שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג יוני 23, 2020 4:02 pm

3
2%
★★
9
5%
★★★
12
7%
★★★★
11
6%
★★★★★
24
14%
3
2%
★★
1
1%
★★★
15
9%
★★★★
21
12%
★★★★★
18
10%
4
2%
★★
3
2%
★★★
15
9%
★★★★
13
7%
★★★★★
24
14%
 
סך הכל שטימען: 176

אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

[align=center]בילד[/align]

ממחרת שמחת תורה - א' נח 10:00 צופרי

העלא אייזיק? יא דאס איז חיים יענקל. נו, גיימיר אנהייבן היינט נאכט די נייע מסכת?

יא מערצעשעם. כ'קען שוין קוים ווארטן צום התחדשות!

אקעי, העמיר זיך זען אכט דרייסיג אין בית המדרש.

פיין.

----

אויפדערנאכט 8:28

אה, חיים יענקל, ביזט שוין דא? כ'מאך מיר נאר א קאווע און איך קום.

8:30

צוזאמען: לאמיר אנהייבן מיט א פרישקייט - זאגט די הייליגע משנה...

----

מאנטאג פרשת וירא 9:40 - נאכן לערנען

אייזיק: חיים יענקל, מארגן וועל איך נישט קענען קומען. מיין ברודער מאכט חתונה אפסטעיט, ווייסט דאך, נאו מאנקי ביזנעס... איך בין בוקט פאר די נאכט...

חיים יענקל: נאו פראבלעם, העמיר גיין ווייטער מיטוואך.

----

מיטוואך פרשת וירא 7:30 ביינאכט

העלא חיים יענקל? איים סאאאא סארי... כ'בין געפערליך מיד פון די חתונה, איך האב נישט געהעריג קיין קאפ צום לערנען יעצט ביינאכט, סארי, באט אונז וועלן מוזן ממשיך זיין דאנערשטאג מערצעשעם.

אקעי, כ'האף וועסט דיך גוט אויסרוען!

----

מאנטאג פרשת חיי שרה 8:15 ביינאכט

העלא חיים יענקל, סארי כ'האב דיר נישט געקאלט פריער... מיין מאמע מאכט היינט שבע ברכות, און ווייסט דאך... כיבוד אם... בקיצור, כ'קען נישט קומען היינט. סארי.

----

מיטוואך פרשת חיי שרה 8:30 ביינאכט

אייזיק: אקעי היינט בין איך דא באצייטנס! סארי טאקע פאר די לעצטע פאר טעג... שבע ברכות...

חיים יענקל: דו ווייסט זונטאג איז די ערשטע בחינה אויף די מסכת?

אייזיק: ווען? דעעעעים זונטאג? שוין??? כ'האב מורא איך וועל עס שוין נישט מאכן...

חיים יענקל: אונז זעמיר נישט אזוי סאך צוריקגעבליבן. אז אונז כאפ מיר אריין געהעריג היינט און מארגן, און אווער די וויקענד פרייטאג שבת און זונטאג, קען מען עס געהעריג מאכן.

אייזיק: אמממ... פרייטיג... איך דארף זען ווען איך קען עס אריינפושן... שבת סאונד גראדע גוט, מ'דארף נאר אויסארבעטן געהעריג די דיטעילס, און זונטאג קען איך מסתם אוועקגעבן אזא גוטע צוויי שעה, צו אפילו מער...

חיים יענקל: סאו לאמיר יעצט גיין ווייטער, און אונז וועלן שוין אפשמועסן שפעטער.

----

זונטאג תולדות 8:45

העלא אייזיק? קומסט צום בחינה? ס'איז ממש א שאד עס נישט צו מאכן.

באט איך שפיר נישט אז איך בין רעדי...

רעדי פאר וואס? ס'נישט קיין פארהער אין חדר! ס'איז סך הכל א בחינה בכתב, מ'קען עס אפילו טון צוזאמען, זשאסט צו פילן 'עקאמפלישט' אז מ'האט עפעס קונה געווען מיטן לערנען.

