וואס גייט פאר מיט אונז?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

וואס גייט פאר מיט אונז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

ויהי ממחרת, עס איז נאך פורים, יאפס פורים איז שוין פאריבער, געווען ב"ה א גאר שיינע יו"ט מיט אלע פיטשיווקעס, אבער נאך ווי פיטשיווקעס מיינע ביינער קראמפן אין ווייען, מיינע גומען זיצן צוגענאגלט מיט קלעב און א איבלדיגע זויהייסטעס שמוגלט זיך ארויף פון מיינע געדערים...

איך דערוועק מיך אזוי אפאר מינוט צו דעם טרויעריג בארימטע 'חצות' מיין קאפ שיסט מיר, מיינע העמט ציטערן און מיינע קניען בייגן שיך אין צווייען, א נאך-טעם פון וויין באגלייט מיין פרימארגן לאזנדיג וויסן מיינע קריפלנדע גלידער אז פורים איז א גרויסע טאג וואס לאזט איבער גאר לאנג-טערמיניגע השפעות פיזיש און גייסטיש, נאר וואס יא, איך בין מוראדיג פרייליך, די שמחה דערקענט זיך אויף מיין צושטרויבלטע בארד - נאכווייען פון א האלב צופליקטע ראבער בענד ליגט טיף איינגעקניפט צווישן די באנדאזשירטע האר וואס וועט לכאורה פארבלייבן פאר א לענגערע צייט.

איך בין זייער פרייליך... פארוואס בין איך אזוי פרייליך, אה.. במשך פונעם טאג פורים האב איך נישט פארטאכלעוועט די צייט, איך האב איינגעשטעקט אין גרויסע אינוועסטירונגען, שוין יאאארן וואס איך מוטשע מיך אנצוקניפן ווארימע באציאונגען מיט מיין הויך געשעצטע ראשעקאל, עס איז כדאי איר זאלט וויסן, די ראש הקהל אונדערע איז א נידריג געבויטע אידל מיט א - איידל גערעדט רונדיכיגע בייכל וואס געבט אים אים די פיינעל טאטש פון א... ראשעקאל, ער איז גאנץ א ערנסטע פארשוין, דרייט זיך ארום א גאנץ יאר מיט א גאר ערנסטע מינע, א שמייכל העסטו נישט זעהן אויף אים אפילו פאר א וויץ, ער וועט נישט גריסן אפילו פאר געלט, אלקאלפאנעם איך וואלטעם אנגעריפן הממ... א בעסערע מענטש (בעסער פון וועם?)

שוין א לאנגע צייט וואס איך פרוביר מיט מיינע בעסטע כוחות ער זאל מיך שענקען א בליק, ער זאל מיך כאטשיג גריסן אבער ווי גארנישט, עס האט נישט געהאלפן קיין פראטעקציע אז זיין קאזינס חבר איז גוט מיט מיין שווער און אז זיין טאטע פלעגט דאווענען אין דעם זעלבן שול ווי מיין עלטער פעטער.. נאדא זילטש.. איך האב געקענט רעדן צום דופן...

היי יאר פורים האב איך באשלאסן אז גענוג איז גענוג, איך וועל עס דורכברעכן איינמאל פאר אלעמאל

געווען איז עס פורים נאכמיטאג אינעם סאמע צענטער פונעם פורים'דיגע אטמאספערע, איך שפאציר אזוי אין גאס באוואפנט מיט א פלעשל וויין, מיינע אויגן האבן זיך שוין געדרייט אין די לעכער ווען איך האב אויפגעפאסט אז די שעת הכושר איז אנגעקומען, די לאנג ערווארטעטע מאמענט האט ענדליך דערגרייכט, איך דערזעה דעם ראשעקאל ארויסקומענדיג פון ביהמ"ד ווארשינליך נאך א מנחה, מיט מיין געניט אויג האב איך דערשנאפט אז ער האלט שוין נאך אפאר כוסות, מיט מיינע לעצט פארבליבענע כוחות געב איך מיך א שאר צו צו אים, א גוטן פורים רוף איך אויס מיט א האלב שיכור'ע שטימע, והנה דער נס האט פאסירט, ער כאפט מיר אן מיט זיין האנט און מיר הייבן אן טאנצן צוזאמען... אוי ליהודים ליהודים.... ביז אפאר מינוט האט זיך פארמירט א רינג אויף דער גאס ווען דער ראשעקאל כאפט מיר אן ווי אלטע גוטע חברים און מיר האבן געטאנצן צוזאמען ביז די כוחות האבן אונז פארלאזט.... הודו לשם... הגומל לחייבים טובים...

