יידישע קהילות האט געשריבן:איז אזוי...
האביך געלייענט פון גרויסע פראפעסארן וועלכע זאגן אזוי. דאס אז מ'קען באקומען א צווייטע מאל איז נישט א חידוש; ביי רוב וויירוסעס זעט מען דאס. וואס געשעט איז אז דער וויירוס ווערט מיוטעטעד, ד.מ. אז די גענעטישע באשטאנדטיילן פון דעם וויירוס ווערט געטוישט.
פ"וו ווערט עס געטוישט?
ווייל דער עיקר קונץ פון די וויירוס איז אז ער קאפיעט זיך איבער גאר גאר שנעל. נאך בערך מיליאן מאל זיך איבערקאפיען כאפן זיך אריין "טעותים" וועלכע טוישן די גענעטישע אויסשטעל.
ווען א געטוישטע וויירוס צושפרייט זיך, איז דער אימיון סיסטעם נישט אלעמאל אויסגעשטעלט צו אטאקירן דעם *נייעם* וויירוס. ער דערקענט עם נישט!
אזוי ארום *קען* מען יא כאפן א צווייטע און א דריטע מאל דעם וויירוס.
די גוטע נייעס?
אויב דער גענעטישע מאטעריאל האט זיך געטוישט, וועט רוב מאל דער וויירוס ווערן אסאך אסאך שוואכער. און טיילמאל אפילו ווערן אינגאנצן אומשעדליך; ער איז א געדעמידזשטער וויירוס!
איך ווייס נישט וואס די האסט געליינט, אבער סאיז נישט 100% אזוי ווי די זאגסט, קודם כל נישט יעדער ווירוס קען מען כאפן 2 מאל כאטש עס מיוטעט, מיזעלס למשל מיוטעט פונקט אזוי שנעל ווי די פלו, און אפילו אזוי איז נישט יעדער יאר דא א נייע סטרעין פון מיזעלס, און פון פלו יא.( די חילוק איז ווי עס מיוטעט)
והשנית מיוטעטשעינס מאכן נישט אלעמאל די ווירוס שוואכער, פלו למשל איז איין יאר שטערקער און איין יאר שוואכער, כאטש עס מיוטעט.
והשלישית אנטיבאדיס פון איין סטרעין קען( אבער מוז נישט) העלפן למחצה ולשליש ולרביעי אויף צווייטע סטרעינס פון די זעלבע ווירוס, דאס מאכט אז מען זאל עס האבן אויף א שוואכערער פארנעם, ביז די גוף מאכט אנטיבאדיס אויך פאר די נייע סטרעין