איהר קענט וועלן פאר צוויי אפציעס,
איינס אייער מיינונג,
און צוויי וויפיל איהר ליינט עס
איינער פון די מעין ניקים וואס יעדער רעכטע לינקע און צענטער האבן הנאה איז. אונזער אלעמען באקאנטער ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט הרה"ח ר' הכל הבל.
ער איז מהנה די עולם שלא על מנת לקבל פרס און צענדליגער אשכולות ווי.
א רעפטל קאקאש א הייסע קאווע און פרישע נייעס.
נייעס און נאטיצן פון די געריכטן.
נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס.
סענאט און קאנגרעס וואלן.
אלגעמיינע וואלן.
גאווערנאר וואלן.
פריימעריס.
און כסדר'דיגע אפדעיטס וואס עס קאכט זיך און די עיר הבירה וואשינגטאן,
יעצט ווען ר' הכל האט דעגרייכט די עשרת אלפים האב איך געטראפן מזל טוב'ס און פיל אשכולות.
האב איך געטראכט צו עפענען איין צענטעראלע אשכול פאר דעם אז די עולם זאל אריינקומען און אפגעבן אן הכרת הטוב!