סטיטשינער האט געשריבן:אונגארישע הייזער האט געשריבן:great האט געשריבן:סטיטשינער האט געשריבן:טוט זיך אין א''י יעצט אויב די בני א''י וואס האבען נישט געקענט קומען צום כותל שוין באלד צווי חדשים, צו זיי מוזען רייסען קריעה ווען זיי קומען צוריק. כ'האב מיך נישט אריין געלייגט, אבער איך זעה נישט פארוואס זיי זאלען זיין אנדערש ווי די בני חו''ל און נישט זיין מחיוב, און זיי גיין מוזן צוקומען צו התירים ווי מקנה זיין די קליידער. ויותר נראה לי אז אפילו די פוסקים וואס זענען מקיל נארמאל, ווי הגרש''ז זצ''ל, וויבאלד מ'קען אייביג צוקומען אויב מען וויל, קען זיין אז דא גיין זיי מודה זיין וויבאלד מען האט פאקטיש נישט געקענט צוקומען. ויש לדון בזה.
די בעסטע תירוץ איז מזאל בכלל נישט גיין........................................
אויך גוט...
אבער לעצם השאלה, מען האט דאך געקענט זעהן די גאנצע צייט דעם מקום המקדש פון אסאך פלעצער אויב אזוי וואס איז די שאלה, מען דארף נישט רייסן עקסטער קריעה אויפן כותל.
נישט ממש. חוץ הר הצופים אדער א פענט הויז אין מא''ש איז כמעט נישט דא. און גאנץ אלט שטאט איז געווען פארשפארט.
איך ווייס נישט וואס איר ווילט, פון דאך פון ביהמ"ד תולדות אהרן קען מען זעהן דעם מקום המקדש, פונעם הר הזיתים קען מען זעהן דעם מקום המקדש (כמיין אז דער הר הזיתים איז נישט געווען פארשפארט), און דאכט זיך אז פונעם בנין ת"ת יטב לב אין ירושלים קען מען עס אויך זעהן ועוד ועוד