קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

איינפאכער איד האט געשריבן:פאר ווער עס וויל ליינען דעם אורטייל:
https://www.supremecourt.gov/opinions/2 ... 7_4g15.pdf

גורסיטש און קאוואנאו נעמען נקמה פאר זייערע פריערדיגע פארלוסטען איבער די זעלבע נושא אין אנדערע סטעיטס, ווען גינסבורג איז נאך געווען אויף די קארט און ראבערטס האט געשטימט מיט די ליבעראלען.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

דריידל האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:פאר חרדישע אידן איז די סופרים קאורט רולינג אסאך מער ווי א געווינס אויף די ספעציפישע קעיס. עס וועט בס"ד אפהאלטן לאקאלע ליבעראלע רעגירונגען פון איינפירן צוימונגען אויף זאכן וואס קערן זיך אן מיט רעליגיע.

דאס האבן א 6-3 סופרים קאורט וואס איז גרייט צו דעפענדן רעליגיע איז עפעס אויף וואס פרעזידענט טראמפ וועט געדענקט ווערן לטובה פאר לאנגע יארן.

איך פארשטיי נישט ווי די זעהסט דא אז זיי נעמען זיך אן פאר רעליגיע. די זעלבע פסק (סטעי) וואלט געווען טאמער די גאווערנמענט לייגט מער צוימינגען אויף פיש געשעפטן ווי אויף פלייש געשעפטן.

איך מיין דו מאכסט א טעות, די רעגירונג מעג לייגן ספעציעלע באגרעניצונגען אויף פיש געשעפטן, נאר אויף רעליגיע טאר מען נישט.
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

טראמפ באגריסט די אורטייל אויף טוויטער
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

דריידל האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:פאר חרדישע אידן איז די סופרים קאורט רולינג אסאך מער ווי א געווינס אויף די ספעציפישע קעיס. עס וועט בס"ד אפהאלטן לאקאלע ליבעראלע רעגירונגען פון איינפירן צוימונגען אויף זאכן וואס קערן זיך אן מיט רעליגיע.

דאס האבן א 6-3 סופרים קאורט וואס איז גרייט צו דעפענדן רעליגיע איז עפעס אויף וואס פרעזידענט טראמפ וועט געדענקט ווערן לטובה פאר לאנגע יארן.

איך פארשטיי נישט ווי די זעהסט דא אז זיי נעמען זיך אן פאר רעליגיע. די זעלבע פסק (סטעי) וואלט געווען טאמער די גאווערנמענט לייגט מער צוימינגען אויף פיש געשעפטן ווי אויף פלייש געשעפטן.

ער רעדט נישט דוקא פון די קעיס נאר די פאקט אז ס׳איז דא 4 דזושסטיסעס וואס נעמען זיך כמעט אלעמאל אן פאר רעליגע, און נאך 2 וואס נעמען זיך געווענליך אן פאר רעליגע. דאס איז לויט זייער פארגאנגהייט, די יעצטיגע קעיס איז נאר נאך איין משל, גראדע נישט די בעסטע, ווייל למעשה האט ראבערטס זיך נישט אנגענומען גענצליך פאר רעליגיע, נאר למחצה ולשליש ולרביע, און אויך למעשה געאורטיילט קעגן די אגודה.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

בבקשה האט געשריבן:

קוקט שוין אויס ווי מלערנט אריין פשט אין א ראשון, ווען @בר דעת זאגט אז די ס. ק. רולינג איז א געווינס צו ער מיינט ס. ק. בכלל אדער די רולינג בפרטיות.
עניוועי, דיין פונקט איז ריכטיג און דאס איז דאך געווען די שמחה בשעתו ווען די ריכטער זענען באשטעטיגט געווארן. איך בין אבער געבאדערט פארוואס די נעכטיגע פסק איז נישט געווען 9-0.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

יואל שרייבער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:פאר חרדישע אידן איז די סופרים קאורט רולינג אסאך מער ווי א געווינס אויף די ספעציפישע קעיס. עס וועט בס"ד אפהאלטן לאקאלע ליבעראלע רעגירונגען פון איינפירן צוימונגען אויף זאכן וואס קערן זיך אן מיט רעליגיע.

דאס האבן א 6-3 סופרים קאורט וואס איז גרייט צו דעפענדן רעליגיע איז עפעס אויף וואס פרעזידענט טראמפ וועט געדענקט ווערן לטובה פאר לאנגע יארן.

איך פארשטיי נישט ווי די זעהסט דא אז זיי נעמען זיך אן פאר רעליגיע. די זעלבע פסק (סטעי) וואלט געווען טאמער די גאווערנמענט לייגט מער צוימינגען אויף פיש געשעפטן ווי אויף פלייש געשעפטן.

איך מיין דו מאכסט א טעות, די רעגירונג מעג לייגן ספעציעלע באגרעניצונגען אויף פיש געשעפטן, נאר אויף רעליגיע טאר מען נישט.

וואס עפעס? טאמער קאומא האט נישט ליב פיש איז ער בארעכטיגט צו זאגן אז ס'איז ווייניגער עסענטשול ווי פלייש? זיכער נישט. נאר טאמער איז דא א ספעציפישע קאנסירן וואס איז נוגע נאר פיש קען ער עס באגרעניצן, וה"ה לגבי רעליגיע, טאמער א געוויסע רעליגיעזע געפירעכץ שטעלט אנדערע אין א סכנה קען ער דאס אפשטעלן.
לעצט פארראכטן דורך דריידל אום דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 1:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

אור האט געשריבן:מענדי קומט אריין שטארק קלאר

סיג לחכמה שתיקה!
דער נער האלט אייביג ער איז קלוג, נאר ער קען זיך נישט איינהאלטן פון רעדן, ווערט נתגלה קלונו ברבים.

פאר א גוט יאר וואס וויל דער ״מענדי״? ער האט מורא אז נישט אלע נייעס קוואלן האבן שוין פרוף אז ״זעי אר עבאוו די לאו״???

פון זיין בילד זעהט אויס ער האט פשוט נישט געקענט איינהאלטן זיין שמחה אז ער קען שוין ענדליך דאווענען מיט מנין...

#טשולדיגט פארן אויסברוך.
כהאב פאר קיין רגע נישט געצילט דעים מגיב.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

סאטאמייער קומט אריין מיט א געוואלדיגע פיקחות.
Screenshot_20201126-130822.png

:roll:
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

דריידל האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:פאר חרדישע אידן איז די סופרים קאורט רולינג אסאך מער ווי א געווינס אויף די ספעציפישע קעיס. עס וועט בס"ד אפהאלטן לאקאלע ליבעראלע רעגירונגען פון איינפירן צוימונגען אויף זאכן וואס קערן זיך אן מיט רעליגיע.

