mmn האט געשריבן:צוויי זאכן בינעך נישט קלאר. איינס ווארום ווערט נישט רבי מאיר א רבי ער איז די צוייטע זון שנית פארוואס גייט ער קיין וומבסג און נישט ר' שמואל מרדכי
ער האט די ברירה אז ער וויל קען ער זיך עפענען א בית מדרש אויף א פלאץ ווי סאיז נאך נישט דא אין פירן דארט רביסטעווע

מאנסי אין לעיקוואד, ווי די קינדער דינען שוין באבדו"ת א לענגערע צייט, האט ער געניצט א לשון "אנפירן די עדה הקדושה", און "זיך פירן אלעס אזוי ווי די רבי זכותו יגן עלינו".
אויף רבי ישעי' יעקב האט ער געניצט די שפראך, "ממלא זיין מקום אביו".
וויאזוי איך פארשטיי עס, רבי ישעי יעקב שליט"א ווערט "סקולנע רבי", אבער די ברודער פון מאנסי און לעיקוואד זענען נישט תחת מרותו, נאר זיי "פירן" אליין, ווידער די ברודער פון ווילאמסבורג און בארא פארק זענען יא אינטער די הנהגה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.
ד.מ. אז לעיקוואד און מאנסי איז בערך אזא בחינה ווי סאטמאר מאנסי, ער איז א זעלבסטשטענדיגע רב וואס פראוועט א רבי'סטווע, אבער לעבט גוט מיט סטאמאר רבי פון ווילאמסבורג שליט"א, און ווען דער רבי קומט איז ער אים מכבד ווי "דער רבי".
איך האב אויך אזוי פארשטאנען. אין עס מאכט סענס אויך, דארט ווי די טאטע האט געפירט (ווילימסבורג אין בארא פארק) נעמט הרהצ רבי ישעי יענקל איבער אין די ברודערס וועלן זיין אינטער אים אבער אין די נייע פלעצער ווי מאנסי אין לעקוואד וואס די 2 קינדער האבן זיך אליין געבויט דארט קענען זיי זיין רבי. אין אנדערע ווערטער ווילימסבורג אין בארא פארק זענען אינטער רבי ישעי יענקל אין רבי מאיר מיט רבי שמואל מרדכי ווילאנג זיי זענען דא זענען זיי אינטער אים אין אויב זיי ווילן קענען זיי אוועקגיין אין אליינס בויען אין דארט קענען זיי זיין רבי.
יעצט זעי איך אז איך בין געווען גערעכט
נישט ריכטיג, נאר די סיבה פארוואס ר' מאיר ווערט נישט רבי איז ווייל ער האט זיך אפגעזאגט דערפון. די טאטע האט יעדעם געמאכט אדמו"ר במקומו(חוץ רש"מ מב"פ), און ר' מאיר וויל נישט זיין קיין אדמו"ר.
ר' מאיר'ל ברענגט ארויף נאסטאלגיע זיצענדיג ליד פון זיין גרויסן טאטן און מיט א פייער פיהרן די ניגונים, כ האף אז ער'ט אנגיין אין ווימס כאטשיג ווי ביז היינט...
מאנסי אין לעיקוואד, ווי די קינדער דינען שוין באבדו"ת א לענגערע צייט, האט ער געניצט א לשון "אנפירן די עדה הקדושה", און "זיך פירן אלעס אזוי ווי די רבי זכותו יגן עלינו".
אויף רבי ישעי' יעקב האט ער געניצט די שפראך, "ממלא זיין מקום אביו".
וויאזוי איך פארשטיי עס, רבי ישעי יעקב שליט"א ווערט "סקולנע רבי", אבער די ברודער פון מאנסי און לעיקוואד זענען נישט תחת מרותו, נאר זיי "פירן" אליין, ווידער די ברודער פון ווילאמסבורג און בארא פארק זענען יא אינטער די הנהגה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.
