הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זכריהו
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

דיסקלעימער: דער אשכול איז 'נישט' געמאכט פאר די פאלגענדע צוויי גרופעס מענטשן.

1) איינער וואס האלט אז מיר האבן באהאנדלט דעם וויירוס פונקט גוט, אדער מען האט גאר געדארפט נאך ווייניגער אויספאלגן די רעגולאציעס. (פאר אייך איז דא אסאך אנדערע אשכולות, עיין שם ותמצאו נחת.)

2) איינער וואס האט א סעלף העיטינג בליק און האלט אז די "סיסטעם" שטינקט פון קאפ, גלייבנדיג אז וויבאלד ס'איז דא לעכער זאל מען אראפברענען דעם גאנצן בנין, ר"ל מהאי דעתא. (פאר אייך זענען דא אנדערע שמוציגע סייטס און לשון הרע פלאטפארמעס.)

איך וויל מיך דורכשמועסן מיט אנשים כערכינו, וואס זענען אנגעווייטאגט און האבן זיך צוגעקוקט מיט שאק און אומפארשטענדעניש דורכאויס דעם פארלאפענעם ביטערן יאר, ווי שטארק מען האט פארנאכלעסיגט ביי אונזערע קרייזן דעם געפאר פונעם וויירוס. מען האט אפגעלאכט פון די ערשטע מינוט די ערנסטקייט; אראפגעקוקט און קריטיקירט אידן וואס האבן פרובירט עס צו נעמען ערנסט, און אפילו ווען עס זענען ליידער געפאלן קרבנות רעכטס און לינקס ה"י, איז מען ווייטער אנגעגאנגען מיט א גלייכגילטיגקייט מיט אלע סארט תירוצים, איינרעדענישן, און אויבער חכם'שאפט. (כאפטס מיך נישט ביים ווארט, אלעס דא איז רעלאטיוו, אבער יו-געט-דע-פוינט.)

בתוך עמי אנכי יושבת. איך בין א גאט-פארכטיגער איד, איך האב ליב מיין פאלק, איך ווייס און איך זע די שיינקייט פון כלל ישראל, די איבערגעגעבנקייט צום באשעפער און צו אנדערע אידן, די מאסטשאבליכע חסד וואס גייט פאר – און טאקע דורכאויס די תקופה איז עס ארויסגעקומען מיט די שענסטע פארבן. הצלה האט זיך מפקיר געווען פאר אנדערע אידן, משפחות האבן אוועקגעגעבן אלעס צו העלפן די חולים, אידן זענען געלאפן געבן בלוט, א.א.וו. ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ! קיינער קען זיך נישט פארגלייכן צו אונז, און א גוי איז מיליאנען ליכט-יארן אוועק פון אונזער הערליכע, ליכטיגע, גוטע געזעלשאפט וואס איז אנגעפילט מיט אזויפיל מעלות טובות, וואס זיי קענען ניטאמאל משיג זיין.

אבער דאך טוט מיר וויי וואס איך האב צוגעזען. איך פרוביר צו מאכן סענס דערפון, איך פרוביר זייער שטארק עס צו פארענטפערן, און דן זיין לכף זכות, וואס דא האט זיך אפגעשפילט. איך רעד נישט אזוי ווייט פון די בתי מדרשים און חדרים, וואס איז א הלכה\השקפה שאלה, נאר אפילו ווען מ'האט פארלאנגט זאכן וואס האט גארנישט מיט קיין אידישקייט, נאר פשוט אביסל אומבאקוועמליכקייטן, ווי מאסקעס, סאושעל דיסטעסינג, וכד', וואס מען האט עס ממש נישט גורס געווען אין אונזערע מקומות.

איך אליינס האב פארשידענע געדאנקען וואס איך וועל אי"ה דא מיטטיילן צו קענען אביסל פארשטיין, פארגיטיגן און מקרב זיין אל השכל די אויפפירונגען, אבער איך דארף אויך די הילף פון אנדערע אידן וואס טראכטן און פילן ווי מיר, אז מען זאל ארויסהעלפן און זיך צוזאמען מחזק זיין צו זען די שיינקייט פון כלל ישראל, און מקיים זיין די ווערטער פון די משנה הוי דן את כל האדם לכף זכות.

ביטע קומט אריין מיט אייערע געדאנקען.
זכריהו
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

מיספארשטענדעניש און מיסקאמיוניקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

נקודה למחשבה #1

איינס פון די הויפט פראבלעמען וואס האט לדעתי צוגעברענגט דערצו, איז די תהום-גרויסער אפשייד און דיפערענץ צווישן די היימישע לעבנסשטייגער און די אלגעמיינע.

