Programming האט געשריבן:די לאוסוט פון די מאנסי'ער שולן האט גראדע א גוטע טענה מיט זייער קוואוטן קאומא אז עס איז נישט גענוג שמאל גענייט (די שאלה איז נאר צו עס איז נישט ארויסגענומען פון קאנטעקסט כנהוג). זייער (אדער די נייעס באריכט'ס) אויספיר אז די שולן ווערן 'מער' דיסקרימינירט ווי סעקולערע פארזאמלונגען איז בכלל נישט ריכטיג.
אגב, לאוסוט'ס איז אפשר א מילדע פארעם פון הייבן די קעפ אין גלות, אבער איז מיליאן אדער ביליאן מאל בעסער ווי זיך אנפייפן. לאוסוט'ס איז א חלק פון דעם וועג וויאזוי די רעגירונג סיסטעם ארבעט, און קיינער קען נישט האבן קיין טענות דערגעגן. איגנארירן און אנפייפן איז פון די ערגסטע אופנים צו באהאנדלען די זאך (ווי לאנג עס איז נישט די גאנצע לאנד וואס טוט עס, נאר איין סוב גרופע).
ענדליך מסביר געווען די חילוק צווישען א לאוסוט אין ברעכען די געזעץ
א זאך וואס כהאב נישט געגלייבט פאר אפאר יאר צירוק אז מגייט אפי דארפען מסביר זיין
אין דער אמת איז אז א לאוסוט דארף על פי רוב אויך האבען א דעת תורה,
איך ווייס פון א איד וואס האט נישט געסוט א האספיטאל יארען צירוק אויף די הוראה פון אן רב נאכדעם וואס די דעמאלסדיגע סיטואציע פון דאקטורים אין האספיטאל איז געווען אז אידען וואלטען געקענט שאדען האבען פון דעם און יענער האט אויפגעגעבען איבער מיליאן דאלער היינטיגע געלטער,
(אן אריינגיין אין אן אריכות איז געווען זייער אן אנגעצויגענע מצב -זייער א לאנגע תקופה צירוק-דעמאלטס מיט יענע האספיטאל אין אפאר מרשעי ברית האבען זיך ציגעכאפט אין געהעצט מיט יעדע קלייניקייט אזוי ווייט אז די חרדישע אידען האבען אויסגעקוקט פאני און שלעכט יעדע זאך וואס מהאט געטון,
די העצע איז געווען גרויס אויף ביידע זייטען און סאיז געווארען ווי מזאגט אוט אף קאנטראל ביז סאיז געלונגען פאר ריכטיגע עסקנים גענצליך צירוק צידרייען די רעדעל,
די הוראה איז דעמאלטס געווען אז מזאל דעמאלטס אינגאנצען נישט סוען נאר ווארטען אפאר יאר אין אויב מוועט קענען דעמאלטס הרי טוב דאס האט בעסעקלי דעמאלטס געמיינט אז מגעט אויף די קעיס)