קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

באטראכטונגען
ארום די לעצטע אנטוויקלונגען אין ניו יארק

111002.jpg

די ביטערע תקופה פון דעם וויירוס און אירע נאכווייען וועלכע פלאגן די גאנצע וועלט, האט אין די לעצטע עטליכע טעג ליידער גענומען א פרישן ווענדפונקט מיט א פייער פון התגרות און שנאת ישראל וואס איז אנגעצינדן געווארן אין די היימישע ברוקלין, אין ליכט פון די לעצטע רעגולאציעס דורך די לאקאלע סטעיט און סיטי באאמטע.

אויפטרייסלענדע סצענעס האבן זיך אפגעשפילט אין די פארלאפענע חול המועד טעג, ווען דאס פנים האט געפלאמט פאר בושה אין הארץ פון די היימישע בארא פארק, מיט די מיליטאנטישע פראטעסטן און היציגע פארזאמלונגען וועלכע האבן אפגעקלינגען זייער נישט גוט און איז געזען געווארן ווי אַן עפענטליכע קאמף צווישן "חרדי'שע אידן" קעגן דעם "גאווערנער" און דעם "מעיאר" אויף די גאסן פון די היימישע געגנטער דא אין ברוקלין, ה' ירחם.

וואס איז דער עצת התורה אין אזא צייט ?

שטייענדיג אין אזא עת צרה ליעקב ווען עס דראעט חלילה א געפאר אויף די בתי כנסיות ובתי מדרשות און אויף דעם לימוד התורה פון תינוקות של בית רבן, פאדערט זיך געוויס זיך צו טון די נויטיגע השתדלות, וואס רעכנט אויך אריין צו בעטן פון די גוי'אישע גאסטגעבער אז זיי זאלן פארשטיין און זיך רעכענען מיט אונזערע אינטערעסן, זיי זאלן לאזן אונזערע בתי מדרשים און מוסדות התורה אנגיין געהעריג ווייל דאס איז אונזער לעבן. אבער דאס דארף זיין אויף אן אופן פון 'תחנונים ידבר רש' מיט די אידישע מדה פון הכנעה בימי גלותם און ווי די הנהגה וואס יעקב אבינו ע"ה האט אונז געלערנט אין פרשת וישלח, וואס איז אונזער רעצעפט וויאזוי צו איבערלעבן דעם אריכות הגלות, זיך מכניע צו זיין פאר די אומות העולם, אראפבייגן דעם קאפ און סובל זיין דעם עול הגוים ועול הגליות מיט א שווייגעניש.

ס'איז באקאנט די ווערטער פון ספר שם משמואל פרשת שמות אז הרה"ק רבי ר' בונם זצללה"ה מפרשיסחא האט געזאגט אז ווען א גוי שרייט אויף א איד דברי זלזול, און דער איד ענטפערט פאר'ן גוי, איז ער דערמיט מאריך דעם גלות רח"ל, עכ"ד.

אויך ווען די גוי'אישע מענטשליכע אינסטינקט זאגט אז מיר דארפן זיך נישט לאזן, מיר דארפן צוריק קעמפן און אטאקירן די גאווערמענט וואס מאכט צו אונזערע מוסדות און ביזנעסער מיט קנסות א.ד.ג., איז אבער דער דרך התורה פאר אידן אין גלות אנדערש, ווי עס איז מבואר אין ספרי קודש (מאור ושמש, נועם אלימלך פרשת וישלח) אז דייקא דורך דעם וואס אידן זענען זיך מכניע פאר די אומות העולם און מען רעדט צו זיי מיט הכנעה, דאס ברענגט די גרעסטע רחמים און המתקת הדינים אונז צו שיצן אין גלות.

מאז ימי התייסדות הציונות איז דער "גלות איד" טאקע געווען א דמות וואס די ציונים האבן פאר יעדן פרייז געוואלט עוקר מן השורש זיין, זיי האבן שטענדיג געמאכט שאנד און שפאט פון דעם 'גלות איד' וואס לעבט רואיג צווישן די גוים און הייבט זיך נישט דעם קאפ מיט חוצפה קעגן זיינע שכנים, וואס סימבאליזירט לויט זיי א מוסטער פון פארשעמקייט און הכנעה. אבער ווי היסטאריע האט איבערצייגט איינמאל און נאכאמאל איז טאקע אט דער דרך הגלות געווען און געבליבן די גאראנטי און דער סוד וויאזוי דאס אידישע פאלק האט איבערגעלעבט אלע אירע פייניגער אָן דאס מינדסטע דרך הטבע'דיגע הסבר, אָן סיי וועלכע מענטשליכער פארשטאנד, והוא שעמדה לאבותינו ולנו.

אין אזא תקופה ווען אידן זענען צעבראכן, פארקלעמט און אנגעווייטאגט פון דעם אופן וויאזוי די רעגירונג באהאנדלט אונז, און לו יצויר אז עס מיט רעכט די ווייטאג, דארף מען אבער אכטונג געבן אז דער ציוניסטיש'ער דרך פון קעמפן פאר אונזערע רעכטן מיט חוצפה און טראציגקייט זאל חלילה נישט קונה שביתה זיין בקרב מחנינו.