ווען די רעגירונגען און העלט דעפארטמענטס זעצן זיך אראפ צו באשטימען רעגולאציעס צו קאנטראלירן דעם וויירוס, נעמען זיי אין אכט די לעבנסשטייגער פונעם געווענליכן מענטש, און נעמען אין באטראכט וואס מ'קען איינצוימען און וואס נישט, וואס קען ארבעטן פראקטיש און וואס איז פשוט נישט שייך, און לויט דעם קען מען אראפשטעלן א מהלך.

ס'איז למשל נישט בייגעפאלן פאר די גאווערמענט צו זאגן אז מען מעג נאר ארויסגיין איינמאל א וואך קויפן א פעקל ברויט און א באטל מילך, און פון דעם לעבן, אדער אז מאן און ווייב דארפן זיך צעטיילן עד יעבור הזעם... א.ד.ג.

ס'זענען דא זאכן וואס איז פשוט נישט שייך צו טון, ס'ארבעט נישט און ס'נישט פראקטיש. איי, ס'קען ווען מער העלפן קעגן פארשפרייטונג, אבער יעדער פארשטייט אז עס זענען דא זאכן וואס מ'קען פשוט נישט.

הא לן והא להו. זאכן וואס ביים גוי קען ארבעטן, איז ביי אונז פשוט נישט מעגליך אויפ'ן זעלבן אופן. דער גוי מיט זיינע צוויי קינדער, קען דורכלעבן א האלב יאר אינדערהיים מיט'ן טיווי און זום, אבער דער איד מיט צען קינדער, אין א בנין פון הונדערט קינדער, אן קיין אינטערנעט, איז פשוט פראקטיש אוממעגליך. גיין אין חדר, אין ביהמ"ד און אין מקוה, איז ביי אונז פונקט אזוי וויכטיג ווי ביי זיי גיין אין גראסערי.

אלזא, די דרך החיים איז פשוט מיילן אפגערוקט. יעצט די גאווערמענט מאכט רעגולאציעס נעמענדיג אין באטראכט די דרך העולם אין זייער וועלט, אבער ביי אונז קוקט מען עס פשוט אן ווי אבסורד און ממש אוממעגליך.

די תוצאה דערפון איז געווען אז ס'האט אונטערגעבענגט די גאנצע טראסט און מיטארבעט מיט זיי. דער עולם האט געשפירט עטס זענטס טויט משוגע, די זאכן זענען נישט מעגליך נאכצוקומען, און דעריבער האט מען שוין גארנישט געוואלט הערן פון זיי. מ'האט נאר געוואוסט, ענק פארשטייען אונז נישט, מיר זענען נישט אויף איין פעידזש, און לאמיך אפ מיט די גאנצע זאך.

לו יהא ס'וואלט ווען געווען בעסערע פארשטענדעניש און קאמיוניקאציע, וואלט מען אפשר געקענט צופאסן די רעגולאציעס צו אונזערע געברויכן, און ס'וואלט געווען מער מיטארבעט.
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוואלדיג »

איך האב זייער הנאה פון דעם אשכול. זייער אמת'ע געדאנקען ווערן דא אויסגעשמועסט, און איך האף צו אריינקומען מיט אפאר געדאנקען.

אבער איך האף נאר אז דער אשכול זאל נישט דינען צו בארעכטיגן קיין עולה, און איך וויל אויסשמועסן וואס איך מיין

דער שאפראנער רב זצ"ל שרייבט אין א בריוו צו א תלמיד צו מסביר זיין די מאמר חז"ל "אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו"
און די קושיא איז לכאורה דארף מען דאך דן זיין לכף זכות.

דער בעל תורת אלף זצ"ל איז דעריבער מסביר אז כדי צו דן זיין לכף זכות, דארף מען זיך אריינלייגן אין יענעם מצב אינגאנצן,
און עס קען אמאל זיין אז מען לייגט זיך אזוי אריין אין יענעמס מצב אז מען פארשטייט אים שוין צו גוט,
דעריבער איז אמאל בעסער אז ס'זאל זיין "אל תדין את חבירך",
און די סיבה איז ווייל איך האב מורא "עד שתגיע למקומו", אז דו זאלסט נישט אנקומען צו יענעמס פלאץ. והמבין יבין
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

