שוידערליכע שיסעריי אין דזשוירזי סיטי רח״ל - (ג' וישלח תש"פ)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 10:53 am

ר' יום טוב האט געשריבן:ס'לייגט זיך דאך אויפן שכל אז ער צילט בלויז די גראסערי. פון ווי זאל דער גוי וויסן אז ס'איז דא דארט א שול/חדר? אדער אז ס'איז בכלל אין באנוץ אין די שעות?

כ'וועל אייך אויסזאגן א סוד, ווען דער רוצח ימ"ש האט אריינגעלייגט אין גוגל מעפס צו זוכן די ווארט "זשואיש" (וכדומה) אינעם געגענט, איז אים גלייך ארויפגעשפרינגען די גרינוויל שול, ארטהאדאקס סינעגאג.

צו ער האט געמיינט פונקטליך די קינדער אדער סתם אזוי די שול, דאס ווייסט איין באשעפער.
(און ער האט בכלל נישט געוואוסט ווען מען נוצט א שול, ער קען מיינען אז דארט איז דא עשרה בטלנים די גאנצע טאג)

די חידוש איז נאר, אז העכער די שול שטייט גרויסע אידישע אותיות, וואס דאס וואלט אים זיכער געצויגן די אויג צו געבן א עפן די טיר און אריינשפאצירן דארט.
הוכו בסנוורים.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 11:09 am

moishy56 האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:טוהן עפעס לע''נ די טייערע נשמות? אודאי.
לערנען אפאר מינוט מער יעדן טאג.לע''נ
וכדומ'

לע"נ משה צבי ז"ל השם ינקום דמו בן ר' שלום נ"י.
לע"נ לאה מינדל ז"ל השם ינקום דמה בת בנימין צבי נ"י.

Moshe Tzvi Ben Avrom Shulem Aharon

יא, ער הייסט ר' אברהם שלום אהרן נ"י.

לע"נ משה צבי ז"ל השם ינקום דמו בן ר' אברהם שלום אהרן נ"י.
לע"נ לאה מינדל ז"ל השם ינקום דמה בת ר' בנימין צבי נ"י.

ds.JPG


אז מען האט שוין אראפגעברענגט דעם יזכרם צעטל, וויל איך אגב דערמאנען אז דער צעטל ווערט ארויפגעלייגט יעדע וואך דא
viewtopic.php?t=39571 אין דעם צעטל ווערן געברענגט די נעמען פון אידישע קינדער וואס זענען ליידער אוועק פון די וועלט אן איבערלאזן זש"ק, און צווישן זיי זענען אוודאי דא אויך אזעלכע ווי דער בחור הי"ד וואס זענען נהרג געווארן עקד"ה, איז נישט מער ווי פאסיג ווען מען לערנט א משנה וכו' אינזינען צו האבן זייערע נשמות, און אוודאי אז מאכן א נחת רוח פאר די נשמות וואס האבן נישט קיינער וואס זאל דאס טוהן פאר זיי, איז משפיע אלע ברכות, אמן.

אוועטאר
Bissli
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

תגובהדורך Bissli » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 11:12 am

קען איינער ברענגען די רעקארדינג פון קארלסבורג? יש"כ
.If they don't know you personally, don't take it personal

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6966
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 11:21 am

דשאבס, דשאבעס, טשאבעס!!!

א גולם
שר האלף
תגובות: 1891
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 11:22 am

Bissli האט געשריבן:קען איינער ברענגען די רעקארדינג פון קארלסבורג? יש"כ


אינטערוויו און רעקארדירונג: חכם עדיף מנביא; כ"ק גאב"ד קארלסבורג האט ביי שלש סעודות תורה פארגעזאגט איבער די שוידערליכע שיסעריי, במעמד בנו הרה"צ ר' עזריאל יודא, די געטרייע העראאישע מנהל פון די תשב"ר אין זשערסי סיטי

ר' יואל שווארץ, מקורב בית קארלסבורג

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 11:29 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דראפבאקסגוגל דרייוו

לינק צום קאמפיין

Wow wow, ש'כח פאר די ארבעט.