מיר דארפן האלטן פאר די אויגן דעם עצת אבינו הזקן פון "למה תתראו" – הצפינו עצמיכם, זיך נישט צו ווארפן אין די אויגן פון די גוים און געדענקן אז מיר זענען געסט אין זייער לאנד און מיר זענען אין גלות אונטער זיי, און געוויס וועלן היציגע געשרייען אויף די ניו יארק'ער באאמטע אונז נישט העלפן. שארף אטאקירן און שטרענג פארלאנגען אונזערע רעכטן וועט נישט פארמינערן שנאת ישראל.

אידן אין ניו יארק און אומגעגנט דארפן רעאגירן מיט אחריות און סבלנות, מיט די פארצייטישע מהלך פון השתדלות בדרכי נועם וויאזוי מיר זענען זיך אומגעגאנגען במשך אלע דורות, וואס איז דער אמת'ער דרך התורה און די שמירה און קיום פון אידן בארצות גלותם ביז דעם גרויסן טאג פון נקמת ה' באדום.

די ביטערע קאנסקווענצן וואס זעהט זיך שוין בפועל

0006554.jpg

מיט א ניכטערן בליק זעהט מען ממש בחוש וויאזוי די מיליטאנטישע וועג פון קעמפן מיט עזות האט ליידער פארערגערט דעם מצב אויף א פארנעם וואס געדענקט זיך נישט בעפאר.

ווי יעדער האלט עס מיט אין די לעצטע חדשים, איז דאס בעסטע און ווירקזאמסטע פאר אונז היימישע אידן, צו זיין וואס ווייניגער אין די העדליינס. די מידיע זאל נישט רעדן פון אונז און די באאמטע זאלן נישט הערן פון אונז. אויף דעם אופן האט מען ב"ה מצליח געווען צו האלטן אפן די מוסדות התורה אין די זומער חדשים, מיט די אומאפיציעלע שטילע וויסן פון די רעגירונג אגענטורן וועלכע האבן זיך פארמאכט די אויגן, ווילאנג עס ברענגט זיי נישט קיין היץ פון די פרעסע.

וואס האט אצינד פאסירט איז אז אנשטאט מיר זאלן זען צו פארשווינדן ווערן פון דעם אויבן אָן, דורך זיך צושטעלן כאטש לפנים מיט'ן אויספאלגן די רעגולאציעס, האבן די ווילדע עלעמענטן בתוך המחנה אונז ארויפגעברענגט צום סאמע צענטער, אז גאנץ ניו יארק זאל שטארק קוקן דייקא אויף אונזער חסידי'שע אידן, יעדער זאל הערן אז מיר זענען אין אפענע קאנפליקט מיט'ן גאווערנער און מיר קעמפן קעגן זיינע מאסנאמען.

דער שונד – קאמפיין קעגן דעם גאווערנער און דעם מעיאר, האט באקומען אן אויסטערלישע ברייטע דעקונג אויף אלע מידיא און סאציאלע מידיא קאנאלן, און זעלבסט פארשטענדליך אז דער גאווערנער האט קיין מסילת ישרים נישט געלערנט און אזוי ווי יעדע אנדערע גוי היט ער זייער שטארק אויף זיין איגא און איז א נוקם ונוטר אויב מען טשעפעט זיין אימעידזש און שטאלץ.

דער פשוט'ער מציאות איז אז ביז לעצטנס האט דער גאווערנער נישט שטרענג אינפארסירט זיינע רעגולאציעס אין די היימישע פלעצער. ער האט טאקע גערעדט ברייט און געשפילט ווי דער העראישער פירער וואס האלט זאכן אונטער קאנטראל, אבער שטילערהייט האט מען ב"ה ווייטער געהאלטן אפן די אפענע בתי מדרשים און מוסדות התורה אין אונזערע געגנטער אן קיין צוזאמשטויסן.

אנשטאט מען זאל ווייטער אנהאלטן דעם מהלך, מען זאל נישט הערן פון אונז, מען זאל אונז נישט זעהן, האט זיך ליידער אנטוויקלט די ווילדע מסוכנ'דיגע וועג דורך לייכטזיניגע מענטשן, וואס האבן אויפגעהעצט יונגע בחורים און קינדער צו רעוואלטירן אויף די גאסן, וואס האט צום באדויערן דראסטיש געטוישט דעם גאנצן בילד. מען האט אויפגערייצט דעם בער. די מידיע לויפט נאך יעדע בארא פארק'ער מוסד וואס איז אפן און דער גאווערנער וויל ווייזן אז ער וועט זיך נישט לאזן טרעטן.

און לאמיר זיך נישט נארן פאר קיין איבעריגע מינוט. מען קען טאקע ארגאניזירן קינדערישע ראליס און שרייען נארישע לאזונגען אבער ניין, מען קען נישט "פייטן" די סטעיט אוו ניו יארק. ניין, מען קען נישט "צופיקסן" דעם גאווערנער אדער דעם מעיאר, ווייל צום באדויערן זענען מיר אין גלות ביי זיי, און אויב עס קומט חלילה צו א "פייט" האבן זיי א גרעסערע מאכט ווי מיר האבן.

