יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

השקדן
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:22 am

יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקדן »

ווען ר' שמעון בן יוחאי האט זיך אויסגעדריקט שלעכט אקעגן די גאווערמענט איז געגאנגן יהודה בן גרים און איבערפארציילט, ונשמעו הדברים למלכות, זאגט רש"י אז ער האט עס נישט פארציילט פאר די גוישע רעגירונג נאר ער האט עס פארציילט פאר זיינע נאנטע פאר זיין משפחה אבער ס'איז אנגעקומען צו די נישט ריכטיגע אויערן.
די סוף ווייסט יעדער - ר' שמעון בן יוחאי לעבן איז אין א סכנה, ער באהאלט זיך פאר דרייצן יאר אין א מערה.
ווען ער קומט ארויס באגעגענט ער ר' יהודה בן גרים און ער רופט זיך "דער לעבט נאך" נתן בו עיניו ונעשה גל של עצמות.

געוואלד וואס האט ער שוין געטון? ער האט נישט גע'מסר'ט ח"ו. סך הכל פארציילט פאר זיין משפחה.

נאר ווען מ'פארציילט עפעס וואס גייט פאר ביי אידן דארף מען מאכן זיכער אז ס'קומט נישט אהן צו פרעמדע אויערן.
פאר א סיבה האמיר אונז אידן א שפראך "אידיש" אז מ'זאל קענען רעדן צווישן זיך.

איך גיי נישט אריין אין די גאנצע שמועס צו מ'מעג מאכן מנינים אדער נישט, קען זיין אז נישט, איך ווייס נישט.
אבער די אלע וואס האבן געמאכט קליפס אז מ'זאל נישט מאכן מנינים, געבעטן אויף די קליפס אז מ'זאל נישט מאכן א חילול השם, און גערעדט אין ענגליש, און ס'איז אנגעקומען צו די מידיא, צו די רעגירונג, צו די שונאי ישראל, זאלן גוט איבערלערנען די מעשה פון ר' יהודה בן גרים.

עטץ קענטס אידיש, רעד אין אידיש, די רבנים קענען אידיש, רעד צו זיי אין אידיש, פארוואס אין ענגליש?? (האבן זיי געוואלט אז ס'זאל אנקומען צו די אלגעמיינע גאס?)

זיי האבן געזאגט אז היסטארי וועט דזשאדזשען אז זיי זענען גערעכט. נו לאמיר זען..

ס'איז קלאר אז געוויסע שפיטעלער האבן זיך נישט אפגעגעבן מיט היימישע פאציענטן ווי ס'דארף צו זיין און נאך סאך ערגערס פון דעם מיט די טענה אז "די אידן פארשפרייטן די וויירוס" די אידן פאלגן נישט די רולס.

אפשר זאגסטו מיר פון ווי די אינדיאנע נורס אין האספיטאל ווייסט אז די אידן האבן א פארשטופטע מנין אין זייער בעיסמענט???
נאר זיי קענען ענגליש און זיי האבן געזעהן די ענגלישע קליפס... יהודה בן גרים פארציילט נאר פאר זיינע נאנטע אבער ס'איז אנגעקומען צו די רעגירונג און אריינגעלייגט אידישע לעבנס אין א סכנה.
יא היסטארי דזשאדזשט אז אידישע לעבנס זענען געווען הפקר...

פליז קומטס נישט שרייען אז די מנינים מאכערס און חתונה טאנצערס און לוויה קלאגערס זענען אליין שולדיג ווייל אויב אזוי איז ר' שמעון בן יוחאי אויך זיך אליין שולדיג, ווער האט איהם געבעטן צו מורד זיין במלכות.
שולדיג איז געווען ר' יהודה בן גרים וואס האט עס געוואשן ברבים.

נאכאמאל און נאכאמאל די שמועס איז נישט וועגן פאלגן. נישט וועגן רבנים, נישט וועגן מנין, נישט וועגן דינא דמלכותא, די שמועס איז אז אין אזא זמן רעדט מען אידיש צווישן זיך. (און אויב זיי קענען אידיש רעדט מען זייער זייער שטיל).

כ'האף אז די אלע קליפס און טוויטס האט נישט געקאסט קיין אידיש בלוט, אבער לאמיר זיין מער פארזיכטיג בעתיד.
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

זייער גיט ארויס געברענגט ;l;p-
אין אידש וואט נישט געווען אסאך בעסער ליידער זענען דא די אוועגעפאלענע וואס געבן עס איבער
אזוי מיין איך די מעגסט האלטן פארקערט
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm

שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!

ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

;l;p- שארף און צום פוינט
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

סאו דאס גייט זיין די נייעסטע אין די סעריע פון 'שטערבליכע תירוצים'... די אלע קרבנות וואס מיר האבן פארלוירן איז צוליב די קליפ'ס וואס מען האט ארום געשיקט. אלע גוים האט מען באהאנדלט ווי בני מלכים אין שפיטאל, נאר די אידן מיט א חסידי'שע צורה זיי האט מען געפייניגט ווי אין בערגן בעלזן - און אלעס צוליב די קליפ'ס! און דערפאר טאקע, האבן אלע גוי'אישע פאציענטן איבערגעלעבט...

דער פסוק פון האלקים עשה את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים קומט צום געדאנק

רבותי! קאראנא וויירוס קומט פון ווערן אנגעשטעקט! זיך צו ראטעווען פון ווערן אנגעשטעקט איז דא איין עצה: זיצן אינדערהיים!!! און אפילו דאס איז נישט פול פרוף. די קינדער גייען ארויס שפילן מיט די שכנים, און קענען עס לייכט אריין ברענגען אין שטוב. דעמאלס טראכט א עצה וויאזוי מען קען דאס מינימיזירן. טו די מינימום זיך צו עדיוקעיטן איבער דעם וויירוס, און וויירוס'עס בכלל, און לויט די אינפארמאציע וואס דו האסט פרוביר צו אויסשטעלן דיין לעבן צו ווערן די ווייניגסטע אפעקטירט און אויסגעשטעלט צום וויירוס. וויסנשאפט איז מאכט!

צי עס איז מעגליך אז די שנאת ישראל וואס פלאקערט ארום אונז צוליב די אומפאראנטווארטליכע פארשוינען וואס האבן יא זיך צוזאמען גענומען, האט בעקיפין גורם געווען אז מען האט באהאנדלט אידישע פאציענטן ערגער ווי די גוי'אישע? מעגליך, אבער נישט אויפגעוויזן. א שפיטאל איז קיינמאל נישט קיין רעקאמענדירט פלאץ צו זיין. צענדליגער טויזנטער שטארבן א יאר בלויז פון מעדיקל מיסטעיקס. ווער רעדט נאך אינפעקשאנס.

און אויב עס האט יא פאסירט אין געוויסע פעלער, איז דאס נישט וואס האט גורם געווען זייער פטירה. קאראנע האט. און קאראנע קומט פון זיין אויסגעשטעלט צו אנדערע מיט דעם וויירוס. אבער פאר סאם ריזאן קענען אונזערע מענטשן דאס נישט פארשטיין.

פילייכט איז דאס געווען א טעות אין די הסברה קאמפיין. אנשטאט צו ווארענען מענטשן אז מען קען גיין אין שפיטאל, שטארבן, וואלט מען זיי געדארפט זאגן: דו ווייסט, דער שפיטאל איז נישט קיין פינף שטערנדיגער האטעל. מען האט נישט קיין ביקור חולים צימער, קיין וויזיטער'ס, קיין קרובים ביים בעט.

