טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

דורך לוח הציבור

געוועזענער ניו יאָרק גאָווערנאָר דזשאָרדזש פאַטאַקי איז אַרויסגעקומען מיט שאַרפע קריטיק קעגן גאָווערנאָר
קאָומאָו און ניו יאָרק סיטי מעיאָר ביל דעבלאַזיאָ.

פאַטאַקי זאָגט אַז ניו יאָרק סיטי האַלט ביים אָפשטאַרבן, און ער זאָגט אַז דעבלאַזיאָ איז א דיזעסטער, און קאָומאָו האָט גאָר שלעכט באַהאַנדלט די קאָראָנאַ קריזיס.

אויסער דעם האָט פאַטאַקי געזאָגט אַז ער וואָלט געלאָפן קעגן קאָומאָו פאַר'ן גאָווערנאָר אַמט, אַזוי ווי ער איז געלאָפן מיט יאָרן צוריק קעגן קאָומאָו'ס פאָטער מאריא קאָומאָו
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

עטליכע קורצע נייעסלעך פון ניו יארק סיטי

די פאליציי דעפארטמענט האט געמאלדן אז זינט "דזשארדזש פלויד'ס" טויט, מאי 25, זענען שוין איבער 303 דעפארטמענט קארס וואנדעליזירט געווארן, פאראורזאכנדיג שאדנס פון באלד א מיליאן דאלער.
איבער 14 קארס זענען גענצליך געשעדיגט געווארן, א "טאוטעל לאס" נאכ'ן ווערן אונטערגעצינדן.
-
די "רעוועל" סקוטער רענטעלס וועלכע האט זיך באקוועם געמאכט איבער די ניו יארקער גאסן האבן געמאלדן אז זיי סוספענדירן זייער רענטעל סערוויס, אין רעזולטאט פון עטליכע לעצטיגע עקסידענטן וואו מענטשן וועלכע האבן געדינגען רעוועל סקוטערס זענען אומגעקומען.
-
קאנגרעסמאן דזשערי נאדלער איז היינט אינדערפרי געווען פארמישט אין אן עקסידענט אונטערוועגנס קיין וואשינגטאן, וואו ער האט א זיצונג מיט אטורני דזשענעראל וויליאם בארר
-
א זעכצן יעריגער יוגנטליכער איז פאטאל דערשאסן געווארן, און צוויי פון זיינע חברים זענען פארוואונדעט געווארן ווען א פארברעכער האט געעפנט פייער אין א פארק אין ברוקלין.
דאס איז די פופצנטע שיסעריי, און זיבעטע "האמעסייד" אין 24 שעה
-
א אפיציר פון די " דעפארטמענט אוו היימלאזע סערוויס" איז סוספענדירט געווארן נאכדעם וואס ער האט ארעסטירט אן אומשולדיגן מאן פאר'ן בלויזן חטא פון כאפן א בילד ווי א אפיציר גייט אן א מאסקע...
-
אין א צייט ווען אנטי-פאליציי רעטאריק איז הימל-הויעך איז אזא באריכט נישט קיין נייעס. פון מארטש 1 ביז יולי 22 האבן 813 אפיצירן רעטייערד, און 1,172 אפיצירן האבן שוין אויסגעפילט די פאפירן נאכצוגיין אין זייער פיסטריט...
פאריאר אזא צייט איז נאר געווען בערך 724 אפיצירן וועלכע האבן רעטייערד.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

דעבלאזיאו׳ס קיך איז שוין אפן?
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דעבלאזיאו׳ס קיך איז שוין אפן?

שמעקסט נישט? (קאראנע הא..)

