באקענט זיך מיט אונזער וועלטל

טעכנישע סייט הילף און אפדעיטס

אחראי: אחראי

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

באקענט זיך מיט אונזער וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

לתולעת פון אסאך נייע ניק'ס וואס וואנדערן דא אריין, און זיי ווייסן נישט וואו מען גייט ערשט, און אויף וואס קודם צו קוקן, און וויאזוי מען גיט זיך דא אן עצה, האב איך אראפגענומען פון מיין צייט צו געבן א שטיקל איבערבליק אויף אונזער וועלטל פאר אלע נייע תושבים דא בע"זה.

קודם כל ברוך הבא צו אייוועלט, מיר האפן אז דיין זיך געפונען דא וועט מהנה זיין דיר און יעדעם איינעם דא, און עס וועט צוגעבן צום קוואליטעט און תוכן פון אונזער וועלטל.
יעצט מאך זיך באקוועם אויפן בענקל, און נעם די פאר מינוט אדורכצוליינען רואיג די קומענדיגע ציילן.

אייוועלט איז ווי א ברייטע הויף, עס איז פארהאן דארט א אויפנאמ'ס צימער וואס הייסט "ברוכים הבאים", א קרעטשמע, א ביהמ"ד, און א הילף צענטער וואס הייסט "איש את רעהו יעזורו", אויפן היים בלאט פון אייוועלט (צו וועלכע דו קענסט גיין סיי ווען דורך דרוקן דעם לינק אויבן אויף די רעכטע זייט "פארומס הויפט בלאט") וועסטו זען די אלע פיר אפטיילונגען.

אין יעדע אפטיילונגען איז דא פארשידענע פארומס, און טייל פארומס האבן אונטער זיך אויך סוב-פארומס וואס זענען אויסגערעכנט אונטער די קעפל פון די פארום.

ווען די עפנסט אויף א פארום וועסטו זעהן אויסגערעכנט אלע שמועסן (אשכולות בלע"ז) וואס ווערן אפגעהאלטן אין דעם פארום אויסגערעכנט אין א לאנגע ליסט, אויבן אויף די לינקע זייט קענסטו גיין פון איין בלאט צום צווייטן, די שמועסן ווערן אויסגעשטעלט לויט וועלכע עס האט די לעצטע באקומען א קאמענט (תגובה בלע"ז), דאס הייסט אז א שמועס אין וואס איינער לייגט צו א קאמענט גייט אויטאמאטיש ארויף צו די ערשטע אין די ליסטע.

ווען דו עפענסט אויף א שמועס וועסטו זעהן די אלע קאמענט'ס וואס די אלע פארשידענע ניק'ס האבן דארט איבערגעלאזט, אויבן פון דעם קאמענט אויף די רעכטע זייט, איז דא די אינפארמאציע ווען דער קאמענט איז געשריבן געווארן, און ביי יעדן קאמענט אויף די לינקע זייט קענסטו זעהן וועלכער ניק עס האט געלאזט דעם קאמענט, העכער דעם ניק וועט געווענליך ערשיינען א בילד וואס דער ניק האט זיך ארויפגעלייגט אלץ זיין "אוועטער", ווען דו קליקסט אויף דעם נאמען פון סיי וועלכן ניק, וועט זיך עפענען דעם ניק'ס פראפייל, וואו דו קענסט זעהן פארשידענע שטיקלעך אינפארמאציע אויף דעם ניק, אונטער דעם נאמען פון דעם ניק, אזוי אויך אין דעם פראפייל פון דעם ניק, וועסטו געווענליך זעהן צוויי אפציעס איינס צו שיקן א פריוואטע הודעה צו דעם ניק'ס פאסט קעסטל דא אויף אייוועלט (וואס ליגט אין "באנוצער קאנטראל צימער" זעה ווייטער), און די צווייטע איז צו שיקן פאר יענעם אן אי-מעיל, אבער ווען דו שיקסט פאר יענעם אן אי-מעיל קענסטו נישט זעהן יענעמ'ס אי-מעיל אדרעס, אבער יענער וואס באקומט דעם אי-מעיל ער וועט באקומען דיין אי-מעיל אדרעס אלץ די אדרעס צוריקצושיקן סיי וועלכע ריפליי, דו קענסט איינשטעלן אין די "באנוצער קאנטראל צימער" אז מען זאל דיר נישט קענען שיקן קיין אי-מעיל.

צו מישן פון איין בלאט צום צווייטן אין איין שמועס קענסטו גיין סיי אויבן און סיי אונטן פון די ליסטע וואו דו קענסט זעהן אייקאנ'ס פון בלעטער מיט נומערן אין זיי, דארט קענסטו מישן צו דעם קומענדיגן אדער פריערדיגן בלאט, צו זעהן די שמועסן פון אלע חלקים פון אייוועלט אויפאיינמאל, איז דא אן אפציע אויף דעם הויפט בלאט וואס הייסט "זוך אקטיווע אשכולות", די אפציע ערשיינט העכער די ברוכים הבאים קעסטל.

