שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג יוני 23, 2020 4:00 pm

0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★
6
3%
★★★
7
4%
★★★★
19
10%
★★★★★
35
18%
3
2%
★★
2
1%
★★★
12
6%
★★★★
18
9%
★★★★★
32
16%
1
1%
★★
3
2%
★★★
12
6%
★★★★
21
11%
★★★★★
29
15%
 
סך הכל שטימען: 200

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

[align=center]בילד[/align]

פון צווישן די שווערע טויזענטער צרות ישראל וואס זענען פארגעקומען דורכאויס די גלות יארן ביז היינט, איז געווען די שרעקליכע "קישינעווער פאגראם", וואו עס האט זיך ליידער געגאסן אידיש בלוט ווי וואסער, און קיינער האט אפילו נישט געהערט זייער וויי געשריי. לאמיר זיך באקענען מיט די שרעקליכע געשיכטע וואס אונזער פאלק האט מיטגעמאכט, און אראפלאזן אפאר הייסע טרערן, אז דער ענדע צו אונזערע אלע צרות זאל שוין קומען, און מתפלל זיין צו הקב"ה אז יבנה המקדש עיר ציון תמלא.


דער אידישער קישינעוו

קישינעוו איז די הויפטשטאט פון בעסאראביע, וואס איז געווארן א רוסישע פראווינץ אין יאר תקע"ב (1812 למספרם). דאן איז נאך קישינעוו געווען א קליינע שטאט מיט א באפעלקערונג פון ארום 7000 איינוואוינער, אבער זי האט שוין געהאט א באדייטנדע אידישע קהילה.

א דאנק דער אידישער באפעלקערונג האט זיך די שטאט קישינעוו אנטוויקלט, און איז געוואקסן סיי אין צאל פון אירע איינוואוינער און סיי אין איר באדייטונג אלס צענטער פון קאמערץ און אינדוסטריע. די אידן זענען פון אייביג אהן געווען באקאנט אלס געניטע און געלונגענע סוחרים, וואס האבן פארשטאנען ווי אזוי אדורכצופירן געשעפטן און אהערצושטעלן געלונגענע ארבעט פון וואס יעדער איינער האט גענאסן.

אזוי האט זיך דער שטאט כסדר מער און מער אויסגעברייטערט. אין יאר ת"ש (1940 למספרם) האט קישינעוו געהאט א באפעלקערונג פון 113,000 מענטשן, און מער ווי דריי פערטל פון די איינוואויגער –אזויפיל ווי 80,000 – זענען געווען אידן.

אז מיר ווילן עס אראפלייגן מיט בעסערע פארבן, קען מען רואיג זאגן אז ס'איז ממש געווען א אידישע שטאט אין אלע הינזיכטן, וואו 90 פראצענט פון אלע פאבריקן און קאמערציעלע אונטערנעמונגען און גרויסע גראנדיעזע פראיעקטן, זענען געווען אויסדרוקליך אין אידישע הענט.

לאמיר באטראכטן די געגנט פון ארום די שטאט. בעסאראביע איז הויפטזעכלעך א לאנד ווירטשאפטליכע פראווינץ, און די הויפט פראדוקטן זענען ווייץ, טאבאק, וויין, וואל, פרוכטן, אד״ג, און כמעט אלעס איז אנגעפירט געווארן פון אידישע פאבריקאנטן, סוחרים און ארבעטער.

קישינעוו איז געווען א אידישע שטאט אויך אין א גייסטישן און רוחניות'דיגן זין פון ווארט. עס זענען דארט געווען פילע שיינע און ווירבלענדע שוהלן, בתי מדרשים, ישיבות און חדרים, אין צוגאב צו א פולטעטיגע קאסע פון וואוילע אידן וואס האבן פארטיילט אן א שיעור צדקה, און איר גוטע נאמען איז געגאנגען זייער זייער ווייט.

צארן קעגן רעזשים

אין די צייט וואס אידן האבן אזוי שטארק מצליח געווען און זיך געשפירט באקוועם אין די שטאט קישינעוו, איז גלייכצייטיג די קנאה און שנאה פון די ארטיגע גויים צו די אידישע שכנים געווען זייער גרויס. דערצו איז דער רוסישער צאר און זיינע באאמטע געווען אויך זייער פיינטליך צו אידן, און געזוכט וואו מען קען דא אונטערשטעלן פיסלעך און שווער מאכן פארן סוקסעספולן איד.