מ'האט דאס שוין געזען די וואך מיטוואך ווען דער גאווערנער האט געמאלדן א פרישע עקזעקטיוו ארדער צוריק צו האלטן פאנדן סיי פון מוסדות התורה, און בעיקר פון קאונטיס וועלכע וועלן נישט אינפארסירן די רעגולאציעס, וואס באדייט אז די לאקאלע שעריף'ס פון אלע געגנטער וועלן האבן א שטארקן דרוק צו פארמאכן מוסדות און געשעפטן ה"י.

דער גאווערנער און דער מעיאר האבן די מעגליכקייט צו גוזר זיין נאך שטארקערע און נאך שווערערע גזירות, און דאס טאקע אינפארסירן מיט קראפט. אויב חלילה זיי באשליסן דאס צו נוצן זאל השי"ת אונז שומר ומציל זיין. ספעציעל ווען דאס קומט מיט די א.ג. ציפערן און געזונטהייט באווייזן, ווען אלעס איז איינגעהילט אין א שלייער פון אפהיטן די סטעיט פון א צווייטע-כוואליע סכנה.

לאמיר זיין קלוג און נישט גערעכט...!

עס איז פארשטענדליך די אויפברויז וואס מענטשן האבן, מען שפירט ווי מען צילט אונז דירעקט, אבער דאס אלעס טאר אונז נישט אוועקנעמען דעם שכל הישר, צו פארשטיין אז דאס בעסטע פאר אונז איז צו אוועקשטיין פון דעם "ספּאַט לייט", בפנים כרוכות אני מהלך - זיך פארשטעקן דעם פנים מיט מאסקעס, זיך האלטן אויף א שטילן פראפייל, און אודאי נישט זיך ארויסשטעלן אין א קאמף פנים אל פנים מיט די מאכטפולסטע ניו יארק'ער באאמטע, וואס האט נישט דורך געלערנט אין אורחות צדיקים שער הענווה, שער הבושה און שער הרחמים, לאמיר זיי נישט מאכן פאר אונזערע פיינט, לאמיר נישט געבן שטאף פאר די מידיע מיט וואס אונז צו רודפ'ן.

די נארישע רייצערישע שפראך פון עפענטליכע התגרות איז עס וואס האט געגאסן דעם אויל און האט אנגעצינדן דעם פייער. די בריונים האבן ליידער גורם געווען אז ארטאדאקסישע אידן ווערן געזען דורך גוים איבער גאנץ ניו יארק ווי מענטשן וואס פארשפרייטן מחלות און קימערן זיך נישט פאר אנדערע, וואס קען חלילה אויך עפעקטירן די באהאנדלונגען פון חולי ישראל אין די שפיטעלער. השי"ת זאל האלטן די רעכטע האנט.

מען זעהט טאקע א שרעקליכע זאך, אז פון די אלע א.ג. "רויטע זאנעס" וואס דער גאווערנער האט באשטימט אין ניו יארק, איז עס בלויז בארא פארק וואס גייט ליידער אריבער אזעלכע שווערע רדיפות פון די רעגירונג און לאו אינפארסמענט באאמטע.

אין בארא פארק האבן די מערסטע בתי מדרשים און מוסדות התורה ערהאלטן קנסות און אין בארא פארק זענען צענדליגער היימישע געשעפטן פארשלאסן געווארן, די מידיע און די אינספעקטערס באלאגערן די געגנט אן קיין אויפהער, וואס ס'איז בלי ספק א דירעקטע רעזולטאט פון די מהומות וועלכע האבן געברענגט בארא פארק צום אויבערפלאך און צום גרויסן ווייטאג האבן אזויפיל אידן צער, געלט שאדנ'ס און עגמת נפש דערפון, וואס מען וואלט געקענט פארמיידן ווען מען פארבלייבט אונטער דעם ראדאר, בהשכל ובדעת.

אידן אין בארא פארק פרעגן מיט ווייטאג, אויף וועמענס חשבון רייצט מען זיך מיט לייכטזיניגע מעסעזשעס וואס קאכט אויף דאס בלוט פון די באאמטע און פון טויזנטער גוים וואס וואוינען זייט ביי זייט מיט אונז ? צלולה היתה החבית ועכרתם אותה! ס'איז דאך שומו שמים וויאזוי מען האט ערוועקט אויף אונז א צינאמי פון שנאה מיט אזעלכע זינלאזע סטעיטמענטס און שריט וואס ברענגט נישט גארנישט נאר שרעקליכע שאדנס פאר אידישע קינדער.

די צעהיצטע מהלך פון פראטעסטירן און פארשרייען דעם גאווערנער האט ליידער מבאיש ריח געווען דאס יהדות החרדית באופן מבהיל, עס טוט פארשווארצן אונזער פנים און עס איז בפועל מסכן דאס אמעריקאנער אידנטום, מען שטעלט אין שרעקליכע סכנה די זיכערהייט פון היימישע אידן אין ברוקלין!

נאכמער. אויב האט מען געהאפט אז די נייעס שטורעם איבער דעם וויירוס וואס בוזשעוועט יעצט אין די אמעריקאנער גאס, אזוי ווי אין דער גאנצער וועלט, זאל נישט עפעקטירן אונז היימישע אידן, זענען געקומען די די ראדיקאלע מויל מאכער און זיכער געמאכט אז אלע אויגן זאלן זיין געוואנדן נאר צו אונז, און אלע גוים אין ניו יארק זאלן גלייבן אז חרדי'שע אידן אין ברוקלין פאלגן נישט די רעגולאציעס און קימערן זיך נישט מיט'ן געזונט פון זייערע ארומיגע, רח"ל.