ווען דו ביזט אריינגעסיינט קענסטו זעהן ווי די אייקאן אויף די רעכטע זייט פון טייל שמועסן זענען רויט און ביי טייל איז דאס גרוי ווייסליך, ווען עס איז רויט מיינט עס אז דארט איז דא נייע קאמענט'ס וואס זענען צוגעקומען צו דעם שמועס "נאכדעם וואס דו האסט זיך איינגעשריבן אויף אייוועלט", און דו האסט זיי נאכנישט געזען, ווען דו עפענסט יעצט אויף דעם "לעצטן בלעטל" פון די קאמענטס אין דעם שמועס וועט דער אייקאן ווערן ווייס ביז עס קומט צו א פרישע קאמענט, וואס דאן וועט ער צוריק ווערן רויט ביז דו וועסט נאכאמאל עפענען (אדער רילאודן) דעם לעצטן בלעטל פון דעם שמועס.
ווען דו דרוקסט אויף דעם קעפל פון דעם שמועס, וועט זיך דער שמועס עפענען "צום אנפאנג" דאס הייסט צום אנהייב פון דעם שמועס, אויב ווילסטו עס עפענען צו דעם פלאץ וואו דו האלטסט, ווייל דו ווילסט נאר זעהן וואס דו האסט נאכנישט געליינט, דאן דארפסטו דרוקן אויף קליינעם אייקאן וואס איז דא "פאר דעם קעפל פון דעם שמועס", דאס וועסטו נאר זעהן ביי שמועסן וואס זענען נאך רויט (פארשטייט זיך), אונטער יעדן שמועס אינגאנצן אונטן פון דעם פעידזש איז דא א אפציע
"שרייב זיך איין צו באקומען מעלדונגען ווען עס קומט עפעס צו צו דעם נושא", ווען דאס ווערט געטשעקט וועסטו באקומען אן אי-מעיל יעדע מאל עס קומט צו פרישע קאמענט'ס צו דעם נושא וואס דו האסט נאכנישט געזען, אזוי אויך קענסטו דאס טון ביי א פארום, אז דו זאלסט באקומען אן אי-מעיל יעדע מאל עס קומט צו פרישע קאמענט'ס אין דעם פארום.

ביי יעדן שמועס אין די ליסטע וועסטו זעהן נעבן דעם וויפיל מאל מען האט שוין געקוקט דעם שמועס, און וויפיל קאמענט'ס עס זענען שוין דא, דאס איז א גוטע זאך צו זעהן וועלכע שמועס עס ציהט די אויפמערקזאמקייט פונעם ציבור, אזוי קען מען וויסן אמאל אז עס איז אינטערסאנט מיטצוהאלטן, אזוי אויך קענסטו ביי יעדע שמועס זעהן וויפיל בלעטער עס האט, און דו קענסט גיין צו סיי וועלכע בלעטל דו זעסט אויסגערעכנט (עס איז נאר אויסגערעכנט די ערשטע מיט די לעצטע פאר ווייל עס איז נישטא קיין פלאץ פאר אלע ווי פארשטענדליך), צום סוף גאנץ לינקס שטייט ווער עס האט געלאזט דעם לעצטן קאמענט אין דעם שמועס (דערווייל), און נעבן זיין נאמען איז דא א קליינע ווייסע אייקאן, אויב דרוקסטו אויף יענץ וועסטו אנקומען צו דעם לעצטן קאמענט אין דעם שמועס.

צו לייגן א קאמענט דארפסטו בלויז דרוקן אויף דעם קנעפל "שרייב תגובה" וואס ערשיינט ביי יעדן בלעטל סיי העכער פון די קאמענט'ס און סיי גאנץ אונטן אונטער די קאמענט'ס, אזוי אויך צום סוף פון יעדן בלעטל איז דא א אפציע "תגובה מהירה" וואס דאס איז גוט אויב וויל מען נאר שרייבן אפאר ווערטער, און מען וויל נישט עפענען דעם "שרייב תגובה" פעידזש, אבער אין דעם "תגובה מהירה" קען מען בלויז שרייבן פשוט'ע טעקסט, אין א געהעריגע קאמענט קען מען לייגן בילדער (ביז א געוויסע גרויס) מען קען מאכן פארשידענע סעטינג'ס אויף די אותיות, און לייגן פארשידענע שמייכלעך וכדו' וואס געפונען זיך אויף די זייט פון די "שרייב א תגובה" קעסטל (וואס עפענט זיך נאכן דריקן אויף "שרייב תגובה"), סיי וועלכע זאך די לייגסט אריין אין דיין קאמענט וועט זיין א קאוד, ווייל דו קענסט לייגן בלויז טעקסט אין דעם קעסטל וואס דו שרייבסט דארט, אויב לייגסטו אריין א פרעמדע זאך אדער אויב מאכסטו סיי וועלכע סעטינג מיט די אותיות ווערט דאס א קאוד, כדי צו זעהן וויאזוי עס וועט אויסזעהן האסטו א אפציע פון "אויסקוק פון פאראויס", און ווען דו ביזט שוין צופרידן קענסטו דרוקן "שיק עס" אויך קענסטו עס אוועקלייגן אלץ א דרעפט אזוי ווי אין אי-מעיל.

