וואס איז די טונקלקייט דא?!?!?!?!?!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

וואס איז די טונקלקייט דא?!?!?!?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

שפאציר איך אזוי אריין אין ביהמ"ד יענעם אינדערפרי אזוי רואיגערהייט, איך קום נענטער צו די מקוה און איך הער ארויס קולי קולות, איך שטיי און איך וואונדער מיך וואס האט היינט פאסירט אז עס איז אזוי רוישיג, איך האב געמיינט אז עס וועט זיך אפשטילן נאך אפאר מינוט אבער ווי וואס ווען וואס נאנטער איך בין געקומען איז עס נאר שטארקער געווארן אזש עס האט זיך געקענט דוכטן אז א געוויסע לאקלע מקוה נעבן מיין הויז האט זיך היינט אריבערגעצויגן דא אינעם גרויסן מקוה.

צי לאנג האב איך נישט געקענט איינהאלטן מיין נייגער און איך האב גענייגט מיין פינגער אויף דעם מאשין נעבן דעם צווענגל מקוה-טיר און איך שלייך מיך אריין אין מקוה מיטן ציל צו דערשנאפן וואס דארט גייט עפעס היינט פאר.

ווי נאר איך קום אריין אין מקוה האב איך שוין אליינס געזעהן אז יא עפעס גייט טאקע פאר דא היינט אבער פשט פון די קולות האב איך נאכנישט געקענט דערגיין.

וואס גייט פאר? זעה איך אז נישט מער און נישט ווייניגער מען האט אנגעהויבן די ארבעט איבערצובויען די מקוה און צוליב די בוי ארבעט איז די מקוה האלב אפגעשפארט.

דאס האט געמיינט אז די מענטשן וואס פארנעמען געווענליך די פלאץ פון א גאנצע גרויסע חדר המקוה ברויכן זיך פון היינט ביז א אומבאשטימטע צייט באקוועם מאכן אין א מקוה וואס איז האלב די גרויס ווי ביז יעצט.

אין צוגאב צו דעם האט די עיר קאנדישן אין מקוה איינגענומען א וואקאציע פון עטליכע וואכן ביז מען ענדיגט די ארבעט, דאס איז אויסער דעם וואס די בתי כבוד סטאנציאנירט אין די מקוה זענען גענצליך אפגעשלאסן געווארן.

דאס איז וואס איך האב געזען נאך איידער איך האב אריינגעוואקט טיפער אין די מקוה צו זעהן וואס עס זענען די קולות וואס הערן זיך ארויס פון דארט.

קום איך אריים אינעווייניג זעה איך א גרויסע קופקע מיט עטליכע חברים מיינע אינדערמיט און דער עולם קאכט זיך דארט אויף עפעס א שרעקליכן פארנעם.

אין צענטער פון די קופקע שטייט א אינגערמאן גראדע מיינס א חבר וועלכער טראגט דעם נאמען משה זרח, דער משה זרח שטייט דארט מיט א רויטן אויפגעבלאזענעם געזיכט און דרש'נט דארט אזוי ווען שוים גיסט זיך פון צווישן זיינע ציין און אזוי שרייט ער מיט קולי קולות קוים וואס מען קען פארשטיין א ווארט וואס ער רעדט אבער פון צווישן זיינע ווערטער נעם איך ארויס אז ער איז שרעקליך אויפגערעגט אויף עפעס אויסטערליש.

נייג איך צו אן אויער און איך הער די טענה הלמאי די קהילה רעכנט זיך נישט מיט די געטרייע מעמבערס וואס צאלן מעמבערשיפ, נישט גענוג וואס מען בויעט שוין דא עטליכע יאר מען האט אפגעשפארט די האלוועי פאר אפאר חדשים און יעדן צווייטן טאג שפארט מען אפ עפעס אנדערש.