ד.מ. אז לעיקוואד און מאנסי איז בערך אזא בחינה ווי סאטמאר מאנסי, ער איז א זעלבסטשטענדיגע רב וואס פראוועט א רבי'סטווע, אבער לעבט גוט מיט סטאמאר רבי פון ווילאמסבורג שליט"א, און ווען דער רבי קומט איז ער אים מכבד ווי "דער רבי".
איך האב אויך אזוי פארשטאנען. אין עס מאכט סענס אויך, דארט ווי די טאטע האט געפירט (ווילימסבורג אין בארא פארק) נעמט הרהצ רבי ישעי יענקל איבער אין די ברודערס וועלן זיין אינטער אים אבער אין די נייע פלעצער ווי מאנסי אין לעקוואד וואס די 2 קינדער האבן זיך אליין געבויט דארט קענען זיי זיין רבי. אין אנדערע ווערטער ווילימסבורג אין בארא פארק זענען אינטער רבי ישעי יענקל אין רבי מאיר מיט רבי שמואל מרדכי ווילאנג זיי זענען דא זענען זיי אינטער אים אין אויב זיי ווילן קענען זיי אוועקגיין אין אליינס בויען אין דארט קענען זיי זיין רבי.
יעצט זעי איך אז איך בין געווען גערעכט
נישט ריכטיג, נאר די סיבה פארוואס ר' מאיר ווערט נישט רבי איז ווייל ער האט זיך אפגעזאגט דערפון. די טאטע האט יעדעם געמאכט אדמו"ר במקומו(חוץ רש"מ מב"פ), און ר' מאיר וויל נישט זיין קיין אדמו"ר.
איך האב מורא אז די ווילאמסבורגע רב הרה"צ רבי מאיר וואט כאפן די ערשטע באס צוריק קיין בארא פארק צוריק צום ווינער שטיבל אויף 10/45 דינען דעם אייבירשטען באהאלטענערהייט ווי ביז היינט.
ווער געדענקט דען נישט ווי די רבי זצ"ל האט אים געשטעלט אלץ רב אין בארא פארק ביי די אברכים מנין, ס'האט אנגעהאלטן נישט פאר לאנג. ער האט זיך אפגעזאגט און זיין נעפיו סקולע האט איבערגענומען.
טויזנטער אידן האָבן מיטגעהאַלטן די ערשטע היסטאָרישער שבת בצל הקודש פון כ"ק אַדמו"ר שליט"א. עס זענען געווען געסט פון, וויליאמסבורג, סטעטען איילנד, לעיקוואד, דזשערסי סיטי, בלומענבורג, קרית יואל, מאנסי, מאנטריאל, ענגלאנד, ארה"ק, און ווי נישט??
*תפילת מנחה וקבלת שבת:*
פרייטאג אויף דער נאַכט, איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה וקבלת שבת, צו אן איבערגעפילטע היכל. אידן זענען געשטאנען אין היכל, ווי אויך האט מען געעפענט די עזרת נשים פאר די מענער, אידן האבן איבערגעפילט די פאליש, טרעפן, און ווי אויך אונטן אין חדר בית שמואל.
ווען עס איז געקומען צו קדיש יתום, האבן בני הרה"ק רבינו זצ"ל קודם געזאגט קדיש, און נאר דערנאך האבן די איבריגע יתומים - מתפללי המנין - געזאגט קדיש יתום.
ביי די תפילות שבת איז רבינו שליט"א געשטאנען ביי די שטענדער פון הרה"ק רבינו זצ"ל.
אחר סיום התפילה, בערך בשעה 9:20, האט הרה"ח ר' בעריש מאנן שליט"א אויסגערופן אז עס איז צוגעשטעלט פאר די אורחים סעודת שבת קודש בהרחבה אין די זאל הילמאן פלאזה על ידי נדבת הלב של ידידנו הרה"ח הנגיד ר' שמואל סטפנסקי שליט"א.