מען וואלט געדארפט זאגן פאר מענטשן, ווען אימער דו גייסט ארויס פון הויז פאר א אומנויטיגע סיבה, איז דא א מעגליכקייט (נישט אז דו קענסט ווערן אנגעשטעקט, אליין ליידן, אנשטעקן אנדערע, צי אפשר ביסטו שוין אנגעשטעקט און דו קענסט קראנק מאכן און הארגענען אנדערע, אבוויעסלי די טענה ארבעט נישט ביי אסאך מענטשן, עס איז צו סטרעיט פארווארד, צו פשוט. אנשטאט וואלט מען געדארפט זאגן:) עס איז דא א מעגליכקייט אז די שונאי ישראל מבית ומבחוץ וועלן מאכן א בלוט בלבול אויף אונז, און נאכדעם וועט עס גורם זיין אז אידן וואס זענען מיסטעריעז קראנק געווארן (פון עפעס א אומזעבארע מחלה וואס קיינער ווייסט נישט וואס צו טון זיך צו פארהיטן דערפון) זאלן ליידער ליידן געפערליכע צרות אין די שפיטעלער, און אפשר וועט דאס אפילו גורם געווען זיי זאלן שטארבן.

מען דארף רעדן די שפראך וואס דער עולם פארשטייט.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
בען שפירא
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:50 am

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען שפירא »

רוב אידן וואס האבן נישט געפאלגט אין אנפאנג די רעגולאציעס האבן סייווי נישט קיין סאושל מידיא אזוי אז ס'איז ברור כשמש אז די רודעריי אויף סאושעל מידיא האט גארנישט געהאלפן אויפקלערן די היימישע עולם.

ס'נישט קיין ספק אז ווען נישט די פילע קליפס אין טוויטס פון די "היימישע ליבהאבער" וואלטן מיר נישט צוגעקומען צו אזא שרעקליכע מצב פון שנאת ישראל ווי מען שטייט איצט.

די אלע אידן וואס האבן פארפירט אויף טוויטער כלומ'פרשט אונז צו ראטעווען פון טויט האבן למעשה אנגעברענגט טויט און פארנוכטונג אויף א שטייגער וואס מען האט שוין נישט געזען יארן.

זיי זענען עתיד ליתן את הדין, און זיי זאלן וויסן אז זיי האבן געגראבן א לאך אין זייער אייגענע שיף.

דער גוי וועט דיך נישט פרעגן פאר ער וועט דיך דיסקרימענירן אויב דו האסט געדאווענט מיט מנין אדער נישט... און דער גוי וועט אויך נישט קוקן צו דו ביזט א היימישע חסיד'שע אדער מער אן אויפגעקלערטער...

און צו די אלע אידן וואס זוכן נאך אלס מיט ליכט קליפס ארומצושיקן כאטש וואס איצט פאלגט דאך שוין יא רוב עולם, כ'האב נישט קיין ווערטער זיי צו באטיטלען חוץ פון היימישע קאפאוס.

הערטס אויף זיך אליינס צו באגראבן!
השקדן
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:22 am

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקדן »

Programming האט געשריבן:סאו דאס גייט זיין די נייעסטע אין די סעריע פון 'שטערבליכע תירוצים'...

קיינער רעדט נישט דא פון תירוצים, און נישט פון מנין, (איך דאווען ביחידות כהוראת פון מיין "גאנציעריגע" דיין)

נאכאמאל מ'רעדט פון איין זאך אויב די אלע קליפס וואס איז אנגעקומען צו די נישט גוטע אויערן כר' יהודה בן גרים האט אולי גורם געווען די טויט אדער התרשלות בחייו פון 1 איד.

וויאזוי שרייען זיי נאר, אפילו פאר א ספק פון איין איד'ס לעבן דארף מען טון אלעס אין די וועלט.

קען זיין אז די מנינים מאכערס האבן א דין רודף אדער רוצח און דארפן גיין אין גלות אדער אפשר גאר ברענגן א עגלה ערופה, איך ווייס נישט.
איך פרעג אויב די קליפ מאכערס און טוויט שיקערס האבן אפשר א ספק פון בלוט אויף זייער הענט.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

Programming האט געשריבן:סאו דאס גייט זיין די נייעסטע אין די סעריע פון 'שטערבליכע תירוצים'... די אלע קרבנות וואס מיר האבן פארלוירן איז צוליב די קליפ'ס וואס מען האט ארום געשיקט. אלע גוים האט מען באהאנדלט ווי בני מלכים אין שפיטאל, נאר די אידן מיט א חסידי'שע צורה זיי האט מען געפייניגט ווי אין בערגן בעלזן - און אלעס צוליב די קליפ'ס! און דערפאר טאקע, האבן אלע גוי'אישע פאציענטן איבערגעלעבט...

דער פסוק פון האלקים עשה את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים קומט צום געדאנק

רבותי! קאראנא וויירוס קומט פון ווערן אנגעשטעקט! זיך צו ראטעווען פון ווערן אנגעשטעקט איז דא איין עצה: זיצן אינדערהיים!!! און אפילו דאס איז נישט פול פרוף. די קינדער גייען ארויס שפילן מיט די שכנים, און קענען עס לייכט אריין ברענגען אין שטוב. דעמאלס טראכט א עצה וויאזוי מען קען דאס מינימיזירן. טו די מינימום זיך צו עדיוקעיטן איבער דעם וויירוס, און וויירוס'עס בכלל, און לויט די אינפארמאציע וואס דו האסט פרוביר צו אויסשטעלן דיין לעבן צו ווערן די ווייניגסטע אפעקטירט און אויסגעשטעלט צום וויירוס. וויסנשאפט איז מאכט!

צי עס איז מעגליך אז די שנאת ישראל וואס פלאקערט ארום אונז צוליב די אומפאראנטווארטליכע פארשוינען וואס האבן יא זיך צוזאמען גענומען, האט בעקיפין גורם געווען אז מען האט באהאנדלט אידישע פאציענטן ערגער ווי די גוי'אישע? מעגליך, אבער נישט אויפגעוויזן. א שפיטאל איז קיינמאל נישט קיין רעקאמענדירט פלאץ צו זיין. צענדליגער טויזנטער שטארבן א יאר בלויז פון מעדיקל מיסטעיקס. ווער רעדט נאך אינפעקשאנס.

און אויב עס האט יא פאסירט אין געוויסע פעלער, איז דאס נישט וואס האט גורם געווען זייער פטירה. קאראנע האט. און קאראנע קומט פון זיין אויסגעשטעלט צו אנדערע מיט דעם וויירוס. אבער פאר סאם ריזאן קענען אונזערע מענטשן דאס נישט פארשטיין.

פילייכט איז דאס געווען א טעות אין די הסברה קאמפיין. אנשטאט צו ווארענען מענטשן אז מען קען גיין אין שפיטאל, שטארבן, וואלט מען זיי געדארפט זאגן: דו ווייסט, דער שפיטאל איז נישט קיין פינף שטערנדיגער האטעל. מען האט נישט קיין ביקור חולים צימער, קיין וויזיטער'ס, קיין קרובים ביים בעט.

מען וואלט געדארפט זאגן פאר מענטשן, ווען אימער דו גייסט ארויס פון הויז פאר א אומנויטיגע סיבה, איז דא א מעגליכקייט (נישט אז דו קענסט ווערן אנגעשטעקט, אליין ליידן, אנשטעקן אנדערע, צי אפשר ביסטו שוין אנגעשטעקט און דו קענסט קראנק מאכן און הארגענען אנדערע, אבוויעסלי די טענה ארבעט נישט ביי אסאך מענטשן, עס איז צו סטרעיט פארווארד, צו פשוט. אנשטאט וואלט מען געדארפט זאגן:) עס איז דא א מעגליכקייט אז די שונאי ישראל מבית ומבחוץ וועלן מאכן א בלוט בלבול אויף אונז, און נאכדעם וועט עס גורם זיין אז אידן וואס זענען מיסטעריעז קראנק געווארן (פון עפעס א אומזעבארע מחלה וואס קיינער ווייסט נישט וואס צו טון זיך צו פארהיטן דערפון) זאלן ליידער ליידן געפערליכע צרות אין די שפיטעלער, און אפשר וועט דאס אפילו גורם געווען זיי זאלן שטארבן.