די העצע האט פאקטיש גורם געווען אז די גאנצע אינטערעסע וואס הערשט אויף די נאציאנאלע ארענע איבער די וויירוס איז יעצט פארקירעוועט געווארן דא אהער צו אונז אין ברוקלין, אין די היימישע בארא פארק!

ווען די ליבעראלן און די רעפובליקאנער
נוצן דעם איד פאר זייערע אינטערעסן

887400023.jpg

ווי נאריש און קורצזיכטיג איז די קינדערישע פרייד וואס מען זעהט ביי מאנכע היימישע אינגעלייט, אז קאנסערוואטיווע פאליטיקאנטן פון ווייטע שטאַטן, שרייבן מעסעזשעס קעגן די היזיגע דעמאקראטישע באאמטע, און נעמען זיך מ'כלומר'שט אָן פאר אונזערע רעכטן.

יעדער בר דעת פארשטייט דאך אז דאס איז בלויז נאך א טייל פון דעם פאליטישן שפיל צווישן די צוויי פארטייען, ווען די רעפובליקאנער פרייען זיך צו נוצן דעם איד אלס א געצייג צו באשמיצן זייערע דעמאקראטישע קעגנער. מיר זענען פשוט געווארן א מיטל וויאזוי איין פארטיי רעכנט זיך אפ מיט דער אנדערער פארטיי, וואס ברענגט גלייכצייטיג אז דער תאות הנצחון פון דעם גאווערנער און דעם מעיאר זאל נאך מער פארשטערקערט ווערן, צו צייגן אז זיי האבן די מאכט אין די סטעיט און אזוי ארום הייבן זייערע 'רעיטינגס' צווישן דעמאקראטישע וויילער.

די הלכה פון "עשו שונא ליעקב" איז נישט מבחין צווישן די ליבעראלע גוים און די קאנסערוואטיווע גוים. ביידע גלייכן אונז אייניג, ווי עס זאגן גוט עדות אונזערע רעפובליקאנער "גוטע פריינד" אין ראקלענד קאונטי און ארענדזש קאונטי, און אונזערע ליבעראלע "גוטע פריינד" אין די סיטי, קיינער איז נישטא זיך צו אננעמען פאר אונז, בסך הכל זוכן פאליטיקאנטן צו שלאגן קאפיטאל אויפ'ן אונזער חשבון.

די מעסעזשעס פון ניוט גינגריזש און טעד קרוז הערן זיך טאקע זייער גוט פון דערווייטנס אבער מען פארגעסט אז מיט אזא סארט אויפפירונג פארלירן מיר צוביסלעך יעדע סארט קאמיוניקאציע מיט די לאקאלע פאליטיקאנטן, מען פארברענט אלע בריקן מיט די ניו יארק סטעיט און סיטי אדמיניסטראציע, מיט וועמען מיר דארפן האבן גוטע קשרים פאר אזויפיל עניני הכלל, סיי פאר די גזירות על החינוך און סיי פאר די אנדערע טעמעס וואס קומט כסדר ארויף אין באצוג צו חרדי'שע אידן אין ניו יארק.

עס כאפט דאך א פחד און א שרעק אפילו מען קוקט עס אָן פון א גשמיות'דיגן בליק. אין ניו יארק וואוינען בליעה"ר צענדליגער טויזנטער היימישע אידן, זייענדיג דאס גרעסטע קיבוץ פון חרדי'שע אידן אין אמעריקע. דער טרוקענער פאקט איז אז מיר געפינען זיך ברצון השם אין ניו יארק וואס איז א שטארק -בלאה שטאַט מיט א ריזיגע מערהייט פון דעמאקראטישע וויילער, ווילאנג מיר זענען אין גלות זענען מיר ליידער אנגעוויזן אויף זייער גוטן ווילן צו קענען לעבן דא רואיג אן קיין שנאה און קאנפערענטאציעס,

און ס'איז טאקע א חסד ה' אז במשך די אלע יארן ביז היינט האט מען כמעט נישט געהערט קיין אינצידענטן דורך די שכינים, וואס זענען על פי רוב דעמאקראטישע גוים און האבן ב"ה גוט געלעבט מיט אידן. אבער די אומ'אחריות'דיגע שריט דורך די צעהיצטע יונגען קען חלילה יעצט טוישן דעם מציאות, השי"ת זאל אונז באהיטן, ווען די טויזנטער גוים פאלגן נאך די ווילדע אגרעסיעס מיט אַן אפענעם אויפברויז. ומי יודע מה יולד יום. דער חילול ה׳ און דער סכנת ישראל איז דאך איום ונורא. און דאס טפשות פון אנצינדן אזא פייער האט דאך נישט קיין שום פארשטענדליכע הסבר.

דאס יהדות החרדית תושבי ברוקלין האט דעם קריטישן פליכט צו ליאמערן קבל תבל ומלואה אז אזעלכע געפארפולע פארשוינען, און אזעלכע אומ'אחריות'דיגע עלעמענטן וועלכע העצן, שיסן רעטאריק, און שיקן ראדיקאלע מעסעדזשעס רעכטס און לינקס, זענען נישט אונזערע פארטרעטער, זיי זענען איינפאכע פאררעטער וועלכע זענען נישט ערלויבט צו באשמיצן אונזער נאמען מיט זייערע שרעקליכע מעסעזשעס און אקטיוועטעטן וואס ברענגט ארויף דאס בלוט אין קאפ ביי מיליאנען גוים.