אנטיסעמיטישע געזעצן און רדיפות האבן ליידער בכלל נישט געפעלט. דער צארישער רעזשים, וואס האט שטארק אונטערדריקט דעם גאנצן רוסישן פאלק, איז שטענדיג געווען אין געפאר פון רעוואלוציע, וויסנדיג אז דאס פאלק האסט זיי נאכדעם וואס זיי באהאנדלען דאס פאלק אויף א וועג אז די האסע איז געווען הונדערט פראצענט בארעכטיגט...

אנשטאט זיך צו צוהערן צום פאלק און אויפהערן זיי צו געבן צו שפירן א גאנצן טאג א אייזערנעם פויסט, האט די רעגירונג נאך פיל מער אונטערדרוקט און געפייניגט די בירגער, אז קיינער זאל זיך נישט דערוואגן צו טראכטן אפילו פון רעוואלטירן, ווייל אויב יא איז אחת דתו, ס'איז נישט דא קיין וועג ארויס.

פארשטענדליך אז די גאנצע ווירטשאפט האט בלויז געברענגט אז מען זאל טאקע יא זוכן וועגן ווי אזוי אפצורוימען די שרעקליכע רעזשים פון וועג.

דער גרויסער פראבלעם איז אבער געווען, אז צווישן די אלע "לינקע" עלעמענטן, וועלכע האבן געשטרעבט צו א גרעסערער מאם פרייהייט, זענען אויך געווען א צאל אידישע בחורים. זיי זענען אוודאי נישט געווען די ערליכע און פרומע גאטס-פארכטיגע אידן, נאר אזעלכע וואס האבן געשטאמט פון א אידישן אפשטאם, טייל זענען גאר געקומען פון ריכטיג פרומע ערליכע שטובער, אבער זיי האבן נישט אפגעהיטן די הייליגע תורה און מצוות ווי עס פארלאנגט זיך.

אבער פאר די גויים האט נישט צופיל אויסגעמאכט ווי רעליגיעז זיי זענען געווען. אזוי פיל האט מען געוויסט, די רעדע איז פון 'אידן', אזוי אז דאס האס און שנאה צום איד וואס איז אזוי שיין און שטארק מצליח האט נישט נאכגעלאזט קיין ברעקל ווייל די בחורים זענען געווען אפגעפארן פון דעם דרך הישר.

שפירנדיג ווי אזוי די רעגירונג וואקלט זיך, האט די רוסישער רעזשים פארשטאנען אז עס מוז געטוען ווערן עפעס דראסטיש, א טויש וואס זאל טוישן דאס בליק פון פאלק איבער זיי, וויבאלד זאכן הייבן שוין אן ארויסצופארן פון קאנטראל, וואס דעמאלט ווייסט מען שוין נישט צו וואס עס קען דערקייקלט ווערן, דער איינשטעל איז נישט עפעס וואס עס לוינט זיך צו אויספראבירן.

די צארן און כעס קעגן די רעזשים איז געוואקסן מיט יעדן פארבייגייענדעם טאג, און דערפאר האבן זיי געזוכט דעם וועג ארויס מיט גאנצע ביינער, אז די בירגער זאלן ערגעץ קענען אויסגעבן זייערע געפערליכע אויפברויז געפילן, און פון צווייטן זייט זאל די רעגירונג שטיין שטאנדהאפטיג און זיך גארנישט טוישן צוליב דעם מצב.

און דאן האבן זיי געטראפן זייער לעזונג, און א ריכטיגן קרבן שעיר לעזאזל: די אידן.

א געפערליכע העצע

דער רוסישער רעזשים האט געזוכט מיטלען ווי אפצואווענדן פון זיך דעם צארן פון די רוסישע מאסן, און די אידן זענען געווען די אויף וועמען מען האט לייכט געקענט ווארפן די שולד פאר אלע צרות וואס דער צארישער רעזשים האט אנגעטוען. זיי האבן גאנץ גוט געוויסט אז צופיל צייט וועט מען נישט קענען פארשטייפן דאס שטריק ארום דעם האלז פון די בירגער, ווייל דער באלאן וועט איין טאג פלאצן.

פון די אנדערע זייט, צענדליגע אנגעווייטאגטע בירגער האבן געזוכט נקמה אויף די אונטערדריקונג, און אויף זייערע נאנטע און באקאנטע וואס זענען אזוי ברוטאל און אוממטענטשליך געווארן באהאנדלט דורך די רעגירונג. אבער זיי האבן געציטערט צו טוען סיי וואס, וויסנדיג אז די רעגירונג וועט זיך מיאוס אפרעכענען מיט זיי, עפעס וואס עס לוינט זיך נישט פאר קיינעם.