נאך א זאך וואס לדעתי איז א שטארקע סיבה איז
א איד האט א קאפ מיט שכל הנקראה בלע"ז אידישע קאפ און זאכן דארפן מאכן סענס.
און אויב פארשטייט ער נישט פארוואס ער דארף טון וואס דו הייסט איז אסאך שווערער אים צו צווינגען ווי א לא לנו
אז ער פארשטייט נישט וואס א מאסק העלפט וועט ער עס נישט אנטון
צו וואס זיך קראצן יעצט? ווייל ער'ט געזאגט!? סהייבט זיך נישט אן, ס'העלפט נישט, אפשר שטערט עס גאר וכו'
א לא לנו טראכט נישט נישט קיין איין מינוט איבריג .. מ'האט געהייסן גיין גייט מען. און שוין
און דא ווערט א פראבלעם
און אויסער וואס א איד קוקט אן די גאנצע הנהגות העולם אנדערש ער האט אנדערע וועגן צו לייזן אזעלכע פראבלעמען ווי סתם פיזישע באשיצונג, ער ווייסט דעם אמת אז ס'איז נישט געקומען סתם, ווייל אזוי איז די וועלט יעצט געפארן, ס'האט א סיבה, און ס'איז אים אסאך וויכטיגער צו הערן פון גדולי הדור וואס מתקן צו זיין בשורש ווי זיך דרייען מיט א מאסק כאילו ס'קען אים עפעס העלפן, איז זייער פשוט אז מ'נעמט נישט די זיכערהייט מאסנאמען אזוי ערענסט
על פי דרך הטבע דארף מען זיך אוודאי אויך היטן ווייל אזוי האט דער אויבשטער געהייסן, ווערט שוין אבער א גרויסע צומישעניש, וואס יא וואס נישט וכו' וכו'
און אין תשפ"א מיינעך קען מען קייינעם נישט אויף דעם דן זיין ....
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

עלטערע אידן און היי ריסק האבן יא קלאר אויסגעפאלגט נאר אפשר צי שפעט ווייל פאריאר פורים איז נאכנישט געווען קלאר אז די וויירוס מיינט טאקע ניו יארק אבער נאך פורים האט זיך יעדער אכט געגעבן און אפשר איז עס געווען אפילו צי שטארק וואס האט גורם געווען צום פאניק וואס אנגעצויגנקייט שוואכט אפ די אימיון סיסטעם און מאכט פאלן די אקסעדשין לעוועל אפילו נאך איידערן באקומען די וויירוס

דאס איז חוץ מזה וואס די גאנצע סאשעל דינסטענס איז געווען ווייט פון קלאר וויפיל עס העלפט אבער פארט האבן זיך רוב עלטערע און היי ריסק איינגעשפארט פאריאר און עס האט לכאורה אביסל געהאלפן זיי זאלן עס נישט צי שנעל כאפן

און ווייטער מאסקעס איז דאך דא וואס טענהען אז עס הארגעט די אקסידשין פונעם מענטש איז ווייטער מעגליך יצא שכרו בהפסדו ווייל די הפסד איז מער זיכער און די ריווח איז נישט קלאר צי שטארק, כאטש וואס עפעס העלפט עס יא ווען מהיסט וכדומה אבער נישט צי שטארק כנגד ההפסד
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
זכריהו
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

געוואלטיג האט געשריבן:עלטערע אידן און היי ריסק האבן יא קלאר אויסגעפאלגט נאר אפשר צי שפעט ווייל פאריאר פורים איז נאכנישט געווען קלאר אז די וויירוס מיינט טאקע ניו יארק אבער נאך פורים האט זיך יעדער אכט געגעבן און אפשר איז עס געווען אפילו צי שטארק וואס האט גורם געווען צום פאניק וואס אנגעצויגנקייט שוואכט אפ די אימיון סיסטעם און מאכט פאלן די אקסעדשין לעוועל אפילו נאך איידערן באקומען די וויירוס

דאס איז חוץ מזה וואס די גאנצע סאשעל דינסטענס איז געווען ווייט פון קלאר וויפיל עס העלפט אבער פארט האבן זיך רוב עלטערע און היי ריסק איינגעשפארט פאריאר און עס האט לכאורה אביסל געהאלפן זיי זאלן עס נישט צי שנעל כאפן

און ווייטער מאסקעס איז דאך דא וואס טענהען אז עס הארגעט די אקסידשין פונעם מענטש איז ווייטער מעגליך יצא שכרו בהפסדו ווייל די הפסד איז מער זיכער און די ריווח איז נישט קלאר צי שטארק, כאטש וואס עפעס העלפט עס יא ווען מהיסט וכדומה אבער נישט צי שטארק כנגד ההפסד


אופס...! דו האסט פארלעצט די געזעצן פון דעם אשכול. דו ביזט געלעיבעלט אלס גרופע איינס.