אידן קענען נישט גיין אין די פיסטריט
פון די "בלעק לייווס מעטער"

666988745.jpg

דורכאויס די צייט האט מען אויך געהערט זמירות פון מאנכע, אז מיר דארפן זיך פארטיידיגן און ארויסקומען עפענטליך קעמפן פאר אונזערע רעכטן, פונקט ווי מען זעהט ביי די "בלעק לייווס מעטער" באוועגונג. לויט די מיינונג דארפן אידן גיין אין די טריט פון די אפריקאנער אמעריקאנער גוים וואס רעוואלטירן ווען זיי שפירן באקריוודעט און לאזן זיך הערן מיט עפענטליכע פראטעסטן און מארשן קעגן די באהערדע און די לאו אינפארסמענט אגענטורן.

לו חכמה ישכילו זאת אז "לא באלה חלק יעקב", כלל ישראל איז נישט קיין פאלק ווי אלע פעלקער וועלכע שיצן זיך מיט דעם כח פון פויסט און רעוואלט, די מעטאדן וועלכע העלפן פאר די אומות העולם זענען נישט בייהילפיג פאר אידישע קינדער, פונקט ווי אידן זענען אן עם הנבחר זענען אויך זייערע שיץ מיטלען און פארזיכערונגען פון א גאנץ אנדערע נאטור, מיט אן אנדערע סדר אלקי און מיט אנדערע פארשריפטן וירם קרן לעמו, לא עשה כן לכל גוי.

עשו'ס ברכה איז "ועל חרבך תחי'", זיין הצלחה איז געוואנדן אין די שטארקייט פון זיין פויסט, אבער די קיום פון יעקב איז "ויתן לך אלקים", דאס זענען צוויי קעגנזייטיגע נאטורן, די "ידי עשו" קענען קיינמאל נישט העלפן פאר דעם פאלק וואס דארף זיך באנוצן מיט'ן "קול יעקב".

שרייען אין די גאסן און רעוואלטירן קעגן די רעגירונג באאמטע איז מעגליך א גוטע לעזונג פאר'ן אפריקאנער אמעריקאנער גוי, אבער כלל ישראל האט אן אנדערע הנהגה, יצב גבולות עמים למספר בני ישראל, כי חלק ה' עמו יעקב חבל נחלתו, מיר זענען דער עם סגולה וואס ווערט געפירט מיט א העכערע הנהגה, און מיר געבן זיך נישט קיין עצה מיט די זעלבע מעטאדן און אויף די זעלבע שניט ווי אלע פעלקער.

פארלאפענעם שמחת תורה האבן מיר געליינט די ברכה פון משה רבינו פאר כנסת ישראל וואס ענדיגט זיך מיט'ן פסוק "אשריך ישראל מי כמוך עם נושע בה' מגן עזרך ואשר חרב גאותך", די מפרשים, דער אבן עזרא און דער ספורנו אויפ'ן פסוק, זאגן ביידע פשט אז אידן זענען אנדערש ווי די אומות העולם, די גוים געווינען מיט זייער שווערד און מיט דעם כח הזרוע אבער אידן קענען נאר מצליח זיין און נאר געהאלפן ווערן דורך השי"ת, מיר זענען דער "עם נושע בה'" און נאר ער איז "חרב גאותך", די אלע גאסן פראטעסטן, לאזונגען און אגרעסיווע דעקלעראציעס, זענען זייער גוט פאר די שווארצע געמיינדע, אבער מיר זענען דער עם ה', ביי אונז ארבעט נישט דער מהלך.

אונזער ישועה איז נישט דורך ליארעמען און רעוואלטירן, אונזער הצלה איז נישט דורך עפענטליכע דעקלעראציעס קעגן די גוי'אישע פאליטיקאנטן, מיר זענען דער עם ה' און מיר ווערן געפירט און דירעקטירט דורך השי"ת אליין. פארקערט גאר, די אלע סארט פעולות בזרוע בשר נעמען חלילה אוועק די שמירה עליונה וואס איז דא אויף אידן אין גלות. אויב אידן זענען חלילה נישט מקיים די עצה פון די תורה זיך צו פירן בהכנעה אין גלות, פארלירט מען דורך דעם די ספעציעלע השגחה און שמירה עליונה וואס איז דא אין גלות.

מען זעהט עס אפילו בחוש מיט די פליישיגע אויגן וויאזוי די זינלאזע מהלך האט בלויז געברענגט צרות און פראבלעמען פאר אידן. אין דער צייט וואס די "בלעק לייווס מעטער" פראטעסטן האבן גענאסן פון אן אויסטערלישע שטיצע דורך די גאנצע מידיע און אלע פרעסע אגענטורן האבן דאס געדעקט סימפאטיש, איז אבער פונקט קאפויער ביי די לעצטיגע אומרוען אין בארא פארק, וואס ווערט אראפגעמאלן דורך די מידיע אין א גאר אומגינסטיגע ליכט, וואס ברענגט ליידער א געוואלדיגן חילול ה'.