נאך קבלת שבת איז די עולם אריבער וואונטשן גוט שבת וואו רבינו שליט"א איז געשטאנען מיט אחיו הקדושים הרבנים שליט"א און בסבר פנים יפות געוואונטשן פאר יעדע איד א ווארעמע גוט שבת, צייגנדיג אז אין אבילות בשבת. די געדרענג אין היכל איז געווען גרויס, פארשווערענדיג פאר די סדרנים צו האלטן סדר, אידן פון איבער די גאנצע שטאט האבן געהאלטן אין איין אנקומען, צו וואונטשן גוט שבת פאר רבינו שליט"א.
*שלחן הטהור ליל שבת קודש:*
אנגעהויבן פון 11:15 האבן שוין אידן געשטראמט אין די מאסן, צוביסלעך איבערפילענדיג די צייטווייליג אויפגעשטעלטע טענט, אזש אז 11:50 האט מען שוין קיין נאדל נישט געקענט אריין שטערן, בשעת וואס די טיש איז געווען גערופן זיך צו אנהייבן 12:00. ווי א מינוט עס איז אריבער, אלס מער איז דער געדרענג געווארן. צענדליגע טישן אין בענק האבן זיך פשוט איינגעבראכן, זיך אונטערגעבנדיג אונטער די שווערע לאסט פון צענדליגע אידן וואס האבן זיך געשטעלט דערויף, וועלנדיג כאפן א גוטע פלאץ.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום טיש 12:40, אנהויבנדיג מיט די זמירות פון פאר קידוש - כאטש וואס רבינו שליט"א און אחיו הרבנים שליט"א - האבן שוין געגעסן די סעודה - ווען דער טענט ווערט נאר מער און מער איבערגעפילט מיט מענטשן, היימישע ווי פרעמדע, פארענטשעס פון 6 שטאק, האלטן יעצט מער מענטשן ווי 12 שטאקיגע האלטן אין געווענליכע אומשטענדן.
עס איז געקומען צו א מצב פון סכנת נפשות, ווען עסקנים זענען געגאנגען אפעלירן ביי די פאליציי - וואס זענען געווען דארט פאר שמירה - צו אינטערווענירן אין די מצב. ווען די פאליציי האבן פראבירט צו מאכן סדר, האבן זיי זיך אנגעשטויסן און אן העפטיגן ווידערשטאנד פון אידן רעבים וצמאים לחזות בנועם ה', און נישט האבנדיג קיין אנדערע ברירה, און בכדי צו פארמיידן א קאטאסטראפע האבן זיי אריין געברענגט פארשטערקערטע כוחות צו ארגאניזרן און פארזיכערן דאס פלאץ, דורך אפשפארן די אריינגאנג צום טיש. פאר איבער א האלבע שעה האט מען נישט אריינגעלאזט קיינער, ביז די סיטואציה האט זיך עטוואס בארואיגט.
טויזנטער זענען געשטאנען אינדרויסן אויף די גאַס ווארטענדיג נאך חצות הלילה, די פּאָליציי האט שווערליך אריין געלאזט אין די טענט, און אויך נאר ווען אנדערע מענטשן זענען ארויס געגאנגען...
די הויכפונקט פון די טיש איז זעלבסטפארשטענדליך געווען די ניגון כל מקדש, די ריקודים ביי וביום השבת, אזש די גאס האט געציטערט!! א ציטער האט יעדן באנומען ווען רבינו שליט"א האט הויעך פארגעזאגט די באקאנטע שטיקלעך ווי טהורים, משוך, שמחם, וכו', די אמת'ע טיעפע קרעכץ פון רבינו שליט"א וואס איז זיך מתחנן אל קונו כבן המתחטא לפני אביו פאר הצלחת הכלל והפרט. ווען פון איין זייט האבן אידן זיך געפרייט אז ב"ה לא אלמן ישראל, השי"ת האט אונז געגעבן א מתנת חינם, אזא אמת'ע צדיק, אבער פון די צווייטע זייט האט מען זיך דערמאנט ווער עס פלעגט דאס זאגן, זאגן די תורה, די סיפור פון איש על מחנהו וכו'. אוי טאטע!!