ביידעוועי, איך האב קיינמאל נישט געכאפט אז ס'איז ווערטער אין דיין אוועטער.

Kollel
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 11:49 am

איך האב יעצט איבערגעקוקט די ערשטע ווידעאו, דארט זעהט מאן קלאר ווי דער פאדעכטיגטער גוי וואס ווערט געזעהן אינעם פרישן ווידאו
מיטן גרעי דזשעקעט קוקט אויף צוריק אפולי עס פליען שוין קוילן און יעדער לויפט פארן לעבן. דאס דארף ווערן אויסגעפארשט
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2428
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 11:50 am

עושר וכבוד האט געשריבן:
וואנאוויטשער האט געשריבן:איך כאפ נישט פארוואס די רוצחים האבן נישט געקענט ארויסלויפן דארכ'ן בעק טיר אין ממשיך זיין מיט זייערע מערדשאפט,
ס'דאך נישט געווען קיין פאליציאנטן פון די בעק?

די קשיא איז די מערסט געפרעגטע קשיא אין דעם אשכול, און מ'האט עס שוין מיליאן מאל געענטפערט. ביטע כאפ א בליק אויף צוריק...

איך פרעג סאך א שטערקערע פראגע פארוואס טאקע ? פארוואס טאקע זענען פטליציאנטן נישט דארט געווען?? אויף וואס האבן זיי געווארט ער זאל אריינקימען אין שוהל?
אגב וויפל מענטשן זענען געווען אין שיל דעמאלטס?

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2428
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 11:51 am

Kollel האט געשריבן:איך האב יעצט איבערגעקוקט די ערשטע ווידעאו, דארט זעהט מאן קלאר ווי דער פאדעכטיגטער גוי וואס ווערט געזעהן אינעם פרישן ווידאו
מיטן גרעי דזשעקעט קוקט אויף צוריק אפולי עס פליען שוין קוילן און יעדער לויפט פארן לעבן. דאס דארף ווערן אויסגעפארשט

דמיונות

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:01 pm

איך קען זיך נאכאלץ נישט צוזאמנעמען פון די ביטערע טראגעדיע, באשעפער געב כח פאר אלע אידן, ובפרט די אידן הקרובים אל החלל, ובפרט די פרויען און קינדער, זיי זאלן זיך קענען צוזאמנעמען, און זיך מחזק זיין, בזכות פון אחדות און מצות צדקה, און אריינגיין און שבת פ' וישלח מיט א פרישקייט און א לעכטיגקייט.

וישלח איז א פרשה וואס געט אונז אסאך חיזוק ווען מען לערנט וויאזוי יעקב האט זיך געשטארקט איבער עשיו מיט זיי שר.
לעצט פאראכטן דורך געריבענער סוחר אום פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:03 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:02 pm

מ' זעט א קאר אוועקפארן פון פארנט פון גראסערי, ווער איז דאס? ווייסט ער שוין וואס גייט פאר און אנטלויפט? נישט געהערט/ געזען רעדן פון אים

טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:14 pm

1) מ'זעט קלאר אז די טיר וואס דאס קינד וויל אנהייבן צו עפענען איז די טיר פון בית המדרש
2) מיט זיין מאנטל אינאיינעם וואלטן זיי פארשטאנען אז ער איז אידיש קינד ווייל ער גייט צום בית המדרש
3) די צוויי גוים וואס זענען "פונקט" אדורך געגאנגען - איינער מיט א אפענע שירעם - האבן פארשטעלט אז ער זאל אים נישט זעהן

ווען די טעראריסטן וואלטן אנגעקומען מיט צוויי-דריי סקונדער שפעטער וואלטן זיי באמערקט דאס קינד און געהאט א אפענע טיר צום בית המדרש ר"ל!
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמארטיקל » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:20 pm

אינטערעסאנט די אינגל האט נישט אראפגעלאזט דאס באקסל לויפענדיג פאר פחד

(מסתמא האט ער מער געציטערט פון זיין רבי...)