אפגעזען פון דאס נארישקייט ווען ביי די פארזאמלונגען אין בארא פארק האבן די באטייליגטע געשריגן "דזשוס לייווס מעטער", וואס ווערט זייער נישט גוט אויפגענומען אין די אויגן פון דעם אלגעמיינעם גוי, וועלכער קוקט דאס אן ווי א זלזול אין די ליידן פון די שווארצע, איבערהויפט אז לויט דעם גוי טוט דאך דער גאווערנער די שריט כדי דער וויירוס זאל נישט צעשפרייט ווערן צווישן אונז.

א טאג נאך דעם ערשטן פראטעסט פארזאמלונג איז דער "דעילי ניוז" ערשינען מיט א גיפטיגן קעפל "אוי, רעוואלט - מיר גייען נישט ביי די געזעצן פון אמעריקע, מיר האבן אונזערע אייגענע געזעצן". ווידעראום דער ניו יארק טיימס האט פארעפענטליכט א לענגערן ארטיקל וואו זיי ערקלערן וויאזוי ארטאדאקסישע אידן פארשפרייטן דעם וויירוס רח"ל און היטן נישט אפ די געזונטהייט רעגולאציעס.

מיר זענען דא צוגאסט, קיינער גלייכט אונז נישט און קיינער זוכט נישט זיך צו אידענטיפיצירן מיט אונז. ווען מען שטעלט זיך ארויס מיט א טראציגע עזות צו צייגן אז מיר שרעקן זיך נישט פון די באאמטע, איז מען בלויז גורם נאך מער שנאת ישראל און עס נעמט אוועק יעדעס ביסל סימפאטיע פון אונז.

מיר דארפן זיך שטארקן מיט אמונה אין דעם 'גדול הרועה המצילן', און זיך מחזק זיין מיט די שמירה עליונה און השגחה נפלאה וואס עס איז פארהאן פון השי"ת אויף אידן אין גלות, הן הן נוראותיו הן הן גבורתיו, ווי מבואר אין דברי חז"ל ובספה"ק אז אין גלות איז פארהאן א באזונדערע השגחה מיוחדת צו היטן און שיצן אויף אידן ובכל מקום שגלו שכינה עמהן, וואס דאס איז אונזער בעסטער געווער און הבטחה ביז ווען מיר וועלן באפרייט ווערן פון גלות אמעריקע דורך השי"ת אליינס.

Netruna header (3).png

נטרונא שפילט אראפ די היציגע געפארפולע טענער

0023330_.jpg

מער פון אלעם צייגן די יעצטיגע געשעענישן דאס קריטישע וויכטיגקייט אז תורה טרייע אידן זאלן רעפרעזענטירט ווערן ריכטיג דורך אחריות'דיגע און תורה'דיגע ווארטזאגער.

דאס מציאות איז אז די היימישע בארא פארק איז א שטאט וואו דאס מערהייט איינוואוינער זענען אידן וואס ווילן נישט די סארט פראוואקאציעס. די גרעסטע קהלות און מוסדות אין שטאט זענען סאטמאר, באבוב, וויזניץ מאנסי, און אנדערע היימישע קרייזן, וועלכע זענען זייער נישט צופרידן פון די ווילדע אגיטאציעס, און מערערע פון די רבנים ומנהיגי הקהלות האבן טאקע שארף מוחה געווען אויף די סארט הנהגה.

אבער פארט ווערט ליידער די גאנצע שטאט געפארבט מיט דעם אימעדזש פון אנארכיזם און אנטי - גאווערמענט פראטעסטן, צוליב דעם וואס עטליכע צעיושעטע עלעמענטן פראקלאמירן דאס הויעך איינמאל און נאכאמאל פארנט פון די מידיא.

עס איז שוין צום באדויערן נישט דאס ערשטע מאל וואס עס גייט ארויס אזעלכע סארט מעסעזשעס פון בארא פארק, אדאנק די הפקר יונגען ווארטזאגער וואס זענען גורם א געוואלדיגע חילול ה' להבאישנו ביושב הארץ, אין דער צייט וואס דער ציבור התושבים איז לגמרי נישט מסכים דערמיט אבער זייער שטימע ווערט נישט געהערט.

די פרעסע ווייסט נישט וואס מען רעדט צווישן זיך אין בית המדרש, זיי באקומען זייער אינפארמאציע פון די גאסן יונגען וועלכע שטעלן זיך צום קעמרע און דערקלערן זיך אלס די ווארטזאגער פון די געמיינדע, וואס ברענגט א שרעקליכן חילול ה' און א נישט ריכטיגע בליק אויף די גאנצע געגנט.

דאס איז א קריטיש וויכטיגע לעקציע איבער דאס שטייגענדע נחיצות אז דאס יהדות החרדית זאל ווערן ריכטיג פארטרעטן פאר די ברייטע גאס, א שטייגער ווי די נטרונא פלאטפארמע וואס טוט אומאויפהערליך אפווארפן די פאלשע אפטרופסוס פון אזעלכע זעלבסט געקרוינטע ווארטזאגער, און ברענגט פאר די מידיע די אמת'ע שטעלונג פון רוב מנין ורוב בנין פון תורה טרייע אידן.

