איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

וואאאאאאאאאאאאאאאאאאטש!!!!!!!!!!!! קום אהער! ווער האט געשלאגן וועם? ווער האט אנגעהויבן? הער דיך שוין אויף צו קריגן!

דאס און נאך פון די סארט לאזונגען זענען געווען אפטע באזוכער ביי מיר אויפן צונג דורכאויס יענע שטורעמישע תקופה.

געווען איז עס פאר אנדערטהאלבן יאר צוריק ווען די וועלט איז געווען געפלאגט אונטערן דרוק פונעם קאראנא וויירוס און גאנץ כלל ישראל איז געזעצן אינדערהיים און געווארט אז די זון זאל אויפשיינען אדער אונטערגיין, אדער סיי וואס עס קען ברענגען אז דער טאג זאל אריבערגיין.

אין יענע תקופה, ממש אנהויב פון די תקופה האט מיין טאטע זאל זיין געזונט און שטארק געהאט א יונגעלע למזל טוב, עס איז געווען א געוואלדיגע שמחה, די גאנצע משפחה הגדולים און בפרט הקטנים האבן זיך מיטגעפרייעט מיט די געוואלדיגע שמחה, ס'הייסט מאמי האט געקויפט א נייע אינגעלע בעבי.

די שמחה איז אבער פארשטייט זיך געווען באגלייט מיט פארשידנארטיגע שוועריגקייטן צווישן זיי אז מען האט נישט געקענט אריינגיין אין שפיטאל געהעריג און אז קיינער האט נישט געקענט (אדער געוואלט...) קומען צום וואך נאכט און צום ברית, אזוי ווייט עס איז ניטאמאל געווען א מנין ביי די ברית סעודה.

גלייך נאכן ברית האט מיין טאטע אנגעהויבן נישט גוט שפירן און ער האט אנגעהויבן ליידן פארשידענע סימפטאמען פונעם שענדליכן וויירוס.

מיין טאטע איז געווארן א קאראנא פאציענט און מיין מאמע איז געווען א קימפעטארן, פארשטייט זיך אז אינדערהיים האבן זיי נישט געקענט זיין בפרט ווען די מצב ביי מיין טאטע איז געווארן ערגער און ערגער, א גוטער פעטער מיינער האט זיי ביידע אריינגענומען צו זיך אהיים אז זיי זאלן דארט קענען זיך אפרוען און ערהוילן.

נו, מען קען דאך נישט לאזן דעם שטוב אויף הפקר בפרט ווען די קינדער זענען געזיצן אינדערהיים און פארברענגט די צייט אויף א שרעקליכן פארנעם.

רופט מען אריבער דעם עלטסטן זון אינאיינעם מיט די שנור זאלן זיך אריינציען אהין און זיך אפגעבן מיט די שטוב ווירטשאפט, אזוי איז טאקע געווען מיר האבן זיך דארט אריינגעצויגן פאר עטליכע וואכן און פרובירט קעיר צו נעמען פון די זאך ווי ווייט מעגליך.

פארשטייט זיך אליינס אז דער עול פון זיך אפגעבן מיט די קינדער במשך'ן טאג איז געפאלן אויף מיר, איך א פרישער אינגערמאן וואס האט קיין ערפארונג אין חינוך נישט געהאט און האט נאך יעצט נישט האט געדארפט ווערן א רבי מיט א מגי"ש צוזאמען מיט א פרייוועט רבי.

אפגערעדט פון דעם וואס איך אליינס בין אויך נישט געווען דאן אינעם בעסטן מצב, אזוי ווי גאנץ כלל ישראל בין איך געזיצן אינדערהיים נישט האבנדיג וואס צו טון מיטן טאג, אבער אויך נישט האבנדיג קיין איבריגע מוט און געדולד צו טון גארנישט זאכליך.

דער יו"ט פסח האט זיך אינצווישן אנגעהויבן דערנענטערן מיט שנעלע טריט, א פאקט וואס האט נישט צופיל אויסגעמאכט אויף למעשה, עס איז שוין געווען בערך א וואך פאר פסח און עס האט נאכנישט אויסגעזען ווי דער פסח וועט זיך נאך דעם יאר בייווייזן ביים שוועל.

