אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 12:31 pm

נארמאל וואלט איך אנגעהויבן דעם ארטיקל מיט א שיינע משל מסביר צו זיין פאר די טייערע ליינער דעם ענין פון וואס איך וויל רעדן, למעשה קען איך נישט טרעפן א פאסיגע משל וואס זאל ריכטיגער מסביר זיין דעם ענין ווי די ווערטער אליינס, על כן האב איך באשלאסן אז איך וועל צוגיין גלייך צום ענין.

בעצם איז עס א ענין וואס אין א נארמאלע וועלט פאר בלויז עטליכע יאר צוריק וואלט געווען א בושה אז מען דארף פון אזא זאך רעדן און אזאנס מסביר זיין אבער ליידער לעבן מיר אין אזא מאדנע צודרייטע וועלט און מען האט נישט קיין אנדערע ברירה נאר פשוט גיין לערנען דעם עולם מענטשליכקייט.

שמועס איך לעצטנס מיט א נאנטער ידיד מיינער און ער איז מיר מגלה די ביטערע נייעס אז מען האט ביי אים געטראפן די ביטערע מחלה ה"י אויף קיין שום איד נישט געזאגט.

זייענדיג גענוג נאנט און אפן מיט מיר האט ער זיך געשפירט גענוג באקוועם און זיך ערלויבט זיך אויסצורעדן און אויסגיסן דאס הארץ פאר מיר און מיר אביסל פארציילט איבער זיין מצב.

איך בין שרעקליך ערשטוינג געווען צו הערן פון אים אז דער מצב איז ליידער פיל ערגער ווי איך האב געמיינט.

און איך רעד לאו דוקא פון די ביטערע יסורים וואס ער גייט אדורך סיי מיט די מחלה און נאך מער מיט די ביטערע רפואות אויף אלע גויים געזאגט.

איך רעד פון גאנץ עפעס אנדערש.

אמאל נישט צי לאנג צוריק האט יעדער חדר אינגל געוואוסט מיט א פשטות אז עס איז נישט קיין נארמאלע זאך צוצוגיין צו יענעם און זיך מישן אין זיינע פריוואטע געשעפטן אין סיי וועלכע ענין, בפרט אין עניני רפואה, יעדער פארשטייט אז עס איז פשוט נישט קיין מענשטליכקייט.

יעדער פארשטייט? ליידער נישט, יעדער פלעגט פארשטיין, היינט ליידער איז אנדערש, ווי דער איד פארציילט מיר טאקע.

זיין טייערע משפחה וואס זענען פאר זיך גענוג צובראכן פונעם מצב ווערן פשוט און גראד באפאלן מיט קשיות, וואו זיי גייען און וואו זיי שטייען, מענטשן ווילן פונקטליך וויסן וואס עס האט יא אדער נישט פאסירט, מען קריכט אריין אין די קישקעס און מען פרובירט צו דערגרינטעווען פונקטליך אויף וועלכע חלק פונעם גוף ער האט די מחלה און נאך פון די סארט קשיות וואס איך שעם מיך פשוט צו שרייבן איוף א ברבים'דיגע פארום.

ער זאגט אז אין די צייט וואס ער אליינס ווייסט נאכנישט פונקטליך זיין דיאגנאז איז שוין דא מענטשן אויפן גאס וואס ווייסן שוין פונקטליך צו פארציילן און אנצייגן וואס די מעשה מיט אים איז.

נו, איז וואס? מען האט נאך קיינמאל נישט געהערט פון קיין טראגערס און ברענגערס? נע, דרי נישט קיין קאפ עס איז נישט קיין נייע זאך.

איז הער וואס ער פארציילט מיר ווייטער.

פארציילט ער מיר אז עס האט גענומען עטליכע שטאפלען העכער ווען דעם פרייטאג צונאכטס איז דער איד אליינס געגאנגען אין שול דאווענען האפנדיג הנאה צו האבן פון א שיינע רואיגע דאווענען, אנקומענדיג אין שול איז מען אים אליינס גאר באפאלן מיט די אלע אויבן דערמאנטע פראגן.

ער זאגט אז ממש דער גאנצער עולם האט ארומגערינגלט און אויסגעפרעגט כאילו ער זאל ווען מאכן א שלום זכור אדער א קידוש דעם שבת און דער עולם קומט פשוט אפגעבן דעם הערצליכן מזל טוב לכבוד די שמחה.

