די "צוזאמענשטעלן אשכולות" סעמאטוכע

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

עם לבבנו
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

די "צוזאמענשטעלן אשכולות" סעמאטוכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם לבבנו »

יעדער וואס שרייבט דא אין אייוועלט, כאטש פאר א שטיק צייט, און האט שוין געעפענט אמאל א פרישע אשכול, האט זיך שוין באגעגנט מיט די פראבלעם פון "אשכולות ווערן צוזאמענגעשטעלט".

און די סיבה איז זייער פשוט און פארשטענדליך. אויב זאל יעדע נושא געקענט געעפענט ווערן פרישע אשכולות נאכאמאל און נאכאמאל וועט זיין טאפלטע אשכולות, און טאפלטע אינפארמאציע געשריבן, זאכן וואס זענען שוין באהאנדלט געווארן לאנג. דעריבער, איידער מען מאכט א פרישע אשכול, דארף מען איבערקוקן אויב איז שוין דא א אשכול איבער דעם ענין, און אויב יא קוקן צו מען רעדט פון די ספעציפישע זאך, און אויב נישט שרייב דארטן אין "ריכטיגן אשכול".

אין אלגעמיין איז דאס א ריכטיגע צוגאנג. עס איז אבער דא א גרויסע אבער.

ערשטנס.

א ביישפיל אויב א נושא איז שוין טאקע באהאנדלט געווארן, אבער שוין א לאנגע צייט צוריק. יענע אשכול איז שוין זייער לאנג נישט אקטיוו. איז אויב קומט מען אריין דארטן מיט די פרישע תגובה, זענען די שאנסן אז זיי וועלן נישט אנגעקוקט ווערן זייער הויעך. זיכער אז מען וועט עס נישט געהעריג אויפנעמען.

פארוואס? לכאורה, אז די אשכול קומט נאכאמאל ארויף צווישן די אומגעלייענטע אשכולות, פארוואס זאל מען נישט אריינגיין געבן א קוק צו עס איז דא עפעס ניי?

און די ענטפער איז זייער פשוט. אמת, איינער וואס איז א אקטיווע לייענער, בעסער געזאגט איינער וואס איז שוין אין אייוועלט א לאנגע צייט, איז טאקע "אפדעיטעט" מיט די אשכולות - עכ"פ וואס אינטערעסירט אים - ווי מען פלעגט אמאל זאגן "די וועלטל איז ווייס", איז ווען עס קומט צו א פרישע תגובה, און מען קוועטשט די "גיי צו נייע תגובה" קנעפל, קומט ער אן אהין און זעהט עס.

אבער די פאקט איז, אז די לייענער\שרייבער דא אין אייוועלט טוישן זיך אלס. עס קומען עס גייען. און דאס מיינט, אז פאר איינער וואס איז א נייע שרייבער\לייענער, און ער באקומט די אשכול צווישן די "אומגעלייענטע" און גייט אריין, קומט ער אן צום ערשטן בלאט. און ער זעהט "אלטע זאכן" זינט ביי אים איז עס אומגעלייענט. טא, וועלן מערסטענס לייענער נישט גיין יעצט דורכלייענען - צומאל - צענדליגער בלעטער אויף א ענין. און גיין צום ענדע קוקן וואס איז ניי לויט די דאטום איז שוין נישט אזוי גרינג.

איז וואס פאסירט? אזא אשכול וועט ער נישט אנקוקן. און דאס מיינט, אז די שאנסן פאר א הויכע פראצענט רעאקציע צו א תגובה איז זייער נידריג.

צווייטנס.

אמת אז מען קען נישט מאכן א נייע אשכול אויף די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל. אבער, אויב איינער קומט אריין מיט א שיינע לאנגע אנאליז\באהאנדלונג\באשרייבונג וכדו' און עס איז שוין דא א אשכול. קען אמאל זיין אז די אשכול באשטייט פון עטליכע תגובות איבער דעם ענין, שוואך, נישט רייך, און ער מוז ווערן א "טפל" צו יענעם... ווייל איינער האט שוין געשריבן...

און אפילו נישט. אפילו לאמיר זאגן אז עס איז דא א שיינע אשכול איבער דעם. איז אבער די פאקט, אז א תגובה אין א נייע אשכול, באקומט פיל מער אויפמערקזאמקייט און ווערן פיל מער באהאנדלט, ווי ווען עס איז א פשוט'ע תגובה אין א אלטע אשכול.

יעצט, איך פארשטיי די שוועריגקייט פון לאזן נייע אשכולות אויף די זעלבע זאך אפילו א לענגערע שיינע תגובה, אבער דאס מיינט נישט אז עס איז א פראבלעם. אז איינער שרייבט דא אין אייוועלט, ספעציעל ווען ער שרייבט א שיינע לאנגע תגובה, האט ער דערפון גארנישט אויסער פיעדבעק דורך רעאקציעס. אויב זאלן די רעאקציעס זיין שוואך, איז נישטא קיין שום זאך וואס זאל שטופן צו שרייבן.

