יום תפילה!? נע, צוזאמגעשטיפטע מאסקעס... פארדרייטע אשכול.

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך פאלעסיידס »

תקנות גדולות/קבועות שנו כאן
תגובהמיטוואך אפריל 18, 2018 7:56 pm

אכטונג און אויפמערקזאמקייט‎

היימישע קרעטשמע איז געגרינדעט און געבויעט געווארן שוין מער ווי א דעקעט, און די הויפט פרינציפ איז געווען און איז נאך היינט איינער דעם אנדערן זאגן א גוט ווארט, און ארויפברענגן א שמייכל אויף די לעפצן פון א איד.
מיט דעם באשעפער'ס הילף האבן מיר זיך צוברייטערט ימה וקדמה צפונה ונגבה, פון גוטע ווערטליך האט זיך אנגעהויבן געשמאקע ארטיקלעך, פון געשמאקע ארטיקלעך צו איש את רעהו יעזורו, פון איש את רעהו יעזורו צו נייעס, פון נייעס צו בית המדרש דקהלתינו, פון בית המדרש צו זכור ימות עולם, ועוד ועוד, אלע אפטיילונגען האבן זיך פארמערט און צושפרייט אויף כל מיני אופנים לטובה ולברכה.‎

מיר די הנהלה און אחראים זענען דא גרייט געווען, און נאך אלץ גרייט צו העלפן אז די זאך זאל ווייטער בליען אויף דעם זעלבן אופן, און זאל זיך אויסשפרייטן אויף נאך זאכן און איידיעס וואס איז אלץ מעגליך.‎

אבל דא עקא, מיר זענען לעצטענס באוואוסטזיניג אז תקנה נומער צוויי וואס לייענט זיך ווי פאלגענד: "סיי וואספארא זאך וואס גרעניצט זיך אפילו ברמז רמיזה מיט לשון הרע ומחלוקת וועט נישט טאלערירט ווערן." איז לעצטענס פארלעצט געווארן אויף א שווערע אופן.‎ און לאמיר זיך אויסשמועסן און מסביר'ן...

מתחילה... דעבאטעס איז פון אייביג אן געווען א שטארקע מאטיוו אין היימישע קרעטשמע און אין די אנדערע אייוועלט פארומס. מיר זענען געוואוינט געווען צו ליינען און הנאה האבן וויאזוי צוויי צדדים - צי זאל עס זיין גוי'אישע פאליטיק, צי סתם נייעס, און צומאל אפילו א אידישע שערורי' - ברענגט יעדער ארויס זיין צד אויפן שטארקסטן אופן מעגליך, און דער צווייטער פרעגט דאס אפ דורכאויס, און שטעלט אהער זיין צד מיט געשמאק. עס פלעגט זיין פיל מיט הומאר, און געשמאקע ווערטליך אינדערמיט. עס האט זיך כמעט נישט געמאכט אז מ'זאל דארפן מעקן א תגובה צוליב וואס איינער זאל האבן געפליקט דעם צווייטן. און אפילו ווען יא, איז עס געווען כשגגה היוצא, און נאר כדי זיך צו האלטן צו די תקנות האט מען דאס עורך געווען אדער פארמעקט. דאס איז אמאל זיכער געווען, אז דעם וואס מ'האט זיין תגובה עורך געווען אדער פארמעקט, האט דאס פארשטאנען ביים שרייבן אז עס איז מעגליך אז עס וועט פאסירן. און איז נישט געקומען מיט א פני תם מיט טענות צו די הנהלה אדער אחראים, נאר זיך אפגעווישט ס'נאניע, און געגאנען ווייטער.‎