די סוף פון די מעשה איז געווען אז דער איד האט עס נישט איבערגעטראגן און איז אהיים פון ביהמ"ד נאך פאר מען האט אנגעהויבן דאס דאווענען, אהיימגעקומען און געזאגט אז מער גייט ער נישט אין שול, ער האט פשוט אנערקענט אונטער וועלכע סארט געזעלשאפט מיר לעבן היינט, ער קען עס פלעין נישט הענדלען.

מיין קליינע שכל זאגט מיר אז אזא מציאות אז א איד זאל פשוט נישט קענען גיין אין שול ווייל מען באפאלט אים מיט קשיות דאס איז שוין איבערגעטריבן, ער גייט נישט אין שול, נישט ווייל ער איז צו שוואך אדער ווייל זיין האר פאלט שוין ארויס און ער שעמט זיך צו גיין אין שול, ניין, דאס איז נישט דער מציאות אין אונזער פאל, דער איד גייט נישט אין שול פשוט ווייל מען לאזט אים נישט קיין מנוחה.

טייערע אידן, וואס האט מיט אונז פאסירט? האבן מיר טאקע פארלוירן דאס ביסל מענטשליכקייט? צי האבן מיר שוין אויך פארלוירן דאס ביסל בושה מיט וואס אידישע קינדער זענען אזוי אויסגעצייכנט? איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי א מענטש לייגט אוועק די בושה און מענטשליכקייט אין א זייט און גייט צו צו א מענטש אים אויספראקן ברבים איבער אלע פריוואטע ענינים זיינע.

איך האב געהערט די מעשה און געהאפט אז מען רעדט פון א צופאל, איך האב נישט געקענט גלייבן אז דאס איז כהיום די נארמאלע מציאות.

רעד איך צו א צווייטן ידיד מיינער און איך פארצייל אים מיין שטוינונג איבער דעם ענין, איך האב גלייך באמערקט אז די בלוט קומט אים אויף אין קאפ ווען איך רעד פון דעם.

זאגט ער מיר אז ממש דאס איז וואס ליגט אים שוין אויפן צונג א לאנגע צייט, געווען איז עס ווען איינער אין זיין פאמיליע איז געגאנגען אונטער די חופה בשטומ"צ און צו די זעלבע צייט האט זיך א צווייטער משפחה מיטגלידער נעבעך געמוטשעט מיט די ביטערע מחלה.

אקוראט דאס זעלבע ווי אויבן דערמאנט איז ליידער געווען ביי דעם אינגערמאן, ער און זיינע אנדערע פאמיליע מיטגלידער זענען באלאגערט געווארן מיט פראגן אויב יענער משפחה מיטגלידער וועט יא איבערלעבן ביז די חתונה אדער נישט.

ווי שטארק איך וויל עס נישט גלייבן איז דאס געווען דער פאקט ווען באשעפענישן מיט פלאכע קעפ אן הערנער האבן נישט געהאט די מינדעסטע בושה צו שטעלן אזעלכע פראגן.

זענען מיר טאקע פארוואנדלט געווארן אין צוויי פיסיגע חיות וואס ווייסן נישט צו נוצן דעם גרויסן רונדעכיגקייט אויף די פלייצעס? מיר האבן אייביג געוואוסט אז ווען א איד באטרעפט ליידער א צרה גייט מען נישט צו אים אויספרעגן אלע מיני קשיות איבער די טראגעדיע, פשוט אביסל מענטשליכקייט.

טייערע אידן מען רעדט פון שפיכת דמים ממש!!! די סארט פעלער זענען ליידער נישט קיין נייעס ביי אונז, אבער צו הערן אז די מענטשליכקייט שטאפל ביי אונזער ציבור שטייט אין אזא גאר נידריגע שטאפל דאס איז שוין יא א שטיקל נייעס און גראדע נישט אזא בע'טעמ'טע.

יעצט שטייענדיג אין די געהויבענע טעג פון אלול תשרי לאמיר זיך אלע מקבל זיין אז מיר וועלן "אביסל" מער אכטונג געבן ווי אזוי מיר פירן זיך אויף און קיינמאל נישט צוגיין צו א איד אין אזא מצב אויסטוישן א ווארט איבער זיין מצב אויסער אויב דער איד פילט זיך גענוג באקוועם און קומט אליינס צו צו אייך און הייבט אן רעדן איבער דעם.