ביי יעדע קאמענט וואס דו זעהסט האסטו אן אפציע פון "ציטיר", דאס מיינט אז דו קענסט ציטירן פון דעם קאמענט, א חלק דערפון אדער די גאנצע (דאס איז אויך שייך ביים שרייבן א קאמענט, וואס דו קענסט אונטער דעם זעהן די לעצטע בערך 25 קאמענט'ס און דו קענסט ציטירן חלקים דערפון אדער די גאנצע).

די באנוצער קאנטראל צימער וואלט איך דיר געראטן אליינס אויסצוטשעקן, דו קענסט אנקומען אהין דורך דעם לינק וואס ליגט אויבן אויף די רעכטע זייט פון דעם פעידזש, אונטער דעם לינק צו "פארומס הויפט בלאט". אין דעם קאנטראל צימער קען מען טוישן דעם פעסווארד אדער אי-מעיל אדרעס (די דערמאנטע זאכן דויערן א טאג צוויי צו ווערן באשטעטיגט, און ווילאנג עס ווערט באשטעטיגט קען מען נישט אריינסיינען), אזוי אויך קען מען דארט לייגן א בילד (אוועטער) פאר זיך וואס זאל ערשיינען העכער דיין ניק ביי די זייט פון יעדע קאמענט וואס דו שרייבסט, אויך קען מען דארט איינשטעלן אן אונטערשריפט, און נאך פארשידענע זאכן.

יעצט וועל איך אין קורצן איבערלויפן די פארומס, און זייער אינהאלט, און מיט דעם וועל איך ענדיגן אויף דערווייל (אגב, אונטער יעדע פארום איז דא א קורצע דעסקריפשאן וואס דערציילט דיר וואס דער פארום ענטהאלט):
אלץ הקדמה, א פארום וואס האט ביי די רעכטע זייט א אייקאן אין פארום פון א באלב מיט א ! מיינט אז דאס איז דארט מטעם ההנהלה, און דארט איז דא וויכטיגע אינפארמאציע, און דאס וועט אלץ בלייבן אויבן פון די ליסטע.

ברוכים הבאים פארום, האט פארשידענע ידיעות וואס איז וויכטיג פאר פרעמדע באזוכער אויף אייוועלט א שטייגער ווי דיר, אויך איז דא דארט א שלום עליכם אשכול און נאך פארשידענע זאכן צו עמפפאנגען נייע באזוכער (אדרבא קוק זיך אום).
עס איז שטארק כדאי פאר דו גייסט ווייטער אין אייוועלט זיך אביסל אומצוקוקן אין דעם ברוכים הבאים פארום, עס איז דא דארט זייער אסאך אינפארמאציע פאר נייע באנוצער, ווי אויך איז דא דארט די תקנות פון אייוועלט וואס איז זייער וויכטיג צו וויסן פאר מען שרייבט נישט אריינצופאלן אין קיין פראבלעמען.
דער סוב פארום הילף און וויכטיגע מודעות, איז אויך פאר אלטע באנוצער, דארט שמועס מען אויס סיי וועלכע פראגע אדער פארשלאג בנוגע אייוועלט, אין די צוקונפט אויב דארפט איר הילף אין אייוועלט, איז דארט די פלאץ צו זוכן אדער אנצופרעגן.

אין די קרעטשמע איז דא די פאלגענדע פארומס:
אידישע און וועלטליכע נייעס, כשמו כן הוא עס דארף נישט קיין ערקלערונג.
היימישע דזשורנאל, דאס איז דער פלאץ פאר ארטיקלען, איינער וואס שרייבט אפ א זאפטיגע ארטיקל אין קרעטשמע אדער אין ביהמ"ד איבער סיי וועלכן נושא, אויב עס געפעלט פאר די אחראים און מנהלים קענען זיי עס אריינשטעלן אין דזשורנאל (מען קען נישט אליינס אריינלייגן דא קיין ארטיקלען אדער עפענען נייע שמועסן).
היימישע קרעטשמע, דאס איז דער פלאץ פאר סיי וועלכע שמועס וואס באלאנגט נישט אין קיין אנדערע פארום, דא לופטערט מען אויס פארשידענע געדאנקען, און מען שמועסט דורך פארשידענע נושאים, פון סיי וואס עס קומט אונטער די האנט.
היימישע פארברענגען, דאס איז דער פלאץ וואו מען בלאזט דיך אויס, אויב ביזטו אן ערנסטער אינגערמאן \ בעל הבית, קען זיין אז דאס וועט דיר נישט געפעלן, אבער קיינער הייסט דיר נישט אריינגיין דארט... דארט שרייבט מען וואס עס קומט ארויף אויפן קאפ, דברי הבל ורעות רוח, נארישקייטן, באגריסונגען, פלאפלענישן, און אלע סארט שטותים, א ערנסטע שמועס קומט נישט אין פארברענגען פארום.
זכור ימות עולם, פארשידענע שמועסן איבער היסטאריע און איבער היסטארישע חפצים און נושאים.
שפראך גראמאטיק און דקדוק, כשמו כן הוא, סיי וועלכע נושא וואס האט צוטון מיט די שפראך לשה"ק אדער אידיש אדער סיי וועלכע אנדערע שפראך, פארשידענס איבער שרייבעריי, פאעזיע, גראמען, דקדוק, אויסדרוקן, און נאך.
היכל הנגינה, דא איז דא אלע נייעס אין עולם הנגינה, איבער נייע טעיפ'ס, איבער זינגער'ס און ניגונים, און איבער סיי וועלכע נושא אין נגינה בכלל.