אבער איך בין דיר מוחל ווייל כאטש רופט זיך איינער אן. זעט אויס אז נישט צופיל מענטשן באדערט וואס מיר, אדער אפשר גאר שאקלט מען מיט'ן קאפ און מ'גייט זיך ווייטער.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אין די וואכן בעפאר און נאך פסח האט מען זיך פיין געוואטשט, עטליעסט אין מיין סירקל
אפילו אין די געשעפטן אין די ביזי ערב פסח טעג איז מען געגאנגען מיט הענטעשך (מאסקעס איז ארויסגעקומען שפעטער) עכ"פ מ'האט זייער אסאך סעקרעפייסד

א וואך צוויי נאך פסח ווען ס'האט זיך אביסל אפגעשטילט און רוב מענטשען האבן (געמיינט) עס שוין געהאטן האט מען אנגעהויבן נאכלאזן און מיט רעכט: טא יעדער האט עס שוין געהאט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

פראגע: עס זענען דא עפעס סאטיסטיקס, בנוגע די פארצענט פון קאראנא קראנקע און געשטארבענע ביי די היימישע עולם אקעגן די אלגעמיינער גאס, און בנוגע חסידישע גענגענטער און נישט חסידיש?
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לדעתי איז דא איין הויפט פאקטאר: סאשעל מידיע.
א גרויס חלק כלל ישראל האבן בכלל נישט קיין צוטריט צו קיין שום נייעס סטאנציע א.ד.ג., און אפילו די וואס יא, רוב פון די, לעבן נישט דערמיט.
דער גוי שטייט אויף צופרי גלייך צום טעלעוויזיע, ראדיא, נייעס סטאנציעס וכ', ער הערט דארט דירעקט פונעם גאווערנער, מעיאר, דאקטער, פרעזידענט, א גאנצן טאג אפדעיטס, שוין דא אזויפיל קעיסעס, אזויפיל טויטע, אן א מאסק שיקט מען דיר ארויס, פייזער האט שוין א וואקסין, דעמאקראטן הייסן יא מאסקעס, רעפאבליקאנער האלטן סאיז נישט אזוי וויכטיג, בקיצור.. ער שטייט אויף דערמיט, ער זיצט דערמיט,ער שלאפט דערמיט.
נישט אז דער איד ווייסט נישט וואס טוט זיך, נישט אז דער איד האט נישט געזעהן דעם מלאך המוות בושעווען אין די גאסן, אבער דער איד לעבט נישט דערמיט! ער האט נישט יעדע מינוט פאר די אויגן דעם פאנדעמיק, ער הערט נישט יעדע מינוט דערפון, ער זעהט נישט קיין טעלעוויזיע ווי יעדער גייט מאסקעס וכ'
ביי אים איז נישט איינגעבאקן דעם חלק אז מיט א מאסקע מיט סאושעל דיסטענסינג ביסטו באשיצט און דו באשיצט אנדערע, ממילא אפילו דער וואס האלט מיט אביסל מער, קען שוין מאכן מסקנות פאר זיך אויב יא אדער נישט (אפגעזעהן אויב ריכטיג אדער נישט) ווייל אלעס ארום אים איז די פארקערטע.
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

ש׳כח @זכריהו פאר׳ן ארויפברענגן דעם ענין...

דיין נקודה למחשבה #1 האט מיר היפש ג׳עפענט די אויגן, נאר דאס האט מיר צוגעברענגט צו נקודה למחשבה #2

כ׳האב לעצטענ׳ס געזען געברענגט אז בימיו פון הייליגן חפץ חיים איז געווען א מגיפה ל״ע האט זיך דער צדיק פארבינדן מיט גרויסע דאקטוירים און נאכגעפארשט וויזוי און מיט וועלכע מעדעצינען מ׳באהאנדעלט דעם מחלה און ער האט זיך איינגעהאנדלט א גרויסע קוואנטים דערפון...

לענינינו העליך זאגן בקיצור נמרץ: אה״נ אויף נקודה למחשבה #1 און טאקע ׳אין גוזרים גזירה שאין הציבור יכול לעמוד בה׳ נאר דער תירוץ איז נישט מספיק אויף נישט האבן אייגענע גיידענ׳ס און אווערנעס צוגעפאסט פאר אונזער מהלך החיים. דריבער קומעך צו, צו מיין נקודה למחשבה #2 זיך מתבוננן צו זיין, צו מיר זענען נישט דורך דעם עונש המר בסוף ימי הגלות צו בלייבן כצאן בלי רועה... ירחם המרחם ויגאלינו במהרה.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