טא עס איז א פראבלעם.

--

וויל איך פארשטעלן א מעגליכע לעזונג.

ווען איינער שרייבט א לענגערע תגובה אין א ענין. עפעס וואס איז געשריבן גוט, אינטערעסאנט אא"וו. זאל מען יא ערלויבן צו מאכן א באזונדערע אשכול ערשט. אין די אשכול זאל מען העכסטנס צושרייבן אז די ענין איז שוין אמאל באהאנדלט געווארן אין א צווייט ארט.

אבער די אשכול דארף נישט בלייבן באזונדער אלס. לאמיר זאגן נאך א וואך צוויי, אדער בעסער געזאגט ווען מען זעהט אז די שמועס איז פארטיג און עס קומען נישט צו קיין פרישע תגובות, דעמאלס קען מען עס צוזאמענשטעלן מיט די פריערדיגע אשכול איבער דעם ענין.

אזוי האט מען ביידע מעלות. די תגובה באקומט די ריכטיגע אויפמערקזאמקייט, און מען ווייסט אז עס איז שוין דא נאך א אשכול ווייל מען זאל דאס אנצייכענען, און פארן לאנגן טערמין וועלן נישט זיין קיין פילע אשכולות מיט די זעלבע ענין, זינט אין די ענדע וועט מען עס צוזאמענשטעלן.

מען קען אפשר מאכן אז אין געוויסע נושאים וואס זענען ספעציעל אקטיוו זאל מען נישט קענען, ווייל עס קען ווערן פארן קורצן טערמין אויך א פראבלעם. לאמיר זאגן א ביישפיל איבער הייסע נייעס - כגון יעצט די וואלן -, אבער סתם שמועסן, זאכן וואס עס איז נישט מסתבר אז עס גייען ווערן - דורך די נייע פאליסי - צענדליגער נייע אשכולות, שלאג איך פאר מען זאל אדאפטירן די מהלך.

קען זיין עס וועט דארפן זיין א מינימום קארעקטער אין אזא אשכול, ווייל געווענליך אז איינער שרייבט א לענגערע אשכול איז עס מער שאנס צו זיין צום זאך און אינפארמאטיוו, און בכלל א קורצע תגובה איבער א ענין וואס איז שוין באהאנדעלט געווארן איז ווארשיינליך נישט ווערט א פרישע אשכול.

--

אזוי ווי עס איז יעצט, איז א גרויסע פראבלעם. עס פארקלאפט די אפעטיט פון שרייבן. און לענ"ד איז פארדעם מערסטענס וואס ווערט געשריבן נארישקייטן און דברים של מה בכך.

--

געשריבן אונטערן רושם פון האבן געשריבן א לענגערע אשכול, און עס איז געווארן צוזאמענגעשטעלט, און די שמועס האט זיך אפגעשטעלט.

דאס האב איך דארטן רעאגירט:

עם לבבנו האט געשריבן:"וועי טו גאו"!

באגראבן א שיינע שמועס אין א אלטע אשכול. אזוי קומען נישט צו קיין תגובות. און שוין. שטימט מיטן חשבון אז שרייבן אויף אייוועלט ווערט זייער אנטמוטיגט, אויסער ווען עס קומט שטותים און הבלים און דברים של מה בכך.

אלזא, באגראבט מען א שיינע שמועס, קומען נישט צו קיין נייע תגובות, און אויב עס אנטמוטיגט נאך שרייבער פון בכלל שרייבן איז מה טוב ומה נעים.

איי מען קען נישט האבן קיין טויזענט אשכולות אויף די זעלבע זאך... איז ערשטנס כ'זעה אז פאר נארישקייטן קען מען יא, קוקט אויס פאר נארמאלע שמועסן איז דאס שטרענגער...

צווייטנס, אויב איז עס טאקע א פראבלעם קען מען לאזן די שמועס עקסטער ווילאנג עס איז פריש און עס קומען צו תגובות, און נאך א וואך צוויי - אדער ווען עס ווערט פארשלאפן - קען מען עס פארפאקן אין די אלטע בית הקברות.

שוין - ווי עס האט געזאגט ר' דזשיגעלע יאקאבאוויטש ע"ה - מען וועט דארפן זאגן "גם זו לטובה".


אדרבה, זאגט אייער מיינונג.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: די "צוזאמענשטעלן אשכולות" סעמאטוכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דברים של טעם!!!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: די "צוזאמענשטעלן אשכולות" סעמאטוכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

מאכט אסאך סענס
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: די "צוזאמענשטעלן אשכולות" סעמאטוכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

גם זו לטובה
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”