ועכשיו... זינט דער טראמפ יר"ה, איז ארויף אויפן טראן, און נאך אביסל פארדעם ווען דער מלך הראשון אובאמא איז געזעסן על כסא ממלכתו אין ווייסן הויז, האט זיך אנגעהויבן א טויש אין די אופן וויאזוי די דעבאטעס ווערן געפירט. ס'האט זיך אויפגעהערט די מי מנוחות ינהלנו תגובות. באניצערס האבן אנגעהויבן צו נעמען די טענות מורא'דיגע פערזענליך. אויב האט מען געשריבן א תגובה, און דער צווייטער צד האט געזאגט עפעס אנדערש, איז מען געווארן הערצליך געטשעפעט. און פארשטייצעך, מה יעשה הבן החכם? מדווח זיין?! נע, זאל יעדער זען וואס כ'קען, און ער האט גענומען זיינע צען פינגערס, און אן טראכטן צוויי, צוריקגעפליקט אחת דתו אין זיבעטן ריפ אריין, און דער צד שכנגד האט תיכף ומיד ביים זען דעם פליק, געגעבן א מכה כדי להמית אויף צוריק, און דאן א פליק און טשעפע פון די אנדערע זייט. און אזוי פאלג מיר א גאנג פארשמירט און פאר'חזר'ט דעם אשכול פון אינדערמיט ביז אינדערמיט, ביז איינער האט זיך מרחם געווען און גע'אישית'ט אדער געטעקסט אן הנהלה/אחראי מיטגליד, און מאיז געקומען מעקן מיט גרויסן מעקער על ראשון וראשון ועל אחרון שנית. פארשטייט זיך כיון שניתן רשות, אינו מבחין, און עס האט זיכער מיטגעשלעפט אינטערסאנטע נייעס אדער וויכטיגע תגובות וואס באלאנגן אויך אינעם שמועס אז מ'זאל קענען פארשטיין דעם המשך הדברים. אבער וואס גייט דאס דען אן פאר איינעם פון די צדדים? דער עיקר איז, אז יענער צד האט געכאפט דעם פליק אין די ציינער אריין.

איז אזוי, דאס גאנצע סומאטוכע, איז קינדיש, און פאסט אפילו נישט ארויפצוברענגן עלי דף וכתב. עס איז א בושה וחרפה אז בעלי בתים חשובים, וואס מוטשען זיך על המחי' ועל הכלכלה, און קומען כאפן א גלעזל שנאפס, זאלן זיך ארומרייסן וועגן די אדער די אנדערע פארטיי כאילו מ'רעדט פון זיין משפחה אדער חסידות (וואס דאס דארף אויך אריינגיין אין א פראפארץ ביי יעדן רעכטדענקענדיגער פערזאן). און דערנאך, ווען מ'מעקט שוין יא, דארף מען זיך פארענפערן און אויפהאלטן דעם מנהל'ס אדער אחראי'ס צייט פאר נאך אן האלבע שעה מיט איבער שמועסן, און איבער פרעגן, און זיך פארענפערן וכו' וכו'.... פיל אין די בלענקס.‎

נאר צוליב די ערשטע סיבה, וואלטן מיר זיך נישט געקימערט אזוי שטארק, זאל זיך יעדער אנכאפן אין זיין פארטיי, און נישט אויפגעבן כל עוד נשמתו בו, ביז ער באשליסט צו טוישן פארטיי... אבער די ארבעט דא אין אפיס, איז ארויפגעגאנען אויף אן אומדערטרעגליכע פארנעם, סיי צוליב דאס מעקן, און סיי דאס וואס מיר דארפן זיך ספראווענען דערנאך מיט יעדן ניק באזונדער. בנוסף לזה איז צוגעקומען נאך א פראבלעם וואס מ'רופט אויף די געוועב, טראלן. מ'זעצט זיך אריין אין א נייעס אשכול פון א צווייטן צד, און מ'הויבט אן טרייבן ליצנות און פארדרייען דעם אשכול מיט נארישקייטן און דעמאגאגיע, אזש ס'זאל זיך דעם צווייטן צד נישט באקומען דער טאג וואס מ'איז אויפגעשטאנען. און דער אנדערער צד בלייבט טאקען נישט שולדיג, און צאלט צוריק מיט ריבית, און כנ"ל, מ'פאר'חזר'ט אשכולות, אז די אפעטיט צו ליינען און שרייבן פארגייט. און כנ"ל זענען די מנהלים און אחראים פארנומען צו מעקן זיך פארענפערן וכו' וכו'

אז מ'רעדט שוין, שפירן מיר א חוב און מיר ווילן זיך באדאנקן פאר די פארשטענדליכע ניקס וואס האבן יא מיטגעארבייט, און זענען יא מדווח, און פארשטייען אז ווען זיי האבן זיך צעלאזט האט מען זיי געמעקט, אפילו אויב יענער האט אנגעהויבן. תבוא עליהם שכרם. אבער רבותי ס'איז זייער א קליינע פראצענט, און מיר קענען נישט ווייטער אזוי!!!

אלזא נאך לענגערע באראטונגען אין אפיס, זענען מיר געקומען צו אט די החלטה:
ביי סיי וועלכע דעבאטע, פון סיי וועלכע פארטיי, אויב וועט ווערן געשריבן סיי וואס פאר א פערזענליכע פליק פון איין ניק צו די אנדערע, אדער אויב זעען מיר איין אז עמיציר פרובירט צו טראלן אין אן אשכול.