יעצט אבער האבן זיי שוין איבערגעצויגן דעם שטריקל שרייט ער מיט כעס, מען האט זיך גענומען איבער די מקוה אונזערע, אפגעשפארט א האלבע מקוה, עס איז נישט דא וואו צו זיצן, עס איז הייס ווייל די עיר קאנדישן ארבעט נישט, די ביה"כ האט מען אפגעשפארט, אלעס פארוואס? ס"ה ווייל מען בויעט איבער? איך מיין מען האט שוין געהערט אזאנס!!! מען דארף נאך נישט פאר דעם רודפ'ן די מענטשהייט פאר גארנישט און פאר נישט.

עס פארשטייט יעדער איינער אז דער משה זרח רעדט פשוט נישט צום זאך אבער מיר וועלן אים איבערלאזן דארט שרייען און אריבערגיין צו א פאסירונג וואס האט זיך לעצטנס אפגעשפילט בדידי הוה עובדא.

איך שפאציר אזוי אויפן גאס אין פארנט פון מיין הייזקע סטאנציאנירט אין איינע פון די חרד'ישע אפסטעיט געגנטער און פלוצלינג אזוי נישט מיר נישט דיר לאזט זיך אראפ א גאס רעגן וואס באדראעט צו באנעצן אלע פיסגייער פון קאפ ביז פוס און נישט איבערלאזן קיין טרוקן ביינדל.

איך הייב אן נישטערן אין די שאפעס פון מיין אפיס (טאשן בלע"ז) און איך דעזעה מיך אן קיין שירעם אדער אפילו א פלעסטיק פאר מיין הוט וואס זאל מיך בלויז טיילווייז באשיצן פון דעם רעגן.

זעענדיג אז קיין פלאסטישע באשיצונג וועל איך נישט טרעפן האב איך אנגעהויבן זוכן א פלאץ וואו די רעגן קומט נישט אן אהין אז איך זאל דארט טרעפן עטוואס שוץ פאר מיין זעקל ביינער.

ב"ה אז נישט ווייט פון מיר האב איך געטראפן א גרויסן ברייטביינערדיגן בוים וואס האט אין מיינע אויגן אויסגעזעהן פאסיג אז איך זאל מיך אונטער איר שוצן.

גיי איך טאקע אריין אונטער דעם בוים און וואונדער איבער וואונדער עס איז טרוקן ווי פעפער, קיין טראפ רעגן דערוואגט זיך נישט אדורכצושטופן די ברייטביינערדיגע נעצן פון דעם בוים.

פארשטייט זיך אבער אז פאר צי לאנג האב איך נישט געקענט דארט שטיין און נאך עטליכע מינוט אויך אונטער דעם בוים זיך גענומען רעגענען.

נאך מער נאך א שטיק צייט האט אויפן פלאץ וואו עס האט פריער געיאפעצט א רעגן אנגעהויבן אויפשיינען די זון און עס איז געווארן שיין לעכטיג אבער דארט אונטערן בוים וואו איך האב מיך פריער געוואלט גאר באשיצן פונעם רעגן האט נאך פעסט געטראפט און גערעגנט.

דארט וואו עס האט פריער גערעגנט און עס איז געווען טונקל, שיינט יעצט א הערליכער זון! אבער מיר וועלן איבערלאזן אונזער קאקאש'ל ווייטער שפאצירן אויפן גאס און מיר וועלן אריבערגיין צו ר' יענקל אין שטוב.

אונזער מעשה שפילט זיך אפ אין א גרינעם מאנטאג אינדערפרי אין די גאנץ אנהויב שטאפלען פונעם קאראנא תקופה (ווער עס ווערט דיזי ווען מען שרייבט פון קאראנא קען גלייך גיין צום נמשל)

יענעם אינדערפרי ווען אונזער ר' יענקל האט זיך אויפגעוועקט מיט שרעקליכע קאפ שמערצן האט ער עס אין אנהויב איגנארירט, ווי דער מנהג לויטעט אז מען גייט נישט צום דאקטאר אזוי לאנג ווי עס איז נישט עק וועלט.

ווען ער האט אבער געזען נאך אפאר טאג אז עס לאזן נישט נאך די קאפ שמערצן האט ער באשטעלט אן אפוינטמענט ביי איינע פון די לאקאלע דאקטוירים אין זיין געגנט.