זיי האבן זייער גוט געוואוסט, אז אפילו אויב עס ווערט ארגאניזירט א ריזיגער רעוואלוציע פון עטליכע טויזענט פראטעסטירער, וועט די רעגירונג נאך אלס כאפן עטליכע צענדליגע ווידערשפעניגער, און זיי באשטראפן גאר הארב למען ישמעו ויראו.

די דאזיגע אומשטענדן האבן געבראכט דערצו, אז דער צארישער רעזשים האט זיך פארנומען מיט אויפמונטערן די רוסישע באפעלקערונג צו מאכן פאגראמען אויף אידן, וואו זיי האבן געקענט האבן זיי אנגעהויבן צו רודערן און אריינמישן אין מענטשנ'ס מיינונגען, אז די סיבה פארוואס דאס לאנד איז אזוי שרעקליך, איז בלויז וויבאלד די אידן האבן זיך באקוועם געמאכט און אנגעהויבן צו פירן דאס לאנד אויף זייער אייגענעם פארנעם, ווי עס שמעקט זיי.

אויב איינער איז געווען הונגעריג, האט ער באלד געוואוסט אז די אידן זענען שולדיג, וויבאלד זיי נעמען צו דאס ברויט פון די אומשולדיגע רוסישע בירגער. אויב איינער איז געווען מיד, איז עס אוודאי נישט געווען ווייל ער איז נישט געשלאפן, נאר ווייל די אידן מאכן כישוף אז מ'זאל נישט קענען שלאפן, אזוי אז די באפעלקערונג זאל זיין פארנעפלט, און מ'זאל קענען אויסנארן יעדעם איינעם ביי די געשעפטן.

די וואנזיניגע און לעכערליכע געבעקסן זענען וואס א טאג געוואקסן מיט מער שטאקן און צובאקומען הייוון. אידן האבן אנגעהויבן צו שפירן אז זאכן טויגן נישט, און אז מען הייבט זיי שוין אן צופיל צו סיקירן און מאכן שפירן אומבאקוועם, וכל המרבה הרי זה משובח.

און דאס האט אויך געשטעקט הינטער דעם שרעקלעכן פאגראם אין קישינעוו אין יאר תרס"ג (1903 למספרם). אין יענער צייט האט קישינעוו געהאט א באפעלקערונג פון קנאפע 150,000, און א דריטל פון זיי, ארום 50,000, זענען געווען אידן. און דאן האט אלעס אויסגעשאסן!

די שרעקליכע פאגראם

אין יענער צייט איז ספעציעל אנגעגאנגען א גרויסע אגיטאציע קעגן דעם צאריסטישן רעזשים ווי געשריבן, און דער אינערן מיניסטער פלעווע, א פארביסענער שונא־ישראל און געפערליכער אידן פיינט, האט אנגעפירט מיט דער פאגראם־פאליטיק, מישנדיג א קאשע אז וואס מער בירגער צווישן די באפעלקערונג זאלן זיין ברוגז אויף די אידן אנשטאט אויף די רעגירונג.

אין קישינעוו איז ארויסגעגאנגען א טעגליכע צייטונג "בעסאראבעץ", וואס איז אנגעפירט געווארן פון א רומעניש־רוסישן אנטיסעמיט, א באנדיט מיטן נאמען קרושעוואן. די צייטונג איז געווען פול מיט גיפטיגע שנאה און בילבולים קעגן די אידן, און האט כסדר געהעצט און געפאדערט שטרעגגע מיטלען און צרות קעדן די אידן און זייערע אינטערעסן. דאס האט אנגעגרייט די באדן צום שרעקליכן פאגראם.

דער אנטיסעמיט קרושעוואן האט געהאט א געטרייער מיטארבעטער אין זיין פינסטערער ארבעט. דאס איז געווען דער וויצע גובערנאטאר פון דער פראווינץ, וועמענס נאמען איז געווען אסטראגאוו. אזוי אז ער האט געהאט אינערליכע לאקאלע הילף אויך.

פסח צייט, ווען די גויים ווערן בכלל אויפגעהעצט אין די קירכעס, האט די דערמאנטע צייטונג גענומען פארשפרייטן א פאלשן בילבול, אז די אידן האבן דערמארדעט א קריסטליכן אינגל, און אז א קריסטלעך מיידל איז געטריבן געווארן צו זעלבסטמארד אין דעם אידישן שפיטאל, וואס איז געווען אקטיוו אין קעשינעוו.