דאס האבן א 6-3 סופרים קאורט וואס איז גרייט צו דעפענדן רעליגיע איז עפעס אויף וואס פרעזידענט טראמפ וועט געדענקט ווערן לטובה פאר לאנגע יארן.

איך פארשטיי נישט ווי די זעהסט דא אז זיי נעמען זיך אן פאר רעליגיע. די זעלבע פסק (סטעי) וואלט געווען טאמער די גאווערנמענט לייגט מער צוימינגען אויף פיש געשעפטן ווי אויף פלייש געשעפטן.

איך מיין דו מאכסט א טעות, די רעגירונג מעג לייגן ספעציעלע באגרעניצונגען אויף פיש געשעפטן, נאר אויף רעליגיע טאר מען נישט.

וואס עפעס? טאמער קאומא האט נישט ליב פיש איז ער בארעכטיגט צו זאגן אז ס'איז ווייניגער עסענטשול ווי פלייש? זיכער נישט. נאר טאמער איז דא א ספעציפישע קאנסירן וואס איז נוגע נאר פיש קען ער עס באגרעניצן, וה"ה לגבי רעליגיע, טאמער א געוויסע רעליגיעזע געפירעכץ שטעלט אנדערע אין א סכנה קען ער דאס אפשטעלן.

ליין דעם פסק, עס האט צו טון מיט רעליגיע, ווען ער זאגט ווען אז פיש איז ווייניגער עסענטשל וואלט ער ווארשיינליך יא געקענט.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

דריידל האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:פאר חרדישע אידן איז די סופרים קאורט רולינג אסאך מער ווי א געווינס אויף די ספעציפישע קעיס. עס וועט בס"ד אפהאלטן לאקאלע ליבעראלע רעגירונגען פון איינפירן צוימונגען אויף זאכן וואס קערן זיך אן מיט רעליגיע.

דאס האבן א 6-3 סופרים קאורט וואס איז גרייט צו דעפענדן רעליגיע איז עפעס אויף וואס פרעזידענט טראמפ וועט געדענקט ווערן לטובה פאר לאנגע יארן.

איך פארשטיי נישט ווי די זעהסט דא אז זיי נעמען זיך אן פאר רעליגיע. די זעלבע פסק (סטעי) וואלט געווען טאמער די גאווערנמענט לייגט מער צוימינגען אויף פיש געשעפטן ווי אויף פלייש געשעפטן.

ער רעדט נישט דוקא פון די קעיס נאר די פאקט אז ס׳איז דא 4 דזושסטיסעס וואס נעמען זיך כמעט אלעמאל אן פאר רעליגע, און נאך 2 וואס נעמען זיך געווענליך אן פאר רעליגע. דאס איז לויט זייער פארגאנגהייט, די יעצטיגע קעיס איז נאר נאך איין משל, גראדע נישט די בעסטע, ווייל למעשה האט ראבערטס זיך נישט אנגענומען גענצליך פאר רעליגיע, נאר למחצה ולשליש ולרביע, און אויך למעשה געאורטיילט קעגן די אגודה.

קוקט שוין אויס ווי מלערנט אריין פשט אין א ראשון, ווען @בר דעת זאגט אז די ס. ק. רולינג איז א געווינס צו ער מיינט ס. ק. בכלל אדער די רולינג בפרטיות.
עניוועי, דיין פונקט איז ריכטיג און דאס איז דאך געווען די שמחה בשעתו ווען די ריכטער זענען באשטעטיגט געווארן. איך בין אבער געבאדערט פארוואס די נעכטיגע פסק איז נישט געווען 9-0.

סארי פארן מטריח זיין אריינצולערנען פשט אין מיינע ווערטער.

איך האב קלאר געשריבן אז איך האלט אז די רולינג ווייזט ווי מען האלט בכלליות מיט די יעצטיגע סופרים קאורט.

צו זיין אביסל קלארער, א קעיס וואס קומט אן ביז צום סופרים קאורט האט געווענדליך שטארקע לעגאלע ארגומענטן אויף ביידע זייטן. נישט קיין ספק אז מערערע קעיסעס ווערן געפסקנט לויט ווי דזשאדשעס ווילן אז די אוטקאם זאל זיין. די ניו יארקע ליבעראלע דזשאדזשעס וועלן געווענדליך בעפארצוגן די ענווייערמענט אדער מכלומרשטע פאבליק העלט ספעציעלע אויב רעליגיעזע רעכטן איז אויף די אנדערע זייט פון די וואגשאל. מיט די יעצטיגע סופרים קאורט וועט בסייעתא דשמיא זאכן זיין אביסל אנדערש.

נאכן כאפן עטליכע גוטע פליקעס פון סופרים קאורט וועט א גאווערנער ווי קאומא טראכטן דריי מאל.
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

?In 2 words what's going on
לעצט פארראכטן דורך חלה לכבוד שבת אום דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 1:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די טעגליכע בלעטלעך קענען אנהייבן שרייבן די פלעצער ווי משפחת... מיט משפחת... וועלן פראווען די מנין מעריב היינט נאכט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:?In 2 words what's going on
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

פאלקאוויטש123 האט געשריבן:
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:?In 2 words what's going on

פותח שערים
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3634
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

די צייטונג – נייעס בולעטין - סופּרים קארט פּסל'ט קאומא'ס שטרענגע צוימונגען אויף שולן

ויהי בחצי הלילה:

סופּרים קארט פּסל'ט קאומא'ס שטרענגע צוימונגען אויף שולן אדאנק נייע קאנסערוואטיווע ריכטער בערעט

דער סופּרים קארט האט מיטוואך ביינאכט, נאענט צו 12:00 אזייגער - וואס דאס אליין אז דער אורטייל איז אזוי שפּעט ארויסגעגעבן געווארן ווייזט אויך אויף די ערנסטקייט מיט וואס דער סופּרים קאורט האט באהאנדלט די זאך - געאורטיילט אז די שטרענגע צוימונגען וואס גאווערנאר קאומא האט ארויפגעלייגט אויף שולן און להבדיל קירכעס אז זיי טארן נישט האבן מער ווי צען מענטשן אויב זיי געפינען זיך אין א "רויטע זאון" איז אומקאנסטיטוציאנאל און עס איז פארבאטן געווארן.

די אפּשטימונג איז געווען פינף צו פיר ווען דער הויפּט ריכטער דזשאן ראבערטס האט זיך געשטעלט מיט די דריי ליבעראלע ריכטער קעגן דעם מאיאריטעט אורטייל, אבער די פינף קאנסערוואטיווע ריכטער, האבן געשטימט קעגן קאומא און לטובת רעליגיעזע פרייהייט. ס'איז געווען דער ערשטער אורטייל אין וואס עס האט זיך באטייליגט די קאנסערוואטיווע נייע סופּרים קארט ריכטער עימי קאני בערעט, און זי האט טאקע איצט אפּגעגעבן די אנטשיידענע שטימע לטובת רעליגיע.