מען דארף רעדן די שפראך וואס דער עולם פארשטייט.

אייעם סארי קוקט אויס אז איר פארשטייט נישט וואס מען רעדט צו אייך, קיינער איז נישט נאריש צו זאגן אז דאס איז די סיבה פון וואס מענטשן שטארבן.. ליין איבער: כ'האף אז די אלע קליפס און טוויטס האט נישט געקאסט קיין אידיש בלוט... יא איך האף אויך אזוי ווייל אז די נירסעס און דאקטוירים ווייסן "אז יודן פארשפרייטן די וויירוס" בין איך נישט אזוי זיכער אז עס האט נישט געקאסט עטליכע לעבנ'ס (טאקע נאר עטליכע) צוליב פארנאכלעסינג פון די שפיטאל.
עס איז קלאר אז מען דארף אויפמערקזאם מאכן די ציבור אין וואסארע סכנה מיר געפינען זיך אבער אין אידיש, אידיש מיינט נישט נאר נישט ארויסגעבן קליפס אין ענגליש, נאר אפשר בכלל נישט גיין אויף די וועג, נאר רעדן ווי א איד רעדט צו א איד! וואו דו אליין האסט געשריבן ווי אזוי מען וואלט געדארפט אויפקלערן די עולם, אבער נישט אויף סאושל מידיא און מיט טוויטס.
און יא עס איז קלאר בפרט אויף דאס וואס מיר וועלן ליידן ווען די וויירוס וועט זיך ענדיגן, זענען די מענטשן עתיד ליתן את הדין.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

השקדן האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:סאו דאס גייט זיין די נייעסטע אין די סעריע פון 'שטערבליכע תירוצים'...

קיינער רעדט נישט דא פון תירוצים, און נישט פון מנין, (איך דאווען ביחידות כהוראת פון מיין "גאנציעריגע" דיין)

נאכאמאל מ'רעדט פון איין זאך אויב די אלע קליפס וואס איז אנגעקומען צו די נישט גוטע אויערן כר' יהודה בן גרים האט אולי גורם געווען די טויט אדער התרשלות בחייו פון 1 איד.

וויאזוי שרייען זיי נאר, אפילו פאר א ספק פון איין איד'ס לעבן דארף מען טון אלעס אין די וועלט.

קען זיין אז די מנינים מאכערס האבן א דין רודף אדער רוצח און דארפן גיין אין גלות אדער אפשר גאר ברענגן א עגלה ערופה, איך ווייס נישט.
איך פרעג אויב די קליפ מאכערס און טוויט שיקערס האבן אפשר א ספק פון בלוט אויף זייער הענט.

קודם זייער שיין געשריבן, הגם איך בין נישט אויף טוויטער אדער אנדערע סאשעל מידיא פלעטפארמס צו וויסן פון וואס דו רעדסט אבער אביסל הער איך.

צו דיין יעצטיגע אטאקעס קען איך רילעיטן, געזאגט פאר א פאמיליע מיגליד פאר 4 וואכן צוריק -ווען איך בין פרייוויליג אריין אין קווארענטין- אז איך קען נישט פארשטיין וויאזוי ס׳איז נאך דא מנינים אין בעסמענטס און מקואות נאך אפן, מ׳קופט נאך מעטשי קליידער וכו׳ וכו׳.

הייבט ער מיר אן צו באהאגלען מיט קליפים פון גוים שטייען צופאשט אין רייעס וכו׳ וכו׳.

רבש״ע כהאב דאך בכלל נישט גערעדט פון קיין גוים אדער יודען. מיך גייט בכלל נישט אן וואס דער גוי טוט זיך צו באהיטן פון דעם וויירוס, אבער מיר יודען דאס גייט מיר יא אן.

עני וועיס, דא אין מאנטריאל איז היינט ב״ה דא נאר מנינים אויף די פארטשעס ווי איך דאווען, מקואות זענען פארמאכט, געשעפטן זענען פארמאכט, אפי׳ עסענטשיעל געשעפטן היטן אויך אויף סאשעל דיסטענסינג ווי דער געזעץ פארלאנגט. און דער אייבישטער זאל ווייטער האלטן זיין רעכטער האנט.
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm

שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!

ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

Programming האט געשריבן:סאו דאס גייט זיין די נייעסטע אין די סעריע פון 'שטערבליכע תירוצים'... די אלע קרבנות וואס מיר האבן פארלוירן איז צוליב די קליפ'ס וואס מען האט ארום געשיקט. אלע גוים האט מען באהאנדלט ווי בני מלכים אין שפיטאל, נאר די אידן מיט א חסידי'שע צורה זיי האט מען געפייניגט ווי אין בערגן בעלזן - און אלעס צוליב די קליפ'ס! און דערפאר טאקע, האבן אלע גוי'אישע פאציענטן איבערגעלעבט...

דער פסוק פון האלקים עשה את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים קומט צום געדאנק

רבותי! קאראנא וויירוס קומט פון ווערן אנגעשטעקט! זיך צו ראטעווען פון ווערן אנגעשטעקט איז דא איין עצה: זיצן אינדערהיים!!! און אפילו דאס איז נישט פול פרוף. די קינדער גייען ארויס שפילן מיט די שכנים, און קענען עס לייכט אריין ברענגען אין שטוב. דעמאלס טראכט א עצה וויאזוי מען קען דאס מינימיזירן. טו די מינימום זיך צו עדיוקעיטן איבער דעם וויירוס, און וויירוס'עס בכלל, און לויט די אינפארמאציע וואס דו האסט פרוביר צו אויסשטעלן דיין לעבן צו ווערן די ווייניגסטע אפעקטירט און אויסגעשטעלט צום וויירוס. וויסנשאפט איז מאכט!

צי עס איז מעגליך אז די שנאת ישראל וואס פלאקערט ארום אונז צוליב די אומפאראנטווארטליכע פארשוינען וואס האבן יא זיך צוזאמען גענומען, האט בעקיפין גורם געווען אז מען האט באהאנדלט אידישע פאציענטן ערגער ווי די גוי'אישע? מעגליך, אבער נישט אויפגעוויזן. א שפיטאל איז קיינמאל נישט קיין רעקאמענדירט פלאץ צו זיין. צענדליגער טויזנטער שטארבן א יאר בלויז פון מעדיקל מיסטעיקס. ווער רעדט נאך אינפעקשאנס.

און אויב עס האט יא פאסירט אין געוויסע פעלער, איז דאס נישט וואס האט גורם געווען זייער פטירה. קאראנע האט. און קאראנע קומט פון זיין אויסגעשטעלט צו אנדערע מיט דעם וויירוס. אבער פאר סאם ריזאן קענען אונזערע מענטשן דאס נישט פארשטיין.

פילייכט איז דאס געווען א טעות אין די הסברה קאמפיין. אנשטאט צו ווארענען מענטשן אז מען קען גיין אין שפיטאל, שטארבן, וואלט מען זיי געדארפט זאגן: דו ווייסט, דער שפיטאל איז נישט קיין פינף שטערנדיגער האטעל. מען האט נישט קיין ביקור חולים צימער, קיין וויזיטער'ס, קיין קרובים ביים בעט.