אום כ״ב ניסן תרס"ג ('19טן פון אפריל יארע 1903 למספרם) האט אויסגעבראכן דער פאגראם. א צעיושעטער המון פון גויים האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע מיט געפערליכע שרעקליכע רציחה ווען זייערע אויגן שפריצן פונקען האס און מארד.

די מערדער זענען באפאלן די אידן, און האבן געמארדעט און גערויבט. איבעריג צו פארציילן אז די רוסישע מאכט האט זיך נישט אריינגעמישט, און כאטש עס זענען געווען 5000 סאלדאטן אין שטאט, וועלכע האבן לייכט געקענט אפשטעלן דעם פאגראם, איז קיין פארזוך נישט געמאכט געווארן איינצושטעלן ארדענונג.

פארקערט, דער שעף פון דער פאליציי, לעווענדאל, האט נאך אויפגעמונטערט די פאגראמשטשיקעס אין זייער מערדערישער ארבעט, און זיי האבן פריי געבושעוועט פאר צוויי לאנגע טעג מיט א פרייע האנט. ווען די פאגראם האט איינגעשטילט, האט מען זיך דערזען אז 47 אידן זענען דערמארדעט געווארן ה"י, 92 אידן זענען שווער פארוואונדעט געווארן, און איבער 500 אידן האבן געליטן לייכטערע וואונדן.

עס זענען צעשטערט געווארן 700 אידישע הייזער, און 600 אידישע געשעפטן זענען בארויבט געווארן. ארום 2000 משפחות זענען געבליבן אן א דאך איבערן קאפ. דער שאדן אין דעם פאגראם איז געשאצט געווארן אין צוויי־א־האלב מיליאן גאלדענע רובל.

פארדאמונגען

די וועלט איז אויפגעשוידערט געווארן פון דעם פאגראם, און עם איז ביי קיינעם קיין ספק נישט געווען, אז די צארישע רעגירונג האט דאס ארגאניזירט פון אנהויב ביזן סוף. אין לאנדאן, פאריז, ניו יארק און אין אנדערע שטעט זענען ארגאניזירט געווארן מאסן פראטעסט מיטינגען צו פארשרייען די שרעקליכע אומרעכט וואס האט דא פאסירט.

דער אמעריקאנער פרעזידענט טעאדאר רוזעוועלט האט באקומען א פראטעסט־פעטיציע, אונטערגעשריבן פון די חשובסטע אמעריקאנער פערזענליכקייטן, כדי איבערצושיקן זיינע טרייסלונג ווערטער צום צאר ניקאלאי דעם צווייטן (דער לעצטער רוסישער צאר, וועלכער איז דערמארדעט געווארן מיט זיין גאנצער משפחה אין דער רעוואלוציע פון 1917).

רוזעוועלט האט דאס טאקע ארויסגעשיקט צום צאר, אבער דער צאר האט אבער די פעטיציע נישט אויפגענומען בכלל, נאר עס באלד צוריק געשיקט.

א ליצנות'דיגער אורטייל

כדי צו פארשטילן דאס געשריי קעגן אים, האט ער כלומרשט געהייסן עפענען אן אויספארשונג. און נאכדעם וואס מען האט אים פארשריגן פארן גארנישט טוען, האט די צארישע רעזשים ארעסטירט א צאל פאגראמשטשיקעס, וועלכע זענען פאראורטיילט געווארן.

דאס ליצנות איז אבער געווען ביזן הימל, נאכדעם וואס די באשולדיגטע האבן באקומען גאר לייכטע שטראפן, בפרט אין אזא לאנד וואו מ'האט טעגליך געגעבן שרעקליכע שטראפן און ברוטאלע אורטיילן פאר נארישקייטן און קליינליכע פארברעכן.

און אפילו די וואס מ'האט יא באשטראפט, זענען ביז א קורצע צייט באגנאדיגט געווארן דורך דעם צאר, א זאך וואס האט נאך פיל מער געמוטיגט די פאגראמטשיקעס און די צארישע באאמטע, וועלכע האבן גוט פארשטאנען דעם וואונק פון פעטערבורג.

צוויי יאר שפעטער, אין יאר תרס"ה (1905) איז פארגעקומען א צווייטער פאגראם אין קישינעוו. דעם מאל איז שוין געווען א געוויסע אידישע זעלבסט־שוץ, אבער זיי האבן זיך נישט געקענט באשיצן קעגן די גוט־באוואפנטע פאגראמשטשיקעס. אין דעם צווייטן פאגראם אין קישינעוו זענען געפאלן 29 אידן, און 56 זענען פארוואונדעט געווארן.