זכריהו האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:עלטערע אידן און היי ריסק האבן יא קלאר אויסגעפאלגט נאר אפשר צי שפעט ווייל פאריאר פורים איז נאכנישט געווען קלאר אז די וויירוס מיינט טאקע ניו יארק אבער נאך פורים האט זיך יעדער אכט געגעבן און אפשר איז עס געווען אפילו צי שטארק וואס האט גורם געווען צום פאניק וואס אנגעצויגנקייט שוואכט אפ די אימיון סיסטעם און מאכט פאלן די אקסעדשין לעוועל אפילו נאך איידערן באקומען די וויירוס

דאס איז חוץ מזה וואס די גאנצע סאשעל דינסטענס איז געווען ווייט פון קלאר וויפיל עס העלפט אבער פארט האבן זיך רוב עלטערע און היי ריסק איינגעשפארט פאריאר און עס האט לכאורה אביסל געהאלפן זיי זאלן עס נישט צי שנעל כאפן

און ווייטער מאסקעס איז דאך דא וואס טענהען אז עס הארגעט די אקסידשין פונעם מענטש איז ווייטער מעגליך יצא שכרו בהפסדו ווייל די הפסד איז מער זיכער און די ריווח איז נישט קלאר צי שטארק, כאטש וואס עפעס העלפט עס יא ווען מהיסט וכדומה אבער נישט צי שטארק כנגד ההפסד


אופס...! דו האסט פארלעצט די געזעצן פון דעם אשכול. דו ביזט געלעיבעלט אלס גרופע איינס.

אבער איך בין דיר מוחל ווייל כאטש רופט זיך איינער אן. זעט אויס אז נישט צופיל מענטשן באדערט וואס מיר, אדער אפשר גאר שאקלט מען מיט'ן קאפ און מ'גייט זיך ווייטער.


פאלטעך נישט ביי אז א שיין פראצענט אידן דא זענען געלעבלט איינס?
(נישט באמת, אבער אין דיינע - און אנדערע אזעלכע - אויגן)

איך לויף שוין ארויס פון דא...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

עס טיז פשוט און קלאר אז אידן מיינען נישט שלעכט, אידן זענען מלא רחמים און גיבן זיך אסאך אוועק פאר חסד..

נו וויאזוי איז ארויסגעקומען אז עס האט אויסגעזען ווי אסאך מענטשן גיבן נישט קיין דעממעל אכטונג צו געבן נישט צו אנשטעקן אנדערע? איז דא אפאר שטארקע לימודי זכות:
1. עס זענען דא מענטשן וואס זענען געוואוינט א אלעס דארף יין באקוועם, ער באשליסט מיט וועלכע מנין צו דאווענען, ווען צו דאווענען מנחה, וואו צו זיצן, און ווי הייס די מקוה זאל זיין לאזט ער זיך אויך הערן, א באקוועמער וועלט, ווען מ'האט אנגעהויבן רעדן פון אוועקנעמען זיין ווארעמע מקוה אדער זיינע טשיז דעלקעלעך און הערינג ביי תיקון נאכ'ן דאווענען, אדער זיין קופקענען אין שול וכדומה, הייבט אן דער באקוועמער סוב קאנטשעסנעס צו שפרינגען, און מאכט אים טון און טראכטן מאדנע..
2. דער איד איז צוגעוואוינט נישט צו גלייבן יעדן דמיון פון די גאס, צו איז עס גלאובאלע ווארעמונג, צו אז די וואקסין מאכט פליען אויף לבנון, און נאך נארישע איינרעדענישן וואס אומות העולם זענען גרייט אנצונעמען און זיך אפגעבן דערמיט, האט דער איד די מיינדסעט אז "איך בין קלוגער", און אויטאמאטיש גיט עס אים דעם געפיל אז "איך וועל באשליסן" וואס איז ריכטיג און וויכטיג, און א טייל מאכן דערפון א שיטה און עקשנות, אן ערבוביא פון עם חכם ונבון מיט עם קשה עורף..
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