קען זיין אז איך האב געשריבן אביסל איינגעהאלטן פשוט צוליב כבוד הציבור און איך וואלט מעגליך געדארפט שרייבן פיל שארפער אבער מורי ורבותי מיר האפן אז איר האט געכאפט דעם פינטל, ביטע, אביסל שכל און אביסל מענטשליכקייט.

MAbbb
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2021 9:48 am

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך MAbbb » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 12:40 pm

;l;p- זייער שטארק ארויסגעברענגט

MAbbb
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2021 9:48 am

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך MAbbb » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 12:45 pm

עס איז זייער פעינפאל.. נאכדעם קומען צו אלע אורחים סאשילייזן מיט אלע סגולות אין עצות אין געבן א שטארקע דריק אין האנט אין שרייען אויס בשורות טובות כדי יעדער זאל זיך אויסדרייען אין קוקען מיט רחמנות בליקן..

יצחק אייזיק
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך יצחק אייזיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 12:51 pm

פון די צווייטע זייט קען איך א איד וואס מוטשעט זיך מיט א מחלה ל"ע, אין די ערשטע צייטן האט ער זיך אפגערעדט צו איינעם אז קיינער רעדט נישט צו אים ווייל מ'האט מורא און מ'ווייסט נישט וואס צו זאגן. ער האט יא געוואלט זיין אפן מיט דעם, וואוסנדיג אז יעדער ווייסט סייווי.

איך האב אים תיכף אנגערופן און אריין מיט אים אין א שמועס. די ערשטע שמועס איז געווען אביסל אורח'יש ווי מ'זאגט, אבער מיט די צייט איז עס געווארן היימישער. ב"ה כ'האב אים אסאך ארויסגעהאלפן זייט דעמאלטס.

הכלל: יעדער מענטש איז אנדערש. מ'דארף טאקע האבן שכל וואס יא און וואס נישט, ווען יא און ווען נישט, און מיט וועמען יא און מיט וועמען נישט. אבער געוויסע ווארטן יא זיך אויסצורעדן צו חברים און ידידים און זיי לעכצן מ'זאל זיך נאכפרעגן ביי זיי.

אבער דער עיקר איז, מ'זאל אינזין האבן יענעם נישט זיך. זוכן יענעם לייכטער צו מאכן נישט זיך צו זעטיגן, וד"ל.
לעצט פאראכטן דורך יצחק אייזיק אום דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 12:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אומר אני
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך אומר אני » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 12:52 pm

שטארק! איך האף עס וועט מאכן א שטיקל אויפוואכאנג, עס איז נישט נאר ביי מחלות, ביי איינע פון די טראגעדיס די יאהר האב איך גערעט מיט א נאנטע משפחה פון איינע פון די באטראפענע, און ער האט זיך אויסגערעט, אז מענטשן זענען ליידער אזוי אימסענסעטיוו אז ער האט עס אליין נישט קעקענט גלייבען.
וואס וואולסטו געטוהן ווען די וואולסט ווען געוויסט אז היינט איז דיין לעצטע טאג
און מארגן פאר'ן בי''ד זיך שטעלן די מיזט וואס וואלסטו געטראכט און געזאגט!

ירקרקות
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך ירקרקות » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 12:53 pm

ממש שאקירנד, און כ'האף אז עס איז א יוצא דופנ'דיגע פאסירונג.
אויב אמת, קען מען דאס לכאורה צושרייבן צו די סאושעל מידיא פענאמענאן וועלכע האט טאטאל אויסגעריסן דעם באגריף פון פריוואטקייט. דער היימישער ציבור איז אדורך א מאסיווע טראנספארמאציע אין דעם הינזיכט. נאך יעדע טראגעדיע איז דא אינטערוויוס מיט די באטראפענע ווי מ'קריכט זיי אריין אין די קישקי קישקעס, זיי זענען אפשר מסכים דערויף, אבער עס איז גאר א נייער מענטאליטעט.
ביז פאר 20 יאר צוריק האסטו נישט געקענט טרעפן א היימישן איד זאל מסכים זיין זיך צו באשרייבן און פיקטשורן ברבים. ס'אנייע וועלט. דער שאין פתחותיהם מכוונות זו כנגד זו געהערט צום פארגאנגענהייט.