עפילאג

נאך דער מפלה פון דעם צארישן רעזשים און די צעשמעטערונג פון דער רוסישע ארמיי אין תרע"ח (1918 למספרם - נאך דער ערשטער וועלט מלחמה), איז בעסאראביע אריבער צו די רומעניער. פאר די אידן פון קישינעוו און פון בעסאראביע איז נישט לייכטער געווארן. די רומענישע רעגירונג איז נישט געווען ווייניגער אנטיסעמיטיש ווי די רוסישע.

מיטן אויפשטייג פון היטלעריזם אין תרצ"ז (1937 למספרם) האט זיך דער אנטיסעמיטיזם נאך מער פארשטערקערט, און די אידן אין רומעניע, פונקט ווי זייערע ברידער אין דייטשלאנד, זענען בארויבט געווארן פון אלע רעכטן וואס זיי האבן געהאט.

אין דער צווייטער וועלט־מלחמה, וואס איז אויסגעבראכן אין תרצ"ט (1939), האבן די קישינעווער אידן זייער אסאך געליטן. אין ת"ש (1940) האט רוסלאנד צוריק פארכאפט בעסאראביע און פיל רומענישע אידן האבן דאן געזוכט שוץ אין קישינעוו.

אבער מיט א יאר שפעטער האבן זיך די רוסן צוריקגעצויגן אונטערן דרוק פון די דייטשע און רומענישע ארמייען, וועלכע האבן געקעמפט קעגן רוסלאנד. קישינעוו איז ווידער אריינגעפאלן אין רומענישע הענט.

עס האט זיך אנגעהויבן א ברוטאלע סיסטעמאטישע ליקווידאציע פון די קישינעווער אידן, לויט דעם היטלעריסטישן פלאן. עס איז אויפגעשטעלט געווארן א אידישע געטא, און א גרויסע צאל אידן זענען פארשיקט געווארן אין קאנצענטראציע לאגערן אין אוקריינע.

ווען דער דייטשער פראנט האט ענדליך צוזאמענגעבראכן צום סוף פון דער צווייטער וועלט מלחמה, און דייטשלאנד מיט אירע פארבינדעטע זענען באזיגט געווארן, איז בעסאראביע צוריק אריין אונטער די טעריטאריע פון רוסלאנד.

די לאגע פון די אידן אין קישינעוו איז דאן געווען פונקט ווי אלע ערטער אונטער די ראטן פארבאנד פון סאוויעט רוסלאנד, און היינט געפינט זיך זיך אין די לאנד מאלדאווע, עס איז פארהאנען דארט א קליינע אידישע קהלה.


[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
לעצט פארראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 16, 2020 3:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

זייער אינפארמאטיוו, שטארק.

פייו סטאר.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

זייער שיין באשריבען א בלוטיגע שטיקל היסטאריע.
אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simcha »

זייער אינטערעסאנט און זייער א גוטע פעדער!!
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

ס'האט מיר שטענדיג געצויגן צו וויסן מער איבער דעם נושא
דער קעפל האט גראד גערעדט צו מיר
הערליך שיין און מסודר אראפגעלייגט!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

שטארק אינפארמאטיוו, אינהאלטסרייך, מסודר'דיג און קלאר!

פיינע ווארע!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דער נושא איז סעווען סטאר, און איך ווינדער זיך אויפן שרייבער וויאזוי ער האט זיך אינטערגענומען עס צי דעקן מיט אינטער 12,000 בוכשטאבן...
דער שרייבער האט אבער געדעקט אלע קורות הדברים.. אבער איך קען עס נישט רעיטן הויעך ווייל אין א שרייבעריי פארמעסט וואלט די ריכוז געדארפט זיין מער אין אראפמאלן די צידריקטע געפיהלן פון די אידן וואס האבן עס מיטגעלעבט..
דער באשרייבונג איז זייער לעוועלייזט פון אלע זייטן. די היסטאריע פון צארישן רוסלאנד. די פארצייטישע רוסישע אנטיסעמיטיזם. די דריק פון די מערב וועלט. און די לעבנס צישטאנד פון די אידן דעמאלטס. לדעתי וואלט ער געדארפט מער מרכז זיין אויף איין נקודה און יענץ שטערקער ארויסברענגען.
אינהאלט 4. שפראך 3. א"א 3
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שיין אראפגעשריבן א טרויעריג שטיקל היסטאריע, רייך און אינפארמאטיוו.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