פארשטייט זיך אז די הויז איז בעצם געווען א חורבן נורא, די קינדער האבן נישט געהאלטן ביים פאלגן זייער שטעלפארטרעטער טאטע, די הויז איז געווען זייער שמוציג מילד גערעדט, די שאפעס און דער פרידזשידער זענען נישט פארמאכט געווארן ווי ריזיג דער טאג איז געווען, אין קורצן מיין איך אז פאר'ן יונגערן דור דארף מען נישט מסביר זיין ווי אזוי א אידישע שטוב האט אויסגעזעהן אין יענע תקופה.

(אפשר ביי די זיידעס איז געווען בעסער, איך ווייס נישט ווייל מען האט נישט געקענט אריינגיין)

ביזדערווייל איז דער מצב ביי מיין טאטן געווארן וואס א טאג ארגער מיר האבן נישט צופיל געוואוסט אבער אזויפיל האבן מיר געוואוסט אז דער מצב איז נישט גוט מיט אים.

מען קען זיך נישט פארשטעלן די בענקעדיגע געפילן וואס מיר קינדער האבן אין יענע טעג געפילט צו אונזער טאטן מיר האבן געוואוסט אז ער איז פארווארפן ערגעץ אין גאר א שווערן מצב און ווער ווייסט ווען און אויב ער וועט אהיימקומען.

ב"ה עס זענען אריבער אפאר וואכן און דער מצב האט זיך אנגעהויבן בארואיגן און עס איז געווארן בעסער און בעסער ביז מען האט שוין אנגעהויבן רעדן אז דער טאטע קומט שוין בעז"ה אהיים.

די טעג זענען געווארן נענטער און נענטער און מען האט זיך אנגעהויבן גרייטן העפטיג אויף דעם גרויסן טאג ווען מיין טאטע און מאמע וועלן ענדליך אהיימקומען מיט די נייע בעבי.

פארשטייט זיך אז די שמחה איז געווען גרויס, ענדליך נאך וואכן לאנג וועט מען זיך זעהן מיט די עלטערן וואס מען האט שוין אזוי לאנג נישט געזעהן.

פארשטייט זיך אז ביי די קליינווארג איז געווען גאר גרויס די שמחה, ס'טייטש די נייע בעבי קומט אהיים! א זאך וואס איז אייביג א פרייליכע צייט און בפרט דא ווען דאס קינד איז שוין געווען באלד דריי וואכן אלט און קיינער פון מיינע געשוויסטער האבן נאכנישט געהאט געזען דאס קינד איז עס געווען געוואלדיגע שמחה.

איך דער אינגערמאן וואס איז געווען טאטע אין שטוב די לעצטע פאר וואכן האב זיך אויך זייער שטארק געפריידט אז ער קומט אהיים אבער דאך ווייסט דאך עס איז געקומען באגלייט מיט א שטיקל ציטער טאטי קומט אהיים און ער גייט זעהן וואס איך האב דא געטון די לעצטע פאר וואכן אדער בעסער געזאגט וואס איך האב אלס נישט געטון ווי אזוי די הויז האט אויסגעזעהן אין קורצן מיין פנים האט געפלאמט פאר בושה.

איך האב געציטערט פאר דעם פסק פון מיין טאטע ווי פונעם יום הדין, הלמאי האסט נישט געקענט קעיר נעמען דא ווי א מענטש איך מיין האסט דאך גארנישט געטון דא בעצם מיטן טאג, אזוי האט זיך מיר שוין אויסגע'משל'ט א גאנצער פסק ביי מיר אין מח.

פון די אנדערע זייט ווי אינטערסאנט עס הערט זיך און ווי שטארק איך האב געציטערט פון זיין פסק בין איך פשוט און גראד געשטאנען און ארויסגעווארט אויף דעם טאג וואס ער גייט אהיימקומען.

וואסי פשט? איך וויל יא? אדער איך וויל נישט? פשט איז אז וויפיל איך האב געציטערט אז ער גייט אהיימקומען און זעהן וואס עס גייט פאר האב איך שוין נישט געהאט קיין כח צו די גאנצע מעשה, איך האב שוין געווארט אויף דעם טאג ווען ער גייט אהיימקומען און עס גייט זיין סדר אין שטוב.

אזוי איז עס, ווען א טאטע קומט אהיים זענען די קינדער מער דרך ארץ'דיג און שטעלן זיך מער צו און חוץ וואס איך האב זיך בעצם געפריידט אז מיין טאטע קומט אהיים האב איך זיך עקסטער געפריידט אז עס גייט זיין סדר אין שטוב פון דאנעט און ווייטער.