אקעי איך בין דארט ביז אפאר מינוט.

9:02

אה חיים יענקל! מ'קען עס מאכן צוזאמען?

יא! מ'קען עס אפילו מאכן פון אינעווייניג.

אקעי לאמיר גיין...

----

מיטוואך תולדות 8:10

העלא, סארי חיים יענקל פאר די לעיט נאטיס, כ'קען נישט קומען היינט. סי יו טאמאראו מערצעשעם.

----

זונטאג ויצא 9:40

חיים יענקל, מארגן האב איך ווייטער... כ'וועל נישט קענען קומען... סארי...

----

דינסטאג ויצא 9:05

א גוטן חיים יענקל! ווארטסט שוין לאנג? איים סאו סארי... כ'בין געווען ביזי... אקעי לאמיר גיין ווייטער וואו מ'האלט.

----

מאנטאג וישלח 8:50

העלא אייזיק? קומסט היינט?

יא זיכער, געב מיר נאר אפאר מינוט... סארי...

----

דאנערשטאג וישלח 9:40

אייזיק, נאטינג פערסאנעל, באט... אונז דארפן זיך אביסל באפלייסן. אונז זענען שוין א גוטע פאר טעג אונטערשטעליג פון די חבורה...

ביסט גערעכט חיים יענקל, כ'דארף טאקע אנהייבן קומען באצייטנס. מערצעשעם נעקסטע וואך מיט א פרישקייט!

----

זונטאג וישב 9:40

אייזיק: היינט איז טאקע פיין געווען... למעשה זעט אויס די שטן פארלייגט זיך... מארגן קען איך נישט קומען...

חיים יענקל: הער אויס, כ'קריך נישט אריין אין דיינע געשעפטן, און כ'קען דיר נישט איינטיילן וואס איז וויכטיג און וואס נישט, אבער דו ווייסט נעקסטע וואך זונטאג איז די צווייטע בחינה?

נו, אונז האלטן נישט מיט?

וואאאאאס?!? אונז זענען א גוטע פאר בלאט אונטערשטעליג!!! אנלעס ווי טעיק איט ריעלי סיריעס זעמיר אונז אין אונזער 'אייגענע חבורה' ביפאר ווי נאו איט!

אה אה... טאקע א פראבלעם... נו, וואס קען איך טון? אה! מ'קען די וואך נאכאמאל לערנען פרייטיג שבת און זונטאג, און דעמאלטס משלים זיין אלע בלעטער...

יא יא, זייער א גוטע עצה, אבער מ'קען נישט אלס זיין ביזי משלים זיין, מ'דארף דאך געהעריג לערנען אויך...

ביסט הונדערט פראצענט גערעכט! ווייסטו וואס? דינסטאג מיטוואך דאנערשטאג קען מען לערנען מער, פריער אדער נאכדעם, וואטעווער, און מערצעשעם די נעקסטע בחינה גייט שוין זיין געהעריג.

אלס מיר אויס קען איך באשטיין... כ'האף נאר אז דו גייסט טאקע זיין באצייטנס...

יא מערצעשעם. אייל טריי מיי בעסט!

אקעי לאמיר זען.

----

זונטאג מקץ 5:00 נאכמיטאג

העלא אייזיק? וואס איז די מעשה? פרייטיג האבן אונז גארנישט אפגעשמועסט, האמיר פארפאסט סיי פרייטיג און סיי שבת, און היינט איז שוין אויך אזוי פינעווע נאכמיטאג... פלאנסט נאך צו מאכן בכלל די בחינה היינט?

סארי טאקע אז כ'האב נישט אויפגעהויבן פרייטיג, און נאכדעם בין איך געווארן ביזי און פארגעסן דיר צוריק צו קאלן. ווילסט לערנען אין א שעה ארום?

יא, אבער געגאנגען!

אקעי. סי יו!

