דממה דקה האט געשריבן:ווייל ווען עס האט פאסירט ביי מיין שכן איז עס קיינעם נישט אנגעגאנגען
איך שריי דאס שוין יארן און יעדער לאכט פון מיר
די געזעץ אין אמעריקע (מעגליך גאר אין די קאנסטיטוציע) איז אז יעדער איז אומשולדיג ביז מ'ווייזט אויף זיין שולד
מיט וואסערע רעכט ברעכן זיי אויף די טירן פון אן אומשולדיגן מענטש'ס הויז און זענען אים אזוי מבזה?
איך האב אמאל געהערט ווי א געוועזענער לאו ענפארסמענט אגענט לייגט אראפ וויאזוי זיי האבן זיך אריינגעריסן אין א פארברעכער'ס הויז און ער האט געוואוסט אז ער האט יעצט צוגרינד זיין משפחה אויף אייביג און די בילד איז אים נאכגעלאפן פאר א שטיק צייט
שוין געווען א שיינע פאר מאל וואס יענער האט נאכדעם געווינען די קעיס אין קאורט אדער האבן זיי גאר געדראפט די טשארדזשעס. צי ווייל זיי האבן זיך איבערצייגט אז זיי האבן דעם נישט ריכטיגן מענטש אדער ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין קעיס (כ'וויל נישט אויפברענגען נעמען פון היימישע אידן וואס יעדער וועט געדענקן) אבער קיינער פארציילט דאס נישט