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 1:03 pm

ירקרקות האט געשריבן:ממש שאקירנד, און כ'האף אז עס איז א יוצא דופנ'דיגע פאסירונג.
אויב אמת, קען מען דאס לכאורה צושרייבן צו די סאושעל מידיא פענאמענאן וועלכע האט טאטאל אויסגעריסן דעם באגריף פון פריוואטקייט. דער היימישער ציבור איז אדורך א מאסיווע טראנספארמאציע אין דעם הינזיכט. נאך יעדע טראגעדיע איז דא אינטערוויוס מיט די באטראפענע ווי מ'קריכט זיי אריין אין די קישקי קישקעס, זיי זענען אפשר מסכים דערויף, אבער עס איז גאר א נייער מענטאליטעט.
ביז פאר 20 יאר צוריק האסטו נישט געקענט טרעפן א היימישן איד זאל מסכים זיין זיך צו באשרייבן און פיקטשורן ברבים. ס'אנייע וועלט. דער שאין פתחותיהם מכוונות זו כנגד זו געהערט צום פארגאנגענהייט.

איך האב עס גראדע געוואלט שרייבן אבער זיך צוריקגעהאלטן ניישט וועלנדיג פארפארן פונעם נושא

אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4631
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך סיז מסודר » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 1:20 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:פון די צווייטע זייט קען איך א איד וואס מוטשעט זיך מיט א מחלה ל"ע, אין די ערשטע צייטן האט ער זיך אפגערעדט צו איינעם אז קיינער רעדט נישט צו אים ווייל מ'האט מורא און מ'ווייסט נישט וואס צו זאגן. ער האט יא געוואלט זיין אפן מיט דעם, וואוסנדיג אז יעדער ווייסט סייווי.

איך האב אים תיכף אנגערופן און אריין מיט אים אין א שמועס. די ערשטע שמועס איז געווען אביסל אורח'יש ווי מ'זאגט, אבער מיט די צייט איז עס געווארן היימישער. ב"ה כ'האב אים אסאך ארויסגעהאלפן זייט דעמאלטס.

הכלל: יעדער מענטש איז אנדערש. מ'דארף טאקע האבן שכל וואס יא און וואס נישט, ווען יא און ווען נישט, און מיט וועמען יא און מיט וועמען נישט. אבער געוויסע ווארטן יא זיך אויסצורעדן צו חברים און ידידים און זיי לעכצן מ'זאל זיך נאכפרעגן ביי זיי.

אבער דער עיקר איז, מ'זאל אינזין האבן יענעם נישט זיך. זוכן יענעם לייכטער צו מאכן נישט זיך צו זעטיגן, וד"ל.

1) דאס איז געווענליך נישט געזאגט געווארן ביי די ארומיגע. ווען מפרעגט זיי, איז עס געווענדליך פאר נייגעריגקייט און נישט פאר יענעם'ס טובה
2)דעם פאציענט קען מען פרעגן זשענערעל קשיות. וויאזוי גייט עס? וויאזוי שפירט איר? אן אריינגיין אין סיי וועלכע דעטאלן.
ועל כולם, אפילו אויב דער פאציענט הייבט אן זיך ארויסרעדן, האב מיטגעפיל און גיב חיזוק. פרוביר נישט צו שלעפן מער ווי וויפיל ער זאגט.

אבער דער עיקר איז, מ'זאל אינזין האבן יענעם נישט זיך. זוכן יענעם לייכטער צו מאכן נישט זיך צו זעטיגן, וד"ל.
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי

אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך שפע רב » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 1:38 pm

ירקרקות האט געשריבן:ממש שאקירנד, און כ'האף אז עס איז א יוצא דופנ'דיגע פאסירונג.
אויב אמת, קען מען דאס לכאורה צושרייבן צו די סאושעל מידיא פענאמענאן וועלכע האט טאטאל אויסגעריסן דעם באגריף פון פריוואטקייט. דער היימישער ציבור איז אדורך א מאסיווע טראנספארמאציע אין דעם הינזיכט. נאך יעדע טראגעדיע איז דא אינטערוויוס מיט די באטראפענע ווי מ'קריכט זיי אריין אין די קישקי קישקעס, זיי זענען אפשר מסכים דערויף, אבער עס איז גאר א נייער מענטאליטעט.
ביז פאר 20 יאר צוריק האסטו נישט געקענט טרעפן א היימישן איד זאל מסכים זיין זיך צו באשרייבן און פיקטשורן ברבים. ס'אנייע וועלט. דער שאין פתחותיהם מכוונות זו כנגד זו געהערט צום פארגאנגענהייט.