שפעטער האט מען ממשיך געווען מיט די זמירות קודש, ווען מען לייגט אויך צו - עפ"י הוראות רבינו שליט"א - עטליכע ניגונים לכבוד שבת החודש וראש חודש.
נאָך די טיש האט די רבי מכבד געווען זיין עלטסטער שוואגער הרה"צ ר' בערל שטערן שליט"א אב"ד סקולען ארה"ק מיט בענטשן. און די טיש האט זיך געענדיגט ארום עטוואס נאך דריי אזייגער פארטאגס.
די גבאים פון הרה"ק רבינו זצ"ל זענען געשטאנען ביים טיש פון הונטער רבינו שליט"א.
אַלע זוהן און איידעמער פון הרה"ק רבינו זצ"ל זייַנען געזעסן אויף אַ רבי'שע שטוהל ביים טיש.
במשך שבת קודש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען אַלע זיינע ברודער הרבנים שליט"א מיט כיבודים.
*תפילת שחרית מוסף וקידושא רבא:**
שבת צופרי איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו א געפאקטע היכל, די תפילות זענען געווען מיט א פלאם פייער.
נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט"א אריינגעגאנגען אין טענט צו קידוש, ווי עס איז געפראוועט געווארן די שמחת הקידוש של נכדת הרבני הנגיד הרה"ח מרדכי קליין שליט"א. די רבי האט - עפ"י בקשת אחיו הרבנים שליט"א - געמאכט קידוש און יעדן מוצא געווען.
ביים קידוש האט רבינו שליט"א געגעבן שיריים פאר די בעלי שמחה, און פאר די געטרייע גבאי פון הרה"ק רבינו זצ"ל הרב יואל שטריקמאן שליט"א. דערנאך האט מען ארויפגעשיקט שיריים פאר די עולם, נישט פאר וואס מען האט אויסגעמישט די שיריים פון רבינו שליט"א מיט די שיריים פון אחיו הרבנים שליט"א.
ווי אויך האט רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים, און דערמאנט בשם אביו הרה"ק רבינו זצ"ל אז ראש חודש וואס געפאלט אום שבת איז א רגל, און געוואונטשן בזכות אבות אז מען זאל זיין געזונט מכף רגל עד ראש, אמן.
*תפילת מנחה וסעודת רעוא דרעווין, תפילת מעריב, הבדלה:* שבת נאכמיטאג איז די רבי שליט"א אריין צו תפילת מנחה, און תיכף דערנאך געפירט סעודה שלישית, מיט א דערהויבענע התרגשות, בשעת וואס עס טוהט זיך א שווערע געדרענג אין און ארום די טענט. בערך ביים זמן צאת, האט מען געבענטשט, געטאנצן די לידל ונשגב ה' לבדו. רבינו שליט"א האט געוואונטשן גוט שבת ברבים, און דערנאך האבן זיך געשטעלט מעריב אין 5 עקסטערע מנינים. נאָך מעריב האט די רבי שליט"א מכבד געווען זיין עלטסטער שוואגער הרה"צ ר' בערל שטערן שליט"א אב"ד סקולען ארה"ק מיט הבדלה.
ויהי רצון שרבינו שליט"א יאריך ימים על ממלכתו, וישפיע לנו כך מילי דמיטב. עדי נזכה לביאת משיח ומלכינו בראשינו, אמן.
mmn האט געשריבן:צוויי זאכן בינעך נישט קלאר. איינס ווארום ווערט נישט רבי מאיר א רבי ער איז די צוייטע זון שנית פארוואס גייט ער קיין וומבסג און נישט ר' שמואל מרדכי
איך זאג נאר מיין השערה, עס קענען זיין עטליכע סיבות פארוואס ר' מאיר שליט"א זאל וואוינען אין וויליאמסבורג מער פון די אנדערע ברידערס: ערשטנס זיין שוויגער שתחי' וואוינט דאך דארט, און צווייטנס אז ער איז פערזענליך זייער נאנט מיט אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א, דעריבער זעהט וומסב"ג אויס צו זיין נישט קיין שלעכטע אויסוואל פאר אים.