מיט דעם איז נאכנישט די געשיכטע פארטיג, ווייל פאקטיש האט דאס געריכט בלויז נאכגעגעבן דעם פארלאנג פאר א צייטווייליגן אפּשטעל פון די קאומא ווירטשאפט ביז עס וועט פארקומען א פולער פארהער אינעם פעדעראלן אפּעלאט געריכט אין ניו יארק, וואס איז באשטימט געווארן אויף דעצעמבער 18, פרייטאג פּ' מקץ, דער לעצטער טאג ("זאת") חנוכה און דערנאך וועט עס ווארשיינליך נאכאמאל צוריקקומען צום סופּרים קארט. פארשטייט זיך עס איז מעגליך אז גאווערנאר קאומא, זעענדיג אז די גייסט פונעם העכסטן געריכט איז איצט גענויגט לטובת רעליגיע, וועט טוישן זיין צוגאנג און אויפהערן פארפירן קעגן "ארטאדאקסישע אידן" וואס זיינע אייסערונגען ווען ער האט אזוי גערעדט, פּונקט ווי מען האט געהערט א האלב יאר צוריק ענליכע רייד פון מעיאר דיבלאזיא, האט זייער שטארק געשאדט פאר די סטעיט אדוואקאטן דורכאויס די לעגאלע פּראצעדורן ווייל מען זעט אז ער צילט קעגן רעליגיע.

ווארשיינליך וועט קאומא, וועלכער איז א כיטרער פּאליטישאן און האט נישט ליב צו פארלירן (ווער האט דען יא ליב צו פארלירן?...), איצט טוישן זיין צוגאנג און וועט קומען צו א פארשטענדיגונג אין די קומענדיגע פּאר וואכן נאך פאר'ן אפּעלאט געריכט דאטום, אבער עס קען אויך זיין אז די אומשטענדן וועלן נישט לאזן פאר קאומא צו גיין אין אזא ריכטונג, ווייל מען הערט דאך שוין איבער א וואך צייט ווארענונגען סיי פון קאומא און אויך פון דיבלאזיא אז דער מצב הויבט אן ווערן ערנסטער אין ניו יארק, און עס איז מעגליך אז אנהויב דעצעמבער זאל די גאנצע שטאט ניו יארק באקומען אן "אראנדזש זאון" קלאסיפיקאציע, ווייל די צאל קאוויד פאלן האבן שוין אנגעהויבן צו שטייגן אויך אין די שטאט, וואס אונטער די איצטיגע קאומא עקזעקוטיווע פארארדענונג, טארן נישט זיין מער ווי 25 מענטשן אין א שול אדער להבדיל קירכע אין אן "אראנדזש" געגענט. אין א "רויט" געגנט איז די מאקסימום בלויז 10.

מען זעט אז די ריכטער האבן זיך שטארק געפּלאגט מיט דעם אורטייל ווייל דער הויפּט באפעל איז נישט אונטערגעשריבן געווארן דורך די ריכטער. עס פארנעמט זיבן זייטן און באהאנדלט די לעגאלע טענות פון ביידע זייטן אנווייזנדיג אז מען טאר נישט דיסקרימינירן קעגן רעליגיע. דערנאך קומען באזונדערע אויפקלערונגען, אורטיילן וואס די ריכטער האבן געשריבן, וואס אויך דאס איז א זעלטענהייט, 5 באזונדערע אויפקלערונגען אויף א "טי אר. או." פארלאנג.

איינס איז פון ריכטער ניעל גארסוטש, דער ערשטער ריכטער וועמען פּרעזידענט טראמפּ האט באשטימט, דערנאך איז דא א באזונדערער אורטייל פון ריכטער ברעט קעווענאו, דער צווייטער טראמפּ באשטימטער ריכטער, וואס די זענען געגאנגען מיט די מאיאריטעט.

דער הויפּט מינאריטעט אורטייל איז געשריבן געווארן דורך הויפּט ריכטער דזשאן ראבערטס. דאס איז געווענליך די איינפירונג אין סופּרים קארט, אז דער הויפּט ריכטער שרייבט דעם אורטייל פאר די מאיאריטעט אדער מינאריטעט, לויט ווי דער ריכטער געפינט זיך ביי דעם אורטייל, און אויב ער וויל נישט, קען ער אפּטרעטן און באשטימען אן אנדערן ריכטער וואס זאל שרייבן דעם הויפּט אורטייל פון זיין זייט. אויף די אנדערע זייט, גייט דער "כבוד" פאר דעם ריכטער מיט'ן העכסטן סיניאריטעט, און אויך דארט קען יענער אפּטרעטן, איבערגעבן עס פאר א צווייטן ריכטער. ממילא האט ראבערטס געשריבן איצט דעם הויפּט מינאריטעט אורטייל וואס פארנעמט צוויי און א האלב זייטן.

דערנאך איז דא א באזונדערער מינאריטעט אורטייל פון די דריי ליבעראלע ריכטער וואס איז געשריבן געווארן דורך ריכטער סטיווען ברייער אין וואס עס האבן זיך אנגעשלאסן די ריכטער סאניא סאטאמאיער און עלענא קאגאן. (ברייער, א איד, איז באשטימט געווארן דורך פּרעזידענט קלינטאן. סאטאמאיער, א שפּאנישע פון בראנקס, איז באשטימט געווארן דורך פּרעזידענט אבאמא, וועלכער האט אויך באשטימט קאגאן, א איד. די אידן האבן געשטימט קעגן די אידן, אבער די קאטוילישע ריכטער האבן געשטימט פאר די קאטאליקן, וואס די קאטוילישע קירכע פון ברוקלין איז "צו מזל" - עס איז אלץ בעסער אז אידן זאלן נישט "באשולדיגט" ווערן אלס "טומלער" אויב מען קען דאס פארמיידן - באטראכט געווארן אלס הויפט אפעלאנט.) דער ברייער אורטייל פארנעמט עטוואס מער פון פינף זייטן.

דערנאך האבן די ריכטער סאטאמאיער און קאגאן געשריבן באזונדערע פיר און א האלב זייטן אין וואס זיי געבן מער רעכט פאר די רעגירונג צו פאסן באשלוסן ביי א פּאנדעמיק אפילו ווען עס קומט עטוואס אין קאנפליקט מיט רעליגיע.