אייזערנער ארטיקל.
איך האב שוין אסאך מאל געהערט דערמאנען דעם פאגראם, אבער קיינמאל נישט געוואוסט במה דברים חמורים.
5 אויף אלע.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18799
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א שיינע היסטאריע ארטיקל.
גוט געשריבן, אבער אלסט א ארטיקל וואס וואלט געדארפט מיר אריינעמען אין די אטמאספער פון די אידן דארט וואלט געדארפט האבן א רייכערע שרייבערישע שפראך צו באקומען 5.

די אינהאלט האט שוין סטאוו דערמאנט אז ער וואלט זיך געדארפט מער קאנצעטרירן איבער די לאגע פון די אידן בכלל און דער פאגראם בפרט, די קעפל זאגט נישט די קישינעווער אידישע קהלה נאר דער קישינעווער פאגראם, למעשה איז די ארטיקל מער א בעקגראונד פאר די אידישע קהלהל דארט.

אווער אלל א 4
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

גוט אראפגעשריבן, מסודר און קלאר!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השם יתברך ויתעלה

אסאך מאל ווען איך קום אריין צו אן ארטיקל איז עס ווי א ליווינג רום, איך זעה די קאוטשן גרייט צו אונטערבעטן מיין זיץ, גרייט זיך צו לאזן ווערן געבויגן פון מיין וואג. איך קען שפירן די ווייעכקייט פון אלע חפצים וואס ווילן מיך ארומנעמען.

אין דעם ארטיקל איז עס ווי איך קום אריין אין א דיינוגרום. אנטשלאסענע שענק שטייען מיט עהרעפורכט ביים זייט און קוקן אויף מיר מיט גלייכע ליפן, גלייכע אויגן ברעמען, גלייכע שטערן. נישט ערנסט, נישט קיין אויסדרוק פון א ספעציעלער קנייטש, אבער דשאסט ערנסט "מיר רעדן דא פון ביזנעס". לעבן. עס איז די ערנסטקייט פון לעבן וואס עס זאגט דער טיש מיט אירע שטייפע פיסלעך. פעסט, "מיר ריקן זיך נישט, און מיר שטויסן נישט, מיר זענען דא מיט א צוועק וואס נאר לעבן קען זאגן וואס די צוועק איז.

אין די זייט איז דא א זילבערנעם שיינקייט פון א סארט, און אין די אנדערע זייט דערקעגן א פלענט. אבער אלעס זאגט עפעס. און אויך דער בשמים ביקסל אין ספרים שאנק.

עס איז דא ארטיקלן וואס זענען געמאכט ארומצונעמען דעם ליינער. עס איז דא ארטיקלן וואס זענען געמאכט צו פארציילן ערנסטע מעשיות פון לעבן.

דער ארטיקל איז אייגנארטיג. קישינעוו איז די הויפשטאט פון בעסאראביע. טוט דער ארטיקל אוועקשטעלן איר טאן גלייך ביים אנהייב. מיר געפינען זיך טאקע אין א דייניגרום וואו דארט ווערט די ריח פון היסטאריע און ווי אויך די לערע פון אט דער היסטאריע געבוזשעוועט אינעם קאפ פונעם ליינער. און די ספרים ארום פארציילן דאס.

אט זענען די ספרים פארבינדן אין אנטיק דעקלעך. אן ערנסקייט עס טראגט פון זיי, נאך איידער מ'עפנט זיי. און דער וואס קומט אריין, וועט בהכרח איינעמען אין זיך דעם גייסט, און עס אפשפיגלן צום קומנדיגן גאסט וואס פארלעבט זיך דארט.

איינע פון די פאראגראפן הייבט זיך אן: לאמיר באטראכטן די געגנט ארום די שטאט. איינע פון די סודות פון גוטע שרייב ארבעט איז, ברענגען דעם ליינער צו קוקן אויף וואס דו קוקסט, בעסער געזאגט צו וועלן קוקן אויף וואס דו קוקסט. און דאס עררייכט ער מיט דעם: לאמיר באטראכטן די געגנט ארום די שטאט. און דו ווערסט נייגעריג. און נייגעריגקייט איז וואס דו דארפסט אנצינדן ביי א ליינער.

