בד״ה - נפלה עטרת ראשינו - הרה״ק רבי ישראל אברהם פורטוגל זצ״ל, סקולענער רבי - כ״ה אדר תשע״ט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » זונטאג אפריל 07, 2019 12:23 am

אזוי וויל איך האט געשריבן:
mmn האט געשריבן:צוויי זאכן בינעך נישט קלאר. איינס ווארום ווערט נישט רבי מאיר א רבי ער איז די צוייטע זון שנית פארוואס גייט ער קיין וומבסג און נישט ר' שמואל מרדכי

ער האט די ברירה אז ער וויל קען ער זיך עפענען א בית מדרש אויף א פלאץ ווי סאיז נאך נישט דא אין פירן דארט רביסטעווע

וומבסג איז נישט גוט?

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » זונטאג אפריל 07, 2019 12:24 am

ווי זעסטו אז ער ווייזט נישט אינטערעסע? א ריינע נשמה הרה"צ רבי מעיר'ל

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » זונטאג אפריל 07, 2019 12:34 am

mmn האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:
mmn האט געשריבן:צוויי זאכן בינעך נישט קלאר. איינס ווארום ווערט נישט רבי מאיר א רבי ער איז די צוייטע זון שנית פארוואס גייט ער קיין וומבסג און נישט ר' שמואל מרדכי

ער האט די ברירה אז ער וויל קען ער זיך עפענען א בית מדרש אויף א פלאץ ווי סאיז נאך נישט דא אין פירן דארט רביסטעווע

וומבסג איז נישט גוט?

אין וומסבג רעדט מען פין רבנות נישט פין אדמורות

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4677
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אפריל 07, 2019 12:36 am

אזוי וויל איך האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:ווילאמסבורג און בארא פארק האט ער קלאר געזאגט "רב".

מאנסי אין לעיקוואד, ווי די קינדער דינען שוין באבדו"ת א לענגערע צייט, האט ער געניצט א לשון "אנפירן די עדה הקדושה", און "זיך פירן אלעס אזוי ווי די רבי זכותו יגן עלינו".

אויף רבי ישעי' יעקב האט ער געניצט די שפראך, "ממלא זיין מקום אביו".

וויאזוי איך פארשטיי עס, רבי ישעי יעקב שליט"א ווערט "סקולנע רבי", אבער די ברודער פון מאנסי און לעיקוואד זענען נישט תחת מרותו, נאר זיי "פירן" אליין, ווידער די ברודער פון ווילאמסבורג און בארא פארק זענען יא אינטער די הנהגה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.

ד.מ. אז לעיקוואד און מאנסי איז בערך אזא בחינה ווי סאטמאר מאנסי, ער איז א זעלבסטשטענדיגע רב וואס פראוועט א רבי'סטווע, אבער לעבט גוט מיט סטאמאר רבי פון ווילאמסבורג שליט"א, און ווען דער רבי קומט איז ער אים מכבד ווי "דער רבי".

איך האב אויך אזוי פארשטאנען. אין עס מאכט סענס אויך,
דארט ווי די טאטע האט געפירט (ווילימסבורג אין בארא פארק) נעמט הרהצ רבי ישעי יענקל איבער אין די ברודערס וועלן זיין אינטער אים אבער אין די נייע פלעצער ווי מאנסי אין לעקוואד וואס די 2 קינדער האבן זיך אליין געבויט דארט קענען זיי זיין רבי.
אין אנדערע ווערטער ווילימסבורג אין בארא פארק זענען אינטער רבי ישעי יענקל אין רבי מאיר מיט רבי שמואל מרדכי ווילאנג זיי זענען דא זענען זיי אינטער אים אין אויב זיי ווילן קענען זיי אוועקגיין אין אליינס בויען אין דארט קענען זיי זיין רבי.