ווי מיר האבן שוין ביי פריערדיגע געלעגנהייטן אויפגעקלערט, איז אריינגעגעבן געווארן צוויי אנקלאגעס אין פעדעראלן געריכט אין ברוקלין פארלאנגענדיג אן עמוירדזשענסי ערלייכטערונג נאכדעם ווי גאווערנאר קאומא האט דעם ערשטן טאג חוה"מ סוכות געמאלדן זיין נייעם סיסטעם פון רויט, אראנדזש און געל געגנטער לויט די ערנסטקייט פונעם אונטערגאנג אין די געגענטער, וואס ער האט באצייכנט אלס "מייקרא קלאסטערס", און עטליכע אידישע געגענטער זענען אריין אין די "רויט" קאטעגאריע.

אין די רויטע געגענטער איז מען זייער שטרענג, מען שליסט שולעס און געשעפטן, א.ד.ג. שולן און להבדיל קירכעס קען מען נישט אינגאנצן שליסן ווייל א פעדעראלער ריכטער אין אלבאני האט שוין אין יוני געאורטיילט אז דאס איז א פארלעצונג פון די קאנסטיטוציע'ס פרייהייט פון רעליגיע גאראנטיע. מען האט אין יענע אנקלאגע אנגעוויזן אז עס איז ממש א דיסקרימינאציע ווען מען האט געלאזט אנגיין די "בלעק לייווס מעטער" דעמאנסטראציעס וואס קיינער האט עס נישט געטשעפּעט כאטש מאסן זענען געווען צוזאמגעשטופּט ביי די ראליס און מארשן און מען האט זיי נישט געטשעפּעט אפילו ווען זיי האבן נישט געהאט קיין מאסקעס. דער אויסרייד איז געווען, אז זיי מעגן דעמאנסטרירן אונטער דעם ערשטן אמענדמענט וואס גאראנטירט פרייהייט פון רעדע. אויב אזוי, גאראנטירט דאך דער זעלבער אמענדמענט אויך פרייהייט פון רעליגיע, פארוואס שליסט מען קירכעס און להבדיל שולן? אויף דעם האט טאקע דער ריכטער באפוילן אז מען טאר דאס נישט שליסן.

אזוי האט זיך גאווערנאר קאומא אן עצה געגעבן. וויסנדיג אז ביי אידן מוז זיין "מנין", האט ער געשטעלט א מאקסימום פון צען מענטשן וואס וועלן ערלויבט זיין אין א שול און דאס זעלבע להבדיל אויך אין א קירכע אדער מעטשעט, ווי לאנג זיי געפינען זיך אין א רויטע געגנט.

ווען קאומא האט עס געמאלדן איז אריינגעגעבן געווארן צוויי קלאגעס אין פעדעראלן געריכט אין ברוקלין, די ערשטע וואס האט פארטרעטן אידישע שולן און אינטערעסן, וואו דער באגאבטער אדוואקאט אבי שיק האט צוגעשטעלט א מייסטערהאפטע ארבעט. ער האט דערציילט פאר "די צייטונג", אז כאטש מען האט נאך צוערשט פרובירט מיט שתדלנות ביים גאווערנאר, האט ער זיך אבער שוין יענעם נאכמיטאג, דינסטאג חוה"מ, גענומען צו די שווערע ארבעט צוצוגרייטן א געריכטליכע אנקלאגע, אז מען זאל כאטש נישט שטערן דעם יו"ט. די קואמא פרעסע קאנפערענץ איז געווען 3 אזייגער. 2 שעה שפעטער, אנשטאט אהיימצוגיין 5 אזייגער צו די משפחה, עס איז דאך חוה"מ, האט שוין שיק געארבעט דאס צו באקעמפן.

די צווייטע קלאגע איז געקומען פון די קאטוילישע קירכע אין ברוקלין, וואס צווישן זייערע טענות האט זיך זייער שטארק ארויסגעזען אז זיי זאגן אז ביי זיי איז נישטא קיין אונטערגאנג, זיי האלטן אין ארדענונג די קירכעס, זיי פאלגן אויס די רעגולאציעס פון אפּזונדערן, מען גייט מיט מאסקעס, מען רייניגט אלעס אפּ נאך יעדן צוזאמקונפט, א.א.וו. זייער פארלאנג איז געגאנגען צו אן אנדערן פעדעראלן ריכטער אין ברוקלין.

דורכליינענדיג זייערע טענות האט מען געקענט ארויסנעמען צווישן די שורות אז זיי האבן זיך געשפּירט מער באקריוודעט אז זיי מוזן ליידן ווייל די אידן דאווענען יא אין די שולן אין א גרעסערע צאל און ווי מען זעט פון די בילדער אויף די גאסן, גייען זיי נישט אין קיין מאסקעס, כאטש זיי האבן דאס נישט אפען ארויסגעשריבן.

אין די אידישע אנקלאגע איז אויך ארויסגעברענגט געווארן געוויסע פּונקטן פארוואס מען פארלאנגט אן עמוירדזשענסי אפּשטעל פון די קאומא צוימונגען, און עס איז נישטא צייט צו ווארטן ביז נאך א לענגערן פארהער און די נאכפאלגנדע אפּעלאטן, ווייל דער שאדן וואס ווערט איצט אפּגעטוען איז אן אומערזעצבארער שאדן. אזוי ווי עס איז געווען הושענא רבה ווען דער ריכטער האט באהאנדלט דעם אידישן פארלאנג, איז גאר איינדרוקספול געווען וואס שיק האט אויך דערמאנט אלס ביישפיל וואס אלע אידן דארפן עולה זיין שמחת תורה, און דאס איז אויך אן אומערזעצבארער שאדן אויב מען לאזט נישט גיין אין שוהל, ווייל נאך שמחת תורה, איז דאך דאס שוין פארבייגעגאנגען.

דער אידישער פארלאנג איז צוריקגעוויזן געווארן מיט'ן אויסרייד אז מען באהאנדלט נישט די אידן און אידישע מוסדות ערגער ווי אנדערע, אבער דער קאטוילישער פארלאנג האט יא געטראפן א סימפּאטישן אויער ביים ריכטער ניקאלאס געראופיס, וועלכער האט זיך שטארק געפּלאגט און אפילו ווען ער האט אפּגעווארפן זייער פארלאנג האט ער אנערקענט אז זיי האבן גערעכטע טענות, אבער אין צייטן פון א פּאנדעמיק, האלט ער נישט אז עס איז אין פּלאץ פאר אים אלס א ריכטער צו גיין קעגן קעגן דעם גאווערנאר, וואס דער גאווערנאר בויט זיינע באשלוסן אויף די ראט פון דאקטוירים און וויסנשאפטלער.

ביידע האבן אפּעלירט צום פעדעראלן אפּעלאט געריכט, און אויך דארט איז אפּגעווארפן געווארן דער פארלאנג פאר אן עמוירדזשענסי אפּהאלט פון קאומא'ס פארארדענונגען, כאטש איינע פון די דריי אפּעלאט ריכטער האט זייער קלאר געגעבן רעכט פאר די רעליגיעזע טענות.