וואלט נישט געווען דער הקדמה: לאמיר באטראכטן די געגנט ארום די שטאט. און דער שרייבער וואלט סתם באשריבן וואס עס טוט זיך אין די געגנט ארום די שטאט. וואלט די ליינער געבליבן איין פיס דארט, איין פיס דא. ער שלעפט אים אהער מיט ביידע פיס: לאמיר באטראכטן די געגנט ארום די שטאט. און לאמיר טאקע.

די מעלה פון דעם שרייבער איז, אז מ'ווערט נישט סטאק ביי א ווארט. א ווארט - אויב מ'קען זיך לערנען א כלל פון דעם ארטיקל - דינט ווי א אינפארמאציע מיטטיילער און אויך ווי א פירער צום קומענדיגן ווארט.

כלל: ווען דו שרייבסט, מאך זיכער אז דער שרייבער זאל נישט בלייבן שטעקן ביי א ווארט. און ליינען די קומענדיגע ווארט מתוך צוואנג, אז ער וויל נאך פארשטיין וואס עס איז פריער געשטאנען. חוץ אויב דו שרייבסט וועגן דעמב ביימער .

וויאזוי שרייב איך אויף אזא אופן אז דער ליינער זאל נישט ווערן סטאק ביי א ווארט, ווייל ער האט נישט פארשטאנען דעם ווארט.

די תירוץ איז, דו דארפסט אזוי שרייבן אז וואס דער ליינער ווייסט אז ס'קומט, קומט טאקע. ווען איך שרייב יעצט ווייסט דער ליינער וואס ס'גייט קומען, יא, דו זעהסט אז וואס דו טראכסט אין דיין קאפ וואס איך גיי יעצט שרייבן, שרייב איך טאקע, און דו ווערסט נישט סטאק דערפון, ווייל דאס טאקע שרייב איך.

כדי צו טון וואס דער שרייבער קען דארף מען קענען היסטאריע גוט און ארויסהאבן א זאך קלאר, און נישט בלורי. אז ס'דא הבנה, איז דא הסברה. ווילסט א גוטע משל? טראכט פון דער וואס זיצט אינעם העליקאפטער און ער זאגט די טרעפיק. וואס איז זיין מעלה? פארוואס הערסטו אים אזוי גוט אויס? ווייל ער זעהט. איך זעה! יעצט דאס, און איך זעה יעצט דאס. דער זעלבער איז מיט דעם שרייבער. ער ווייסט אז די וועלט איז אויפגעשוידערט געווארן, ער ווייסט וואס דאס הייסט א צארישע רעגירונג, ער ווייסט לכאורה וואס דאס מיינט די ווארט רעגירונג און ווען אין היסטאריע 'רעגירונג' האט זיך רעאגירט.

איך שטעל מיך פאר דעם שרייבער אלץ בחור'ל פון דרייצן יאר. ווי ער זיצט אין קאוטש, און ער ליינט עפעס וועגן צאר, ניקאליי, רוסלאנד, רעזשים, און ער נעמט אלעס אן מיט ערנסטקייט, עס גייט אים אן. אים גייט אן וואס דער רעזשים האט געטון. ער האט דאס גוט אריינגענומען אין קאפ, און וואו ער האט געטראפן נאך סחורה אינעם ענין, האט ער דאס אריינגעלייגט, אוועקגעלייגט.

ביי אים איז היסטאריע א הארטע זאך. אנדערש זענען ביי שרייבערס וואס זענען פאעטיש. ווען קומט פאר ביי זיי היסטאריע? וואס פונקטליך איז היסטאריע. און צו קען מען עס בכלל באשרייבן. עס איז דאך צו סך. ווייל די גאנצע וועלט איז צו סך עס צו באשרייבן. אנדערש איז ביי היסטאריקער, וואס די וועלט איז נישט אזוי סך, און עס איז שרייבבאר. עס איז האט צייטן, און געשעענישן. עס איז געווען איין צאר ניקאליי. ביי פאעטישע שרייבער איז געווען צענדליגער צאר ניקאלייס. ווענט זיך פון ווען. דו רעדסט פון צאר ניקאליי וועם איך האב געקענט אלץ בחור? אדער די יעצטיגע? פון די שטערן, אדער פון מנחם גץ? אדער אפשר פון ליכטשטראלן. ס'דא אסאך צאר ניקאלייס.

זייער א געשמאקער שרייבער. זייער א גוטע עקספיריענס צו לינען וואס ער שרייבט.