אין בית המדרש איז דא עטליכע פארומס, ווי פאלגענד:
בית יאנאש, שיעורים, אויב איינער גיט שיעורים אין א געוויסע ספר, אדער אויף א געוויסע נושא, אויף א רעגלמעסיגן באזיס צ.ב. יעדע וואך, אדער יעדן טאג, אדער יעדע פאר וואכן, דאן באלאנגט עס דא (ווי דו קענסט זעהן איז דא זייער ווייניג מגידי שיעור, ווייניג האבן צייט דערפאר, און עס איז זייער שווער זיך אנצושטרענגען אזויפיל פאר די פאר מענטשן וואס קומען צום שיעור....)
ידיעות התורה, יעדע תורה'דיגע נושא קען דא ווערן אויסגעשמועסט, שאלות בהלכה, געדאנקען אויף די פרשה, עיונים אין גמרא תוספות, מקורות בדברי חז"ל, און סיי וועלכע אנדערע זאך וואס באלאנגט צו ווערן אדורכגעטון און אויסגעשמועסט אין א ביהמ"ד.
דאס האט אויך א סוב-פארום וואס הייסט "שבת בשבתו ומועד במועדו", עפ"ר ענינים אויף די פרשה אדער געדאנקען אויף ימים טובים גייט אריין אין דעם סוב-פארום.
על הצדיקים ועל החסידים, שמועסן און באהאנדלונגען, און דברי זכרון פאר פילע גדולי ישראל פון אלע דורות, ווי אויך פאר סתם חשוב'ע חסיד'ישע אידן וואס זענען ווערט דברי הערכה, "אבער נאר אזעלכע וואס לעבן שוין נישט" די תקנות המקום לאזן נישט מאכן קיין שמועס פון לעבעדיגע צדיקים אדער ערליכע אידן.
ועל פליטת בית סופריהם, אלעס איבער ספרים און איבער זייערע מחברים, דער סוב פארום זעט אויס צו זיין ארויס פון באנוץ.

אין איש את רעהו יעזורו קענסטו שוין אליינס קוקן, די קעפלעך פון די פארומס זענען פשוט, און אזוי אויך די קעפלעך פון די סוב-פארומס.

כמעט יעדע זאך איבער וואס דו ווילסט רעדן אדער וואס דו ווילסט פרעגן איז שוין דא א שמועס וואו מען רעדט דערוועגן, לכתחילה פאר די הייבסט אן א נייע נושא זוך אויף אויב איז שוין דא א אלטע, קענסט דאס טון דורך איבערקוקן אלע קעפלעך פון שמועסן וואס זענען שוין פארהאן אין די געוויסע פארום וואס דיין ענין באלאנגט דארט, אדער קענסטו פרובירן מאכן א זוך אקציע אויף די לינקע זייט אויבן פון דעם פעידזש (אין די "פארגעשריטענע זוכעניש" איז דא זייער אסאך אפציעס וויאזוי צו זוכן), אויב איז עס שווער צו טרעפן אדער דו האסט נישט קיין געדולד דערצו, דאן קענסטו עפענען א נייע שמועס, דורך דרוקן "נייע אשכול" העכער די ליסטע פון שמועסן אין סיי וועלכן פארום, דאן דארפסטו אריינלייגן א קעפל פאר דיין שמועס, און דערנאך קומט דיין פתיחה, שאלה, קאמענט, וכדומה. אגב, עס שטערט זייער שטארק אויב עפענט מען שמועסן נישט אין די ריכטיגע פארומס, פרוביר זיכער צו מאכן אז דו ביזט אין די ריכטיגע פארום, פאר דו הייבסט אן א שמועס.

איך וועל יעצט ענדיגן מיט דעם, פאר סיי וועלכע אנדערע פראגן קען מען מיר קאנטאקטן אויף אי-מעיל.
ביטע נישט קאמענטירן דא בכלל, סיי וועלכע קאמענטס קען מען מיר שיקן פריוואט אדער אויף אי-מעיל, אויב וויל מען יא קאמענטירן ברבים, ביטע עס טון אין א אנדערן פלאץ, ווייל איך וויל נאך דא צולייגן פארשידענע אינפארמאציע אין די צוקונפט, און איך וויל נישט עס זאל ווערן א לאנגער שמועס.
לעצט פארראכטן דורך ווארד אום זונטאג יולי 28, 2013 7:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

איך האב דא מגיב געווען בטעות ווייל איך האב נישט געליינט די לעצטע פאר שורות
און איך בין געווען זייער עקסיידעד

אז איך האב שוין יא געשריבען
נאדיר א גרויסן שכח
בשם אייוועלט
און בשם די אלע נייע און צוקנופדיגע באנוצערס
לעצט פארראכטן דורך משה יענקל אום דינסטאג יולי 30, 2013 4:53 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

מי כעמך ישראל, ווארד, געוואלדיג!!!!!! זייער א נוצבארער זאך
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

א יישר כח פאר די דאנק ווערטער, אבער איך האב געבעטן מען זאל נישט קאמענטן דא, איך וועל זעהן צו מען קען נאך עפעס טון דאס צו פאררעכטן...
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