נאך א נקודה למחשבה.
געהערט פון א ידיד.
ווען מ'האט געהערט וואס קאראנע איז, און וואספארא מאנסטער ער קען ווערן, איז יעדער געווארן פארלוירן. וואס טוט מען? וויאזוי קען מען זיך באהיטן?
מער ווייניגער האט קיינער נישט געקענט זאגן א געהעריגע ענטפער. מ'האט אנגעהויבן שפעקולירן, מאסקעס, סאושעל דיסטענס וכו' וכו'.
ווער רעדט נאך ווען מ'האט ל"ע אנגעהויבן שטארבן אין די מאסן, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די שפיטעלער זענען אויך פארלוירן, האט עס נאר צוגעגעבן צו די געפיל פון פארלוירנקייט, וואס טוט מען? ס'נישטא קיין עצה.
ווען א מענטש איז פארלוירן, כאפט ער זיך אן אין וואס ער קלערט נאר אז ס'גייט אים ראטעווען. אויב זעהט ער נישט גארנישט וואס קען אים ראטעווען, דאן וועט ער ל"ע טאנצן פון בריק צוליב פארלוירנקייט, אבער ווי לאנג ער האט עפעס א האפענונג, כאפט ער זיך אן אין דעם, און מיט אלע 10 פינגערס! ווייל מיט דעם וועט ער געראטעוועט ווערן. ער גייט נישט אנפאנגן שפעקולירן ווער זאגט אז ס'ארבעט? אפשר העלפט עס נישט? ווייל ווען די אלע חשבונות זענען גוט אין פרידנס צייטן, אבער ווען א מענטש דערטרענקט זיך, כאפט ער זיך אן אפילו אין א שטרויעלע וואס שווימט אויפן וואסער.
אזוי האט די אלגעמיינע גאס אויפגענומען קאראנע, פארלוירן, פארפאניקט, וואס טוט מען, ס'איז עק וועלט, מ'גייט שטארבן .... ווי נאר ער הערט אז מאסקעס קענען העלפן, בפרט ווען דער הויפט דאקטער, צו הויפט פירער פון לאנד, שטאט, דארף וכו' הייסן דאס טוהן, כאפט ער זיך אן אין דעם מיט די האפענונג אז דאס וועט אים העלפן.
עס איז נישט איבערצייגט ביי קיינעם אז דאס איז טאקע די לעזונג, אבער וואס זאל מען טוהן, עס איז נישטא קיין בעסערע עצות, מוז מען גלייבן אין דעם וואס די דאקטוירים זאגן.
לעומת זה א איד איז נישט אזוי, אפגערעדט א איד וואס איז א אמת'ע בעל בטחון, איז דאך פשוט אז ער ווערט נישט פארלוירן, ער וועט אייביג לעבן מיט האפענונג צום אייבערשטען. אבער אפילו א פשוטער איד, נישט קיין גרויסער חובת הלבבות לערנער, מיט דעם אלעם ווען ער קומט אן צו א מצב פון פארלוירנקייט, ער זעהט נישט וויאזוי ער קען זיך העלפן, וואס עס קען אים ראטעווען, דאן הייבט ער הענט צו הימל, און איז מחליט אז נאר דער אייבערשטער קען אים העלפן.
דערפאר ווערט נישט די אידישע גאס נאכגעשלעפט נאך דאס וואס די דאקטוירים וכו' זאגן אז מ'דארף גיין מאסקעס, 2 מאסקעס, 6 פוס אפגעריקט וכו' וכו', לאו דוקא ווייל דער איד פארשטייט בעסער ווי די גוי צו עס העלפט אדער נישט, נאר פשוט ווייל די איד אין א פארלוירענע מצב פארלאזט זיך אויפן אייבערשטען, להבדיל פון א גוי וואס האט דאס נישט, און ער מוז זיך פארלאזן אויפן דאקטער.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ווערעצקי זאגט גוט
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

זכריה, זייער שיין צונומען די האקעלע נושא. נקודה איינס איז לדעתי טאקע נומבער איינס... עס איז לכאורה די הויפט הסבר (נאך נישט געזעהן די אנדערע).
איך האס שוין אסאך געקלערט דערפון, זיך געגעסן דערפון, און סוף כל סוף בין איך צוגעקומען צו דאס אלץ הויפט נקודה.
נאך איין פאקטאר וואס האט לדעתי געשפילט א ראלע, איז אז אונז האבן מיר בכלל א לייכטערע צגאנג ווען עס קומט צו סעקיורעטי און סעיפטי. עס האט א הסבר פארוואס עס איז אזוי (איך מיין עס האט נישט מיט ביטחון), אבער כ'האב נישט די צייט איצט עס צוצונעמען.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

ווערעצקי האט געשריבן:.

;l;p-
אין קורצן איז די סיבה פשוט,

אנהייב האט יעדער אויסגעפאלגט די עקספערטן אבער איינמאל די זאך איז געווארן צוטייל צווישן די רעכטע און לינקע און די לינקע האבן עס גענומען פאר זייער רעליגיע פונקט ווי גלאבעל ווארעמינג וכדו' איז שוין א דבר פשוט וועלכע צד רוב חסידישע אידן האבן גענומען.
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

Rak Tov האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:.

