פון "די צייטונג"
שטאט ווארנט מיט גאר שטרענגע צוימונגען אויף חרדי'שע געגענטער וואו קאוויד האט אויפגעלעבט
דער שטאטישער העלט דעפּארטמענט האט דאנערשטאג שפּעט נאכמיטאג ארויסגעשיקט א וויכטיגע ווארענונג, אונטער'ן קעפּל "וויכטיגע אינפארמאציע איבער זארג פאר קאוויד-19", אדרעסירנדיג דעם וואוקס פון קאוויד פאלן אין געוויסע געגנטער פון ברוקלין און קווינס, וואס אין רוב פון די געגנטער וואוינען חרדי'שע אידן.
דאס קומט נאך דעם ווי די שטאט האט שוין ביי א פריערדיגע געלעגנהייט געווארנט, נאך פאר ר"ה, אז עס איז אנטשטאנען א "קלאסטער", וואס מיינט א גרופּע פּלעצער וואו עס געפינען זיך לעצטנס מער קאוויד פאלן, און דער מעיאר האט דאס באצייכנט ווי "אושען פּארקוועי קלאסטער", ווייל רוב פון די "זיפּ קאודס" אין ברוקלין וואס האבן לעצטנס געהאט אן אויסטערלישן וואוקס פון קאוויד פאלן, גרעניצן זיך מיט אושען פּארקוועי, דעריבער האט דער מעיאר דאס אזוי באצייכנט.
באלד פון אנהויב איז ער ארונטערגעריסן געווארן פון די פּרעסע פארוואס ער נוצט אזא סארט איידעלן אויסדרוק דערויף, פארוואס ער זאגט נישט ארויס מער אפען אז די רעדע איז דא פון חרדי'שע געגנטער, אדער ווי זיי רופן דאס "קאמיוניטיס וואו עס וואוינען ארטאדאקסישע אידן". דער מעיאר האט זיך אבער נישט געלאזט אויפהעצן, און מ'האט געזען ביי זיינע טעגליכע פּרעסע קאנפערענצן ווי ער האט זיך ממש געשלאגן מיט די פּרעסע פארטרעטער ווען ער האט מיט זיין עקשנות נישט געוואלט באשולדיגן אז דאס האט צו טאן מיט אידן וועלכע פאלגן נישט אויס די רעגולאציעס אזוי ווי אנדערע מענטשן וואס פאלגן יא. אדרבה. דער מעיאר האט געזאגט אז מ'איז אין פארבינדונג מיט די רבנים און קאמיוניטי פירער אין יענע געגנטער, וועלכע האבן פארשפּראכן זייער פולע קאאפּעראציע, און אזוי האפט מען צו קענען אראפּקלאפּן דעם פּאנדעמיק וואוקס.
דעם דאנערשטאג, האט שוין דער מעיאר צום ערשטן מאל אין א לאנגע צייט אפּגעהאלטן א נארמאלע פּרעסע קאנפערענץ, ווען מ'האט זיך געקענט פּערזענליך באטייליגן, פארשטייט זיך מיט מאסקעס און שטייענדיג עטוואס אפּגעזונדערט, ווי מ'רופט דאס "סאשעל דיסטענסינג", און די פראגעס זענען געפלויגן צום מעיאר איבער אלע סארטן טעמעס, און ווי פארשטענדליך, אויך איבער די קאוויד פאלן אין די חרדי'שע געגנטער, ווען געוויסע נייעס אינסטאנצן האבן פּובליצירט באשרייבונגען און בילדער ווי אזוי מ'דרייט זיך ארום אויף די גאסן אדער אין די שוהלן אן מאסקעס, און מ'שטייט נאענט איינער צום אנדערן, אזוי אז עס האט שוין נישט געקענט זיין קיין פראגע פון וועמען די רעדע איז.