יעצט זעי איך אז איך בין געווען גערעכט

נישט ריכטיג, נאר די סיבה פארוואס ר' מאיר ווערט נישט רבי איז ווייל ער האט זיך אפגעזאגט דערפון. די טאטע האט יעדעם געמאכט אדמו"ר במקומו(חוץ רש"מ מב"פ), און ר' מאיר וויל נישט זיין קיין אדמו"ר.
אויב ווילט איר נישט טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » זונטאג אפריל 07, 2019 12:37 am

ר' מאיר'ל ברענגט ארויף נאסטאלגיע זיצענדיג ליד פון זיין גרויסן טאטן און מיט א פייער פיהרן די ניגונים, כ האף אז ער'ט אנגיין אין ווימס כאטשיג ווי ביז היינט...

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » זונטאג אפריל 07, 2019 12:38 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:ווילאמסבורג און בארא פארק האט ער קלאר געזאגט "רב".

מאנסי אין לעיקוואד, ווי די קינדער דינען שוין באבדו"ת א לענגערע צייט, האט ער געניצט א לשון "אנפירן די עדה הקדושה", און "זיך פירן אלעס אזוי ווי די רבי זכותו יגן עלינו".

אויף רבי ישעי' יעקב האט ער געניצט די שפראך, "ממלא זיין מקום אביו".

וויאזוי איך פארשטיי עס, רבי ישעי יעקב שליט"א ווערט "סקולנע רבי", אבער די ברודער פון מאנסי און לעיקוואד זענען נישט תחת מרותו, נאר זיי "פירן" אליין, ווידער די ברודער פון ווילאמסבורג און בארא פארק זענען יא אינטער די הנהגה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.

ד.מ. אז לעיקוואד און מאנסי איז בערך אזא בחינה ווי סאטמאר מאנסי, ער איז א זעלבסטשטענדיגע רב וואס פראוועט א רבי'סטווע, אבער לעבט גוט מיט סטאמאר רבי פון ווילאמסבורג שליט"א, און ווען דער רבי קומט איז ער אים מכבד ווי "דער רבי".

איך האב אויך אזוי פארשטאנען. אין עס מאכט סענס אויך,
דארט ווי די טאטע האט געפירט (ווילימסבורג אין בארא פארק) נעמט הרהצ רבי ישעי יענקל איבער אין די ברודערס וועלן זיין אינטער אים אבער אין די נייע פלעצער ווי מאנסי אין לעקוואד וואס די 2 קינדער האבן זיך אליין געבויט דארט קענען זיי זיין רבי.
אין אנדערע ווערטער ווילימסבורג אין בארא פארק זענען אינטער רבי ישעי יענקל אין רבי מאיר מיט רבי שמואל מרדכי ווילאנג זיי זענען דא זענען זיי אינטער אים אין אויב זיי ווילן קענען זיי אוועקגיין אין אליינס בויען אין דארט קענען זיי זיין רבי.

יעצט זעי איך אז איך בין געווען גערעכט

נישט ריכטיג, נאר די סיבה פארוואס ר' מאיר ווערט נישט רבי איז ווייל ער האט זיך אפגעזאגט דערפון. די טאטע האט יעדעם געמאכט אדמו"ר במקומו(חוץ רש"מ מב"פ), און ר' מאיר וויל נישט זיין קיין אדמו"ר.

וואס מיינט במקומו?
דער טאטע האט געמאכט ר'מאיר אדמור אין בפ?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4677
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אפריל 07, 2019 12:39 am

ניין, אים אין וויליאמסבורג.
אויב ווילט איר נישט טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » זונטאג אפריל 07, 2019 12:41 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ניין, אים אין וויליאמסבורג.

פין רבי שמעון יואל׳ס ווערטער קוקט אויס ווי ער לאדענט אים איין אין נישט אז זיין טאטע האט אים געשטעלט

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5752
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אפריל 07, 2019 12:54 am

ליידיג גייער האט געשריבן:ר' מאיר'ל ברענגט ארויף נאסטאלגיע זיצענדיג ליד פון זיין גרויסן טאטן און מיט א פייער פיהרן די ניגונים, כ האף אז ער'ט אנגיין אין ווימס כאטשיג ווי ביז היינט...