----

זונטאג מקץ 9:00 ביינאכט

חיים יענקל, כ'קען נישט קיין מילה אחת... דו געדענקסט יא די אלע גמרות וואס מ'פרעגט דא?

כ'וועל דיר זאגן דעם אמת אייזיק, כ'האב אביסל געטרייט צו לערנען און איבער'חזר'ן אליין, אבער... ס'דאך אנדערש ווען מ'האט א חברותא... כ'פיל אויך אזוי אביסל אומבאקוועם...

נו, אפשר זאל מען דראפן די בחינה און זשאסט לערנען לשם לערנען?

טראכסט נישט אפשר פארקערט? די בחינה האלט אונז כאטש אביסל אין די ראמען?

קען זיין האסט א פוינט, באט... מ'דארף קוקן די מציאות... זעסט דאך מ'קומט נישט אן...

ווער קומט נישט אן?

אונז!

צו וואו?

וואס הייסט? די בחינה!

כ'האב זייער גוט פארשטאנען וואס דו מיינסט... אבער ס'דא א סיבה פארוואס מ'קומט נישט אן... ווייל איינער קומט נישט אן צום לערנען געהעריג...

אה, דו פליקסט?

חס ושלום! כ'זאג דיר די מציאות! שוין צוויי חדשים וואס מ'שטופט א נאכט נאך א נאכט... איי מיען...

ביסט גערעכט! איים סארי... אבער אויף אויסגעגאסענע מילך וויינט מען נישט, לאמיר רעדן פון יעצט און ווייטער.

נו, אדרבה?

איך בין גרייט זיך צו נעמען אין די הענט אריין...

איך בין זיכער מסכים!

איך אויך!

אקעי, סאו מארגן אכט דרייסיג פונקטליך!

מערצעשעם!

----

מיטוואך ויחי 9:40

חיים יענקל, מארגן וועל איך זיין שפעט.

ס'ממש א שאד. ענדליך מ'האט שוין אנגעהויבן צוריק באצייטנס, נאכדעם האט אריינגעהאקט די חנוכה טעג מיט די פארטיס און מסיבות, און ענדליך מ'איז שוין צוריק אין סקעזשול...

וואס זאל איך טון? ס'איז א מאסט!

כ'קען דיר זאגן ניין? כ'האף נאר ס'הייבט זיך נישט אן נאכאמאל...

נע! חס ושלום!! ס'איז נאר מארגן...

----

דינסטאג שמות 7:30

העלא חיים יענקל, כ'בין דא אין די קאר מיט מיין משפחה, מיין שוואגער מאכט יעצט א ווארט, כ'מוז ארויספארן...

----

מיטוואך שמות 9:05

העלא אייזיק? ביסט שוין צוריק פון די ווארט?

וועלכע ווארט?

דיין שוואגער.

וואס הייסט? ס'געווען נעכטן!

איך זע ביסט נאכנישט דא...

אה, ניין! כ'בין געווען דא ביזי... כ'האף צו זיין אין די נעקסטע צען-פופצן מינוט מערצעשעם.

9:35

אה אייזיק!

נו, מ'קען נאך עפעס אריינכאפן?

אודאי! יעדע מינוט תורה איז ווערט! די שאלה איז נאר צו אונז זענען נאך אין די חבורה?

וואס הייסט? זיכער!

איך בין נישט אזוי זיכער... עז אוו נאו האלטן אונז דארט וואו מ'דארף ווען האלטן צוויי וואכן צוריק...

נו, ס'דאך געווען חנוכה, האסט פארגעסן?

מיט חנוכה און אלע תירוצים, זענען אונז נאך אלס היבש אונטערשטעליג...

מ'מוז עפעס לערנען מיט א חבורה?

מ'מוז נישט, אבער איך קען באשטיין. ס'איז בעסער.

פארוואס איז עס בעסער? אונז לערנען עפעס מער לבוד דעם?

כ'האף דו ביסט סארקאסטיש...

ווייסטו וואס? ביסט גערעכט! מ'דארף טאקע מיטהאלטן די חבורה. נו, וואס טו איך יעצט? כ'קען נישט צוריקדרייען די זייגער...