פריער אין די וואך, ווען מ'האט פארגעהאטן דעם מעיאר פארוואס די שטאט נעמט נישט קיין שטרענגע שריט אין די אידישע קאמיוניטיס, און דער מעיאר האט איבערגעגעבן דאס ווארט צום הויפּט דאקטאר פון דעם שטאטישן שפּיטאל סיסטעם, מיטשעל קאץ, האט דר. קאץ אויפגעקלערט אז מ'נעמט עס יא ערנסט. ער האט אפילו דערמאנט אז ער אליין האט פארלוירן זיין שווער ע"ה צוויי טעג פריער, ווען ער איז געשטארבן אין ירושלים פון קאוויד, און זיין שוויגער האט אפילו נישט געקענט זיצן שבעה אינאיינעם מיט איר קינד, צוליב די שטרענגע אפּזונדערונגען וואס מ'פאלגט אויס אין א"י, ווי איינער זאגט, די אידן פאלגן יא די אפּזונדערונג פארלאנגען, די אידן אנערקענען יא דעם אקטועלן קאוויד געפאר און האלטן זיך נישט "העכער" פון יעדן, אז נישט זיי מיינט מען מיט די אלע באווארענונגען און פארלאנגען.
די ערשטע פראגעס ביי די פּרעסע קאנפערענצן דרייען זיך געווענליך איבער דעם שטאטישן שולע סיסטעם, מ'זעט ווי דער מעיאר פּלאגט זיך איבער די פראגע פון יא אדער נישט עפענען די שולעס, און ער מוז דאס האלטן אין איין אפּשטופּן ווען מ'זעט אז מ'האט נאך נישט געהעריג צוגעגרייט אלע שולע געביידעס, אבער דער מעיאר גיט אויך איבער די גוטע סטאטיסטיקס, אז דער מצב איז גאנץ גוט אין דער שטאט, ווי צ.ב.ש. דאנערשטאג האט מען באריכטעט אז 56 מענטשן זענען אריין אין שפּיטעלער צוליב קאוויד, וואס איז געווען א פּאזיטיווע ראטע פון 9.72. די נייע באשטעטיגטע קאוויד פאלן אויף א זיבן-טאג דורכשניט איז געווען 320, וואס איז בלויז 1.20 פּראצענט.
דער מעיאר האט זיך אויך בארימט אז די שטאט האט שוין אויפגעשטעלט אן אייגענע טעסט לאבאראטאריע, וואו עס קאסט בלויז $28 א טעסט, א פערטל וויפיל מ'האט געדארפט צאלן פאר אנדערע לאבאראטאריעס, און מ'וועט עס נאך אראפּקלאפּן אויף 5 ביז 10 דאלאר, מיט די האפענונג אז דער טעסט זאל קענען ברענגען רעזולטאטן ביז 15 מינוט. איצט דויערט עס פון 24 ביז 48 שעה.
מען האט אבער צוריקגעדרייט דעם שמועס צו די אידן, ווייל אין די אידישע געגנטער זענען געווען אזוי פיל באשטעטיגטע נייע קאוויד פאלן, אז דאס איז געווען א שטוינענדע 20 פּראצענט פון דעם סך הכל פון די גאנצע שטאט! ד.מ., איינע פון יעדע 5 נייע קאוויד פאלן איז ביים חרדישן ציבור!
אלס א ביישפּיל, האט איינער געפרעגט דר. קאץ, אז אזוי ווי די מענטשן פון וועמען ער האט גערעדט נעכטן (מיטוואך) האבן זיך פארזאמלט צוליב דעם אידישן יו"ט אין פארלאפענעם וויקענד (מיינענדיג ר"ה), ערווארטסטו אז די פּאזיטיוו ראטע וועט שטייגן ווען מ'גייט פאראויס?
דר. קאץ האט אנערקענט אז מ'איז טאקע באזארגט, און ער האט אויפגעקלערט פאר די אלע וואס קענען נישט די אידישע טראדיציעס, אז מיר האלטן איצט אין זייער א ספּעציעלע צייט, צווישן ר"ה און יו"כ, ווען עס זענען נישטא א סאך יו"ט פייערונגען. פאר אונז אידן, איז דאס ענדערש א צייט פון איבערטראכטן, פון תשובה. מיר זענען אבער גאר שטארק באזארגט אז מ'גייט דערנאך צום יו"ט סוכות וואס איז גאר אנדערש, עס איז א שמחה'דיגער יו"ט (זמן שמחתינו), ווען מענטשן טרעפן זיך אינאיינעם צו פייערן דעם יו"ט, וואס צוליב דעם וועלן מיר מוזן דאפּלען אונזערע באמיאונגען אין אלע ברוקלינער געגנטער.