איצט איז עס אנגעקומען צום העכסטן געריכט און די מאיאריטעט ריכטער האבן ארויסגעברענגט אז ביידע, סיי די קאטאליקן און אויך די אידן, טענה'ן אז מען באהאנדלט שטרענגער געבעט הייזער ווי ענליכע סעקולארע פּלעצער און זיי האבן אויך געזאגט - וואס דאס איז נישט אפּגעפרעגט געווארן דורך די סטעיט אדוואקאטן - אז זיי האבן אויסגעפאלגט אלע פּובליק העלט אנווייזונגען, זיי האבן אנגענומען מער באווארענונג מיטלען און זיי האבן געלאזט מאקסימום 25 פּראצענט אדער 33 פּראצענט באטייליגונג שוין חדשים און עס איז נישט געווען קיין איין איינצלנער פאל וואס איז געקומען פון באטייליגן זיך ביי די געבעטן.

די ריכטער האלטן, אז זיי האבן אויפגעוויזן אז זייערע ערשטע אמענדמענט טענות וועלן ווארשיינליך געווינען, און אז אויב מען גיט זיי נישט איצט די ערלייכטערונג וואס זיי פארלאנגען וועט עס פירן צו וואונדן וואס קענען נישט פארראכטן ווערן, און אז מען גיט זיי יא נאך וועט עס נישט שעדיגן די אינטערעסן פון פאלק. די פריערדיגע דריי פּונקטן זענען זייער וויכטיג געווען ארויסצוברענגען, ווייל דאס פעלט אויס צו בארעכטיגן אן עמוירדזשענסי הילף פארלאנג פונעם העכסטן געריכט.

לויט ווי שיק האט געזאגט פאר "די צייטונג", האלט ער דאס פאר'ן וויכטיגסטן פונקט וואס האט געברענגט דעם געוואונטשענעם אורטייל, אז די ריכטער האבן באטאנט אז די אנקלאגע וועט ווארשיינליך געווינען! (דאס איז אויך א קלארער מעסעדזש פאר די אפעלאט ריכטער וואס וועלן אפהאלטן דעם לענגערן פארהער חנוכה, ווייל עס שמעקט נישט פאר קיין שום ריכטער צו געבן אן אורטייל וואס וועט גאנץ זיכער אפגעווארפן ווערן דורכ'ן סופרים קארט.)

נאך א פונקט וואס שיק האט באטאנט איז געווען, אז ער האט באקעמפט ביים סופרים קארט די טענות פון די סטעיט אז די קלאגע איז שוין moot, וואס מיינט, עס איז שוין נישט אקטועל, ווייל קואמא האט שוין באפרייט די אלע געגענטער צו די מילדסטע "געל" קאטעגאריע, א פונקט וואס איז נישט באקעפט געווארן דורך די קירכע פארטרעטער, און די מאיאריטעט ריכטער האבן זיך שארף אדרעסירט ביים אפווארפן די דאזיגע סטעיט טענה.

דער אפּעלאט צום העכסטן געריכט איז געגאנגען צו ריכטער ברייער און ער האט דאס באלד איבערגעגעבן פאר אלע סופּרים קארט ריכטער און אויף דעם איז געקומען דער איצטיגער עמוירדזשענסי אורטייל וואו די פינף מאיאריטעט ריכטער האבן באהאנדלט פארוואס עס זעט ווי זיי האבן אויסזיכטן צו געווינען ווען עס וועט פארקומען א גרעסערער פארהער אדער פּראצעס.

איין הויפט טענה פון די אדוואקאטן וואס פארטרעטן די סטעיט - די סטעיט אטוירני דזשענעראל לעטישא דזשעימס איז באאויפטראגט צו פארטיידיקן די סטעיט - איז געווען אז עס איז שוין בכלל נישט אקטועל די נויט פאר אן עמוירדזשענסי אורטייל ווייל ברוקלין איז שוין ארויסגעגאנגען פון רויטע און אראנדזש זאונס און טייל פון ברוקלין איז איצט בלויז אין א געלן זאון. ממילא איז שוין נישט אקטועל די פריערדערמאנטע צוימונגען אויף באטייליגונג ביי די געבעטן.

הויפּט ריכטער ראבערטס האט דאס גענוצט אלס אן אויסרייד פארוואס ער אורטיילט קעגן דעם אפּעלאט, זאגנדיג אז עס איז שוין נישט אקטועל. ער האט אין זיין אורטייל יא קריטיקירט וואס די סטעיט לייגט א 10 אדער 25 מענטשן מאקסימום באטייליגונג ווען מען איז אין א רויטע אדער אראנדזש זאון, וואס דאס ווייזט אז ראבערטס איז אויך גענויגט דאס צו פּסל'ן אלס אומקאנסטיטוציאנאל. די טענה האט ער יא פארשטאנען, אנערקענט, אז אויב מען לאזט אין אנדערע פּלעצער גיין אן קיין מאקסימום איז ווי א דיסקרימינאציע קעגן רעליגיע אויב דא שטעלט מען יא אזעלכע קליינע מאקסימומס.

די מאיאריטעט ריכטער האבן אבער אוועקגעמאכט די ענדערונג וואס קאומא האט דורכגעפירט ממש אין די לעצטע טעג פאר דער אפּעלאט איז געקומען צום סופּרים קארט. דאס איז ברייטער ארויסגעברענגט געווארן דורך ריכטער גארסוטש, אז פּונקט ווען דאס געריכט האט זיך צוגעגרייט צו באהאנדלען די אפּליקאציעס (אפּעלאטן) האט דער גאווערנאר לויזער געמאכט זיינע צוימונגען אבער די גאנצע צייט האט ער (קואמא) ווייטער באטאנט אז ער האט די מאכט נאכאמאל זיי איינצוציען ווען אימער, לויט ווי די אומשטענדן בארעכטיגן עס. גארסוטש שרייבט, ממילא אויב מיר ווארפן ארויס דעם אפּעלאט איז נישטא גארנישט וואס זאל פארמיידן דעם גאווערנאר באלד אויפצומארגנס נאכאמאל ארויפלייגן די צוימונגען, און אין די צייט וואס עס דויערט ביז א נייע קלאגע וועט זיך ארויפארבעטן ביז צו אונז (סופּרים קארט), קענען זיי זיך נאכאמאל טוישן. ד.מ., גארסוטש איז א מבין אז קואמא אדער כאטש וועלכער אנדערער פאליטישאן "קענען זיך שפילן", אויב עס קומט נישט איצט א פעסטער און קלארער באשלוס.

