/7 »

טריסקער "קיפ איט אפ"
24/7
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 3:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 24/7 »

א חידוש האט געשריבן::lol: :lol: :lol: :lol:
שמן האט געשריבן:געווען א ליטווישע בחור'ל וואס איז געגאנגען פראווען י"ט כסלו, צוויי אייזגער ביינאכט דער טאטע ווערט נערוועז ער ווייסט נישט ווי זיין זון איז ער האט שוין כמעט גערופען פאליציי קומט זיין זון אהיים, פרעגט עם דער טאטע ווי ביסטו געווען זאגט ער עהם, you don't know today the alter rebbe was released from jail, שוין נישט וויסענדיג וואס ער רעדט זאגט ער עהם קום מער נישט אהיים אזוי שפעט, צוויי טעג שפעטער ווידער נישטא קומט ער אהיים שפעט פרעגט עהם די טאטע וואס איז יעצט, ענטפערט ער you don't know today is כ"א כסלו today the satmar rebbe escaped from the border, זאגט עהם זיין איך ווייס נישט וואס די רעדסט, but could you stop hanging around with those criminals

:lol: :lol: שטאררק חזק מאוד

חזק במיוחד!!!
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

טריסקער האט געשריבן:יענקל וואקט אריין אין א בארבער שאפ און פרעגט וויפיל קאסט א העירקאט.

"אכט דאללער", ענטפערט אים דער שערער

"און וויפיל נעמסטו פאר א שעיוו?", פרעגט יענקל

"פינף דאללער."

"אקעי", זאגט יענקל, זיך אריינזעצנדיג אינעם שערעריי בענקל. "שעיוו מיר מיין קאפ!"


;l;p-

און דערנאך קומט אריין גרונם און פרעגט "וויפיל נעמסטו צו אפשערן די קאפ און איבערלאזן העכער די רעכטע אויג דריי האר און איבער די לינקע אויער זאלסטו איבערלאזן אזא וועלדעל פון האר און די צוויי זייטען פון די האר אונטן איבערלאזן נאך עפעס א גאנצע געמויזעכטס און אזוי ווייטער..."

א צימישטער ענטפערט אים די שערער "פאר א הונדרעט דאללער אפשר... אזא שווערע ארבעט?"

"אה יא!!!" ענטפערט אונזער גרונם "אינטערסאנט ווייל לעצטע מאל האסטו עס געמאכט פאר אכט דאללער..."
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”