מיר וועלן ארויסשיקן אונזערע קארס מיט מיקראפאנען וואס וועלן געבן מעסעדזשעס אין אידיש און אין ענגליש, דערמאנענדיג די מענטשן אז מיר קענען פארזעצן אונזערע פייערונגען און אונזערע באגעגענישן, אבער מ'מוז גיין מיט א מאסקע אזוי ווי מיר אלע טוען דאס, און מ'מוז זיך האלטן ווייט, און אויב מ'טוט די צוויי זאכן, וועלן מיר קענען האבן (פייערן בשמחה) דעם יו"ט. דר. דזשאקשי (העלט קאמישאנער) און איך, אינאיינעם מיט'ן מעיאר, פּאסן אויף זייער פארזיכטיג די סטאטיסטיקס. מיר קוקן אויף דעם יעדן טאג, צומאל מער ווי איינמאל א טאג. מיר קוקן אויף די טעסט נומערן, און אויף די נומערן פון די נייע פאלן, און מיר גרייטן זיך אויב נויטיג צו נעמען שטרענגע שריט כדי צו פארמיידן פרישע פאלן, און פארמיידן דעם קאשמאר וואס מיר אלע האבן איבערגעלעבט אין מערץ און אין אפּריל.
אויף דעם איז געקומען די פראגע צו קאץ: און אויב איר וואלט געוואוינט אין איינעם פון די דאזיגע געגענטער, און איר וואלט געוואלט גיין דאווענען, וואלט איר זיך באטייליגט אין א שוהל אינעווייניג?
דער דאקטאר האט זאפארט אן טראכטן אויפריכטיג געענטפערט אז יא, ער וואלט געדאווענט אינעווייניג, אבער ער וואלט געגאנגען מיט א מאסק און ער וואלט נישט געזעסן נעבן עמיצן וואס איז נישט טייל פון זיין פאמיליע, און דאס איז וואס מיר פארלאנגען פון יעדן. מ'בעט נישט די מענטשן זיי זאלן נישט פייערן דעם יו"ט. מיר בעטן די מענטשן זיי זאלן גיין מיט מאסקעס, און מיר בעטן די מענטשן זיי זאלן שטיין ווייט פון פרעמדע מענטשן.
שפּעטער, ווען דער מעיאר האט שוין געוואלט שליסן זיין פּרעסע קאנפערענץ, האבן די רעפּארטערס זיך אנגעהויבן צו קריגן מיט אים, פארוואס ער ענדיגט עס אזוי שנעל, און איינער האט אים אפילו פארגעהאלטן: מר. מעיאר, מיר זענען אלע געפארן אויפ'ן טרעין. מיר האבן אלע גענומען א ריזיקע אהער צו קומען. איך מיין אז עס איז אפשר בלויז יושר דו זאלסט אויסהערן אונזערע פראגעס.
ווען דער מעיאר האט פארט געוואלט שליסן, האט איינער נאך אריינגעשריגן: איבער בארא פּארק, מר. מעיאר, באזונדער איבער דעם בארא פּארק פרישן אונטערגאנג. מיר מעיאר, מיר זענען געפארן אויף א טרעין. מיר האבן ריזיקירט אונזער געזונט - .
מיט דעם האט זיך אבער די פרעסע קאנפערענץ געענדיגט. דער מעיאר האט זיך נישט געוואלט לאזן אויפהעצן. ער האט נישט געוואלט לאזן ציען קיין רייד קעגן די אידן, אזוי ווי מ'האט געזען ביי פריערדיגע געלעגנהייטן, יעדעס מאל ווען מען האט אים געוואלט פארהאלטן אז די אידן פאלגן נישט, א.ד.ג., האט דער מעיאר דאס נישט צוגעלאזט.