וואו ס׳קוקט אויס וועסטו עם נאך קענען זעהן זיצן אזוי ביים ברודער...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » זונטאג אפריל 07, 2019 1:05 am

ווען דער ברודער וועט קומען וועט מסתמא זיין פולער, די מעלה ביים טאטן איז געווען אז ס'געווען ליידיג...

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5752
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אפריל 07, 2019 1:29 am

ליידיג גייער האט געשריבן:ווען דער ברודער וועט קומען וועט מסתמא זיין פולער, די מעלה ביים טאטן איז געווען אז ס'געווען ליידיג...

כ׳האב געמיינט צו זאגן ביים ברודער אין בימ״ד יעדע וואך...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חנוך
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » זונטאג אפריל 07, 2019 1:56 am

איך האב מורא אז די ווילאמסבורגע רב הרה"צ רבי מאיר וואט כאפן די ערשטע באס צוריק קיין בארא פארק צוריק צום ווינער שטיבל אויף 10/45 דינען דעם אייבירשטען באהאלטענערהייט ווי ביז היינט.

ווער געדענקט דען נישט ווי די רבי זצ"ל האט אים געשטעלט אלץ רב אין בארא פארק ביי די אברכים מנין, ס'האט אנגעהאלטן נישט פאר לאנג. ער האט זיך אפגעזאגט און זיין נעפיו סקולע האט איבערגענומען.

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » זונטאג אפריל 07, 2019 2:26 am

א בילד פון ר' מאיר?

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג אפריל 07, 2019 2:36 am

נעכטן האט געשריבן:א בילד פון ר' מאיר?
צוגעלייגטע
A37374B7-784E-4476-B1F5-341283D1B2E7.jpeg
A37374B7-784E-4476-B1F5-341283D1B2E7.jpeg (219.22 KiB) געזעהן 4296 מאל

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » זונטאג אפריל 07, 2019 2:37 am

אה שכח

יענקל בטלן
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 7:14 am

תגובהדורך יענקל בטלן » זונטאג אפריל 07, 2019 4:19 am

הדרן עלך ודעתך עלן.pdf
(184.74 KiB) דאונלאודעד 326 מאל

בר חכים
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 12:19 pm

תגובהדורך בר חכים » זונטאג אפריל 07, 2019 8:06 am

באַריכט פון דער ערשטער און היסטאָרישער שבת:

טויזנטער אידן האָבן מיטגעהאַלטן די ערשטע היסטאָרישער שבת בצל הקודש פון כ"ק אַדמו"ר שליט"א. עס זענען געווען געסט פון, וויליאמסבורג, סטעטען איילנד, לעיקוואד, דזשערסי סיטי, בלומענבורג, קרית יואל, מאנסי, מאנטריאל, ענגלאנד, ארה"ק, און ווי נישט??

*תפילת מנחה וקבלת שבת:*

פרייטאג אויף דער נאַכט, איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה וקבלת שבת, צו אן איבערגעפילטע היכל. אידן זענען געשטאנען אין היכל, ווי אויך האט מען געעפענט די עזרת נשים פאר די מענער, אידן האבן איבערגעפילט די פאליש, טרעפן, און ווי אויך אונטן אין חדר בית שמואל.

ווען עס איז געקומען צו קדיש יתום, האבן בני הרה"ק רבינו זצ"ל קודם געזאגט קדיש, און נאר דערנאך האבן די איבריגע יתומים - מתפללי המנין - געזאגט קדיש יתום.

ביי די תפילות שבת איז רבינו שליט"א געשטאנען ביי די שטענדער פון הרה"ק רבינו זצ"ל.

אחר סיום התפילה, בערך בשעה 9:20, האט הרה"ח ר' בעריש מאנן שליט"א אויסגערופן אז עס איז צוגעשטעלט פאר די אורחים סעודת שבת קודש בהרחבה אין די זאל הילמאן פלאזה על ידי נדבת הלב של ידידנו הרה"ח הנגיד ר' שמואל סטפנסקי שליט"א.