;l;p- גענאגלט!

קעדילעק
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך קעדילעק » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 1:41 pm

גאר ריכטיג רב קאקאש קעיק, די געפילן פון מענטשליכקייט איז ביי טייל מענטשן אראפ פון די ארענע..

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 8:58 pm

סיז מסודר האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:פון די צווייטע זייט קען איך א איד וואס מוטשעט זיך מיט א מחלה ל"ע, אין די ערשטע צייטן האט ער זיך אפגערעדט צו איינעם אז קיינער רעדט נישט צו אים ווייל מ'האט מורא און מ'ווייסט נישט וואס צו זאגן. ער האט יא געוואלט זיין אפן מיט דעם, וואוסנדיג אז יעדער ווייסט סייווי.

איך האב אים תיכף אנגערופן און אריין מיט אים אין א שמועס. די ערשטע שמועס איז געווען אביסל אורח'יש ווי מ'זאגט, אבער מיט די צייט איז עס געווארן היימישער. ב"ה כ'האב אים אסאך ארויסגעהאלפן זייט דעמאלטס.

הכלל: יעדער מענטש איז אנדערש. מ'דארף טאקע האבן שכל וואס יא און וואס נישט, ווען יא און ווען נישט, און מיט וועמען יא און מיט וועמען נישט. אבער געוויסע ווארטן יא זיך אויסצורעדן צו חברים און ידידים און זיי לעכצן מ'זאל זיך נאכפרעגן ביי זיי.

אבער דער עיקר איז, מ'זאל אינזין האבן יענעם נישט זיך. זוכן יענעם לייכטער צו מאכן נישט זיך צו זעטיגן, וד"ל.

1) דאס איז געווענליך נישט געזאגט געווארן ביי די ארומיגע. ווען מפרעגט זיי, איז עס געווענדליך פאר נייגעריגקייט און נישט פאר יענעם'ס טובה
2)דעם פאציענט קען מען פרעגן זשענערעל קשיות. וויאזוי גייט עס? וויאזוי שפירט איר? אן אריינגיין אין סיי וועלכע דעטאלן.
ועל כולם, אפילו אויב דער פאציענט הייבט אן זיך ארויסרעדן, האב מיטגעפיל און גיב חיזוק. פרוביר נישט צו שלעפן מער ווי וויפיל ער זאגט.

אבער דער עיקר איז, מ'זאל אינזין האבן יענעם נישט זיך. זוכן יענעם לייכטער צו מאכן נישט זיך צו זעטיגן, וד"ל.

;l;p- יישר כח

יאנקאוויטש
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 12:14 pm

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך יאנקאוויטש » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 10:00 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:פון די צווייטע זייט קען איך א איד וואס מוטשעט זיך מיט א מחלה ל"ע, אין די ערשטע צייטן האט ער זיך אפגערעדט צו איינעם אז קיינער רעדט נישט צו אים ווייל מ'האט מורא און מ'ווייסט נישט וואס צו זאגן. ער האט יא געוואלט זיין אפן מיט דעם, וואוסנדיג אז יעדער ווייסט סייווי.

איך האב אים תיכף אנגערופן און אריין מיט אים אין א שמועס. די ערשטע שמועס איז געווען אביסל אורח'יש ווי מ'זאגט, אבער מיט די צייט איז עס געווארן היימישער. ב"ה כ'האב אים אסאך ארויסגעהאלפן זייט דעמאלטס.

הכלל: יעדער מענטש איז אנדערש. מ'דארף טאקע האבן שכל וואס יא און וואס נישט, ווען יא און ווען נישט, און מיט וועמען יא און מיט וועמען נישט. אבער געוויסע ווארטן יא זיך אויסצורעדן צו חברים און ידידים און זיי לעכצן מ'זאל זיך נאכפרעגן ביי זיי.

אבער דער עיקר איז, מ'זאל אינזין האבן יענעם נישט זיך. זוכן יענעם לייכטער צו מאכן נישט זיך צו זעטיגן, וד"ל.