1) וועט מען מעקן און שיקן אן אפיציעלע ווארענונג נישט אין אישי.

2) קיין שום טענה'רייען וועלן נישט גענפערט ווערן, חוץ אויב מיר וועלן איינזען אז עס איז געווען א טעות מצדינו.

3) נאך דריי ווארענונגען ווערט מען נחסם אויף צוויי וואכן.

4) נאכ'ן צוריקומען אויב טוט מען דאס נאך איין מאל, קריגט מען א פרייע חסימה אויף א יאר. נאך א יאר קען מען בעטן אויף צוריק עפענען.

ווי אויבנדערמאנט, איז א בושה ארויסצושטעלן אזעלכע תקנות, מיר זענען נישט קיין חדר רביס, און אויך נישט קיין חדר מנהלים, נישטאמאל אין ישיבה. אבער ההכרח לא יגונה, מיר האבן נישט קיין ברירה, מיר קענען זיך נישט אפגעבן מיט אזויפיל תגובות אין איין טאג, די זאך איז ליידער ארויס פון יעדן פראפארץ.‎

און צו די טייערע באניצערס, ביטע אונז מוחל זיין אויב שפירט איר זיך געטשעפעט, און אויב נישט ה' הטוב יכפר, דער באשעפער ווייסט אונזער מאטיוו, און ווייסט אונזער הארץ. ‎

מהודענא להשקיט ריבי ומשטיני, אין די הנהלה איז דא סיי אזעלכע וואס ווילן אז טראמפ זאל זיין פרעזידענט, און סיי וואס ווילן אז ער זאל נישט זיין פרעזידענט. אויך האבן מיר אזעלכע וואס עס אינטערסירט זיי נישט קיין איין צד.‎

הק' אלי' מקוה יוד
הק' גבאי שני.
הק׳ געלעגער
הק' למעלה משבעים
הק' מאניש
הק' נייגעריג
הק' סאכדעס
הק' קרעטשמער
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך מילכיגער »

למעלה

חס לי אריינצוגיין אין די ענדלאזע דעבאטעס פון וועם ממעקט מער אדער ווייניגער. אבער ווי אנדערע האבן געשריבן איז גאנץ קנאפ א נפ״מ וועלכע ניק סזאגט דאס. סה״כ זעהט מען א מיליאן שר עשר׳ס זאגן איין זייט און איין גוד מארנינג זאגן א צווייטע (וואס רעפרעזענטערט ברובו די אפיניאן פון אסאך שטילע שרייבער) און אט זעהט מען ווי ער באקומט א פסק פארן פארדרייען.

אז אזא איינער וועט מולטופלייען זיינע תגובות טיימס 100 וועט עס נאכנישט זיין האלב פון די איבערוויגנדע דעת הקהל דא (אפגעזען מיט וויפל נעמען דאס קומט אריין) וואס האלט אז פשוט אזוי איז קואמא פארביטערט געווארן אז די שפיטעלער הרגנען נישט גענוג מענטשן אזוי ווי פסח צייט האט ער זיך געלאזט אין א ווענדעטא קעגן אידן...

אל די וועי וואלט יעדער מסכים געווען אז נזאל נישט פארדרייען. אבער איך מיין אז די נושא דא איז נישט געווען די הרהורי תשובה פון עולם ביי די יום תפלה...

ודי בזה. צוריק אין מיין נארע :lol:
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך פאלעסיידס »

מילכיגער האט געשריבן:למעלה

נו זאג א סאלושען
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך מילכיגער »

די סאלושען איז אז יעדער זאל זיין וואויל..
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך פאלעסיידס »

רעדסט פון א עולם התיקון ווי מקען דיפאנדען די פאליציי?
איש תחת גפנו ואיש תחת תאנו

דיסקלעימער: איך הער נישט קיין האטליינס
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום זונטאג אקטאבער 18, 2020 9:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך להודיע »

רעים האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:[

הער אויס דעם שמועס בערך ביי מינוט 20 און ווייטער ווי א אינגערמאן דערציילט ברבים אז ער האט געהאט קאראונע גאנץ חול המועד און איז געווען טאנצן הקפות אין גרויסן שול אין קרית יואל.

https://www.yiddish24.com/interviews/12/27157

די לינג פירט נישט און ערגעטס.... קען זיין מען האט שוין אראפ גענומען די איטערוויא

דאס פירט צו די לעצטע שמעלצער דרעזנער שמועס פון פארגאנגענע וואך
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך פאלעסיידס »

להודיע האט געשריבן:

לצים
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך שטארק זיך »

טשאלענט האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:איך מיין אז ס'איז ידוע די מיינונג פון הער 'גודמארנינג', א ניק וואס האט דא געליינט אפילו בלויז איין מאל א וואך ווייסט עס אויך, צי ס'איז ריכטיג צי נישט געהער אין א דעבאטע אשכול, אבער הלמאי ווערט יעדע אשכול פריוואטעזירט צו זיין מיינונג מינומום איין מאל אויף יעדע בלאט?