מען וואלט געדארפט זאגן פאר מענטשן, ווען אימער דו גייסט ארויס פון הויז פאר א אומנויטיגע סיבה, איז דא א מעגליכקייט (נישט אז דו קענסט ווערן אנגעשטעקט, אליין ליידן, אנשטעקן אנדערע, צי אפשר ביסטו שוין אנגעשטעקט און דו קענסט קראנק מאכן און הארגענען אנדערע, אבוויעסלי די טענה ארבעט נישט ביי אסאך מענטשן, עס איז צו סטרעיט פארווארד, צו פשוט. אנשטאט וואלט מען געדארפט זאגן:) עס איז דא א מעגליכקייט אז די שונאי ישראל מבית ומבחוץ וועלן מאכן א בלוט בלבול אויף אונז, און נאכדעם וועט עס גורם זיין אז אידן וואס זענען מיסטעריעז קראנק געווארן (פון עפעס א אומזעבארע מחלה וואס קיינער ווייסט נישט וואס צו טון זיך צו פארהיטן דערפון) זאלן ליידער ליידן געפערליכע צרות אין די שפיטעלער, און אפשר וועט דאס אפילו גורם געווען זיי זאלן שטארבן.

מען דארף רעדן די שפראך וואס דער עולם פארשטייט.

נישט אמת וואס די שרייבסט, איך למשל בין געווען ערגעץ אין געטראפן די קעשיר גייט אן א מאסק אין הענטשוך, אין ער זאגט אז אידן האבן די וויירוס,
פון ווי ווייסט ער דאס?
געזעהן אין די מידיע, סאושל מידיע אין אזוי ווייטער, ווער פארשפרייט דאס אונזערע מענטשן וואס מיינען אונזער גוטס,
רבותי די וואס מיינען אונזער גוטס זאלן מוחל זיין אין טוישן זייער סטראטעגיע,
פארשפרייטס צעטלעך ווי אידן גייען, למשל אין גראסעריס, אין בעקעריס, און אין אנדערע פלעצער, אבער נישט אויף קליפס אפילו אין אידיש. עס איז גענוג איין נישט פארזיכטיגע מענטש, אין די מידיע, אין פיינטליכע פאליטיקאנטן זאלן נעמען פארפירן, וואס זיי טוהן עס שוין אזוי אויך. וואס פעלט אויס זיי צו געבען סחורה!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

אזא לאנגע דרשה האט דער פותח געשריבן, אבער איין קליינע נקודה האט ער פארזעהן. היינט איבער צו טייטשען פון אידיש אויף ענגליש איז גרינגער ווי אשרי. סאו נישט קיין חילוק צו מען וואלט געשיקט נאר אין אידיש וואלט עס סוף כל סוף ממילא אנגעקומען צו די מידיא וואס דרייט זיך ארום מיט א נר מצוה בדיקת חמץ סעט זיכען שמוץ אויף אונז. אפשר וואלט עס גענומען א טאג צוויי לענגער פאר די פאוסט ארויסצוגעבן זייער שענדליכע ארטיקלען, אבער סוף כל סוף וואלט עס זיכער אנגעקומען אפילו מען האלט זיך ווען צו דט סאושעל דיסטענסענג.

סאו אנשטאט צו אראפרייסן אייגענע ברידער אלץ יהודה בין גרים'ס און זיי מרמז זיין אז עס קומט זיי צו ווערן א גל של עצמות, באשולדיג ענדעשער די העסליכע מידיא, ווייל די זייגער קען מען ממילא נישט צרוק דרייען.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
בען שפירא
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:50 am

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען שפירא »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:אזא לאנגע דרשה האט דער פותח געשריבן, אבער איין קליינע נקודה האט ער פארזעהן. היינט איבער צו טייטשען פון אידיש אויף ענגליש איז גרינגער ווי אשרי. סאו נישט קיין חילוק צו מען וואלט געשיקט נאר אין אידיש וואלט עס סוף כל סוף ממילא אנגעקומען צו די מידיא וואס דרייט זיך ארום מיט א נר מצוה בדיקת חמץ סעט זיכען שמוץ אויף אונז. אפשר וואלט עס גענומען א טאג צוויי לענגער פאר די פאוסט ארויסצוגעבן זייער שענדליכע ארטיקלען, אבער סוף כל סוף וואלט עס זיכער אנגעקומען אפילו מען האלט זיך ווען צו דט סאושעל דיסטענסענג.

סאו אנשטאט צו אראפרייסן אייגענע ברידער אלץ יהודה בין גרים'ס און זיי מרמז זיין אז עס קומט זיי צו ווערן א גל של עצמות, באשולדיג ענדעשער די העסליכע מידיא, ווייל די זייגער קען מען ממילא נישט צרוק דרייען.

שטותים והבלים. ווען די "געטרייע פארזאגער" מאכן ווען א נערמאלע קאמפיין אויפצוקלערן די שעדליכקייט און אנשטעקיגקייט פון די וויירוס אויף א היימישע וועג, ווי רעדן צו רבנים, קול מבשר (און נאך אסאך וועגן וואס מען קען טון, אויב וואלטן זיי ווען באמת געזארגט אויף אידישע לעבנס) וואלטן סאך מער מענטשן צוגעהערט און עס וואלט נישט געווען וואס זאל אנצוקומען צו די מידיא.

פארוואס דארף מען ארומשיקן קליפס און בילדער און שרעקעדיגע טוויטס ווי כאילו קיינער ביי אונז פאלגט נישט די געזעצן, אויף טוויטער אין ענגליש? וועלכע קליענטעל צילסטו דא?

ווי קומט בכלל טוויטער און סאושעל מידיא אריין אין אזא קאמפיין???

און נאכדערצו די חברה וואס שיקן נאך אלס ארום טראץ וואס רוב עולם פאלגט שוין, און מען ווייסט שוין די פייער פון אנטיסעמעטיזעם וואס דאס ברענגט אן. א מין צודרייטקייט און רשעות דאס.
איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

בען שפירא האט געשריבן:

קודם כל א נארמאלע קאמפיין איז געהעריג געווען און די מצב איז ווייטער די זעלבע ווי בעפאר, אמת רוב עולם האלט זיך טאקע צו דעם, אבער טאקע די חברה וואס נישט העלפט נישט קיין נארמאלע קאמפיין פאר זיי, און טאקע זיכער נישט קיין סאושעל מידיא קאמפיין. אויף זיי ווער עס פראבירט זיי צו האלטן אין די ראמען איז א צועק לשעבר.

אבער רעד דיך נישט איין אז די מידיא וואלט זיך נישט ארויף געכאפט אויף אונז ווען מען שיקט ווען נישט קיין סאושעל מידיע
קליפס, און אפילו מען פאלגט ווען יא די גיידיילנס. פונקט אזוי ווי יעצט ווען 85% האלט זיך דערצו, שפילען זיי עס אויף ווי כאילו קיינער פאלגט. ביי גענוג אנדערע מעשיות איז עס אנגעקומען צו זיי אהן קיין סאושעל מידיא.

צו די וואס שיקען קליפס זענען גערעכט איז א לענגערע דיבאטע וואס איך וויל מיר נישט יעצט אריינלאזן אין, אבער שטארק מסתבר אז זיי זענען נישט. אבער איין זאך; מיש נישט קיין יוצרות, דאס וואס די מידיא העצט האט נישט גארנישט מיט זיי, זיי וואלטן און וועלן אייביג פארפירען קעגן היימישע אידן.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

“ס'איז קלאר אז געוויסע שפיטעלער האבן זיך נישט אפגעגעבן מיט היימישע פאציענטן ווי ס'דארף צו זיין און נאך סאך ערגערס פון דעם מיט די טענה אז "די אידן פארשפרייטן די וויירוס" די אידן פאלגן נישט די רולס.”
איז טאקע אזוי?
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

כהאב עפעס געשריבען ביי א אנדערע אשכול, אבער היות מענטשען האבען געבעטען פריוואט אז מזאל מער שרייבען לייגיך קודם איבער יענס,