נעם אין אכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

תגובהדורך נעם אין אכט » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:22 pm

האפענטלעך גייט א חלק פון דאס געלט אויך צו הילפן די קינדער וואס זענען געווען אויבן אין חדר פאר איבער 4 שעה הערענדיג און זעענדיג דאס ערגסטע -וואס ספעציעל אלס חרידישע קינדער וואס זעען קיינמאל אזעלעכע זאכן- שאד דאס פארן לעבן.

מאסיווע טערעפי קאסט א געוואלד.

אויב גייט עס נישט פארדעם, אפשר זאל מען מאכן אן עקסטערן קאמפיין?

ישראל חיים
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2019 12:08 pm

תגובהדורך ישראל חיים » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:28 pm

היסטאריקער האט געשריבן:מ' זעט א קאר אוועקפארן פון פארנט פון גראסערי, ווער איז דאס? ווייסט ער שוין וואס גייט פאר און אנטלויפט? נישט געהערט/ געזען רעדן פון אים

יא, נאכדעם וואס דער שיסער האט שוין געשאסן בערך 6 קוילן נאך פארן אריין גיין אין געשעפט איז דער וואס איז געזעצן אין די קאר אפגעצויגן פון דארט. וואס איז שווער צו פארשטיין?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:34 pm

טעם וריח האט געשריבן:
נכד האט געשריבן:אה דאס מיינט א רבי א מנהיג.
אידן זענען בצער. א אידישע ישוב גייט אריבער א שווערע זמן. זיי נישט מעורר. מוסר נישט אצינד. הייב אויף דיין גוף און טו צו די זאך. פאר אריבער און זיי מנחם. שטארק זיי. גיב זיי מאוצרך הטוב. האסט אפאר גוטע מעשיות דערצייל זיי. האסט א גוטע ניגון זינג דאס מיט זיי דערהייב זייער גייסט. מוטיג די יונגווארג. דער סקולענער רבי אזוי שטילערהייט צייגט ארויס א מוסטער פאר אנדערע. כמותו ירבו בישראל.


אידן! האטס אמונה אידן! עס וועט אייך גיט זיין!
היינט און אלעמאל!!

יש מנהיגים ויש צדיקים. יעדער מיט זיין תפקיד, דער סקולענער רבי זז״ג איז א צדיק וואס זיין תפקיד איז מחזק צו זיין צעבראכענע אידן גענוי ווי זיינע אבות הקדושים. אנדערע מנהיגים זאגן מוסר פאר כלל ישראל את המעשה אשר יעשון ואלו ואלו דברי אלוקים חיים!


איך מיין ס'איז א פשוט'ע חילוק פון רעדן צו די אידן וואס וואוינען דארטן און זענען דערשראקן צום טויט, און רעדן בכלליות צו אידן, ודו"ק
#מהאקטאיןקאפ

אוועטאר
יצחקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:36 pm

נעם אין אכט האט געשריבן:האפענטלעך גייט א חלק פון דאס געלט אויך צו הילפן די קינדער וואס זענען געווען אויבן אין חדר פאר איבער 4 שעה הערענדיג און זעענדיג דאס ערגסטע -וואס ספעציעל אלס חרידישע קינדער וואס זעען קיינמאל אזעלעכע זאכן- שאד דאס פארן לעבן.

מאסיווע טערעפי קאסט א געוואלד.

אויב גייט עס נישט פארדעם, אפשר זאל מען מאכן אן עקסטערן קאמפיין?

איך מיין אז א מ'האט דאס אויך אונזינען ד.ה. צו ניצן א חלק פון די 1.5 פאר דעם.
מדארף עס ווען טאקע דערמאנען אויפן page
רבותי שטרענגט אייך אן מנדב צו זיין און עס מפרסם צו זיין כדי
מ'זאל מיר קענען אנקומען צום גאול און מיט שמיץ אריבער

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:37 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:שעות? פון די ראדיא קוקט אויס אז 1 אזייגער רעדן זיי שוין פון די דעכער.