מנהלים און אחראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

איך האב אינגאנצן פארגעסן צו שרייבן וועגן די מנהלים און אחראים,
די מנהלים און אחראים זענען די וואס זייער ניק איז רויט אדער גרין, זיי האבן די שליסלען פון די פארומס, און זיי קענען פאררעכטן, מעקן, טוישן, אויסשפארן, באגרעניצן, ווען און וועם עס פעלט אויס, זייער אויפגאבע איז צו אינפארסירן די תקנות המקום, אויב איינער שרייבט עפעס וואס איז קעגן די תקנות המקום וועלן די אחראים עס פאררעכטן, און אויב איינער טוט פארשידענע אנדערע זאכן קעגן די תקנות המקום וועלן די מנהלים יענעם באהאנדלען, אמאל מיט ווארענען און אמאל מיט פארמאכן זיין ניק (חוסם זיין, דאס מיינט אז ער קען מער נישט אריינקומען דא, אלע אלטע קאמענט'ס וואס ער האט שוין געשריבן וועלן בלייבן), און אמאל מיט באגרעניצן זיינע מעגליכקייטן (צ.ב. אז ער זאל נישט קענען פאררעכטן זיינע געשריבענע קאמענט'ס, אדער ער זאל נישט קענען שיקן קיין פריוואטע הודעות וכדומה).
העכער יעדע קאמענט איז דא א אפציע מיט א אויסרוף צייכן אין זיך (!), דאס איז געמאכט אז ווען מען טרעפט א קאמענט וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויט די תקנות המקום זאל מען עס קענען באריכטן צו די הנהלה, מען דארף דריקן אויף דעם אפציע העכער יענעם קאמענט, און דאן שרייבן פונקטליך וואס איז שלעכט מיט די קאמענט, און שיקן דעם באריכט צו די הנהלה, און די הנהלה וועט דאס באהאנדלן בעז"ה.
די זעלבע זאך אויב איינער דארף סיי וועלכע הילף דא אויף אייוועלט, מיט סיי וועלכן פראבלעם וואס האט צוטון מיט די סייט, קען מען זיך ווענדן צו איינער פון די חברי הנהלה, אז זיי זאלן מסדר זיין די זאך.
דער ניק "ארענדאר" איז דער בעל הבית פון דעם סייט, אבער ער גיבט זיך נישט אפ מיט די ארבעט וואס באלאנגט פאר די מנהלים און אחראים, כאטשיג ער האט דאס לעצטע ווארט ביי יעדע זאך ווי פארשטענדליך.


נאך א אפציע וואס איך האב אויסגעלאזט איז דער פארריכטן קנעפל,
ביי אלע קאמענט'ס וואס דו האסט געשריבן, האסטו די אפציע עס צו פארריכטן אויב דו האסט געמאכט א טעות, אדער אויסצומעקן דעם גאנצן אינהאלט (און איבערלאזן א ליידיגע קאמענט מיט בלויז א פינטל דערין וכדו'), אבער לויט די תקנות המקום טאר מען נישט אויסמעקן אינגאנצן קיין קאמענט נאר פאררעכטן (ליין דורך די תקנות המקום פאר מער פרטים), אלזו אויב מעקט מען אויס א קאמענט אמאל אמאל פעמיים בשבוע, דאן גייט דאס מיט, אבער אויב טוט מען דאס אפטער וועלן די אחראים נעמען שריט דערקעגן.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

ווארד, געואלדיג געוואלדיג. אט א דאס איז דאס וואס מ'האט געבעטן אין יענעם אנדערן אשכול (יענע וואס האט אסאך ???), אן אריינפיר "אייוועלט פאר דאממיס".
אבער נאך אלעם ברויך דאס אן הג"ה, און באגלייט מיט בילדער פון יעדע זאך.
(למעלה האבעך שוין לאנג נישט באמערט דא...).

אבער ס'איז געואלדיג געואלדיג.
און דיין חתימה איז אויסטערליש!!
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ווארד, זייער א שיינע התחלה... איך זאג התחלה ווייל ס'נאר די בעגינינג, ס'נאך דא זייער זייער אסאך צוצולייגן! און אויף וויפיל איך ווייס איז דא איינער אדער מערערע ניקס וואס ארבייטן אויף אזא אשכול... דו ביסט למעשה געווען דער ערשטער דאס ארויפצושטעלן... איך בין זיכער אז דו האסט זאכן וואס זיי האבן נישט און זיי האבן וואס דו האסט נישט...

איך וועל שרייבן דא אפאר הוספות...

קודם פארן נייעם חבר, שלום עליכם... האסט דיך איינגעשריבן און דו ווארטסט צו ווערן אנגענומען, רייט? ביטע פארשטיי אז די מנהלים וואס נעמען אן ניקס זענען פארנומען מיט זייערע זאכן, און זיי קענען נישט זיין ביזי 24 שעה א טאג אנצונעמען ניקס, און ווען זיי זענען יא דא אנצונעמען ניקס, מוז מען איבערגיין די ליסטע צו מאכן זיכער אז ס'נאכנישט דא אזא ניק אדער דאס גלייכן, סאו ס'גייט נישט אזוי פשוט ווי דו מיינסט... סאו גיב עס בערך 24 שעה פאר די שיקסט אין אישי אנפרעגן פארוואס מ'נעמטעך נישט אן...