דער ריכטער שרייבט ווייטער: דער גאווערנאר האט באקעמפט דעם פאל אויף יעדן טריט און שריט. אוועקצושיקן רעליגיעזע פירער וואס ברענגען בארעכטיגטע קלאגעס בלויז ווייל דער גאווערנאר האט באשלאסן א קוועטש צו טאן דאס Off switch (אויסלעשן דעם מאטאר) אין שאטן פון אונזער איבערזיכט, וואלט אין מיינע אויגן געווען בלויז נאכאמאל מקריב זיין פונדאמענטאלע רעכטן אין נאמען פון יורידישע מעסיגקייט.

דאס איז טייל פון די גאנץ שארפע רייד וואס גארסוטש האט געלאזט הערן קעגן די קאומא ווירטשאפט קעגן די רעליגיעזע אנשטאלטן.

זיין שלוס פּאראגראף איז ציטירט געווארן אין א סאך פון די ערשטע באשרייבונגען פונעם דראמאטישן אורטייל. גארסוטש שרייבט:

עס איז שוין געקומען די צייט, ווייט נאך די צייט, קלאר צו מאכן, אז כאטש דער פּאנדעמיק שטעלט א סאך געפערליכע פּראבלעמען, איז נישטא די וועלט (בשום אופן) אין וואס די קאנסטיטוציע דולדעט קאליר-באצייכנטע עקזעקוטיווע פארארדענונגען (רויט-אראנדזש) וואס לאזט נאכאמאל עפענען משקאות געשעפטן און ביציקל שאפּס, אבער שליסט קירכעס, שולן און מעטשעטן.

כאטש דער קאנסערוואטיווער ריכטער סעמיועל עליטא האט נישט געשריבן אן אייגענעם אורטייל, איז אבער אין די פּרעסע באריכטן דערמאנט געווארן זיין שארפע רעדע פון גאנץ לעצטנס אין וואס ער האט דערקלערט אז די געריכטן האבן א וויכטיגע ראלע צו שפּילן ביים שיצן רעליגיעזע פרייהייטן נישט קיין חילוק צי עס איז יא דא א פּאנדעמיק אדער נישט. טאמער מען צוימט פונדאמענטאלע רעכטן, טאר זיך נישט דער סופּרים קארט אדער די אנדערע געריכטן שליסן די אויגן. ער האט אפּגעווארפן דעם געדאנק אז ווען אימער עס איז דא אן עמוירדזשענסי האבן עקזעקוטיווע באאמטע אומגעצוימטע מאכט וואס מען קען אפילו נישט איבערקוקן.

איצט האט עליטא געקענט "טוען צו די זאך" מיט צוימען קאומא'ס מאכט ווען ער טשעפּט מיט רעליגיע.

*

חרדי'שע אידן האבן גאר שטארק באגריסט דעם איצטיגן אורטייל, און נאכאמאל באדאנקט פּרעזידענט טראמפּ פאר ארויפשטעלן נאך א קאנסערוואטיוון ריכטער וואס וועט רעספּעקטירן רעליגיעזע רעכטן.

איצט וועט מען זען ווי אזוי קאומא וועט ווארשיינליך טוישן זיינע צוימונגען קעגן רעליגיע, איבערהויפּט ווען מען זעט ווי מערערע סופּרים קארט ריכטער האבן אפּגעשפּעט פון דעם קאומא סיסטעם וואס לאזט יא אפען סופּערמארקעטס און שאפּינג סענטערס אלס נויטיגע ביזנעס, וואו מענטשן דרייען זיך אפילו א לענגערע צייט ווי די קורצע צייט וואס זיי פארברענגען אין די געבעט הייזער.

עס איז אויך אינטערסאנט געווען אז די קאנסערוואטיווע ריכטער האבן פארשטאנען - בעסער געזאגט געדענקט וואס זיי האבן געליינט אין די פּאפּירן פון אבי שיק – אז דאס וואס קאומא האט געלייגט א מאקסימום פון צען מענטשן, איז דאס אליין ביי די אידן א דיסקרימינאציע, ווייל מען מוז דאך האבן צען מענער פאר מנין אין די ארטאדאקסישע שולן, מיינט דאס אז פרויען וועלן בכלל נישט טארן גיין אין שול, זיי פארלירן זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן צו פרייהייט פון רעליגיע!

אפילו אויב קאומא וועט דורכקומען מיט די אנקלעגער, אפילו אויב מען וועט נישט דארפן ווייטער קעמפן אין די געריכטן, איז אבער דער איצטיגער אורטייל געווען נאכאמאל ווי א שטיקל נס וואס איז געקומען בחצי הלילה, ווייל דאס שיקט א שארפן מעסעדזש פאר אלע רעגירונג אינסטאנצן אין לאנד, פון אויבן ביז אראפּ, אז דער נייער סופּרים קארט וועט זיך אננעמען פאר רעליגיע, נישט בלויז פאר די קאטאליקן און אנדערע קריסטן, און נישט בלויז פאר מוסולמענער וואס די מוסולמענער האבן אויך צוגעשיקט שטיצע צום סופּרים קארט לטובת די רעליגיעזע טענות, נאר אויך פאר אידן. האפנטליך וועט עס אבער מער נישט דארפן אנקומען צו קיין געריכטליכע קלאגעס.

דער אדוואקאט שיק האט אויך אנגעוויזן אלס באווייז ווי ערנסט די ריכטער האבן פארשטאנען דעם ענין, אז זיין ערשטע קלאגע איז אריין אין געריכט אקטאבער 6, דער צווייטער טאג חוה"מ, און מען האט שוין באקומען א גינסטיגן סופרים קארט אורטייל נאוועמבער 25, דאס איז א שנעלקייט וואס מען זעט זייער זעלטן אין יורידישן סיסטעם.

צווישן די באגריסונגען האט מען אויך געהערט פון די ניי-ערוויילטע קאנגרעס מיטגליד ניקאול מאליאטאקיס, וואס איר דיסטריקט אין סעטען איילאנד איז איצט אריין אין צוימונגען. זי האט ארויסגעברענגט ווי פאסענד עס איז אז דער אורטייל לטובת רעליגיע איז געקומען הארט פאר עס האט זיך אנגעהויבן די טענגסגיווינג חגא (12:00 טוישט זיך דער קאלענדאר טאג), וואס יענע פייערונג איז באשטימט געווארן אלס דאנק פאר'ן באשעפער דורך די פילגרימען וועלכע זענען רנגעקומען קיין אמעריקע פון ענגלאנד גענוי 400 יאר צוריק, נאכדעם ווי זיי האבן דורכגעלעבט דעם ערשטן שווערן ווינטער...
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22687
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

lazy האט געשריבן:
אור האט געשריבן:מענדי קומט אריין שטארק קלאר

סיג לחכמה שתיקה!
דער נער האלט אייביג ער איז קלוג, נאר ער קען זיך נישט איינהאלטן פון רעדן, ווערט נתגלה קלונו ברבים.