מ'קען נאך יעצט איבער הערן די ראדיא? אויב יא, וואו?
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:37 pm

דורכלויפענדע אומסארטירטע געדאנקען פון היינט פארטאגס.

viewtopic.php?f=3&t=41035
לעצט פאראכטן דורך עכט היימיש אום פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:39 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:38 pm

אויב איינער האלט ווי פאוויש אויבן, זאל ער אליין שרייבן צוויי טשעקס ער וויל אודאי געבן צוואנציג אלפים פאר משפחת פערענץ זאל ער עס אפשרייבן און שיקן אויף פאסט צו זיי אהיים !
און די פופצן אלפים וואס ער וויל אודאי געבן פאר מוסדות וקהלה דזשערזי סיטי זאל ער אפשיקן צום אפיס פון די מוסדות!
אז נישט זאל ער (נישט חלילה דער מענטש = דער ניק) פלעין איינעמען א שטילשווייגעניש!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:42 pm

ישראל חיים האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:מ' זעט א קאר אוועקפארן פון פארנט פון גראסערי, ווער איז דאס? ווייסט ער שוין וואס גייט פאר און אנטלויפט? נישט געהערט/ געזען רעדן פון אים

יא, נאכדעם וואס דער שיסער האט שוין געשאסן בערך 6 קוילן נאך פארן אריין גיין אין געשעפט איז דער וואס איז געזעצן אין די קאר אפגעצויגן פון דארט. וואס איז שווער צו פארשטיין?


גארנישט שווער, וואס זענט איר ברוגז? איך האב נאר געפרעגט, איז עס א איד? פערצופאל געזעצן דארט? מ' ווייסט ווער ער איז?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11423
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:43 pm

farshlufen האט געשריבן:ר' בערל, לפענד"נ אז דו קענסט שטעלן א פינעף אלפים ציל.

אייוועלט האט שוין באוויזן מער פאר קלענערע זאכן
איך וואלט געזאגט עטליעסט 20K

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:52 pm

היסטאריקער האט געשריבן:
ישראל חיים האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:מ' זעט א קאר אוועקפארן פון פארנט פון גראסערי, ווער איז דאס? ווייסט ער שוין וואס גייט פאר און אנטלויפט? נישט געהערט/ געזען רעדן פון אים

יא, נאכדעם וואס דער שיסער האט שוין געשאסן בערך 6 קוילן נאך פארן אריין גיין אין געשעפט איז דער וואס איז געזעצן אין די קאר אפגעצויגן פון דארט. וואס איז שווער צו פארשטיין?


גארנישט שווער, וואס זענט איר ברוגז? איך האב נאר געפרעגט, איז עס א איד? פערצופאל געזעצן דארט? מ' ווייסט ווער ער איז?

אויב שוין יא קאנספירעסי...

אויף גוגל ווען מען זוכט Jersey City kosher supermarket די ערשטע בילד וואס קומט ארויף, זעהט מען אויף די פענסטערס זיך אפשפיגלען א Uhaul טראק וואס איז געפארקט אויף די זעלבע פלאץ וואו די פארברעכער האבן געפארקט זייער Uhaul ווען.

IMG-20191211-WA0117.jpg
IMG-20191211-WA0117.jpg (133.26 KiB) געזעהן 1013 מאל

קרית וויזניץ פראיעקט
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 19, 2019 3:07 pm

תגובהדורך קרית וויזניץ פראיעקט » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:58 pm

Town of Ramapo Police
צוגעלייגטע
Screenshot_20191213-125505_Facebook.jpg
Screenshot_20191213-125505_Facebook.jpg (573.5 KiB) געזעהן 965 מאל
לעצט פאראכטן דורך קרית וויזניץ פראיעקט אום פרייטאג דעצמבער 13, 2019 1:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יצחקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:58 pm

איך וויל נאכאמאל ערווענען אז די רב שליט"א איז בראש פון דעם צדקה קאמפיין, ער איז א זעלטענער בעל אחריות מיט א דעת תורה.
(ס'איז נישט סתם "בנשיאות")


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, Working, בןישיבה, כא כא כא, נקודהלע, ר' זעקל און 87 געסט