עס איז ראטזאם צו כאפן א בליק אינעם אשכול "אומבאשטעטיגטע ניקס" צו זעהן צו דיין ניק איז נישט צווישן די אומ-אנגענומענע... און דאס איז אלעס אויב האסטו א נארמאלע ניק, אויב איז דיין ניק א ווארט וואס איז אפענסיוו, סיי אומאיידל, סיי קהלה נאמען אדער סיי עני אפענסיוו ווארט, איז א שאד דיין צייט, מאך שוין א צווייטס...

אויב האסטו א נארמאלע ניק, און נאך 24 שעה קענסטו נאכאלץ נישט שרייבן, און דיין נאמען איז נישט אין די "אומבאשטעטיגטע ניקס" אשכול, דאן שיק מיר אן אימעיל, נישט שיקן פאר ארענדאר... מיין אימעיל אדרעסס איז [email protected]

ס'איז קריטיש וויכטיג אדורכצוליינען די תקנות ה'פארום, הגם רוב תקנות פארשטייט יעדער אליין, איז אבער פארט דא יונגעלייט וואס קומען פון אנדערע פלעצער וואס דארט זענען דא אנדערע תקנות... סאו אדורכליינען די תקנות וועט נאר גרינגער מאכן פאר דיר זיך איינצוגלידערן און פאר אנדערע דיך שיין אויפצונעמען... די תקנות קעמען זעהן אין די ברוכים הבאים פארום, און אין יעדע פארום אויבן צוגעקלעבט...

אגב, ווארד האט גערעדט פון מנהלים אחראים... ס'איז גוט צו וויסן די חילוק צווישן די מנהלים און אחראים... סתם פארריכטן אדער מעקן א תגובה איז בעסער זיך צו ווענדן צו אן אחראי, אויב איז דער אחראי אנליין קענער דיר העלפן אין מינוטן! אנדערע זאכן איז בעסער זיך צו ווענדן צו א מנהל...

נאך בנוגע אחראים... יעדע פארום האט זיך זיין אחראי וואס איז ממונה אויף דעם פארום... הגם יעדע אחראי קען דיר העלפן אין יעדן פארום, איז אבער גרינגער און בעסער ווען מ'ווענדט זיך צום אחראי פונעם ספעציפישן פארום... למשל אין בית המדרש דקהילתינו איז די בעסטע זיך צו ווענדן צום גבאי'ן, אין די נייעס פארום צו געלעגער... דער גבאי וועט געווענליך נישט רידערן אין קרעטשמע, ער ווער נאר איבערגיבן פארן קרעטשמע אחראי... סאו סיז בעסער צו גיין גראד...

נאך א וויכטיגע זאך... ס'דא זייער אסאך מאל ווען א נייע ניק סיינצעך איין, ווי נאר ער באקומט רשות כתיבה באסט ער ארויס פון זיין איינגעהאלטענקייט, ער נעמצעך שרייבן וואס ס'ליגט אים אויפן צינג... און אפילו ער שרייבט א גוטע זאך, באמערקט ער נישט אז ס'שוין דא אזא אשכול... ווי ווארד האט געשריבן זאל מען נאכקוקן צו די אשכול איז אין די ריכטיגע פארום, און נאכדעם צו ס'שוין דא אזא אשכול... אויב גייט איינער עפענען אן אשכול איבער קעמעראס, גייען די אחראים עס צוזאמשטעלן מיט די עקזיסטירענדע אשכול... וואס געשעהט אזא צייט? דער נייער ניק זעהט אז זיין אשכול איז פארשוואונדן געווארן, ער מיינט אז זיין אינטערנעט קאנעקשן איז געווען שלעכט און די תגובה איז נישטא... למעשה איזעס געהעריג דא, נאר ס'איז פשוט צאמגעשטעלט געווארן מיט אן אנדערן אשכול...

סאו ווען דו שרייבסט עפעס וואס איז אויסגעהאלטן לויט די תקנות, און דו זעהסט עס נישט, מאך א קליינע סוירטש, לייג אריין אפאר ווערטער וואס דו האסט געשריבן אינעם סוירטש באקסל... מעגליך אז דו וועסט טרעפן דיין תגובה אין אן אנדערן פארום אדער אנדערע אשכול...

און אז מ'רעדט שוין פון זוכן... מ'קען זוכן אזא תגובה סיי דורכן "פארגעשריטענע זוכעניש", אדער דורך די אייגענע הודעות... (ביי דיין פראופייל קעמען זוכן פאר די הודעות...) אדער קעמען גיין צו אקטיווע אשכולות... און אז מ'רעדט שוין פון די סארטן זוכענישן... איז דא "אומגעליינטע אשכולות", אויב ווילסטע זעהן אלע אשכולות וואס האבן צובאקומען תגובות זינט דו ביסט לעצטע דא געווען...

בנוגע שרייבן א נייע הודעה... ס'דא אסאך אשכולות וואס גיבן זיך אפ מיטן מאכן א הייפערלינק, עטעטשן פיקטשערס וכד'... אויב דארפסטו הילף קענסטו גיין צו די "הילף און וויכטיגע מודעות פארום" זוך עס דארט וועסטעס טרעפן...