נאך עטליכע טעג האט טאקע דער דאקטאר באשטעטיגט אז ער איז פון די גליקליכע אנגעשטעקטע פונעם ווירוס און ער ברויך זיך איינשפארן.

פארשטייט זיך אז די איבריגע סימטאמען האבן נישט געשפעטיגט צו קומען און ר' יענקל איז אריינגעפאלן אין בעט נישט קענענדיג רירן קיין אבר.

אזוי האט זיך ר' יענקל נעבעך אפגעמוטשעט אפאר וואכן ליגנדיג אין בעט קראנקערהייט ביז ער האט זיך ב"ה ארויסגעדרייט דערפון מיט גרויס הצלחה.

יעדער פארשטייט אז אזא דורכגאנג איז נישט קיין גרינגע, זיין איינגעשפארט אינדערהיים מיט ביטערע יסורים אן קיינע באזוכער איז נישט פון די לייכטע זאכן.

אויפן טעלעפאון האט מען אבער יא געקענט רעדן און רעדנדיג צו זיינע ידידים וועלכע האבן שטארק מיטגעפילט מיט זיין מצב הערט ער גאר אז נישט יעדער האט דאס מיטגעמאכט, אדרבה עס איז דא פילע פון זיינע ידידים וואס האבן נישט געהאט קיין שפור דערפון.

האט זיך געקענט דורכלויפן א מחשבה'לע ביי דעם ר' יענקל אין קאפ "פארוואס פונקט איך?" פארוואס פונקט מיר איז באשערט דאס אלעס אדורכצוגיין, פארשטייט זיך אז א ערליכער איד פרעגט נישט קיין קשיות אבער אזא מחשבה'לע האט זיך געקענט אריינ'גנב'ענען ביי אים.

גייט נישט דורך קיין פאר חדשים און עס קומט דער יו"ט שבועות מיטאמאל הענגט א צעטל אין ביהמ"ד ווי פאלגנד "ווער עס האט שוין געהאט דעם ווירוס און האט אויפגעבויעט גענוג אנטיבאדיס קען קומען אין ביהמ"ד דאווענען געהעריג, ווער נישט קען קומען דאווענען אין דעם אפגעזונדערטן מנין און ברויך זיך ווייטער אכטונג געבן"

וואס האט דא פאסירט? פלוצלינג איז אונזער ר' יענקל געווארן פון די גליקליכע וואס קענען שוין ארויסקומען געהעריג? נאר וואס דען, יעצט האט אונזער ר' יענקל געזעהן אז דוקא ווייל ער האט זיך אזוי שטארק געמוטשעט איז ער שוין יעצט פערטיג און ער קען שוין יעצט ארומגיין געהעריג.

פארשטייט זיך אז דאס איז בלויז א משל קעגן די געוואלדיגע בענעפיטן וואס מען האט אויף יענע וועלט ווען מען מוטשעט זיך דא אבער דאס דינט אויך פאר א געוואלדיגע מוסר השכל אין אלע שווערע זמנים אז דייקא ווען א מענטש זעהט אז עס איז שווארץ, מען שפארט אפ א האלבע מקוה, ס'איז הייס און טונקל, זאל ער וויסן יא ווייל עס איז יעצט טונקל גייט דא איין טאג זיין לעכטיג, ווייל יעצט איז האלב אפגעשפארט גייט דא איין טאג זיין גרעסער און שענער ווי עס איז נאר אמאל געווען.

און די זעלבע ווען ער שטייט דארט אונטערן בוים און ער זעהט אז אינדרויסן רעגנט ווייסט ער אז דארט וואו עס רעגנט יעצט גייט באלד זיין לעכטיג און דייקא נאר וואו עס רעגנט יעצט ווייל אונטערן בוים וואו עס רעגנט יעצט נישט, גייט נאך באלד זיין טונקל.