מ'האט אים אפילו פארגעהאלטן ביי איינע פון די פּרעסע אויפטריטן פארוואס ער רופט דאס "אושען פּארקוועי קלאסטער", פארוואס ער זאגט נישט אפען "ארטאדאקסישע קאמיוניטיס", וואס רעאליסטיש שטעקט דאס מיט א היבש ביסל אנטיסעמיטיזם, ווייל מיר האבן נישט געהערט אז מ'זאל אזוי צימבלען דעם מעיאר עטליכע וואכן צוריק, ווען ער האט גערעדט פון א "סאנסעט פּארק קלאסטער", אז מ'האט דארט געטראפן א פיל גרעסערע צאל קאוויד פאלן ווי איצט אין בארא פּארק אדער אין די אנדערע חרדי'שע געגנטער. יעדער ווייסט אז אין סאנסעט פּארק וואוינט א גרויסע כינעזער קאמיוניטי, האט מען נישט געמאכט קיין עסק איבער די כינעזער, אבער ווען עס טרעפט זיך אביסל א וואוקס אין די חרדי'שע געגענטער, מאכט מען יא א לאנגס און א ברייטס פארוואס דער מעיאר קומט נישט שארפער ארויס, פארוואס ער אידענטיפיצירט נישט מער אפען אז די רעדע איז דא פון אידן, אידישע קאמיוניטיס, נאר ער באהאלט דאס אלס "אושען פּארקוועי קלאסטער".
פונדעסטוועגן, האט דער מעיאר א פליכט צו זארגן פאר'ן וואוילזיין פון די שטאט, ווי עס איז ארויסגעברענגט געווארן דורך אים און אויך דורך אנדערע, אז נישט נאר דארף מען באשיצן די געגנט וואו עס שטייגט איצט די צאל קאוויד פאלן, נאר מ'דארף זיך אויך באווארענען אז דאס זאל זיך נישט אריבערכאפּן אויך צו אנדערע געגנטער, און דאס איז ווארשיינליך א הויפּט סיבה פון די פרישע שטרענגערע ווארענונגען וואס זענען דאנערשטאג נאכמיטאג פּובליצירט געווארן, וואס אפילו אויך איצט זעט מען אז עס גייט "מיט רחמים", מ'גיט ווארענונגען, מ'גיט א געלעגנהייט צו ווארטן א פּאר טעג, צו זען צי מ'וועט אליין מאכן ארדענונג.
עס זעט נישט אויס ווי מ'וועט טשעפּען די בתי מדרשים יוה"ק, ווייל ער שרייבט דאך אז אויב מ'וועט נישט האבן פארשריט ביז מאנטאג אוונט, מוצאי יוה"ק, וועט מען נעמען שטרענגערע מיטלען דינסטאג, וואס ווערט אויסגערעכנט אין די בייגעלייגטע מעלדונג, וואס מ'זאל נישט לייכט נעמען.
געדענקט, דער מעיאר און זיינע קאמישאנערס קענען נישט צולאזן א הפקרות, סיי ווייל זיי דארפן באשיצן די אידישע געגענטער, וואס ליידער הערט מען שוין פון א גרעסערע צאל ערנסטע קאוויד פאלן. כאטש מ'זוכט דאס צו פארדעקן, נישט צו מאכן א פּאניק, ווייסט שוין כמעט יעדער פון עמיצן וואס איז לעצטנס קראנק געווארן, וואס רוב פון זיי פּרובירט מען צו באהאנדלען אינדערהיים מיט אקסיגען און אנדערע מיטלען, וואס אויב דאס העלפט נישט, מוז מען אנקומען אין שפּיטאל, וואס ה' ירחם!...
מיר וועלן דא אין קורצן ארויסברענגען די הויפּט פּונקטן פון דעם בריוו.
אנגעהויבן פון פרייטאג, וועלן זיין רעגלמעסיגע אינספּעקשאנס אין אלע נישט-פּאבליק סקולס אין די זיפּ קאודס וואו עס איז געווען א גרעסערע צאל קאוויד פאלן, און אויך אין די שכנות'דיגע זיפּ קאודס. מ'וועט פארזיכערן אז מ'פאלגט אויס די פארלאנגען צו גיין מיט א מאסק און נישט צו נאענט שטיין צו אנדערע.
מ'האט שוין דאנערשטאג געהערט פון אזעלכע אינספּעקשאנס, און מ'דארף בלויז צוריקמישן דאס בלעטל איין יאר, ווי ביטער עס איז געווען אין די חרד'ישע מוסדות ווען די שטאטישע אינספּעקטארס זענען געזעסן פון פארטאגס ביז ביינאכט ביי דעם מיזעלס אונטערגאנג, ווען זיי האבן געכאפּט מוסדות וואס האבן נישט אויסגעפאלגט די פארשריפטן ווען זיי האבן יא געלאזט קומען אין די שולעס קינדער וואס האבן נישט געהאט קיין פּטור פאר די מיזעלס וואקסינאציעס.