גענוג איז גענוג.

גא"מ

גא״מ.
בד״וו גוד-מארנינג׳ס טאלאנט אין סאבטל מעניפיולעישאן איז נישט אוועקצומאכן
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

שטארק זיך האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:איך מיין אז ס'איז ידוע די מיינונג פון הער 'גודמארנינג', א ניק וואס האט דא געליינט אפילו בלויז איין מאל א וואך ווייסט עס אויך, צי ס'איז ריכטיג צי נישט געהער אין א דעבאטע אשכול, אבער הלמאי ווערט יעדע אשכול פריוואטעזירט צו זיין מיינונג מינומום איין מאל אויף יעדע בלאט?

גענוג איז גענוג.

גא"מ

גא״מ.
בד״וו גוד-מארנינג׳ס טאלאנט אין סאבטל מעניפיולעישאן איז נישט אוועקצומאכן

(די B איז סיילענט)
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re:

תגובה דורך שטארק זיך »

סטיטשינער האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:איך מיין אז ס'איז ידוע די מיינונג פון הער 'גודמארנינג', א ניק וואס האט דא געליינט אפילו בלויז איין מאל א וואך ווייסט עס אויך, צי ס'איז ריכטיג צי נישט געהער אין א דעבאטע אשכול, אבער הלמאי ווערט יעדע אשכול פריוואטעזירט צו זיין מיינונג מינומום איין מאל אויף יעדע בלאט?

גענוג איז גענוג.

גא"מ

גא״מ.
בד״וו גוד-מארנינג׳ס טאלאנט אין סאבטל מעניפיולעישאן איז נישט אוועקצומאכן

(די B איז סיילענט)
נו, עימיצער האטיר דען געהייסן עס ארויסזטגן?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך פופציגער »

פרעגט מיר איינער אין אישי וויאזוי איך קען זיך האלטן אקטיוו מיט מיין ניק אויב האב איך נאכנישט געזאגט א מיינונג אויף הער גודמארנינג,

אלזא, איך האלט קלאר אז יא!!!
(וואס יא? כהאב נישט קיין אנונג... האלטסט אז אלע אנדערע ניקים וואס טענה'ן זיך דא אויף לופט און וואסער ווייסן יא וואס זיי רעדן?)
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך פעיק ניוז »

:lol:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך IMBZ »

מומחה יוחס האט געשריבן:מיט וואס איז קאומא געווארן ווייכער?

האסט אים געהערט ביז יעצט. און די לעצטע 2 טעג?
אוועטאר
זייטיגע צוקוקער
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 4:09 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך זייטיגע צוקוקער »

מ'הערט נישט אויף קלינען דא..

אלטערנעסייט איז נאר איין מאל א וואך...
איך קוק צו פון די זייט
אז כ'האב וואס צוצולייגן ווארפיך אריין מיינע צוויי צענט
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך קרייסלער »

אויף וועלכע דף אין דיזע אשכול רעדט מען פון א יום תפילה?? עסקינג פאר עי פרענד
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך חיימאוויטש »

פרעג דיין פרענד צו ער ווייסט פון גוד-מארנינג צו זאגן...

אויב נישט, האט אים ווער געגעבן א רעכט צו פרעגן בכלל?!...
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: Re:

תגובה דורך Programming »

נישטאמת האט געשריבן:
הורוויץ האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:]
מחנך האט געשריבן:
אוסף אמרים האט געשריבן:אונטערסאנט אז אין די חסדי עמרם אשכול האט הרב גוד מארנינג נאכנישט אריינגעשטעלט זיין לעבנס וויכטיגע שטעלונגען איבער די מצב הגם ס'איז אין די קאראנא פארום...
אבער ערענסט גערעדט איך ווייס נישט אויב ס'איז דיין שילד אבער סאם האו שטויסט מען זיך איבעראל אן אין דיינע תגובות ווי שרעקעדיג די מצב איז. קענסט זיין ביזט גערעכט אבער די סכנה מצד די גאווערמענט איז א מער וויכטיגע נושא לעת עתה און איך זעה נישט די נחיצות צו פארדרייען יעדע שמועס אין יענע דירעקציע