איך ווייס נישט פארוואס ער האט עס יעצט הערשט געמאלדען, ער באקט דאך שוין אפאר חדשים.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

בעל הנס האט געשריבן:עטליכע קורצע נייעסלעך פון ניו יארק סיטי

די פאליציי דעפארטמענט האט געמאלדן אז זינט "דזשארדזש פלויד'ס" טויט, מאי 25, זענען שוין איבער 303 דעפארטמענט קארס וואנדעליזירט געווארן, פאראורזאכנדיג שאדנס פון באלד א מיליאן דאלער.
איבער 14 קארס זענען גענצליך געשעדיגט געווארן, א "טאוטעל לאס" נאכ'ן ווערן אונטערגעצינדן.
-
די "רעוועל" סקוטער רענטעלס וועלכע האט זיך באקוועם געמאכט איבער די ניו יארקער גאסן האבן געמאלדן אז זיי סוספענדירן זייער רענטעל סערוויס, אין רעזולטאט פון עטליכע לעצטיגע עקסידענטן וואו מענטשן וועלכע האבן געדינגען רעוועל סקוטערס זענען אומגעקומען.
-
קאנגרעסמאן דזשערי נאדלער איז היינט אינדערפרי געווען פארמישט אין אן עקסידענט אונטערוועגנס קיין וואשינגטאן, וואו ער האט א זיצונג מיט אטורני דזשענעראל וויליאם בארר
-
א זעכצן יעריגער יוגנטליכער איז פאטאל דערשאסן געווארן, און צוויי פון זיינע חברים זענען פארוואונדעט געווארן ווען א פארברעכער האט געעפנט פייער אין א פארק אין ברוקלין.
דאס איז די פופצנטע שיסעריי, און זיבעטע "האמעסייד" אין 24 שעה
-
א אפיציר פון די " דעפארטמענט אוו היימלאזע סערוויס" איז סוספענדירט געווארן נאכדעם וואס ער האט ארעסטירט אן אומשולדיגן מאן פאר'ן בלויזן חטא פון כאפן א בילד ווי א אפיציר גייט אן א מאסקע...
-
אין א צייט ווען אנטי-פאליציי רעטאריק איז הימל-הויעך איז אזא באריכט נישט קיין נייעס. פון מארטש 1 ביז יולי 22 האבן 813 אפיצירן רעטייערד, און 1,172 אפיצירן האבן שוין אויסגעפילט די פאפירן נאכצוגיין אין זייער פיסטריט...
פאריאר אזא צייט איז נאר געווען בערך 724 אפיצירן וועלכע האבן רעטייערד.

זייער קלאר, שכח פאר די באריכט.
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6285
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

נישטאמת האט געשריבן:
בעל הנס האט געשריבן:עטליכע קורצע נייעסלעך פון ניו יארק סיטי


זייער קלאר, שכח פאר די באריכט.

גיי אן!!!
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

אין "בעל הנס" מכיר...

יא, ס'זייער גוט און קלאר געשריבן
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

הלשון האט געשריבן:אין "בעל הנס" מכיר...

יא, ס'זייער גוט און קלאר געשריבן
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

יישר כח
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

אזוי גאר! האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
בעל הנס האט געשריבן:עטליכע קורצע נייעסלעך פון ניו יארק סיטי


זייער קלאר, שכח פאר די באריכט.

גיי אן!!!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

הלשון האט געשריבן:אין "בעל הנס" מכיר...

יא, ס'זייער גוט און קלאר געשריבן
הצלחה
מענל׳ס
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 9:11 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענל׳ס »

שאשא האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:אין "בעל הנס" מכיר...

יא, ס'זייער גוט און קלאר געשריבן

בת טראנ"י"
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

עבד אברהם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א ס״ה פון 28 שיסערייען זענען פארגעקומען אין ניו יארק סיטי במשך דעם וויקענד, אריינגערעכענט 11 טויטע, צווישן זיי א 16 יעריג קינד.

דער מעיאר האט שוין קלארגעשטעלט אז ער האט שטארקע מיטגעפיל מיט די פאמיליעס.


דער מעיאר איז אויפגעקומען היינט מוט א "ברעין סטארם" ווי אזוי פטור צו ווערן איין מאל פאר אלעמאהל פון די אלע שיסערייען אין די סיטי, מען גייט אויפשטעלן א ריזיגע "קאגינג טרעינינג קיטשען" ווי מען וועט אויסלערנען דעם עולם קאכען. יא יא עס הערט זיך ווי א ווערטעל אבער ער האט דאס עכט געזאגט.
אנאליסטען זענען שוין לאנג ביי די מיינונג אז ווען מען פרעגט א שחור וואס ער וויל ענדערש קאכען אדער שיסען וועט ער זיכער ענדערש וועלן קאכען לאקשען מוט רייז ווי איידער שיסען אומשולדיגער מענטשען.
רבותי: דאס איז א מעיאר מיט שיטות אדער מיט שטויות ?