די וואך האט די שטאט שוין געשלאסן עטליכע מוסדות אויף 2 וואכן (ביז נאך סוכות) ווען מען האט געפונען עטליכע קאוויד פאלן דארט. די שטאט פארלאנגט צו שליסן א שולע געביידע אויף 2 וואכן, און דאס גוט אויסרייניגן, אויב מען טרעפט מינימום 2 קאוויד פאלן אין 2 באזונדערע קלאסן. נאך די איצטיגע שליסונגען, זענען ארומגעגאנגען פריוואטע אינטערנעט-טשעט מעסעדזשעס צווישן די עלטערן נישט צו נעמען קיין קאוויד טעסטס, כדי נישט צו ברענגען צו א מצב אז מען זאל שליסן מוסדות. איי, מען קען שטעלן קינדער און ערוואקסענע אין א סכנה? האט איר א קשיא.
צוריקקומענדיג צום שטאטישן בריוו: אויב די סטאטיסטיקס וועלן ווייטער שטייגן, איז מעגליך אז מ'וועט רעדוצירן די אקטיוויטעטן אין יענע זיפּ קאודס וואס וועט זיך אנהויבן שוין דינסטאג צופרי. אין דעם איז אריינגערעכנט:
* פארבאטן אלע פארזאמלונגען פון איבער צען מענטשן.
* געבן טיקעטס אויב עמיצער וועט נישט אנטאן די מאסק ווען מ'וועט עס אים געבן.
* פארארדענען צו שליסן פּריוואטע שולעס און דעי קעיר סענטערס אויב זיי קומען נישט נאך די עדיוקעישאן דעפּארטמענט סטאנדארטן.
*און אלס א לעצטער מיטל, פארשליסן אלע נישט-נויטיגע ביזנעסער זאפארט! (דאס מיינט אויך די געשעפטן, אזוי ווי מ'האט געזען ווען די אינספּעקטארס זענען ארומגעפארן טיילן טיקעטס אויב עמיצער האט אריינגעלאזט מענטשן איינקויפן).
די שטאטישע פּאליציי דעפּארטמענט מיט'ן שעריפ'ס אפיס וועלן אויפפּאסן צי מ'גייט מיט די מאסקס אין יענע געגנטער, ווייל אין די געגנטער איז זייער א נידעריגע ראטע פון מענטשן וואס פאלגן אויס די מאסקע רעגולאציעס. מ'האט אויך געפונען אז מ'פאלגט נישט די רעגולאציעס אין געשעפטן, און מ'וועט נאך אמאל גיין אינספּעקטן יעדעס געשעפט וואס האט נישט אויסגעפאלגט ביים ערשטן באזוך.
מ'האט שוין געזען מער שעריפס, פּאליציי און אנדערע שטאטישע באאמטע ארומגיין אין די באטרעפנדע געגנטער, און העלט קאמישאנער טשאקשי און דר. קאץ האבן שוין דאנערשטאג געשמועסט מיט קאמיוניטי פירער איבער דעם פּראבלעם. ע"כ.
געדענקט, דאס איז נישט קיין קינדער שפּיל! אויב מ'וויל האבן דעם ריכטיגן יו"ט זמן שמחתינו, דארף מען אויספאלגן די מאסקע רעגולאציעס, ווייל אויב די שטאט האט ביז איצט אוועקגעקוקט פון דעם - און מ'זאל זיך נישט איינרעדן אז די פּאליציי און די שטאטישע פירער האבן נישט געוואוסט וואס עס טוט זיך אין די שוהלן אדער אין די מוסדות החינוך - קענען זיי דאס מער נישט טאן, ווייל גענוג אנטי-חרדי'שע געשטימטע פּאליטישאנס, און פארשטייט זיך, אויך די פּרעסע וואס זוכט סקאנדאלן, האבן זיך פארלייגט אויף דעם, און ווען מ'האט געזען אז די צאל קאוויד פאלן האט טאקע אנגעהויבן צו שטייגן, מוז די שטאט נעמען שריט דערוועגן.
זאל יעדער זיך פירן אויף א געזונטן שטייגער, און געבענטשט זיין מיט א געזונט יאר.
רבי! פליז פאקעס...