וואס נאך?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווארד, זייער א שיינע התחלה... איך זאג התחלה ווייל ס'נאר די בעגינינג, ס'נאך דא זייער זייער אסאך צוצולייגן! און אויף וויפיל איך ווייס איז דא איינער אדער מערערע ניקס וואס ארבייטן אויף אזא אשכול... דו ביסט למעשה געווען דער ערשטער דאס ארויפצושטעלן... איך בין זיכער אז דו האסט זאכן וואס זיי האבן נישט און זיי האבן וואס דו האסט נישט...

איך וועל שרייבן דא אפאר הוספות...

קודם פארן נייעם חבר, שלום עליכם... האסט דיך איינגעשריבן און דו ווארטסט צו ווערן אנגענומען, רייט? ביטע פארשטיי אז די מנהלים וואס נעמען אן ניקס זענען פארנומען מיט זייערע זאכן, און זיי קענען נישט זיין ביזי 24 שעה א טאג אנצונעמען ניקס, און ווען זיי זענען יא דא אנצונעמען ניקס, מוז מען איבערגיין די ליסטע צו מאכן זיכער אז ס'נאכנישט דא אזא ניק אדער דאס גלייכן, סאו ס'גייט נישט אזוי פשוט ווי דו מיינסט... סאו גיב עס בערך 24 שעה פאר די שיקסט אין אישי אנפרעגן פארוואס מ'נעמטעך נישט אן...

עס איז ראטזאם צו כאפן א בליק אינעם אשכול "אומבאשטעטיגטע ניקס" צו זעהן צו דיין ניק איז נישט צווישן די אומ-אנגענומענע... און דאס איז אלעס אויב האסטו א נארמאלע ניק, אויב איז דיין ניק א ווארט וואס איז אפענסיוו, סיי אומאיידל, סיי קהלה נאמען אדער סיי עני אפענסיוו ווארט, איז א שאד דיין צייט, מאך שוין א צווייטס...

אויב האסטו א נארמאלע ניק, און נאך 24 שעה קענסטו נאכאלץ נישט שרייבן, און דיין נאמען איז נישט אין די "אומבאשטעטיגטע ניקס" אשכול, דאן שיק מיר אן אימעיל, נישט שיקן פאר ארענדאר... מיין אימעיל אדרעסס איז [email protected]

ס'איז קריטיש וויכטיג אדורכצוליינען די תקנות ה'פארום, הגם רוב תקנות פארשטייט יעדער אליין, איז אבער פארט דא יונגעלייט וואס קומען פון אנדערע פלעצער וואס דארט זענען דא אנדערע תקנות... סאו אדורכליינען די תקנות וועט נאר גרינגער מאכן פאר דיר זיך איינצוגלידערן און פאר אנדערע דיך שיין אויפצונעמען... די תקנות קעמען זעהן אין די ברוכים הבאים פארום, און אין יעדע פארום אויבן צוגעקלעבט...

אגב, ווארד האט גערעדט פון מנהלים אחראים... ס'איז גוט צו וויסן די חילוק צווישן די מנהלים און אחראים... סתם פארריכטן אדער מעקן א תגובה איז בעסער זיך צו ווענדן צו אן אחראי, אויב איז דער אחראי אנליין קענער דיר העלפן אין מינוטן! אנדערע זאכן איז בעסער זיך צו ווענדן צו א מנהל...

נאך בנוגע אחראים... יעדע פארום האט זיך זיין אחראי וואס איז ממונה אויף דעם פארום... הגם יעדע אחראי קען דיר העלפן אין יעדן פארום, איז אבער גרינגער און בעסער ווען מ'ווענדט זיך צום אחראי פונעם ספעציפישן פארום... למשל אין בית המדרש דקהילתינו איז די בעסטע זיך צו ווענדן צום גבאי'ן, אין די נייעס פארום צו געלעגער... דער גבאי וועט געווענליך נישט רידערן אין קרעטשמע, ער ווער נאר איבערגיבן פארן קרעטשמע אחראי... סאו סיז בעסער צו גיין גראד...

נאך א וויכטיגע זאך... ס'דא זייער אסאך מאל ווען א נייע ניק סיינצעך איין, ווי נאר ער באקומט רשות כתיבה באסט ער ארויס פון זיין איינגעהאלטענקייט, ער נעמצעך שרייבן וואס ס'ליגט אים אויפן צינג... און אפילו ער שרייבט א גוטע זאך, באמערקט ער נישט אז ס'שוין דא אזא אשכול... ווי ווארד האט געשריבן זאל מען נאכקוקן צו די אשכול איז אין די ריכטיגע פארום, און נאכדעם צו ס'שוין דא אזא אשכול... אויב גייט איינער עפענען אן אשכול איבער קעמעראס, גייען די אחראים עס צוזאמשטעלן מיט די עקזיסטירענדע אשכול... וואס געשעהט אזא צייט? דער נייער ניק זעהט אז זיין אשכול איז פארשוואונדן געווארן, ער מיינט אז זיין אינטערנעט קאנעקשן איז געווען שלעכט און די תגובה איז נישטא... למעשה איזעס געהעריג דא, נאר ס'איז פשוט צאמגעשטעלט געווארן מיט אן אנדערן אשכול...