;l;p-
אין קורצן איז די סיבה פשוט,

אנהייב האט יעדער אויסגעפאלגט די עקספערטן אבער איינמאל די זאך איז געווארן צוטייל צווישן די רעכטע און לינקע און די לינקע האבן עס גענומען פאר זייער רעליגיע פונקט ווי גלאבעל ווארעמינג וכדו' איז שוין א דבר פשוט וועלכע צד רוב חסידישע אידן האבן גענומען.

ייש"כ פארן ציטירן, אבער מיינע ווערטער האבן נישט קיין שייכות מיט דיין קורצע הסבר, דוק ותשכח
איך רעד נישט פון דעם אז דאס איז געווארן א ליבעראלע רעליגיע, לעומת די רעכטע רעליגיע (וועלכע איז אפשר נענטער צו אמונה בהשי"ת)
מיין הסבר איז גענצליך עפעס אנדערש, א גוי ווען ער ווערט פארלוירן, פארפאניקט, "מוז" גלייבן דעם דאקטער וכדו'.
(אדער אויב ער קיין אפלייקענען די גאנצע פראבלעם, ווי טייל רעכטע גוים טוען, אבער מיר רעדן נישט פון אזעלכע).
א איד ווען ער איז פארלוירן, פארפאניקט, "מוז" זיך פארלאזן אויפן אייבערשטען, ממילא "מוז ער נישט" גלייבן דעם דאקטער וכדו'.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

אנטשולדיגט פארן ציטירן.
איך האב הנאה געהאט וואס איר ברענגט ארויס און איך האב עס ארויסגעברענגט מיט א אנדערע טוויסט.


איך האב נישט געמיינט צו זאגן רעליגיע וו"ס רעליגיע אדער רעכטע וו"ס לינקע.
איך מיין צו זאגן אז איינמאל סאיז געפאלן אינטער די רעליגיע פון סייענס וואס די רעליגיע שטעלט פאר אז מיר מענטשן "קענען" ראטווען די וועלט און מיר מענטשן ראטעווען די וועלט ווען סאיז אין געפאר (וואס גלאבאל ווארעמינט איז אויך אין די קאטעגאריע) האט די עולם אנגעהויבן שפירן אז ממיינט נישט אונז בכלל.
ווייל אונז גלייב מיר אז יש מנהג לבירה און אונז קען מיר גארנישט טוען צו אפהאלטן די פארשפרייטונג
דאן האט האט רוב עולם פארלוירן די גאנצע טראסט אין די סייענטיסט לגבי דעם וויירוס.
(ופאוטשי יוכיח)
לעצט פארראכטן דורך Rak Tov אום מוצ"ש פעברואר 20, 2021 9:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

כ'בין זיך מצטרף לדברי @ווערעצקי, דאס איז לכאורה די פשוט'ע שכל'דיגע סיבה,
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

נאך א נקודה:

יעצט בעיקבותא דמשיחא, איז נישט דא דער צדיק הדור, וואס זאל קענען צוזאמנעמען גאנץ כלל ישרא' אונטער איין דאך, און געבן קלארע הוראות, לידע את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון, אזוי ווי ס'געווען און די פריעדיגע דורות בשעת מגיפה, אשע''כ, האט יעדער פרובירט ווי ווייט מעגליך אנצוגיין מיט'ן נארמאלער לעבנס שטייגער, ובפרט ברוחניות, און מתפלל געווען צום רבוש''ע, להעביר את רוע הגזירה,
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

עומד מן הצד האט געשריבן:נאך א נקודה:

יעצט בעיקבותא דמשיחא, איז נישט דא דער צדיק הדור, וואס זאל קענען צוזאמנעמען גאנץ כלל ישרא' אונטער איין דאך, און געבן קלארע הוראות, לידע את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון, אזוי ווי ס'געווען און די פריעדיגע דורות בשעת מגיפה, אשע''כ, האט יעדער פרובירט ווי ווייט מעגליך אנצוגיין מיט'ן נארמאלער לעבנס שטייגער, ובפרט ברוחניות, און מתפלל געווען צום רבוש''ע, להעביר את רוע הגזירה,

עמד הקב"ה ושתלן בכל דור ודור,

נאר בעיקבתא דמשיחא חוצפה יסגי, נישט צו פאלגען דעם צדיק הדור
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
nuwilli
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2015 10:07 am

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nuwilli »

הלוואי זאל דער סיבה זיין וואס ווערעצקי זאגט.
איך פארכט מיך עס איז פשוט דער עולם לעבט אויף פעיר פרעששער און אז אפאר הויכרעדער לאכן אפ די וויירוס שעמט מען זיך שוין צי טוהן כאטש וואס זעך צי באהיטן.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

nuwilli האט געשריבן:הלוואי זאל דער סיבה זיין וואס ווערעצקי זאגט.
איך פארכט מיך עס איז פשוט דער עולם לעבט אויף פעיר פרעששער און אז אפאר הויכרעדער לאכן אפ די וויירוס שעמט מען זיך שוין צי טוהן כאטש וואס זעך צי באהיטן.