הייליג גערעכט מיט דעם. האמיר אויך געקענט א יוד וואס האט זיך געמוטשעט מיט די מחלה ל"ע. דער יוד האט געזאגט אז ער בלעימט נישט קיינעם ווייל ער פלעגט קיינמאל נישט זיין בעסער, אבער סהאט עם געפערליך געבאדערט אז מענטשן קראסען אריבער די גאס מיינענדיג אז ער זעט נישט.

אבער דיין צווייטע האלב איז עפעס משמע אז מען זאל יא פרעגן וויאזוי ער פילט וכדו׳. דעס איז עפעס וואס ווענדט זיך שוין ווי א מענטש. סאיז גענוג אז מגייט צו און מזאגט א דבר חיזוק וואס ברעכט די אייז אז יענער זאל זען אז מען מיידט אים נישט אויס, פון דארט און ווייטער ווענדט זיך שוין אונעם חולה.

דער יוד הנ"ל ווייס איך אז איינער איז טאקע אמאל צוגעקומען און געזאגט א קורצע דבר חיזוק און דער יוד האט אים מוראדיג באדאנקט, נישט פאר די דבר חיזוק, נאר כדלעיל.

אוועטאר
מים חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 10:03 pm

קאקאש ברענגסט ארויס א גוטע נקודה, ווען די דראנג פון זיין די אלץ ווייסער נעמט איבער דעם מענטש אן זיך צו רעכענען מיט אנדערע
פון דעם קומט אויך די רייץ צו מעלדן נעמען פריצייטיג
סאיז שייך ביי סאושעל מידיא און אויך אויף אייוועלט און אפילו אביסל אין ביהמ"ד ביי די קופקעס

די איבריגע מגיבים דא ברענגען אויך ארויס גוטע נקודות

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10958
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 11:43 pm

שטארקע נקודה

תנחום זאלצמאן
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 2:18 pm

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך תנחום זאלצמאן » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 12:24 am

איך האב געוואלט שרייבן א תגובה אין דעי אשכול אבער נאכן שרייבן האב איך געזעהן אז סאיז צו לאנג האב איך געעפענט א עקסטערע אשכול פאר עס.
viewtopic.php?f=3&t=49827

אוועטאר
הענדימען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9047
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 2:55 pm

זייער אמת, שטארק און ווייטאגליך

אגב. דאס מאכן א מענטש אומבאקוועם צו קומען צווישן אנדערע מענטשן קען ח"ו ערגער מאכן דעם מצב
לייג זיך אריין אין זיינע שיך
קענסט נישט עכט. הא?
נו לייג אריין אפאר דאלער

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 1:09 pm

יישר כח פאר די קאמפלימענטן

Kollel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך Kollel » זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 7:02 pm

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:יישר כח פאר די קאמפלימענטן

קאקאש דאס!!

דיעזע אומ-מענטשן זיינען ב*מ*ת.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
חנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך חנן » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 7:25 am

זייער גוט ארויסגעברענגט!
כ'האב לעצטנס געהאט א ענליכע געשיכטע ווען א נאנטע משפחה קרוב מיינער האט זיך צוטיילט און אוועקגעפארן, משום איזה סיבה שהוא האט ער געדארפט צוריקקומען נאך א לענגערע צייט נישט זיין אינדערהיים, און מענטשן האבן מיר נישט אויפגעהערט משוגע צו מאכן אן דאס מינדעסטע געפיל צו ער גייט שוין געהעריג צוריקגיין אדער נישט... אנערע האבן שוין אפילו געוואוסט צו זאגן [נאך פאר דער אינגערמאן אליין האט געוואוסט וואס ער גייט טון..] א ער גייט יא/נישט בלייבן/גט'ן...
דער אמת איז אז מענטשן זענען נישט שלעכט, מענשטן טראכטן פשוט נישט...
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות

היסטאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך היסטאריש » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:41 pm

שכח קאקאש. זייער שטארק

לקדש שם שמים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 12, 2021 12:46 pm

Re: אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!

תגובהדורך לקדש שם שמים » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 1:45 pm

האבעך מיטגעהאלטן אזא ספעקטאל לייוו.מקען נישט מסבירן וואס אזא זאך טוט צום מענטש

שכויעכ קאקאש פארנעס אזוי גיט ארויסברענגען


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישט קיין חילק ווער און 7 געסט