דאס אלעס איז נאר א משל פארשטייט זיך.

מיר שטייען יעצט אין די דריי וואכן און אידישע קינדער דרייען זיך ארום מיט בענקעדיגע געפילן און ווארטן שוין קוים ארויס אז דער מלך המשיח זאל זיך באוויישן ביים שוועל.

פון די אנדערע זייט ווייסט מען אז ווען משיח גייט קומען גייט זיין זייער שרעקעדיג. משיח גייט יעדעם פרעגן וואס האסטו געטוהן אז איך זאל קענען קומען אדער פארוואס האסטו מיך אפגעהאלטן פון קומען.

דער פנים וועט דאן פלאמען פאר בושה און מען וועט נישט וויסן וואו זיך אהינצוטון פאר גרויס בושה פארוואס מען האט זיך נישט גוט אויפגעפירט און דורכדעם אויפגעהאלטן די גאולה.

אבער צי וועט דען איינער זאגן אז צוליב אט די בושה זאל ער בעסער נישט קומען? ח"ו יעדער שטייט ווייטער און האפט אויף דעם גליקליכן טאג ווען ער וועט זיך באווייזן ביים טיר.

וואס איז דער פשט דערפון? וויל מען יא? אדער וויל מען נישט? דער תירוץ איז ווי אויבן דערמאנט, אודאי ווען משיח וועט קומען וועלן מיר נישט וויסן וואו זיך אהין צו טון פאר גרויס בושה אבער יא מיר זענען גרייט דערפאר צוליב אט די איינע סיבה ווייל מיר ווייסן אז נאך די בושה קומט אזאנע חסדים אז מען קען זיך גארנישט פארשטעלן עס וועט דאך זיין אזוי גוט אז עס וועט אוועקלייגן די פריערדיגע בושה אונטער א טונקעלן שאטן.

יא, חוץ פון דעם וואס מיר בענקען זיך שוין אזוי שטארק נאך אונזער טאטן און מיר פרייען זיך אזוי שטארק אז ער קומט שוין אהיים, פרייען מיר זיך עקסטער אז ביי טאטי אינדערהיים גייט זיין סדר.

ווייל ווען דער טאטע איז דא, איז דא סדר אין שטוב.
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

5+
5+
5+
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5036
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

tesla האט געשריבן:5+
5+
5+

Rt
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

זייער גוט!
שיינע שפראך!
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

שר התורה האט געשריבן:זייער גוט!
שיינע שפראך!

גא"מ

גוטע משל און צום פוינט
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p-
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

איך וויל יא!!!
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
הודונאנאש
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 24, 2021 5:39 pm

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודונאנאש »

זייער שטארק הערליך ארויסגעברענגט
די האסט ממש געליינט מיינע מחשבות און מחזק געווען מיין ציפית לישועה
העלאו
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

געוואלדיג אייוועלט האט שרייבערס וואס וואלטן נישט פארשעמט די גרעסטע צייטונגען
איד_איד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:05 am

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד_איד »

Excellent
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

דערפרישענד...!

איי אז די פרידזשידער איז געבליבן אפן.. מילא די קאקאשעס.. אבער די מילך!.. ווי קען עס זיין אזוי פריש... נאר ס'געווען בלויע מילך... אין קורצן מיין איך אז פאר'ן יונגערן דור דארף מען נישט מסביר זיין....
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

חוח! גאר גאר א גוטע משל ונמשל!!

א גאלדענע פעדער (נדנ)!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

wow
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

הערשט יעצט געזעהן
וואף א געוואלדיגע פעדער
ליינט זיך זייער געשמאק
מלא תוכן
יישר כח
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

Wow wow
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער שיין!!
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

Haklal האט געשריבן:הערשט יעצט געזעהן
וואף א געוואלדיגע פעדער
ליינט זיך זייער געשמאק
מלא תוכן
יישר כח

אקוראט!
א פיין שטיקל קאקאש!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

;l;p- ;l;p- דו דעזערווסט עס, א משל דומה לנמשל.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

מעכטיגער געדאנק!!!!

הערליך אפגעשריבן!!!

#טאלאנט
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

זייער שיין און זייער שטארק
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: איך וויל יא? אדער איך וויל נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

א זאפטיגע ארטיקל, מלא תוכן און הערליך אראפגעלייגט, ווי א זאפטיגע שטיקל קאקאש קעיק און מילעך!

ייש"כ!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”