אוודאי איז דא אפאר סיבות, נישט יעדער טראכט די זעלבע,
די רוב איז לכאורה די סיבה וואס איך זאג און די איבעריגע איז די פיער פרעשער פונעם רוב

דאס איז זיכער אז ביי אסאך איז די סיבה די פיער-פרעשער והא ראיה די וואס האלטן אז די רבנים דארפן הייסן דעם ציבור גיין מיט מאסקעס (כת .2) גייען אליינס נישט מיט קיין מאסקעס.
לעצט פארראכטן דורך Rak Tov אום זונטאג פעברואר 21, 2021 12:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:נאך א נקודה:

יעצט בעיקבותא דמשיחא, איז נישט דא דער צדיק הדור, וואס זאל קענען צוזאמנעמען גאנץ כלל ישרא' אונטער איין דאך, און געבן קלארע הוראות, לידע את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון, אזוי ווי ס'געווען און די פריעדיגע דורות בשעת מגיפה, אשע''כ, האט יעדער פרובירט ווי ווייט מעגליך אנצוגיין מיט'ן נארמאלער לעבנס שטייגער, ובפרט ברוחניות, און מתפלל געווען צום רבוש''ע, להעביר את רוע הגזירה,

עמד הקב"ה ושתלן בכל דור ודור,

נאר בעיקבתא דמשיחא חוצפה יסגי, נישט צו פאלגען דעם צדיק הדור

ראשית, כ'אניש געזאגט אז ס'נישט דא קיין צדיקים, ס'נאר נישט דא דער כח ההנהגה וואס די פריעדעגע צדיקים האבן געהאט, וואס האט געהאט אן השפעה אויף גאנץ/גרויסע חלקים פון כלל ישרא'

והשנית, כ'וואלט ענדערש געזאגט, אז די דור וויל הערן, מ'האט אונז נאר מנסה געווען, אז די ריכטיגע צדיקים קומען נישט ארויס רעדן צו כלל ישרא', ודו''ק

(ברויך אפשר אריבערגעפירט ווערן און ''נשתכח דרך הבעש''ט'' אשכול)
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: הוי דן את כלל ישראל לכף זכות בתקופת הקאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

Rak Tov האט געשריבן:
nuwilli האט געשריבן:הלוואי זאל דער סיבה זיין וואס ווערעצקי זאגט.
איך פארכט מיך עס איז פשוט דער עולם לעבט אויף פעיר פרעששער און אז אפאר הויכרעדער לאכן אפ די וויירוס שעמט מען זיך שוין צי טוהן כאטש וואס זעך צי באהיטן.

אוודאי איז דא אפאר סיבות, נישט יעדער טראכט די זעלבע,
די רוב איז לכאורה די סיבה וואס @ווערעצקי זאגט און די איבעריגע איז די פיער פרעשער פונעם רוב

דאס איז זיכער אז ביי אסאך איז די סיבה די פיער-פרעשער והא ראיה די וואס האלטן אז די רבנים דארפן הייסן דעם ציבור גיין מיט מאסקעס (כת .2) גייען אליינס נישט מיט קיין מאסקעס.

לדעתי איז ביי רוב די סיבה אזויווי זכריהו האט געזאגט. אין ווערעצקי'ס מהלך איז א סאבקאנשעס תירץ וואס אסאך האבן זיך געגעבן כדי נישט צו שפירן שילדיג.
פעיר פרעשער האסטו מיליאנען גוים וואס גייען מיט א מאסק אויך נאר א דאנק דעם. אבער דאס איז נישט געניג תירץ פארוואס די טאן ביי כמעט איעדער פון אונז איז אזוי.
נישט קיין נפקא מינה און וועלכע חסידישע קרייז. אויפגעקלערטע, אנטלאפענע וכו' פון עירמאנט ביז וויליאמסבורג, אלעס די זעלבע.

עס ליגט דערין טיפערס ווי פשוט בטחון, אין אאודאי איז עס נישט נערישע פעיר פרעשער.

נאכאמל, נישט אז פעיר פרעשער האט נישט סוף כל סוף געשפילט א ראלע, אבער נישט דאס האט עס אנגעהויבן.
לעצט פארראכטן דורך שאבעלע אום מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:53 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”