נאך קבלת שבת איז די עולם אריבער וואונטשן גוט שבת וואו רבינו שליט"א איז געשטאנען מיט אחיו הקדושים הרבנים שליט"א און בסבר פנים יפות געוואונטשן פאר יעדע איד א ווארעמע גוט שבת, צייגנדיג אז אין אבילות בשבת. די געדרענג אין היכל איז געווען גרויס, פארשווערענדיג פאר די סדרנים צו האלטן סדר, אידן פון איבער די גאנצע שטאט האבן געהאלטן אין איין אנקומען, צו וואונטשן גוט שבת פאר רבינו שליט"א.

*שלחן הטהור ליל שבת קודש:*

אנגעהויבן פון 11:15 האבן שוין אידן געשטראמט אין די מאסן, צוביסלעך איבערפילענדיג די צייטווייליג אויפגעשטעלטע טענט, אזש אז 11:50 האט מען שוין קיין נאדל נישט געקענט אריין שטערן, בשעת וואס די טיש איז געווען גערופן זיך צו אנהייבן 12:00. ווי א מינוט עס איז אריבער, אלס מער איז דער געדרענג געווארן. צענדליגע טישן אין בענק האבן זיך פשוט איינגעבראכן, זיך אונטערגעבנדיג אונטער די שווערע לאסט פון צענדליגע אידן וואס האבן זיך געשטעלט דערויף, וועלנדיג כאפן א גוטע פלאץ.

רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום טיש 12:40, אנהויבנדיג מיט די זמירות פון פאר קידוש - כאטש וואס רבינו שליט"א און אחיו הרבנים שליט"א - האבן שוין געגעסן די סעודה - ווען דער טענט ווערט נאר מער און מער איבערגעפילט מיט מענטשן, היימישע ווי פרעמדע, פארענטשעס פון 6 שטאק, האלטן יעצט מער מענטשן ווי 12 שטאקיגע האלטן אין געווענליכע אומשטענדן.

עס איז געקומען צו א מצב פון סכנת נפשות, ווען עסקנים זענען געגאנגען אפעלירן ביי די פאליציי - וואס זענען געווען דארט פאר שמירה - צו אינטערווענירן אין די מצב. ווען די פאליציי האבן פראבירט צו מאכן סדר, האבן זיי זיך אנגעשטויסן און אן העפטיגן ווידערשטאנד פון אידן רעבים וצמאים לחזות בנועם ה', און נישט האבנדיג קיין אנדערע ברירה, און בכדי צו פארמיידן א קאטאסטראפע האבן זיי אריין געברענגט פארשטערקערטע כוחות צו ארגאניזרן און פארזיכערן דאס פלאץ, דורך אפשפארן די אריינגאנג צום טיש. פאר איבער א האלבע שעה האט מען נישט אריינגעלאזט קיינער, ביז די סיטואציה האט זיך עטוואס בארואיגט.

טויזנטער זענען געשטאנען אינדרויסן אויף די גאַס ווארטענדיג נאך חצות הלילה, די פּאָליציי האט שווערליך אריין געלאזט אין די טענט, און אויך נאר ווען אנדערע מענטשן זענען ארויס געגאנגען...

די הויכפונקט פון די טיש איז זעלבסטפארשטענדליך געווען די ניגון כל מקדש, די ריקודים ביי וביום השבת, אזש די גאס האט געציטערט!! א ציטער האט יעדן באנומען ווען רבינו שליט"א האט הויעך פארגעזאגט די באקאנטע שטיקלעך ווי טהורים, משוך, שמחם, וכו', די אמת'ע טיעפע קרעכץ פון רבינו שליט"א וואס איז זיך מתחנן אל קונו כבן המתחטא לפני אביו פאר הצלחת הכלל והפרט. ווען פון איין זייט האבן אידן זיך געפרייט אז ב"ה לא אלמן ישראל, השי"ת האט אונז געגעבן א מתנת חינם, אזא אמת'ע צדיק, אבער פון די צווייטע זייט האט מען זיך דערמאנט ווער עס פלעגט דאס זאגן, זאגן די תורה, די סיפור פון איש על מחנהו וכו'. אוי טאטע!!