זיינע שיטות זענען שטויות...
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

פריער (נעכטן?) דינסטאג מיטאג איז פארגעקומען א פרידליכע פראטעסט אין מאנהעטן. ערגעץ אינמיטן דעם מעמד האבן א גרופע באהאלטענע אפאצירן מיטאמאל ארויסגעוואקסן פון א אומבאצייכענטע מיני-ווען און אראפגעקניידלט א ספעסיפישע שיקסע.

ווינאר די אפעצירן האבן איר אראפגעהאלטן זענען ווי פון אינטער דער ערד אפירגעקומען נאך עטליכע אפעצירן אויף ביציקלעך צו האלטן ארדענונג ארום, אוועקשיקענדיג די צעלאזטע יונגאטשעס וואס האבן געוואלט שטערן זייער עסק. נאך אייניגע סקונדעס האבן די באהאלטענע אפעצירן איר געענדיגט איינפאקן אינעם ווען, געהויבן רעדער און אנטרינען פון ארט.

פארטיג.

א ווידיאו פונעם סענזאציע האט אנגעהויבן צירקלען אויף סאוציאלע מידיע און פאראורזאכט א שטורעם צווישן די די פייערקרעקער שיסער, ״היתכן מ׳פארכאפט פרידליכע פראטעסטירער אויף די גאסן, די NYPD האבן זיך אפגעלערענט ממעשי פעדעראלע אגענטן רח״ל״. וכו׳.

נאך עטליכע שעה האבן די פאליציי אין א טוויט קלארגעשטעלט וואס די מעשה מיט דער שיקסע איז געווען. זי איז א געזיכטע וואגאבונד׳טע, נאך א סעריע פארברעכן מיטן שעדיגן פאליציי קעמערא׳ס ביי 5 באזינדערע קרימענאלע סצענעס.

בכל אופן האט זי ביז יעצט באוויזן אויסצומיידן די פאליציי פון צו ווערן ארעסטירט, היינט אבער האבן די פאליציי איר אויפגעכאפט ביים מחאה, און האבן ארגינעזירט איר ארעסט.

דער ווידיאו איז נישט כשר, פאלגענד איז דער קלארשטעלונג טוויט פון די פאליציי.
אטעטשמענטס
002D2A74-FD65-4857-BE49-CD65E224336F.jpeg
002D2A74-FD65-4857-BE49-CD65E224336F.jpeg (72.1 KiB) געזען 2121 מאל
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

שכח טשאדעלע פארן קלארן באריכט!
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

שכח טשאדעלע באדעלע!!
וואס פארדרייסטו מיר די קאפ מיט דיינע נארישע מעשיות......
קרעדיט: מגילת אסתר מיט געזאנג
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!


מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פריער (נעכטן?) דינסטאג מיטאג איז פארגעקומען א פרידליכע פראטעסט אין מאנהעטן. ערגעץ אינמיטן דעם מעמד האבן א גרופע באהאלטענע אפאצירן מיטאמאל ארויסגעוואקסן פון א אומבאצייכענטע מיני-ווען און אראפגעקניידלט א ספעסיפישע שיקסע.

ווינאר די אפעצירן האבן איר אראפגעהאלטן זענען ווי פון אינטער דער ערד אפירגעקומען נאך עטליכע אפעצירן אויף ביציקלעך צו האלטן ארדענונג ארום, אוועקשיקענדיג די צעלאזטע יונגאטשעס וואס האבן געוואלט שטערן זייער עסק. נאך אייניגע סקונדעס האבן די באהאלטענע אפעצירן איר געענדיגט איינפאקן אינעם ווען, געהויבן רעדער און אנטרינען פון ארט.

פארטיג.