אין לויף פון די לעצטע טעג איז טאקע מפעל הק' נטרונא פארטון אין דעם חובת השעה, די מיסיע צו קלארשטעלן פאר די ברייטע גאס אז די ווילדע אגיטאציעס טוען בהחלט נישט פארטרעטן די אינטערעסן פון פרומע אידן.

באלד נאך די ווילדע גאסן פארזאמלונגען חול המועד האט נטרונא ארויסגעשטעלט א קלארן דייטפולן מעסעזש: "די פראטעסט דורך א קליינע פארזאמלונג אין ברוקלין זענען אבסעלוט ווערט צו פארשריגן ווערן. עס איז פארדאמט געווארן דורך אלע רבנים און ערוויילטע באאמטע. ס'איז אונזער בעסטע זכות, מאראל און רעליגיעזע אבליגאציע צו אויספאלגן די געזעצן פון אונזער באליבטע לאנד, דאס איז נישט אונזער וועג, דאס איז נישט וואס מיר טוען.".

דאס זעצט פאר מיט אן אקטיוון קאמפיין אויף די סאציאלע מידיע נעצן וואו עס ווערט איינמאל און נאכאמאל ארויסגעברענגט אז אידן זענען א "ממלכת כהנים וגוי קדוש", וואס באנוצן זיך נישט מיט קיין רעטאריק און אגרעסיווע פראוואקאציעס. מיר טוען רעספעקטירן און מיר זענען געטריי צו אונזער גאווערמענט ווייל דאס איז א פונדאמענטאלע פרינציפ אין אידישקייט, און דעריבער טוען די אלע אומ'אחריות'דיגע שריט נישט רעפלעקטירן אונזער כלליות'דיגע סענטימענט.

דער ברייטער קאמפיין שלאגט ב"ה פאזיטיווע ווארצלען וואס איז קענטיג אויף די רעאקציעס און אויף דעם גרויסן פרסום פון די מעסעזשעס, ומעט מן האור דוחה הרבה מן החושך. און געוויס איז מען אנגעוויזן אויף די ווארימע הילף פון אחים לדעה צו קענען נאכמער פארשטארקערן דעם קאמפיין אויף מערערע פראנטן, און אפשלאגן די שעדליכע רעטאריק. עשה למען כבוד שמו יתברך המחולל ! עשה למען הצלת ישראל! דער מעסעזש מוז דערהערט ווערן !
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פון הייליגער טאהשער שטעטל
אטעטשמענטס
טאהש11.jpg
טאהש11.jpg (497.03 KiB) געזען 3495 מאל
טאהש 21.jpg
טאהש 21.jpg (386.08 KiB) געזען 3495 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איינער האט מיר פארציילט אז ער איז געווען ביי אן אפוינטמענט אין מאנטריאל און מען האט אים געפרעגט מיט פארדאכט צו ער האט זיך אויך באטייליגט ביים אומלעגאלן צוזאמענקום. אין די רואיגע קאנאדע וואו רוב עולם איז גראד און פאלגט איז עס געווען די העכסטע סענזאציע, די הקפות
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

די טאהש'ע קהילה האט ארויסגעלייגט זייער א שיינע און אויפריכטיגע צעטל.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אורח הכבוד האט געשריבן:
3846.jpeg


זייער זייער שיין און קלאר!

דארף מען נאר זעהן אז סזאל אנקומען אין די ריכטיגע פלעצער.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

זייער קלוג געשריבן
אטעטשמענטס
IMG-20201018-WA0000.jpg
IMG-20201018-WA0000.jpg (694.15 KiB) געזען 3114 מאל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

דריידל האט געשריבן:זייער קלוג געשריבן

;l;p-
אזוי דארף מען האבן אסאך אזעלכע בריוון
שויתי ה' לנגדי תמיד
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4408
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

דריידל האט געשריבן:זייער קלוג געשריבן

100%

סאיז אינטערסאנט אז מקען איינרעדן דעים גאווערנער וואס מוויל... ער מיעט זיך אפילו נישט צו טשעקען צו סאיז אמת די אינפאו וואס דער מסור האט אים געברענגט....
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
nishtkushe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nishtkushe »

satmat letter grammar alert.

And will only BE attended by close family members. Missing a BE on the letter at the end.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אבי די גאווענאר וועט זיין צופרידן אז מהאט רעדוצירט 95 פראצענט פון צען טויזענט ביז פינעף הונדערט

וחמת המלך שככה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

.
אטעטשמענטס
IMG-20201018-WA0012.jpg
IMG-20201018-WA0012.jpg (72.45 KiB) געזען 2605 מאל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

nishtkushe האט געשריבן:satmar letter grammar alert.

And will only BE attended by close family members. Missing a BE on the letter at the end.


Cue is also misspelled. The word is queue
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

3765.jpeg
3765.jpeg (406.63 KiB) געזען 2240 מאל
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

בארא פארק, רעדטס ווייניגער און שטעלטס אויף קאראנע טעסטס אין יעדע גרויסע שול און ביי יעדע גרויסע סופערמארקעט. דאס אלעס.
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

א שרייבערל האט געשריבן:
3765.jpeg

סאיז אן עבירה צו גיין טעסטען !
מגייט אינז איינשפארען אזוי ווי אין די ווארשא געטאה !
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

הצעיר באלפי האט געשריבן:
א שרייבערל האט געשריבן:
3765.jpeg

סאיז אן עבירה צו גיין טעסטען !
מגייט אינז איינשפארען אזוי ווי אין די ווארשא געטאה !