שפעטער האט מען ממשיך געווען מיט די זמירות קודש, ווען מען לייגט אויך צו - עפ"י הוראות רבינו שליט"א - עטליכע ניגונים לכבוד שבת החודש וראש חודש.

נאָך די טיש האט די רבי מכבד געווען זיין עלטסטער שוואגער הרה"צ ר' בערל שטערן שליט"א אב"ד סקולען ארה"ק מיט בענטשן. און די טיש האט זיך געענדיגט ארום עטוואס נאך דריי אזייגער פארטאגס.

די גבאים פון הרה"ק רבינו זצ"ל זענען געשטאנען ביים טיש פון הונטער רבינו שליט"א.

אַלע זוהן און איידעמער פון הרה"ק רבינו זצ"ל זייַנען געזעסן אויף אַ רבי'שע שטוהל ביים טיש.

במשך שבת קודש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען אַלע זיינע ברודער הרבנים שליט"א מיט כיבודים.

*תפילת שחרית מוסף וקידושא רבא:**

שבת צופרי איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו א געפאקטע היכל, די תפילות זענען געווען מיט א פלאם פייער.

נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט"א אריינגעגאנגען אין טענט צו קידוש, ווי עס איז געפראוועט געווארן די שמחת הקידוש של נכדת הרבני הנגיד הרה"ח מרדכי קליין שליט"א. די רבי האט - עפ"י בקשת אחיו הרבנים שליט"א - געמאכט קידוש און יעדן מוצא געווען.

ביים קידוש האט רבינו שליט"א געגעבן שיריים פאר די בעלי שמחה, און פאר די געטרייע גבאי פון הרה"ק רבינו זצ"ל הרב יואל שטריקמאן שליט"א. דערנאך האט מען ארויפגעשיקט שיריים פאר די עולם, נישט פאר וואס מען האט אויסגעמישט די שיריים פון רבינו שליט"א מיט די שיריים פון אחיו הרבנים שליט"א.

ווי אויך האט רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים, און דערמאנט בשם אביו הרה"ק רבינו זצ"ל אז ראש חודש וואס געפאלט אום שבת איז א רגל, און געוואונטשן בזכות אבות אז מען זאל זיין געזונט מכף רגל עד ראש, אמן.

*תפילת מנחה וסעודת רעוא דרעווין, תפילת מעריב, הבדלה:*
שבת נאכמיטאג איז די רבי שליט"א אריין צו תפילת מנחה, און תיכף דערנאך געפירט סעודה שלישית, מיט א דערהויבענע התרגשות, בשעת וואס עס טוהט זיך א שווערע געדרענג אין און ארום די טענט.
בערך ביים זמן צאת, האט מען געבענטשט, געטאנצן די לידל ונשגב ה' לבדו. רבינו שליט"א האט געוואונטשן גוט שבת ברבים, און דערנאך האבן זיך געשטעלט מעריב אין 5 עקסטערע מנינים. נאָך מעריב האט די רבי שליט"א מכבד געווען זיין עלטסטער שוואגער הרה"צ ר' בערל שטערן שליט"א אב"ד סקולען ארה"ק מיט הבדלה.

ויהי רצון שרבינו שליט"א יאריך ימים על ממלכתו, וישפיע לנו כך מילי דמיטב. עדי נזכה לביאת משיח ומלכינו בראשינו, אמן.

נארגוטס
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 11:05 am

תגובהדורך נארגוטס » זונטאג אפריל 07, 2019 9:01 am

שטייענדיג נאכן ערשטן שבת,און דער גרויסער עולם וואס האבן זיך באטייליגט
דערמאן איך מיר ווי עטליכע יאר צוריק זייענדיג און ב"פ שמחת תורה ביי רבינו זי"ע,האט איינע פון רבינ'ס קינדער פארציילט וויאזוי עס האט אויסגעזען די ערשטע שמחת תורה ווען די רבי האט איבערגענומען די הנהגה, חוץ וואס דער מצב איז געווען ביטער אז עס געווען ממש נאך די פטירה,האט אויך שטארק ציגעשפילט אז עס איז געקומען גאר גאר א שוואכע עולם,ער האט באטאנט אז דער רבי האט אייביג געהאט א הכרת הטוב פאר א חשובע ת"ח וואס איז געקומען צופארן פון לאנדאן וואס האט אביסל אויפגעלעבט
(נישט אז דער רבי האט זיך אויפגעפירט אנדערש מיט א קליינע עולם) אבער דער טויש האט זיך שטארק אנגעזעהן