סאו ווען דו שרייבסט עפעס וואס איז אויסגעהאלטן לויט די תקנות, און דו זעהסט עס נישט, מאך א קליינע סוירטש, לייג אריין אפאר ווערטער וואס דו האסט געשריבן אינעם סוירטש באקסל... מעגליך אז דו וועסט טרעפן דיין תגובה אין אן אנדערן פארום אדער אנדערע אשכול...

און אז מ'רעדט שוין פון זוכן... מ'קען זוכן אזא תגובה סיי דורכן "פארגעשריטענע זוכעניש", אדער דורך די אייגענע הודעות... (ביי דיין פראופייל קעמען זוכן פאר די הודעות...) אדער קעמען גיין צו אקטיווע אשכולות... און אז מ'רעדט שוין פון די סארטן זוכענישן... איז דא "אומגעליינטע אשכולות", אויב ווילסטע זעהן אלע אשכולות וואס האבן צובאקומען תגובות זינט דו ביסט לעצטע דא געווען...

בנוגע שרייבן א נייע הודעה... ס'דא אסאך אשכולות וואס גיבן זיך אפ מיטן מאכן א הייפערלינק, עטעטשן פיקטשערס וכד'... אויב דארפסטו הילף קענסטו גיין צו די "הילף און וויכטיגע מודעות פארום" זוך עס דארט וועסטעס טרעפן...

וואס נאך?

וואס נאך פרעגסטו? א אימעיל לינק צו נייע באנוצער (אדער נישט אנגענומענע באנוצער) צו דעם אשכול..
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

איז דא א וועג צו פרינטן א גאנצער אשכול אויפאמאל?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בוים »

לתועלת האב איך געמאכט א ק"פ פדף, ביזן קרעטשמע


*זייער רוי

באקענט זיך מיט אונזער וועלטל.pdf
(125.59 KiB) געווארן דאונלאודעד 366 מאל
עץ חיים הוא למחזיקים בה
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

אלט מאנרא האט געשריבן:איז דא א וועג צו פרינטן א גאנצער אשכול אויפאמאל?


http://bit.ly/2jowyHe
...
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

עין טובה האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:איז דא א וועג צו פרינטן א גאנצער אשכול אויפאמאל?


http://bit.ly/2jowyHe


וויאזוי מאכסטו דאס? :lol:
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
ידען נאמן
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען נאמן »

שכח פארן מיך היימיש מאכן
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

ייש"כ ווארד !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

אזא וויכטיגער אשכול הערשט יעצט באגעגנט !! דאס וואלט דאך יעדער געדארפט באקומען גלייך ביים ווערן אנגענומען, אזוי וועט מען פארמיידן 100'ער קשיות און געדאפלטע תירוצים, נישט אזוי מנהל ?
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

איז דא א וועג צו שיקן א פיקטשער און אישי
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: באקענט זיך מיט אונזער וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

וואס מאכט אז אן אשכול זאל באקומען א שטערנדל?
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16952
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: באקענט זיך מיט אונזער וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

דעת בעל הבית האט געשריבן:וואס מאכט אז אן אשכול זאל באקומען א שטערנדל?

א יעדע אשכול ווי דו האסט שוין געשריבן א תגובה, באקומט א שטערנדיל.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: באקענט זיך מיט אונזער וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

את פתח לו האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:וואס מאכט אז אן אשכול זאל באקומען א שטערנדל?

א יעדע אשכול ווי דו האסט שוין געשריבן א תגובה, באקומט א שטערנדיל.

So simple
!Thank you
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: באקענט זיך מיט אונזער וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

און וואס מיינט ווען די שירות פארן ארויף ביי אן אשכול?
??
??
20211210_111707.jpg (68.46 KiB) געזען 3070 מאל
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: באקענט זיך מיט אונזער וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

און ווי לאנג קען מען פארעכטן א תגובה אן ס’זאל שטיין אז ס’איז פאראכטן געווארן?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: באקענט זיך מיט אונזער וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

דעת בעל הבית האט געשריבן:און ווי לאנג קען מען פארעכטן א תגובה אן ס’זאל שטיין אז ס’איז פאראכטן געווארן?


ווי לאנג ס׳איז די לעצטע תגובה
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: באקענט זיך מיט אונזער וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

דעת בעל הבית האט געשריבן:און וואס מיינט ווען די שירות פארן ארויף ביי אן אשכול?
20211210_111707.jpg

מער ווי 10,000 תגובות אין דעם אשכול /הייסע טעמע
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16952
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: באקענט זיך מיט אונזער וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

דעת בעל הבית האט געשריבן:און וואס מיינט ווען די שירות פארן ארויף ביי אן אשכול?
20211210_111707.jpg

אז די אשכול האט מער ווי פיר הונדרעט בלעטער
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: באקענט זיך מיט אונזער וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

Wow
אקעי, א גרויסן שכח אלע פון ענק!!
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: באקענט זיך מיט אונזער וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

וואס מיינט דאס ווען איך באקום א נאטעפיקאציע פון אן אשכול און למעשה איז נישט דא דארט קיין חידושים
מיינט עס אז איינער האט געשריבן און ס’איז געווארן געמעקט?
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנישע ווינקל”