איך רעדט נישט אריין אסאך ביי די קאראנע אשכולות, אבער זאלסט וויסען זיין, אז מר גוד-מארנינג רעט זייער צו די זאך, און ער איז א מייקרעפאון פאר הונדערטע אנדערע שרייבערס וואס האבען נישט די צייט און כוח זיך צו טענה'ן מיט אלע אויבער חכמים'ס, ער כאפט מיר אסאך מאל אויס ממש די ווערטער וואס איך וואלט געשריבען ווען,

גוד מארנינג קיפ איט אפ, דיינע ווערטער זענען פון די בעסטע און נערמאלסטע וואס מ'הערט דא, נישט ווי די בת היעהנה'ס וואס לעבען אין דינייעל

סעים העיר. גוד מארנינג איז א ווינטל פון באזעסנקייט אין דעם שטורעם פון שגעון וואס האט אונז נעבעך באהערשט.

גא"מ, גוד מארנינג רעדט זייער צו די זאך, ווען מ'זאל ווען טון ווי ער שרייבט וואלט מען נישט געהאלטן דארט ווי מ'האלט יעצט.

גא״מ. Goodmorning רעדט זייער זייער צום זאך. קיפ איט אפ. מען דארף אזוי פיל עס איבער חזר׳ן ביז עפעס וועט זיך אנקלעבן
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: Re:

תגובה דורך שטארק זיך »

Programming האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
הורוויץ האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:]
מחנך האט געשריבן:
איך רעדט נישט אריין אסאך ביי די קאראנע אשכולות, אבער זאלסט וויסען זיין, אז מר גוד-מארנינג רעט זייער צו די זאך, און ער איז א מייקרעפאון פאר הונדערטע אנדערע שרייבערס וואס האבען נישט די צייט און כוח זיך צו טענה'ן מיט אלע אויבער חכמים'ס, ער כאפט מיר אסאך מאל אויס ממש די ווערטער וואס איך וואלט געשריבען ווען,

גוד מארנינג קיפ איט אפ, דיינע ווערטער זענען פון די בעסטע און נערמאלסטע וואס מ'הערט דא, נישט ווי די בת היעהנה'ס וואס לעבען אין דינייעל

סעים העיר. גוד מארנינג איז א ווינטל פון באזעסנקייט אין דעם שטורעם פון שגעון וואס האט אונז נעבעך באהערשט.

גא"מ, גוד מארנינג רעדט זייער צו די זאך, ווען מ'זאל ווען טון ווי ער שרייבט וואלט מען נישט געהאלטן דארט ווי מ'האלט יעצט.

גא״מ. Goodmorning רעדט זייער זייער צום זאך. קיפ איט אפ. מען דארף אזוי פיל עס איבער חזר׳ן ביז עפעס וועט זיך אנקלעבן

עימיצער איז אין די מוד היינט...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך וואס טוט זיך »

איך וויל מיך נישט באטייליגן אינעם שמועס (געפיקסט לכבוד פאלעסיידס) דא.
איך פיל אבער פאר וויכטיג ארויסצוברענגען מיין ווארימסטע שטיצע פאר @גוד מארנינג. איינער וואס האט נאך ב"ה די קאפ אויפן פלאץ.
חזק ואמץ.
לעצט פארראכטן דורך וואס טוט זיך אום מאנטאג אקטאבער 19, 2020 12:40 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13005
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך חמרא טבא »

רב גוד מארנינג זענט איר ביי עני טשענס אוועיליבל צו אויפטרעטן ביי אן אסיפת תפילה דינסטאג אין איינע פון די היימישע געגנטער?
דביה תחדי נפשא
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך פאלעסיידס »

וואס טוט זיך האט געשריבן:איך וויל מיך נישט באטייליגן אינעם דעבאטע.
איך פיל אבער פאר וויכטיג ארויסצוברענגען מיין ווארימסטע שטיצע פאר @גוד מארנינג. איינער וואס האט נאך ב"ה די קאפ אויפן פלאץ.
חזק ואמץ.