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג אפריל 07, 2019 10:04 am

ליידיג גייער האט געשריבן:ר' מאיר'ל ברענגט ארויף נאסטאלגיע זיצענדיג ליד פון זיין גרויסן טאטן און מיט א פייער פיהרן די ניגונים, כ האף אז ער'ט אנגיין אין ווימס כאטשיג ווי ביז היינט...


פון אלס קליין קינד האב איך אלעמאל ביים טיש געקוקט אויף דעם איד, פון וואו קען ער 'אלע' סקולענע ניגונים?...

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג אפריל 07, 2019 10:08 am

אוהב ספרים האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן: מיט להבל״ח ראב״ד סטמר שליט״א (דאכט זיך מיר זיי זענען די זעלבע יאר גאנג לאיט״א)



??


מן הסתם איז די כוונה להגר"י ראטה אב"ד קארלסבורג.


ניין, מרן הראב"ד דקיט"ל שליט"א האט געוואוינט אין ב"פ אין די ערשטע יארן.


אקעי. ווייל איך געדענק הגר"י ראטה דאווענען מיט די לעצטע מנין


בכלל נישט קיין סתירה, אלו ואלו דברי וכו'

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » זונטאג אפריל 07, 2019 10:13 am

ווער מכובד געווארן מיט תפילות? עליות? זמירות?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג אפריל 07, 2019 10:14 am

שמואל בארג האט געשריבן:
ליידיג גייער האט געשריבן:ר' מאיר'ל ברענגט ארויף נאסטאלגיע זיצענדיג ליד פון זיין גרויסן טאטן און מיט א פייער פיהרן די ניגונים, כ האף אז ער'ט אנגיין אין ווימס כאטשיג ווי ביז היינט...


פון אלס קליין קינד האב איך אלעמאל ביים טיש געקוקט אויף דעם איד, פון וואו קען ער 'אלע' סקולענע ניגונים?...


גא"מ
כ'בין אסאך יארן שפעטער הערשט געוואויר געווארן אז ער איז א זוהן פונעם סקולענער רבי'ן.

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » זונטאג אפריל 07, 2019 11:15 am

Was very Ironic how he Used to Sing on a very low tone And Reb Hersh Noach ANd Reb Shmiel Mordecahi Used to Go Very hi!! It Wa a Cut Scene

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג אפריל 07, 2019 1:11 pm

mmn האט געשריבן:צוויי זאכן בינעך נישט קלאר. איינס ווארום ווערט נישט רבי מאיר א רבי ער איז די צוייטע זון שנית פארוואס גייט ער קיין וומבסג און נישט ר' שמואל מרדכי

איך זאג נאר מיין השערה, עס קענען זיין עטליכע סיבות פארוואס ר' מאיר שליט"א זאל וואוינען אין וויליאמסבורג מער פון די אנדערע ברידערס: ערשטנס זיין שוויגער שתחי' וואוינט דאך דארט, און צווייטנס אז ער איז פערזענליך זייער נאנט מיט אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א, דעריבער זעהט וומסב"ג אויס צו זיין נישט קיין שלעכטע אויסוואל פאר אים.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג אפריל 07, 2019 1:28 pm

mmn האט געשריבן:ווער מכובד געווארן מיט תפילות? עליות? זמירות?

די קינדער פון רבי'ן האבן נישט געקענט עולה זיין אדער דאוונען פאר'ן עמוד


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך, בארג, בעקיטשע, יוסל פון בני ברק, נו שוין, פאר וואס נישט, קו הישר, שבת יוד און 40 געסט