:i" :i"
ווער ביסט דו חולק זיין מיט 12 גדולי ישרא' מיט דעת תורה
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

קרייסלער האט געשריבן:אבי די גאווענאר וועט זיין צופרידן אז מהאט רעדוצירט 95 פראצענט פון צען טויזענט ביז פינעף הונדערט

וחמת המלך שככה

אודאי, אזוי האנדלען קלוגע אידן אין גלות.
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

:grin:
קיקיון האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
א שרייבערל האט געשריבן:
3765.jpeg

סאיז אן עבירה צו גיין טעסטען !
מגייט אינז איינשפארען אזוי ווי אין די ווארשא געטאה !

:i" :i"
ווער ביסט דו חולק זיין מיט 12 גדולי ישרא' מיט דעת תורה


ביודעי ומכירי קאמינא,
זיי זענען באמת גדולי תורה, אבער זיי ווייסען נאר מ’זאגט זיי !
ל. שווימער
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 8:36 pm

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ל. שווימער »

הצעיר באלפי האט געשריבן:
א שרייבערל האט געשריבן:
3765.jpeg

סאיז אן עבירה צו גיין טעסטען !
מגייט אינז איינשפארען אזוי ווי אין די ווארשא געטאה !


קענסט אפשר מסביר זיין דיין לופטיגע זאץ.

פארוואס יא צוגיין איז קרוב אל השכל, פשוט אראפברענגן די נומערן צו קענען עפענען.

אז דו שיסט אזעלכע צוהיצטע מיינונגען, ערקלער דיך ביטע.
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קישקע »

הצעיר באלפי האט געשריבן:
א שרייבערל האט געשריבן:
3765.jpeg

סאיז אן עבירה צו גיין טעסטען !
מגייט אינז איינשפארען אזוי ווי אין די ווארשא געטאה !

אין קרית יואל הענגט צעטלעך ווער עס איז געזינט זאל זיך גיין טעסטן ודי
ווידער אין בארא פארק קען מען אזא זאך נישט שרייבן אבער עס מיינט די זעלבע.
איך פארלאז אייוועלט
אוועטאר
הגאון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:11 am

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגאון »

כ"ק אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר האט אצינד געזאגט א קורצע דרשה פאר אלע בחורים פון ישיבות קטנות וגדולה דורך א קאנפערענס, אז קיין שום בחור זאל זיך נישט באטייליגן די וואך ביי די חתונה בבית בנו הרה"צ ר' חיים הערש שליט"א

1-1-3 718-400-7877
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

פרישע קישקע האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
א שרייבערל האט געשריבן:
3765.jpeg

סאיז אן עבירה צו גיין טעסטען !
מגייט אינז איינשפארען אזוי ווי אין די ווארשא געטאה !

אין קרית יואל הענגט צעטלעך ווער עס איז געזינט זאל זיך גיין טעסטן ודי
ווידער אין בארא פארק קען מען אזא זאך נישט שרייבן אבער עס מיינט די זעלבע.

אונזערע שכנים טוען דאס טעגליך, אבער אונז וואס מיר וועלן נאר שרייבן וועט עניוועיס נישט זיין גוט
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קישקע »

יוראפ האט געשריבן:
פרישע קישקע האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
א שרייבערל האט געשריבן:
3765.jpeg

סאיז אן עבירה צו גיין טעסטען !
מגייט אינז איינשפארען אזוי ווי אין די ווארשא געטאה !

אין קרית יואל הענגט צעטלעך ווער עס איז געזינט זאל זיך גיין טעסטן ודי
ווידער אין בארא פארק קען מען אזא זאך נישט שרייבן אבער עס מיינט די זעלבע.

אונזערע שכנים טוען דאס טעגליך, אבער אונז וואס מיר וועלן נאר שרייבן וועט עניוועיס נישט זיין גוט

נישט זיין גיט פאר וועם?.
איך פארלאז אייוועלט
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

פרישע קישקע האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
פרישע קישקע האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
א שרייבערל האט געשריבן:
3765.jpeg

סאיז אן עבירה צו גיין טעסטען !
מגייט אינז איינשפארען אזוי ווי אין די ווארשא געטאה !

אין קרית יואל הענגט צעטלעך ווער עס איז געזינט זאל זיך גיין טעסטן ודי
ווידער אין בארא פארק קען מען אזא זאך נישט שרייבן אבער עס מיינט די זעלבע.

אונזערע שכנים טוען דאס טעגליך, אבער אונז וואס מיר וועלן נאר שרייבן וועט עניוועיס נישט זיין גוט

נישט זיין גיט פאר וועם?.

אונזערע שכנימס שכנים
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

ל. שווימער האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
א שרייבערל האט געשריבן:
3765.jpeg

סאיז אן עבירה צו גיין טעסטען !
מגייט אינז איינשפארען אזוי ווי אין די ווארשא געטאה !


קענסט אפשר מסביר זיין דיין לופטיגע זאץ.

פארוואס יא צוגיין איז קרוב אל השכל, פשוט אראפברענגן די נומערן צו קענען עפענען.

אז דו שיסט אזעלכע צוהיצטע מיינונגען, ערקלער דיך ביטע.


רופטס אריין
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”