פארשטייט איר פארוואס איך בין אזוי פרייליך...

ווי האלטעך... אהה עס איז שושן פורים אינדערפרי, מיט טאנצעדיגע טריט לויף איך אין שול, מיינע הונקעדיגע קניען לויפן מיר נאך מיט אימפעט איך דארף כאפן חצות, אן א אטעם לויף איך אריין אין ביהמ"ד, די ווענט שמעקן נאך פון וויין, דא און דארט זעט מען נאך א ליידיגע פלאש, דער עולם וואקט מיט שטעקענעס און פארגלייזטע אויגן, און וועם זעה איך דארטן...

דער ראשעקאל בכבודו ובעצמו...

איך לויף צו מיט א ברייטע שמייכל.. א גוט מארגן... אבער וואס ווען און וואו... ער קוקט מיך אן פון אויבן ביז אונטן און שפאצירט ווייטער מיט א גלייכגילטיגקייט... איך שטיי אזוי אפגעפאטשט פון קאפ ביז פוס...

בצר לי דערזעה איך נאך עטליכע פון מיינע גוטע פריינד וואס מיר האבן אזוי גוטמיטיג פארברענגט נעכטן, מיט א שמייכל שאר איך מיך צו צו די קופקע פון מיינע ניי-געשאפענע פריינט, אבער... כאילו איך רעד צום דופן, זיי אלע קוקן מיך אן מיט א אייז קאלטע בליק און פארזיגלטע פנימ'ער ווי כאילו מיר האבן זיך קיינמאל נישט באגעגנט...

דער עולם איז צוריק כאילו לא הי' מיט זייער שטאלענע פנימ'ער און פארמאכטע בעקיטשעס, פארזיגלט אין גראד... קיינער קען נישט קיינעם...

רבותי, עפעס גייט פאר מיט אונז....

זייטס מיר געזונד...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אויף דעם האט דער רבי געזיפצט און געוויינט מיט עמערס טרערן ביי דעם באקאנטן ניגון הידוע לאנ"ש: א גאנץ יאר פורים!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יע יע
א גאנץ גאנץ יאר איז אן עולם השקר, איין מאל א יאר פורים, איז יעדער אין 'עולם האמת'....
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך מיין אז עס איז בעסער ווען דו בלייבסט נישט גוט מיט אים, ווען יא וואלט ער דיר נאך געטשארדזשט פאר די בעקיטשע וואס דו האסטעם צוריסען אזוי טאצענדיגערהייט
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

ביי מיר האט פאסירט ענליך'ס. כ'בין אריין געגאנגען. אינמיטען פורים צום שיינעם איד, אבער שבת האט ער גארנישט געדענקט אז כ'בין געווען ביי אים...
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

וויאזוי וואלט די וועלט אויסגעזען אן א מאסקע?
.............גוט צוגעטראפן! ...ווי "פורים"
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

האמיר זיך ווידער איינגעהאנדלט אפאר פורים חברים דאס יאר...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

:P
נאך נישט געליינט ביז יעצט
ישר כח
א פשוטע איד.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אוי דו דערמאנסט מיר, איך האב דעם פורים פארציילט פאר איינעם דיין עפיזאד בערך, נאכדעם וואס איינער האט זיך גוט געמאכט מיט יענעם, איך האב געזאגט אז עס קומען פון אייוועלט נאר איבערן יאר האב איך פארגעסן ווער עס האט עס געשריבן.... זעסט? מען געדענקט דיינע סחורה.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

וואס גייט פאר איז א געוויסע מצב וואס רופט זיך בלע"ז ריעליטי. דאס קומט בעיקר פון האבען צו ווייניג אלקאהאל אין זיך.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: וואס גייט פאר מיט אונז?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

געליינט אונעם שרייבער

איי פיל יאר פען

האסט מיר אריינגעפירט און א לעביטאריע צו פארשטיין די מיקס פון כלל ישראל

טענקס @פלטי
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”