כהאף אז אפי "פראגרעממינג" און אנדערע וועלען עס ענדליך פארשטיין, ווייל איך רעד אידיש מאמע לשון צי אים אין צי אנדערע צדיקים, איך בין נאר מעורר אין א בחינה פון אין מזרזין אלא מזרזין, מענטשען וואס האבען קאמען סענס,
און אנדערע ווערטער איך רעד נאר ווייל איך האלט אז סטוט אויף (אפשר ציביסליך, אבער נאכאלס) כפארשטיי סאיז שווער מסביר צי זיין פאר סתם אינגעלייטלעך וואס דרייען זיך דא וואס פאר א שפיל מיט פייער זיי טון דא, זיי זענען ציגעוואוינט אז וואס מוויל קען מען האבען ביז א מינוט (ב"ה) דא אין די מלכות של חסד, זיי פארשטייען נישט וואס מיינט זיך אפשטעלען טראכטען א מינוט , העי סאמטינג גאואינג אן, סאיז זיי שווער צי כאפען וואס מיינט אן אחריות, אין נישט אלעס פאנגט זיך אן אין ענדיגט זיך מיט א טייפעריי אויפן קיבארד און ביז ווילאנג איך - מעכטיגע טייפער/מאט בעקיטשע /שווארצע גלעזער/יוקאן דרייווער/קאלערדיגע חתונה לייט טאנצער/מאמענט געוואלדיגע שרייבער- וועל נישט איינזען אז סקאסט בלוט וועל איך מיך בשום אויפן נישט טוישען פון מיין געוואוינהייט , נישט קיין חילוק וויפיל מענטשען וועלען מיך ווארענען וועל איך האבען אלע ערליי פוילע תירוצים דעס איז שולדיג יענס איז שולדיג, יעדער נאר נישט איך "אני ואפסי "
אפי ווען מענטשען שרייען אז דע זאכען זענען "ספק" רציחה ווילען נאך אלטס נישט א קליינע מיעוט איינזען אז זיי מוזען תיכף ומיד סטאפען די זאכען אפי' פאר צייטווייליג ווייל סאיז א ספק פיקוח נפש, דא זעען זיי נישט איין רח"ל די ספק, אין זיי ווילען ווייטער גיין מיט די קאפ אין וואנט אריין אין א בחינה פון א סיקריק,
פארוואס סאיז געשען איז ליידער דא א הסבר אבער עכמ"ל

אין צי יענער דא וואס שרייבט אז אידיש איז פונקט אזא פראבלעם, "גערעכט" נישט אומזיסט שטייט סוג לחכמה שתיקה,
און ווי די פותח האשכול האט אליינס געשריבען אנפאנג מיט די מעשה פון ר' יהודא בן גרים אז ער האט גערעדט נישט נאר אויף אידיש נאר ער האט גערעדט צי אפאר באקאנטע,
מסתמה האט דער פותח האשכול געמיינט צי זאגען , ווען ער האט געזאגט מזאל רעדען אויף אידיש, אז מזאל רעדען ווי אידען דירעקט צום אויערען צי דע וואס דארפען עס הערען אויף די וועג זיי זאלען עס הערען, (איך רעד פון מענטשען וואס האבען נישט גראד פארשטאנען די ערענסקייט פון די וויירוס)
במילא זענען זיינע ווערטער געצילט (מיינע ווערטער זיכער )פונקט אזוי צי מאמענט שרייבערלעך אינגעלייטלעך וואס האלטען א פעדער'ל און האנט אין מוזען אנפילען ליידיגע בלעטער אויף מיין אין יעדעמס חשבון,

נו שוין דא האט עטץ די קאפי
-----------------------------------------------------------------------------------------

גאנץ גוט גראדע.

אבער דא איז א פאבליק סייט נישט א וואנט אין א כולל,

מענטשען קענען דעס זייער שלעכט אויסטייטשען, ווען גייט מען זיך דעס אויסלערנען

יעדער קען דא ליינען, אפי' דוב הייקינד,
עד מתי ווילאנג נאך וועט מען פייניגען כלל ישראל מיט אזאלכע זאכען ? כלל ישראל איז איינגעשפארט שוין וואכען , קעמפס גייען זיין ציגעשפארט ,משפחות מאכען מיט מדורי גהינום רח"ל , כלל ישראל מאכט מיט ציזאמען מיט גאנץ אמעריקע, ציזאמען מיט לאמבארדי ,ציזאמען מיט עלמרהוסט קווינס, ציזאמען מיט איסט ניו יארק, ציזאמען מיט בראנקס, מפייניגט מענטשען וואס טיען דאס בעסטע וואס זיי קענען, אבער די געברויך צי פלאפלען אין יענטען אין סאושעל מידיאן קען זיך נאך אלטס נישט אפשטעלען...

לעטס פלעטען די קארוו , ווי ווייניגער מענטשען וועלען אנטיילנעמען אין די שדים טאנץ אלטס ווייניגער אפיסעס פאר אנטיסעמיטיזעם וועט מען דארפען,
יעדער יחיד זאל מעורר זיין פאר מענטשען וואס זיי קענען וואס פירען מערכות אויף טוויטער בכה ובכה, סאיז מאראסט!! סאיז א געמויזאכטס!! סאיז בלאטע!! מווערט נאר אריינגעשלעפט, מווערט נאר אנגעשטעקט, מווערט נאר שיכור. נו גיי רעד צי שיכורים פורים נאכמיטאג,

איינער פארציילט מיר אז די ערשטע פאר טעג ווען סאיז געווען כאאס אין סאיז געקומען צימישטע מעסעזש אין מהאט געדאווענט אין די לינטש פארק (דאמאלטס האט געהייסען אז אינדרויסען מעג מען) איז פאליס אנגעקומען יענע פרייטיג אין אנגעפאנגען צי פארפירען אנגעצינדען לייטס געשריגען מיט מייקס געוואלט ארעסטירען, די בחורים האבען אנגעפאנגען צי שפילען קעטש, קומט אן א אינגערמאן אין פרעגט פון די פאליציי וואס גייט פאר? זאגען זיי אונז האמיר נישט קיין ברירה אונז זעמיר נישט ציגעוואוינט אונז האמיר קיינמאל נישט געהאט אזא סיטואציע אבער מטאר נישט קאנגרעגעטען אין די זעקס פיס מטאר נישט ארום שפאצירען, און דא שמועסן די בחורים זיי שפאצירען ארום, זאגט דע אינגערמאן כבעט ענק לעשט אויס די לייטס מיט די מייקס כדי אלע קינדער און בחורים וואס זענען זיך ציזאם געלאפען זאלען זיך ציגיין לאזטס נאר איבער איין פאליס קאר אין ער וועט רעדען מיט די בחורים וועגען די נייע מצב אין שטאט וואס גייט פאר, אין די פאליציי האט עס געטון,
דע אינגערמאן איז ציגעגאנגען אין ארום צי די בחורים ער האט זיי מסביר געווען די גאנצע מצב און וואס די 6 פיס מיינט אין דא איז נישט קראלע אין סאיז נישט ביזנעס עז יוזשעל אין זיי זאלען זיך ציגיין אין לאזען דאווענען דע וואס ווילען אין נישט שפאצירען, נאר דאווענען לשם דאווענען אין גיין, סאיז נישט דורך קיין פינעף מינוט אין די אלע בחורים האבען געפאלגט, די פאליציי האט זיך נישט אויפגעהערט צי באדאנקען פאר דעם אינגערמאן,