פאר א גוט יאר וואס וויל דער ״מענדי״? ער האט מורא אז נישט אלע נייעס קוואלן האבן שוין פרוף אז ״זעי אר עבאוו די לאו״???

פון זיין בילד זעהט אויס ער האט פשוט נישט געקענט איינהאלטן זיין שמחה אז ער קען שוין ענדליך דאווענען מיט מנין...

#טשולדיגט פארן אויסברוך.
כהאב פאר קיין רגע נישט געצילט דעים מגיב.
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

טעד קרוז רעאגירט צו די סופרים קאורט אורטייל בלאקירנדיג די ניו-יארקער קאוויד באגרעניצונגען געזעצן איבער דאווענען ערטער.
IMG_20201126_155204_503.jpg
IMG_20201126_155204_503.jpg (152 KiB) געזען 3104 מאל
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

וַיִּפְתַּח ה' אֶת פִּי הָאָתוֹן

Cuomo calls Supreme Court decision blocking NY restrictions on religious gatherings a political statement

NEW YORK — New York Gov. Andrew Cuomo said a U.S. Supreme Court decision handed down Wednesday night blocking state officials from enforcing a cap on religious gatherings in coronavirus hot spots in Brooklyn and Queens is “irrelevant from any practical impact” because those areas are no longer designated virus hot spots.

He said the decision, among the first that includes newly appointed Justice Amy Coney Barrett, was “really more an opportunity for the court to express its philosophy and politics.”

“The Brooklyn zone no longer exists as a red zone. That’s mooted. So that restriction is not in effect,” Cuomo said on a conference call with reporters Thursday. “That’s what was irregular about the court taking it up.”

The Supreme Court ruled 5-4 in favor of issuing an injunction on the state’s enforcement of the religious service rules, which cap religious gatherings at 25 in areas designated as “orange zones” and 10 in areas designated as “red zones” under state orders.

The ruling departs from past Supreme Court decisions that largely upheld states’ rights to limit religious gatherings.

The case will now return to a lower federal court for a decision. Cuomo said the Supreme Court decision won’t affect caps on religious gatherings in other parts of the state currently designated as red or orange zones.

Religious institutions across the state, even if they’re not in hotspot zones, are still required to keep in-person gatherings at 50% capacity under state rules — a policy that wasn’t challenged in the Supreme Court decision.

The complaints considered by the Supreme Court were filed by the orthodox Jewish group Agudath Israel and the Brooklyn Roman Catholic Diocese, both of which argued that the rules limiting in-person religious gatherings infringe on their first amendment rights.

In a concurring opinion, Justice Neil Gorsuch wrote “there is no evidence that the applicants have contributed to the spread of COVID-19 but there are many other less restrictive rules that could be adopted to minimize the risk to those attending religious services.”

Chief Justice John Roberts joined with the court’s three liberal justices, Sonia Sotomayor, Elena Kagan and Stephen Breyer in arguing that the governor’s zone restrictions on religious gatherings are constitutional.

Agudath Israel and the Brooklyn Diocese, the two religious organizations that filed the complaints that led to the ruling, celebrated the decision.

“I’m so gratified the decision has come today because our country was founded on the principle of religious freedom,” said Bishop Nicholas DiMarzio in a news conference Thursday morning. “Unfortunately, we see it in the case before us … there can be too much of a restriction, which doesn’t really make sense when we look at the volume of space we have in our churches.”

Leaders of Agudath Israel, an organization that represents Haredi Orthodox Jews across the country, said the orange and red zone restrictions were needlessly broad.

“You shouldn’t be treating one of the bug shuls in the same way you’re treating a shul that houses 25-30 people,” said Agudath Israel Executive Vice President Rabbi Chaim Dovid Zweibel, who added that the restrictions blocked some observant Jews who wanted to attend in-person services from doing so. Zweibel said the restrictions treated religious venues “far more severely and strictly than other types of venues.”

City and state officials have repeatedly warned that large religious gatherings can facilitate the spread of the virus. A Satmar Orthodox synagogue in Williamsburg Brooklyn held a wedding earlier this month for roughly 7,000 guests, leading to a fine from city officials.

DiMarzio said the Brooklyn Diocese has been “scrupulous” about following mask and social distancing rules. “I would hope that everyone follows the rules,” he said. “Because some people don’t follow the rules, everyone is being restricted, and that’s the problem.”

———

©2020 New York Daily News
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

ווען דער פרעזידענט זאָל ווען זאגן אויף א קארט אורטייל ס'איז א פאליטישע סטעיטמענט וואלט געווען א מידיע ערדציטערניש ודי
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

כל טוב האט געשריבן:ווען דער פרעזידענט זאָל ווען זאגן אויף א קארט אורטייל ס'איז א פאליטישע סטעיטמענט וואלט געווען א מידיע ערדציטערניש ודי

נו... דאס מיינט מען דאך מיטן פסוק וַיִּפְתַּח ה' אֶת פִּי הָאָתוֹן
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
ששון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2008 3:55 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ששון »

Kosher Travel האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:ווען דער פרעזידענט זאָל ווען זאגן אויף א קארט אורטייל ס'איז א פאליטישע סטעיטמענט וואלט געווען א מידיע ערדציטערניש ודי

נו... דאס מיינט מען דאך מיטן פסוק וַיִּפְתַּח ה' אֶת פִּי הָאָתוֹן

קאומא האט מער פרייהייט צו רעדן ווי אונז אידן ספציעל מיט דעם פסוק אויף אים. בבקשה, הזהרו בדבריכם.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

ששון האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:ווען דער פרעזידענט זאָל ווען זאגן אויף א קארט אורטייל ס'איז א פאליטישע סטעיטמענט וואלט געווען א מידיע ערדציטערניש ודי

נו... דאס מיינט מען דאך מיטן פסוק וַיִּפְתַּח ה' אֶת פִּי הָאָתוֹן

קאומא האט מער פרייהייט צו רעדן ווי אונז אידן ספציעל מיט דעם פסוק אויף אים. בבקשה, הזהרו בדבריכם.