די נקודה איז אז ווען א מענטש גייט דורך א שוועריגקייט דארף ער וויסן אז אן די שוועריגקייט וואס ער גייט יעצט דורך קען במציאות נישט ווערן לעכטיג שפעטער, ווייל אנדעם וואס מען צוברעכט יעצט די מקוה קען עס נישט נישט זיין שפעטער שענער, און אנדעם וואס עס זאל יעצט רעגענען וועט דער זון נישט ארויסקומען שפעטער אזוי שיין, און אנדעם וואס ר' יענקל זאל זיך יעצט נישט מוטשען און אויפבויען גענוג אנטיבאדיס וועט ער שפעטער נישט קענען ארויסגיין געהעריג.

אן די שוועריגקייט אין אנהויב איז נישט דא די מאסיווע לעכטיגקייט ביים סוף.
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: וואס איז די טונקלקייט דא?!?!?!?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

Wow האסט עס אריינגעטראטן טיף אין מיין הארץ אריין
דעם געדאנק
זינגט אלע אין אונגאריש!! עס וועט נישט אייביג טונקל זיין...
עס וועט נאך אמאל לעכטיג זיין ...
ס'וועט נאך....
ס'וועט נאך...
ס'וועט נאך אמאל...
טענק יו קאקאש!!!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: וואס איז די טונקלקייט דא?!?!?!?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

הערליך שיין געשריבן. גענאגעלט די פוינט מיט א נעלער.

איין קריטיק אויב איך מעג. דריי משלים אן קיין איין בן יחוד...
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
גרינע בלעטעלע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 1:24 pm

Re: וואס איז די טונקלקייט דא?!?!?!?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בלעטעלע »

שטארק שטארק
אור מ"תוך" החושך
א געזונטן זומער
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: וואס איז די טונקלקייט דא?!?!?!?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

מורא'דיג.

שטארק הנאה געהאט.

א שטארקע מוסר השכל.
אוועטאר
ריעל עסטעיט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 8:23 am
לאקאציע: ביים באנק אקואנט

Re: וואס איז די טונקלקייט דא?!?!?!?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל עסטעיט »

הערליך שיין
יישר שקויעך
לעצט פאראכטן דורך ריעל עסטעיט אום מאנטאג ינואר 10, 2022 4:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 999 סך הכל.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואס איז די טונקלקייט דא?!?!?!?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
קום איך אריין אינעם אשכול..
אךך נאך א לאנגע תגובה דורכצוליינען..

אבער דערנאך.. יתרון האור מתוך החושך!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
געלט גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט גייער »

קאקאש קעיק מיט מילך.pdf
(112.53 KiB) געווארן דאונלאודעד 33 מאל
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: וואס איז די טונקלקייט דא?!?!?!?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

זייער שיין, האמיר באמת הנאה געהאט!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: וואס איז די טונקלקייט דא?!?!?!?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

זייער שיין!
אוועטאר
אברך כולל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 11:52 am

Re: וואס איז די טונקלקייט דא?!?!?!?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך כולל »

זייער שיין!
גוטע פוינט!
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: וואס איז די טונקלקייט דא?!?!?!?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

יישר כח אלע באדאנקערס!
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

געלט גייער האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך.pdf

יישר כח!
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
בית לחם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 12:20 pm
לאקאציע: https://goo.gl/maps/dmKg7e6Dd8fEdKXg8

Re: וואס איז די טונקלקייט דא?!?!?!?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית לחם »

אין קאפ אריין דריל איך
איך דארף טוישן די מחשבה'ס הילוך
נאר זעהן די ליכטיגע זייט וויל איך
שכח הרב קאקאש קעיק מיט מילך
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: וואס איז די טונקלקייט דא?!?!?!?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

;l;p- הערליך הערליך!! דו פארמאגסט א גוטע פעדער
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: וואס איז די טונקלקייט דא?!?!?!?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

יישר כח! עס גיבט חיזוק אנצוגיין ווייטער
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

געלט גייער האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך.pdf

טענקס געלט גייער@
פארשפארט די ארבעט
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”