מיין חבר וואס האט מיר עס פארציילט האט מיך געזאגט ער האט געשטוינט, קומט א אינגערמאן כאפט נישט קיין קליפס רעדט נישט צי vin רעדט נישט צי יעשיבע ווארלד נוז רעדט נישט צי די ראדיאו wabc ,פאר מיליאנע גוים (רעדט ניטעמאל דא ) טוט צי די זאך אין טוט אויף ביז פינעף מינוט, כמוהו ירבה
בקיצור מדארף דעס האלטען אין איין מעורר זיין ווייל סאיז נישט דא קיין ברירה אין סאיז אנשטעקיג אין איינמאל מאיז פארכאפט אין פלוישען אויף אינטערנעט טוויטער wabc קוקט אויס סאיז א שווערע קרענק אין מדארף האבען רחמי שמים אין מתפלל זיין צי ווערען גענצליך ערהוילט (מטאר קיינמאל נישט אויפגעבען) אבער וואס זאל מען טון אז ווי לאנג דע קרענק וועט זיך דרייען צווישען המון עם איז עס דענזשריס אין קען לייגען יעדעם איינעם אין געפאר,
לאמיר לייגען די צימישעניש אונטער אונז און אריבערמישען דאס בלעטעל , מדארף עס נישט ארום דרעגען אין פארשמירען , סאיז געשען וואס סאיז געשען סאיז געווען דריי פיר טעג תוהו ובוהו רח"ל זאל מיר מער נישט אויספרובירט ווערען, אין יעדער קען אוועק גיין פון די נושא אין לאזען אויב ספעלט אויס די קהילות אין הצלה וכד' קעיר נעמען פון דעי נושא זיי מאכען ב"ה א גוטע זשאב די לעצטע פאר וואכען, סנעמט נישט איין מינוט אבער זיי קומען אן,
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:
בען שפירא האט געשריבן:
איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:אזא לאנגע דרשה האט דער פותח געשריבן, אבער איין קליינע נקודה האט ער פארזעהן. היינט איבער צו טייטשען פון אידיש אויף ענגליש איז גרינגער ווי אשרי. סאו נישט קיין חילוק צו מען וואלט געשיקט נאר אין אידיש וואלט עס סוף כל סוף ממילא אנגעקומען צו די מידיא וואס דרייט זיך ארום מיט א נר מצוה בדיקת חמץ סעט זיכען שמוץ אויף אונז. אפשר וואלט עס גענומען א טאג צוויי לענגער פאר די פאוסט ארויסצוגעבן זייער שענדליכע ארטיקלען, אבער סוף כל סוף וואלט עס זיכער אנגעקומען אפילו מען האלט זיך ווען צו דט סאושעל דיסטענסענג.

סאו אנשטאט צו אראפרייסן אייגענע ברידער אלץ יהודה בין גרים'ס און זיי מרמז זיין אז עס קומט זיי צו ווערן א גל של עצמות, באשולדיג ענדעשער די העסליכע מידיא, ווייל די זייגער קען מען ממילא נישט צרוק דרייען.

שטותים והבלים. ווען די "געטרייע פארזאגער" מאכן ווען א נערמאלע קאמפיין אויפצוקלערן די שעדליכקייט און אנשטעקיגקייט פון די וויירוס אויף א היימישע וועג, ווי רעדן צו רבנים, קול מבשר (און נאך אסאך וועגן וואס מען קען טון, אויב וואלטן זיי ווען באמת געזארגט אויף אידישע לעבנס) וואלטן סאך מער מענטשן צוגעהערט און עס וואלט נישט געווען וואס זאל אנצוקומען צו די מידיא.

פארוואס דארף מען ארומשיקן קליפס און בילדער און שרעקעדיגע טוויטס ווי כאילו קיינער ביי אונז פאלגט נישט די געזעצן, אויף טוויטער אין ענגליש? וועלכע קליענטעל צילסטו דא?

ווי קומט בכלל טוויטער און סאושעל מידיא אריין אין אזא קאמפיין???

און נאכדערצו די חברה וואס שיקן נאך אלס ארום טראץ וואס רוב עולם פאלגט שוין, און מען ווייסט שוין די פייער פון אנטיסעמעטיזעם וואס דאס ברענגט אן. א מין צודרייטקייט און רשעות דאס.

קודם כל א נארמאלע קאמפיין איז געהעריג געווען און די מצב איז ווייטער די זעלבע ווי בעפאר, אמת רוב עולם האלט זיך טאקע צו דעם, אבער טאקע די חברה וואס נישט העלפט נישט קיין נארמאלע קאמפיין פאר זיי, און טאקע זיכער נישט קיין סאושעל מידיא קאמפיין. אויף זיי ווער עס פראבירט זיי צו האלטן אין די ראמען איז א צועק לשעבר.

אבער רעד דיך נישט איין אז די מידיא וואלט זיך נישט ארויף געכאפט אויף אונז ווען מען שיקט ווען נישט קיין סאושעל מידיע
קליפס, און אפילו מען פאלגט ווען יא די גיידיילנס. פונקט אזוי ווי יעצט ווען 85% האלט זיך דערצו, שפילען זיי עס אויף ווי כאילו קיינער פאלגט. ביי גענוג אנדערע מעשיות איז עס אנגעקומען צו זיי אהן קיין סאושעל מידיא.

צו די וואס שיקען קליפס זענען גערעכט איז א לענגערע דיבאטע וואס איך וויל מיר נישט יעצט אריינלאזן אין, אבער שטארק מסתבר אז זיי זענען נישט. אבער איין זאך; מיש נישט קיין יוצרות, דאס וואס די מידיא העצט האט נישט גארנישט מיט זיי, זיי וואלטן און וועלן אייביג פארפירען קעגן היימישע אידן.
איטליעסט קען מען ב"ה דא נאך פירען א נארמאלע שמועס מיט ענק
איך בין מחולק מיט צוויי שטארקע נקודות
א נארמאלע קאמפיין טוט יא אויף סנעמט נאר צייט
אין די צווייטע נקודה איז יסודתדיג אין קריטיש די ( און א חלק ציבור) ביסט ליידער ציגעוואוינט די לעצטע 15 /20 יאר צי סאושעל מידיא, זיי וואלטען "נישט" גערעדט אזוי אן אונזער דור הפלגה געמויזאכטס
קיינער האט נישט ליב און קיינער האט נישט פיינט.. זיי גייען צי זייער ספארטס און עסען זייער האמבורגער, אין רעדען וואס איז פאני אין און די נייעס,
זיי גייען גראד ביז מלייגט איינעם אראפ פאני אין צירוק געבליבען, ביי זיי קען זיין א בודהיסט משוגענע סעקט קאאל אין מעכטיג, אין א קריסט משוגע סווענט זיך וויאזוי די אייגענע פלוישען, א גוי קען פארנעמען סאך מער משוגעתן ווי די מיינסט .
איין זאך קען נישט א גוי פארנעמען... מלשינות.

נישט קיין חילוק אויף וועמען מעקסיקאנע רייכע שווארצע געלע טשייניזע און אידען
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

Programming האט געשריבן:דער פסוק פון האלקים עשה את האדם ישר והמה בקשו
חשבונות רבים קומט צום געדאנק

נישט געקענט בעסער ארויסברענגען

קומען אומפארשעמטע יונגאטשעס און מאכן קליפס אין ענגליש כדי די גוים זאלן זעהן אז זיי זענען נישט אזוי פאנאטיש. יעצט ווען יעדער זעהט די תוצאות מאכן זיי נאך גאנצעטע חשבונות אז די מנינים זענען גאר שולדיג

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:דאס וואס די מידיא העצט האט נישט גארנישט מיט זיי, זיי וואלטן און וועלן אייביג פארפירען קעגן היימישע אידן

ממש יעדעס מאל עפעס קומט פאר ביי אונז קומט פאר אזא העצעריי?
האק נישט קיין טשייניק
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז ארום שיקן קליפס איז א גוטע זאך. אין פאקט, האב איך דירעקט געשריבן נאך א צייט צוריק אז עס קוקט מיר נישט אויס עס זאל עפעס אויפטון בכלל ביי אונז, און פון די אנדערע זייט מאכט עס אן א געוואלדיגן דעמעזש כלפי חוץ, סיי יעצט און סיי אויף שפעטער. מילא איז יצא שכרו בהפסדו כמה וכמה פעמים.

