נעכטן א' סליחות איז געווען די ערשטע בחינה אין "שונה הלכות" אויף גאנץ הלכות ראש השנה, אין וויליאמסבורג איז געווען א הערליכער עולם, א האלבע ביהמ"ד האט געהאט אויך טישן אבער די אנדערע האלב נאר בענק פון די ימים נוראים, און אלעס איז געווען באזעצט מיט הונדערטער הונדערטער בעלי בתים און טייל בחורי הישיבות, די עסקנים האבן געמאכט א געלונגענע ארבעט. שפעטער האב איך געהערט די זעלבע פון בארא פארק און קר"י. די שאלות זענען געווען זייער גוט, ספעציעל איבער די הלכות וואס זענען נוגע, (שופר שנסדק האט מען געלאזט פאר די דיינים צו פסק'ענען). ס'האט מיר גענומען בלויז זעכצן מינוט די גאנצע מעשה פון 25 שאלות, אזוי אז די אוידיענץ האט זיך א גאנצע צייט געטוישט מיט פרישע מענטשן.
כ'גיי נישט זאגן אז די מחזה הוד אז מ'קען צאמברענגען אסאך הונדערטער בעלי בתים צו א בחינה אויף הלכה אז דאס איז געווען "אומגלויבליך", ווייל נאך אזעלכע ענליכע בילדער יעדן צוויי מאל א חודש איז דאס שוין היינט ב"ה "גלויבליך". נאר דער עצם פאקט אז היינט ערב ר"ה תשע"ה איז שוין אזא מחזה "גלויבליך" און "נאטורליך", דאס אליין איז "אומגלויבליך".
עסקנים, גייט אן, די חסיד'ישע וועלט ווארט אויף אייערע פראיעקטן צו קענען גיין אין אייערע פוסטריט!
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
מ'האט אויסגעשטעלט אז ס'גייט זיין צוויי סדרים פון בחינות, איינס גייט זיין די זעלבע טאג וואס ס'קומט פאר די פארהער פאר חבורת יסודי התורה און איינס די זעלבע טאג וואס ס'קומט פאר די פארהער פון חבורת תורתך שעשועי.
זונטאג תולדות גייט זיין א פארהער פון סימן א' ביז (נאך?) סימן יב און זונטאג וישלח פון סימן ח' ביז (נאך?) סימן כה
אויף די דרך הלימוד האב איך געהערט נאכזאגן אז הרב וואזנער פלעגט אלטץ חזערן אויף גאגץ שו"ע מיט דעם וועג. אויך האב איך געהערט זאגן בשם א רב אז ווען מען לערנט אזוי אפי' מ'פארשטייט נישט פונקט וואס די באה"ט מיינט צו זאגן הייביג, מ"מ איז עס א גאלדענע זאך אז מ'ווייסט אז ס'איז אן האפענער מחבר (וואס מאכט זיך אמאל מענטשן זאלן האבן א שאלה און גרויסע ת"ח ווייסן נישט אז המחבר והרמ"א כבר נשאו בדבר. ס'קען זיך מאכן מער ביי נישט אפטע שאלות ווי און "אבן העזר"). און צומאל ווייסט מען נאך אין וועלכן סימן אריינציקוקן.