פארדעם לייג איך עס טאקע אויף אייוועלט און נישט אויף פעיסבוק. פרעג איך אייך... קודם טוט ער וואס ער וויל. און ווען עס קומט א קאורט אורטייל קען ער עס אוועקמאכן??? אמעריקא איז אייביג געווען גלייכע רעכטן ווייל עס איז געווען the rule of law, נישט קיין dictatorship וואס איעדער מאכט אפ וואס דאס געזעץ איז.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
עמרם
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 11:01 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמרם »

Kosher Travel האט געשריבן:וַיִּפְתַּח ה' אֶת פִּי הָאָתוֹן

Cuomo calls Supreme Court decision blocking NY restrictions on religious gatherings a political statement

איך קען נישט כאפן פארוואס די סטעיטמענט פון א גאווענער איז ווייניגער פאליטיש פון די סטעיטמענט פון די מעזשאריטי פון די סופרים קארט?
דא איי מיסינג סאמטינג?
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

יואל שרייבער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:פאר חרדישע אידן איז די סופרים קאורט רולינג אסאך מער ווי א געווינס אויף די ספעציפישע קעיס. עס וועט בס"ד אפהאלטן לאקאלע ליבעראלע רעגירונגען פון איינפירן צוימונגען אויף זאכן וואס קערן זיך אן מיט רעליגיע.

דאס האבן א 6-3 סופרים קאורט וואס איז גרייט צו דעפענדן רעליגיע איז עפעס אויף וואס פרעזידענט טראמפ וועט געדענקט ווערן לטובה פאר לאנגע יארן.

איך פארשטיי נישט ווי די זעהסט דא אז זיי נעמען זיך אן פאר רעליגיע. די זעלבע פסק (סטעי) וואלט געווען טאמער די גאווערנמענט לייגט מער צוימינגען אויף פיש געשעפטן ווי אויף פלייש געשעפטן.

איך מיין דו מאכסט א טעות, די רעגירונג מעג לייגן ספעציעלע באגרעניצונגען אויף פיש געשעפטן, נאר אויף רעליגיע טאר מען נישט.

וואס עפעס? טאמער קאומא האט נישט ליב פיש איז ער בארעכטיגט צו זאגן אז ס'איז ווייניגער עסענטשול ווי פלייש? זיכער נישט. נאר טאמער איז דא א ספעציפישע קאנסירן וואס איז נוגע נאר פיש קען ער עס באגרעניצן, וה"ה לגבי רעליגיע, טאמער א געוויסע רעליגיעזע געפירעכץ שטעלט אנדערע אין א סכנה קען ער דאס אפשטעלן.

ליין דעם פסק, עס האט צו טון מיט רעליגיע, ווען ער זאגט ווען אז פיש איז ווייניגער עסענטשל וואלט ער ווארשיינליך יא געקענט.

100%

נישט נאר דאס, נאר רעליגיע מעג אפי׳ האבן מער פראטעקציע װי אנדערע פונקט אזעלכע עסענשל זאכן

קוק װי ער שרײבט (4 שורות פון אינטן) or more favorably

5B42831F-B9BE-4297-A6F7-18B38C4D7D1B.jpeg
5B42831F-B9BE-4297-A6F7-18B38C4D7D1B.jpeg (158.32 KiB) געזען 2723 מאל

פשט אז אױב די מעשה װעט זײן פארקערט װעט די גראסערי נישט קענען טענה׳ן היתכן דעם ביה״מ לאזט מען יא, װײל פראקטיצירן רעליגיע איז א ״רײט״

אױב כ׳פארשטײ גוט

גאר א שטארקע זאך
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

סופרים קאורט ווארפט אפ ניו יארק באגרעניצונגען אויף שוהלן

וויכטיגע אורטייל צו באשיצן "רעליגיעזע פרייהייט" אפילו אין צייט פון קריזיס

מיטוואך נאכט כחצות הלילה האט דער סופרים קאורט אין וואשינגטאן געאורטיילט 5 קעגן 4 אז ניו יארק סטעיט'ס שטרענגע פארשריפטן קעגן שוהלן איז א פארלעצונג פון די "רעליגיעזע פרייהייט" באשיצט אין די "ערשטע אמענדמענט" פון די קאנסטיטוציע.

אין א סטעיטמענט האט הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן שליט"א, פרעזידענט פון "יו. דזשעי. או," באגריסט דעם אורטייל, זאגנדיג אז ס'איז וויכטיג פאר'ן געריכט צו פארזיכערן אז "רעליגיעזע אינסטיטוציעס ווי שוהלן זאלן נישט ווערן געצילט אנדערש אין א "רויטע זאנע" ווי וויכטיגע ביזנעסער."

ווי געדענקט, האט ניו יארק סטעיט איינגעפירט אין סוכות צייט שטרענגע פארשריפטן אויף פארזאמלונגען אין שוהלן, מיט א מאקסימום פון 10 ביז 15 מענטשן אין "אראנדזש" אדער "רויטע" זאנעס פונעם קאוויד וויירוס. דער בארימטער אדוואקאט ר' אבי שיק פון אמעריקאנער אגו"י אגודת ישראל האט באלד אריין געגעבן א קלאגע אין פעדעראלן געריכט אז דאס, אין קאנטראסט צו פיל מילדערע פארשריפטן ביי פארשידענע געשעפטן און לאקאלע צענטערן, איז דיסקרימינאציע קעגן רעליגיע. די קלאגע לויפט נאך אין געריכט סיסטעם, אבער יעצט האט דער סופרים קאורט געגעבן א "סטעי" קעגן די פארשריפטן ביז נאך אלע אפעלאטן, מיט א קלארע סיגנאל אז אויב און ווען עס קומט צוריק צום סופרים קאורט וועט די אורטייל זיין די זעלבע.

"באשיצן רעליגיעזע רעכטן אין צייט פון א וויירוס עפידעמיע קריזיס איז וויכטיג," האט ער אויסגעפירט.

*****************************************************************

UJO praises Supreme Court ruling on houses of worship

In a late-night decision Wednesday, the US Supreme Court granted temporary injunctive relief from New York State’s COVID-19 restrictions inside “orange” or “red” zones, saying in a 5-4 ruling that they were unfairly applied towards houses of worship.

Justice Neil Gorsuch opined a strongly worded opinion, arguing that while it was understandable to have strong restrictions at the beginning of the pandemic, it is not right to prolong these restrictions and is certainly wrong to show favoritism towards some industries over religious liberty.

“This is an historic victory,” said Avi Schick, attorney for Agudath Israel of America and the shuls that had challenged the Cluster Action Initiative, which set strict limits on attendance at houses of worship. “This landmark decision will ensure that religious practices and religious institutions will be protected from government edicts that do not treat religion with the respect demanded by the Constitution.”

In a public statement, UJO president Rabbi David Niederman lauded the ruling as “ensuring that religious institutions like shuls should not be targeted differently in a red zone then other essential businesses.”

“Protecting religious rights is important,” he added, even “during a pandemic.”

Rabbi Niederman noted that in case current COVID-19 positive case rates renders New York City as an “orange zone” in the coming days, should circumstances change, “the court’s ruling would play an important role in the crafting of future regulations to be more accommodating of the needs of houses of worship.”
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”