און וואסערע דעבאטע?
:lol:
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך נפשי חמדה »

פאלעסיידס האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:איך וויל מיך נישט באטייליגן אינעם דעבאטע.
איך פיל אבער פאר וויכטיג ארויסצוברענגען מיין ווארימסטע שטיצע פאר @גוד מארנינג. איינער וואס האט נאך ב"ה די קאפ אויפן פלאץ.
חזק ואמץ.

און וואסערע דעבאטע?
:lol:

:lol:
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך Goodmorning »

איים סא סארי חברה איך בין געווען ביזי און נישט געהאט אן אנונג פון די גאנצע סומעטאכע דא, ב״ה האב איך א לעבן אויסער אייוועלט. דאנקן צו אלע קריטיקירער און סימפאטיקער, ווער וואלט געגלייבט אזא שטילער מענטש ווי מיר וועט נאך באקומען אזויפיל אויפמערקזאמקייט איין טאג? יעצט קען מען שוין פארשפארן מיין ניק..
למעלה, מיטן פולסטן רעספעקט, וואס איך האב באמת צו אייך, קיינמאל באמערקט אזויפיל געמעקטע תגובות. און איך גלייב אז אויב דו וועסט בעסער קוקן וועסטו זען אז איך בין אייביג געווען אינמיטן פון א פארדרייעטע שמועס, קיינמאל אריינגעקומען פארדרייען, פשוט ווען איך זע זאכן וואס איך האלט אז עס מען קען באלאנסירן די מיינונג זאג איך די אנדערע זייט. לכאורה ווען מען האט געמעקט גאנצע שמועסן איז מיינס אויך געווען א היבשע חלק.

איך האב קיינמאל לעצטנס געשריבן פון אפשפארן פאר ווער עס וויל טשעקן.
עניוועי, זייטס מיר אלע געזונט. איך בין נישט צו געוואוינט צו אזויפיל אויפמערקזאמקייט, איך וועל עס דארפן פארדייען.
איך וואלט הנאה געהאט ווען די אלע שמועסן איבער מיין ניק (עס איז נישט מיר, נאר א ניק, הו קעירס) גייען אין גארבידזש
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
זייטיגע צוקוקער
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 4:09 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך זייטיגע צוקוקער »

Goodmorning האט געשריבן:איים סא סארי חברה איך בין געווען ביזי און נישט געהאט אן אנונג פון די גאנצע סומעטאכע דא, ב״ה האב איך א לעבן אויסער אייוועלט. דאנקן צו אלע קריטיקירער און סימפאטיקער, ווער וואלט געגלייבט אזא שטילער מענטש ווי מיר וועט נאך באקומען אזויפיל אויפמערקזאמקייט איין טאג? יעצט קען מען שוין פארשפארן מיין ניק..
למעלה, מיטן פולסטן רעספעקט, וואס איך האב באמת צו אייך, קיינמאל באמערקט אזויפיל געמעקטע תגובות. און איך גלייב אז אויב דו וועסט בעסער קוקן וועסטו זען אז איך בין אייביג געווען אינמיטן פון א פארדרייעטע שמועס, קיינמאל אריינגעקומען פארדרייען, פשוט ווען איך זע זאכן וואס איך האלט אז עס מען קען באלאנסירן די מיינונג זאג איך די אנדערע זייט. לכאורה ווען מען האט געמעקט גאנצע שמועסן איז מיינס אויך געווען א היבשע חלק.

איך האב קיינמאל לעצטנס געשריבן פון אפשפארן פאר ווער עס וויל טשעקן.
עניוועי, זייטס מיר אלע געזונט. איך בין נישט צו געוואוינט צו אזויפיל אויפמערקזאמקייט, איך וועל עס דארפן פארדייען.
איך וואלט הנאה געהאט ווען די אלע שמועסן איבער מיין ניק (עס איז נישט מיר, נאר א ניק, הו קעירס) גייען אין גארבידזש

good morning...
איך קוק צו פון די זייט
אז כ'האב וואס צוצולייגן ווארפיך אריין מיינע צוויי צענט
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובה דורך Goodmorning »

און פאר ווער עס וויל חלומען אז איך האב אגענדעס, איז עס נאר איין זאך, א באלאנסירטע אויפריכטיגע באטראכטונג פון פאקטן וואס קענען העלפן אידישע לעבנס און פארמיידן שנאת ישראל.

איך בין א גראדער מענטש און האב נאר איין ניק. איךבין אפשר צו תמימותדיג און עס טוט מיר עכט וויי צרות ישראל, איך האב קיינמאל פארשטאנען צו אידישע פאליטיק.

א גוטע נאכט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”