אויב דו ווילסט קענען שרייבן, ליין גוט און גרינטליך אדורך דעם ארטיקל. מיט וואס זענען די אידן געווען באקאנט? אלץ געניטע און געלונגענע סוחרים. דו וואלסט גענוצט די ווארט: געניטע? אז דו וועסט ליינען דעם ארטיקל און אויפכאפן זיין געניטשאפט, וועסטו זיך לערנען די געניטשאפט נישט נאר פון געניטע סוחרים.

וואסערע שוהלן איז דארט געווען? שיינע און ווירבלנדע. יעצט עסטע וויסן אז ווען א שוהל איז דא א גרויסע געגייעכץ איז עס: ווירבלנד. אין שריפט זיכער. אויפן טעלעפאון ווייס איך נישט.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אלעס קען נאך מיט גיין...
20 (+פארשפעטיקטע) ארטיקלען,
קאמפלימענטן און אנאליזן,
געפילן און קאפריזן,

אבער ווען א נשמה באווייזט זיך ווער איך סטאק...
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

נשמה!!!!! אייזן איז נישט דאס ווארט.

סאמטינג אף דיס ווארלד.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

אינפארמאטיוו, רייך און ערנסט באשריבן. אן ארטיקל וואס וואלט געקענט אריינגיין אין פרעסטיזשפולע אויסגאבעס פאר גוט געלט.
ומי יבא אחרי נשמה...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ווער כאפט נישט ווער דער שרייבער איז?.. איינס פון די גרעסטע כוכבים אין די אידישע וועלט - תרתי משמע.. און ער האט דעליווערט. צעלייגט די דראמאטיש שטיקל פארבלוטיגטע היסטאריע מיט אלע דעטאלן און קאנטעקסט פונעם ארום. סופער!
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

גאר גוט אראפגעלייגט!

גענומען א גוט שטיקל היסטאריע און אראפגעלייגט אויף א אופן מ'זאל עס מיטפילן אויף די אייגענע הויט.

בלייבט איבער צו וואונטשן פאר די רוסישע און אלע אנדערע שונאי ישראל פון אלע דורות זיי זאלן זיך שוין טרעפן גאר אינגיכן פארן גרויסן משפט וואו כביכול אליינס וועט באצאלן פאר אלעם.

א גוטע טעמע, גאר רייכע שפראך, און פיין אראפגעלייגט. שכח!
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

זייער אינטערסאנט געווען צו ליינען, און זייער קלאר. יישר כח!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אברהם בן ארי' האט געשריבן:גאר גוט אראפגעלייגט!

גענומען א גוט שטיקל היסטאריע און אראפגעלייגט אויף א אופן מ'זאל עס מיטפילן אויף די אייגענע הויט.

בלייבט איבער צו וואונטשן פאר די רוסישע און אלע אנדערע שונאי ישראל פון אלע דורות זיי זאלן זיך שוין טרעפן גאר אינגיכן פארן גרויסן משפט וואו כביכול אליינס וועט באצאלן פאר אלעם.

א גוטע טעמע, גאר רייכע שפראך, און פיין אראפגעלייגט. שכח!

דאס יא. מיר טארן נישט פארגעסן וואס זיי האבן געטון. קיין איין טראפ בלוט וואס זיי האבן פארגאסן במשך די אלע דורות גייען מיר נישט פארגעסן און מיר גייען דאס נישט מוחל זיין. און מיר ווארטן אז השי"ת זאל זיך נוקם זיין, אזוי ווי ער האט צוגעזאגט: ונקתי דמם לא נקתי. מי זה בא מאדום חמוץ בגדים.

מיר ווארטן.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

Yang2020 האט געשריבן:אינפארמאטיוו, רייך און ערנסט באשריבן. אן ארטיקל וואס וואלט געקענט אריינגיין אין פרעסטיזשפולע אויסגאבעס פאר גוט געלט.
ומי יבא אחרי נשמה...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

יעפ, א הערליכע ארטיקל, א שטיק היסטאריע הערליך שיין באשריבן.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

שטארק אינפארמאטיוו
געשמאק און ציענד
קען זיין א טראפ מער מסודר
געוועהלט 5 4 5
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

זייער שיין מען זעט אבער אז עס איז געכאפט, צו אריינשטופען און די קעקרקטער לימיד
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אחת ואחת האט געשריבן:זייער זייער שיין מען זעט אבער אביסל אז עס איז געכאפט, צו אריינשטופען און די קעקרקטער לימיד
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #5 - דער קישינעווער פאגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

זייער אינטערעסאנט צו ליינען
א גרויסן שכח
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”