א ווידיאו פונעם סענזאציע האט אנגעהויבן צירקלען אויף סאוציאלע מידיע און פאראורזאכט א שטורעם צווישן די די פייערקרעקער שיסער, ״היתכן מ׳פארכאפט פרידליכע פראטעסטירער אויף די גאסן, די NYPD האבן זיך אפגעלערענט ממעשי פעדעראלע אגענטן רח״ל״. וכו׳.

נאך עטליכע שעה האבן די פאליציי אין א טוויט קלארגעשטעלט וואס די מעשה מיט דער שיקסע איז געווען. זי איז א געזיכטע וואגאבונד׳טע, נאך א סעריע פארברעכן מיטן שעדיגן פאליציי קעמערא׳ס ביי 5 באזינדערע קרימענאלע סצענעס.

בכל אופן האט זי ביז יעצט באוויזן אויסצומיידן די פאליציי פון צו ווערן ארעסטירט, היינט אבער האבן די פאליציי איר אויפגעכאפט ביים מחאה, און האבן ארגינעזירט איר ארעסט.

דער ווידיאו איז נישט כשר, פאלגענד איז דער קלארשטעלונג טוויט פון די פאליציי.

און לכבוד דעם האט דער פאליציי קאמישענער באקומען וויזיטערס 2:30 אינמיטן די נאכט אינדרויסן פון זיין דירה ווי פראטעסטירער (פרידלעך שטייצעך) האבן געפיפן און געשיינט מיט לעקטערס אריין אין הויז, און איך מיין מהאט איר שוין ארויסגעלאזט
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

מ׳האמער געלייגט א יד אויף א פיינעם קליפ פונעם נעכטיגער ארעסט.. יישר כח הרוצה בעילום ניקו.

https://www.dropbox.com/s/zi6h2o9dd7qcp ... 4.mp4?dl=0

שוטה משטה מעיאר דעבלאזיא איז שוין אפן ארויסגעקומען מיט א פארדאמונג קעגן די פאליציי.

https://www.dropbox.com/s/ddk75xihqylqk ... 6.mp4?dl=0

אין אנדערע נייעס בנוגע דעם קעיס האבן די פאליציי ארויסגעלייגט די סערוועליענס ווידיאו רעקארדירונגען ווי מ׳זעהט די פרוי שעדיגן די פאליציי קעמערא׳ס. זי האט זיך באניצט מיט א בעיזעם, קאנעס פארבן און ספרעי פעינט. און דערמיט ארויסגענומען די קעמערא׳ס פון דינסט.
רשעות קאלטע סעלצער
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

בקיצור, לשיטתו פונעם שוטה ארוך איז ארעסטען נישט אין פלאץ ביי פראטעסטען. די מצב איז פשוט נישט געאייגנט דערפאר. :?
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

אחד הרבנים האט געשריבן:בקיצור, לשיטתו פונעם שוטה ארוך איז ארעסטען נישט אין פלאץ ביי פראטעסטען. די מצב איז פשוט נישט געאייגנט דערפאר. :?

די עצה איז פשוט צו פראטעסטען אגאנצען טאג אזוי וועט מען איר נישט קענען קיינמאל ארעסטען
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

וואס שרייבט דיר שוטה אלץ ביי זיינע קאנפרענצען ?
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

בינעך נייגעריג אויב די פאליס קאמישענער הייבט נאך אויף די טעלעפאון פאר די_בלאו_זירא ווען ער זעהט אים אויפ' ן קאלער איידי....
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

נעגלוואסער האט געשריבן:בינעך נייגעריג אויב די פאליס קאמישענער הייבט נאך אויף די טעלעפאון פאר די_בלאו_זירא ווען ער זעהט אים אויפ' ן קאלער איידי....

די פאליס קאמישענער איז נאך א גרעסערע פראבלעם ווי דיבלאזיא, ער איז א שלעכטער עקלדיגער פערזאן.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

דער פון אויבן זאל אינז אלע היטן אויב זשאו ביידען ווערט פרעזידענט, וואסארע כאאס וועט זיך אלס אפטאן אין אונזערע סיטיס
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

איך האלט דא ביי די פאל מיט דיבלאזיא, די קריים איז נישט אזוי שטארק אז מען זאל ניצען אנמארקד קארס פאר דעם.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”