(אפילו אויב עס וואלט יא אויפגעטון ברויך דאס אויך א גאר שטארקן שיקול הדעת, איך וואלט קיינמאל נישט גענומען אויף מיר צו מאכן אזא באשלוס. על כל נעלם יביא במשפט זה הרק בפני חבירו, און כ"ש אזא זאך וואס קען האבן ווייטגרייכנדע קאנסעקווענצן פארן גאנצן כלל. אויב ווילט איר דוקא וויסן, איך פריוואט האב קיינמאל נישט ארום געשיקט קיינע קליפ'ס, און איך בין ניטאמאל אויפגעסיינט אויף קיין גרופ'ס)

אבער דאס איז נישט 'אונזער' פראבלעם. ווי מען ברענגט שוין גוט ארויס אין דעם אשכול, מען דארף צו יעדן רעדן די שפראך וואס ארבעט פאר אים. זעהסט איינער וואס שיקט ארום קליפ'ס, זיי אים מסביר ווי שטארק געפארפול דאס איז, און לעומת זה, ווי שוואך זענען די פראצענטן עפעס אויפצוטון דורך דעם.

זעהסט איינעם נישט מקיים זיין סאשעל דיסטענסינג, זיי אים מסביר וויאזוי וויירוסן ווערן פארשפרייט. אויב פארשטייט ער נישט / וויל נישט פארשטיין, שרעק אים אן אז ער איז גורם שנאת ישראל ווייל אנדערע - היימישע און גוים - זעען דאס און עס ווערט פארשפרייט. זאג אים אז וועגן אים האבן אידן נישט קיין וואסער צו טרונקען אין שפיטאל. אויב שטארבן אליינס איז נישט גענוג אים צו אפשרעקן, זאג אים - ווי איינער האט זיך אפגערעדט אין א אנדערן אשכול - אז מען קען נאך זיין דורשטיג ביים שטארבן...
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

הענדימען האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:דער פסוק פון האלקים עשה את האדם ישר והמה בקשו
חשבונות רבים קומט צום געדאנק

נישט געקענט בעסער ארויסברענגען

קומען אומפארשעמטע יונגאטשעס און מאכן קליפס אין ענגליש כדי די גוים זאלן זעהן אז זיי זענען נישט אזוי פאנאטיש. יעצט ווען יעדער זעהט די תוצאות מאכן זיי נאך גאנצעטע חשבונות אז די מנינים זענען גאר שולדיג

דאס איז שוין ניטאמאל נכלל אינעם פסוק. שלמה המלך ווען ער שרייבט 'חשבונות רבים' מיינט ער זאכן וואס מאכן נאך עפעס סענס.

יעדער זעהט ליידער די תוצאות פון נישט מקפיד זיין אויף סאשעל דיסטענסינג, און עס ווערט ממש מקוים דער פסוק אין מצרים, הירא את דבר ה' הניס וכו' אל הבתים זיצט אינדערהיים, און נאכדעם איז דא אזאלכע וואס אן קיין שום חשבונות, פשוט 'לא שם לבו' גייען אן ווייטער כאילו לא היה. נאכדעם שרייען זיי אז די קליפ'ס זענען גאר שולדיג.

זיי מאכן עפעס נייע פשטים כאילו די ציל פון די קליפ'ס איז צו ווייזן פאר די גוים אז מען איז נישט פאנאטיש. (ווען עס וואלט זיך ווען נישט געהאנדלט פון אזא ווייטאגליך ענין וואלט מען געקענט מאכן א ווערטל אז דאס איז פשוט אראפ צו נעמען דעם חרון אף און אנטיסעמיטיזם און מפרסם זיין פאר די גוים אז דאס איז נאר די בריוני דאית גבן לא שבקינן. און דאס איז דאך פאקטיש וואס נטרונא טוט כסדר. און דיין טענה אז די גוים זענען נישט מבחין צווישן די וואס טוען סאשעל דיסטענסינג און די וואס פרובירן עס אפצושטעלן, דאס איז דאך וואס די אנדערע היימישע אידן (המכונים אצלינו מיטן שם המושאל 'ציונים') טענה'ן קעגן זיי. ואכמ"ל). עס קען זיין אז דאס איז ריכטיג אבער אויף וויפיל איך האב פארשטאנען איז דער ציל דערפון פשוט אפצושטעלן דאס הפקירות. ווי שוין געשריבן פריער זעהט נישט אויס עס זאל עפעס אויפטון.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
מארבלס
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 31, 2019 11:24 am

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארבלס »

בען שפירא האט געשריבן: ווען די "געטרייע פארזאגער" מאכן ווען א נערמאלע קאמפיין אויפצוקלערן די שעדליכקייט און אנשטעקיגקייט פון די וויירוס אויף א היימישע וועג, ווי רעדן צו רבנים, קול מבשר (און נאך אסאך וועגן וואס מען קען טון, אויב וואלטן זיי ווען באמת געזארגט אויף אידישע לעבנס) וואלטן סאך מער מענטשן צוגעהערט און עס וואלט נישט געווען וואס זאל אנצוקומען צו די מידיא.
.

אין דעם גאנצן אשכול זע איך נאר זיך עסן און באשולדיגן אויף זאכן וואס זענען געטון געווארן עטליכע וואכן צוריק. דאס קען מען שוין נישט צוריקציען סייווי. וואס מען קען יא טון איז יעצט טוישן און טון אויף א נארמאלע וועג.
עס איז קלאר אז פונקט אזוי געפערליך ווי די כלומר'שטע 'אויפקלערונגען' אויף סאושעל מידיע, איז די אפוועזנהייט פון א נארמאלע גוטע אויפקלערונגס קאמפיין וואס זאל רעדן צו אונזער עולם. ווען מען טוט וואס מען דארף אויפ'ן ריכטיגן אופן פונ'ם ערשטן מינוט, וואלט מען געקענט ראטעווען סיי לעבנס, און סיי עגמת נפש פון אסאך אסאך אידן.

אבער רבותי, עס איז נאכנישט צו שפעט!! פארוואס זיך עסן אויפ'ן עבר ווען עס איז נאך ליידער דא א גאנצן עתיד פאר אונז?
מציאות איז אז די אידן וואס פארשטייען נישט פארשטייען נאך אלץ נישט, אויב זיי האבן פרובירט צו פאלגן אין אנהייב ווערט זיי עס נמאס (איך רעד פון די מענטשן וואס פאלגן). עס ווערט נמאס צו זיצן אינדערהיים און אז מען פארשטייט נישט פארוואס און וויאזוי, איז אסאך שווערער זיך צו היטן.
מיר שטייען יעצט אין א צייט וואס טראץ וואס די וויירוס בוזשעוועט נאך אין גרויסן רח"ל, הייבט זיך אבער אן אנצוזען די רעזולטאטן פון די פארמערטע סאושעל דיסטענסינג אא"וו. מען הערט עטוואס, א טראפעלע, פאזיטיווע נייעס, סיי פון הצלה און סיי פון די רעגירונג. יעדער זאגט אז דאס איז קלאר א רעזולטאט פון איינהאלטן די רעגולאציעס, און אויב מען וועט נאכלאזן ח"ו איז דא גרויסע שאנסן אז דער מצב זאל זיך ח"ו צוריקדרייען ה"י.
אין די זעלבע צייט, דרייענדיג זיך מיט משפחה און חברים וואס האבן נישט קיין שום כלים אא"וו, וואוילע אינגעלייט וואס הערן נישט קול מבשר, שטוין איך ווי פון איין זייט פרובירט מען צו פאלגן, און פון די צווייטע זייט, פארשטייען זיי נישט אויף געוויסע זאכן "וואס איז דער פראבלעם". איך פרוביר זיי אויפצוקלערן אז 'טאקע דאס פארשפרייט די וויירוס' און איך ווער ערשטוינט צו זען ווי ווייט אומוויסנד זיי זענען.
געוויסע האבן שוין ערקלערט אין אנדערע אשכולות אז אונזער היימישע עולם פארשטייט נישט וויאזוי germs ארבעטן, דערפאר דארף מען פשוט פאלגן. דער פראבלעם איז אז דאס איז נישט גענוג. ס'פאלט זיי נישט ביי אז 'בלייבן אינדערהיים' מיינט אויך נישט גיין צו די עלטערן צום סדר/סעודות לכבוד יום טוב (וואס, א גאנץ יו"ט זאל אריבערגיין און איך זאל נישט גיין צו מיינע עלטערן מיט די קינדער? עה, נישט דאס מיינט עס, ס'דאך נאר מיין משפחה!)
דאס זעלבע מיט גיין אין גראסערי אדער צו מנינים - אויב ער פארשטייט נישט די רעגולאציעס, וועט ער נישט פארשטיין פון וואס זיך צו היטן. ער וועט אנטון הענטשוך, און קושן די מזוזה דערמיט. אדער עס נישט טוישן. אדער וועט אים בכלל נישט בייפאלן צו אנטון הענטשוך, ס'דאך נישט קיין געזעץ אז מ'דארף!
דער סך הכל איז אז דער פראבלעם איז נישט דוקא פאלגן. דער פראבלעם איז אז מען איז נישט באהאוונט מיט די פאקטן. און דאס איז אויף וואס דער אויפקלערונגס קאמפיין דארף זיך באציען.
איך בין געווען זיכער אז אין די וועכנטליכע אויסגאבעס/צייטונגען די וואך וועט זיין פול, פאר די אידן וואס ליינען נישט עפעס אנדערש, מיט אויפקלערונגען פון אלע ארגאניזאציעס. אבער גארנישט. און אז קיינער האט אים נישט געזאגט אז ער זאל נישט רופן די קינדער צום סדר, וואס זאל אים איינפאלן אז ס'איז א פראבלעם? סייווי האט עס שוין כמעט יעדער מסתמא געהאט, און ווער נישט? נע, ער איז נאך יונג, ס'וועט אים נישט שאטן. ס'פאלט אים נישט ביי אז דער יונגערמאן גייט נאכדעם צו די ארבעט, אין גראסערי, צו מנינים, אא"וו, און ווער ווייסט פאר וועמען ער וועט עס אלץ איבערגעבן.

אבער ער הערט נישט קול מבשר, ער ווייסט נישט וויאזוי צוצוקומען צו די אלע אינפארמאציע.

די אלע אידן דארפן אויך באקומען די אינפארמאציע וואס מיר באקומען, אויף זייער אופן. צעטלעך אין גראסעריס און אדווערטייזמענטס אין צייטונגען ווי "פאקטן ארום דעם וויירוס - וויאזוי די באצילן פארשפרייטן זיך", "בלייבט אינדערהיים און ראטעוועט לעבנס" און די אלע מאלערייען און טשארטס וויאזוי 1 מענטש גיבט עס איבער פאר 2, פאר 4 און פאר 8 אא"וו.
בקיצור, אויפקלערן די פשוט'ע פאקטן ארום דעם וויירוס און ארום באצילן בכלל, און זיכער מאכן אז דאס קומט אן אויך צום פרומען שנה ראשונה יונגערמאנטשיק אדער מיטליעריגער ערנסטער איד.

דאס זעלבע קענען ערנסטע עסקנים זיך צאמנעמען ארויסצוגעבן א קול קורא, גע'חתמ'עט דורך ערנסטע רבנים, מיט די דעת תורה אין די טעג ווי וויכטיג עס איז זיך צו היטן ווי ווייט מעגליך, בלייבן אינדערהיים, נישט גיין באזוכן עלטערן. יא, עס זענען נאך דא אידן וואס פאלגן דעת תורה, אבער זיי ווייסן נישט ווי ווייט דער דעת תורה גייט!

רבותי, לאמיר אויפהערן זיך עסן אויף וואס איז געווען און אנהייבן טון אויף ווייטער - עס איז נאכנישט צו שפעט!
אהה ההה הייייי געשמאק צו זיין א איד געשאמק צו זיין א איד טירריליי טירריליי געמשאק צו זיין א איד.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

Programming האט געשריבן:זיי מאכן עפעס נייע פשטים כאילו די ציל פון די קליפ'ס איז צו ווייזן פאר די גוים אז מען איז נישט פאנאטיש

מענטשן(?) וואס רעדן ענגליש גאנץ כמעשה'דיג מאכן די קליפס פאר אונז אין ענגליש

האסט א בעסערע הסבר?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

דא האט איר מארטש 17 איז שוין א היימישע איד פון א באוואוסטע געשעפט אין בארא פארק געלאפן צו די מידיא כדי צו ראטעווען זיינע פאנאטישע ברודער...

https://www.nytimes.com/2020/03/17/nyre ... OwIqZH5MEt
איזי
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

כ'האב געהאט אזא אשכול נאך פון יענע טעג אבער עס איז פארשפארט, יעצט עסט מען די פירות וואס כ'האב דעמאלטס פאראויסגעזאגט.

ווער געדענקט ווען מאנרא 'עסקנים' האבן געברענגט די מידיא אויף שבת?
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

טראבל מעיקער האט געשריבן:דא האט איר מארטש 17 איז שוין א היימישע איד פון א באוואוסטע געשעפט אין בארא פארק געלאפן צו די מידיא כדי צו ראטעווען זיינע פאנאטישע ברודער...

https://www.nytimes.com/2020/03/17/nyre ... OwIqZH5MEt

The wedding, held in South Williamsburg at a venue that also houses a religious school, was one of several large Hasidic weddings in recent days, said Mordy Getz, a local businessman and community activist.

שטארק אויסגעפעלט צו זאגן אז ס'איז געווען נאך?

Mr. Getz said the weddings were influenced by the teachings of “extremist leaders” and did not represent the Hasidic community in New York. He pointed to the work done by Jewish volunteer and nonprofit organizations to educate people about the new restrictions on gatherings, and called the persistence of large weddings “very painful.”

“There has been a total disrespect to everything medical authorities and the government have been telling us to do,” Mr. Getz said. “It is total defiance.”

וואס איז דאס?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
אמבעסאדער
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:13 am

Re: יהודה בן גרים שיקט ארום א קליפ אין ענגליש....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמבעסאדער »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:אזא לאנגע דרשה האט דער פותח געשריבן, אבער איין קליינע נקודה האט ער פארזעהן. היינט איבער צו טייטשען פון אידיש אויף ענגליש איז גרינגער ווי אשרי. סאו נישט קיין חילוק צו מען וואלט געשיקט נאר אין אידיש וואלט עס סוף כל סוף ממילא אנגעקומען צו די מידיא וואס דרייט זיך ארום מיט א נר מצוה בדיקת חמץ סעט זיכען שמוץ אויף אונז. אפשר וואלט עס גענומען א טאג צוויי לענגער פאר די פאוסט ארויסצוגעבן זייער שענדליכע ארטיקלען, אבער סוף כל סוף וואלט עס זיכער אנגעקומען אפילו מען האלט זיך ווען צו דט סאושעל דיסטענסענג.

סאו אנשטאט צו אראפרייסן אייגענע ברידער אלץ יהודה בין גרים'ס און זיי מרמז זיין אז עס קומט זיי צו ווערן א גל של עצמות, באשולדיג ענדעשער די העסליכע מידיא, ווייל די זייגער קען מען ממילא נישט צרוק דרייען.

נישט אמת! פרוביר נאר גאגל טרענסעלעיט.
ווען וועט שוין השי"ת באנייען אונזער אמבעסאדע אין ירושלים?...
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”