אבער מ'קען פון יעצט און ווייטער.

זעסט דאך אז נישט? כ'האב שוין געטרייט... ס'נישט פאר מיר...

טריי נאכאמאל.

כ'האב שוין. איך טראכט אפשר זאל מען שוין יעצט לאזן וויאזוי ס'איז, און גיין ווייטער וואו אונז האלטן, און מערצעשעם ביי די נעקסטע מסכת וועלן אונז אנהויבן צוזאמען מיט די חבורה מיט א פרישקייט!

גראדע האלט מען שוין טאקע כמעט ביים ענדיגן די מסכת, סאו לאמיר עס טאקע אויסטרייען.

----

מאנטאג בשלח 9:40

אייזיק, כ'גיי נישט רעדן וועגן די לעצטע פאר וואכן ווייל אונז האבן עפעס אפגעשמועסט, אבער מארגן הייבט מען אן די נייע מסכת און דארפסט אויך טון דיין חלק אין די דיעל.

זיכער זיכער! כ'וועל מערצעשעם צוריק אנהויבן קומען באצייטנס, ווען נאר?

אכט דרייסיג פונקטליך.

יא יא! האלבער פונקטליך בין איך דא מערצעשעם!

כ'קען קוים ווארטן!

----

דאנערשטאג בשלח 9:40

אייזיק, כ'קען מיר נישט צופיל אפרעדן אויף די וואך, ס'איז נאר געווען צען - פופצן מינוט שפעט, אבער דריי פיר מאל 10-15 מינוט איז כמעט א שעה וואס איז פארפאטשקעט געווארן אזוי נישט מיר נישט דיר.

ס'נישט א שעה, קוים א האלבע שעה... און למעשה האלט מען פיין מיט מיט די חבורה! דארפסט דיך נישט אפרעדן...

ביסט גערעכט. לאמיר עס לאזן ביי דעם, עטליעסט נישט ערגער...

----

דאנערשטאג יתרו 9:40

אייזיק, די וואך מעג איך שוין יא זאגן? כ'מיין אז אלעס צוזאמען האבן אונז פארפאסט א גוטע צוויי שעה...

ווען?

ווייסט טאקע נישט? מיט דיין אנקומען שפעט!

למעשה האמיר דאך געלערנט ווען איך בין יא דא געווען...

און?

וואס הייסט 'און'? אז מ'לערנט תורה האט מען אויסגענוצט די צייט!

דו מאכסט דאך תמ'יש? מ'האט קוים אנגעהויבן די נייע מסכת, זונטאג איז די ערשטע בחינה, און שוין זענען אונז אונטערשטעליג...

אונטערשטעליג? הו קעירס ווי יענער האלט? אונז לערנען און 'אונזער אייגענע חבורה'! האסט א פראבלעם?

נאך ווי כ'האב א פראבלעם! איך וויל יא זיין א חלק פון די חבורה, און איך מיין אז אונז האבן אפגעשמועסט אז ביי די נייע מסכת גייט מען צוריק זיין א חלק פון די חבורה.

נו? ס'נאך דא א פרייטיג מיט א שבת, א לאנגע מוצאי שבת, א זונטאג, מ'קען נאך 'געהעריג' לערנען און חזר'ן די גאנצע בחינה!

אדרבה! ווען קען מען לערנען פרייטאג? ווען ביסטו גרייט שבת? מוצאי שבת? זונטאג?

האלא האלא! שטאטלעך, לאמיר קודם אפשמועסן אויף פרייטיג. עקשולי פרייטיג איז נישט מעגליך, די טאג איז אזוי קורץ, קוים מ'געט זיך א דריי איז שוין שבת. סאו לאמיר עס לאזן פאר מוצאי.

פרייטיג צונאכטס?

פרייטיג צונאכטס?!? ווען, נאך די סעודה?!? ש'מעגליך זיך אראפצובינדען צו א צייט, כ'האב נישט קיין אנונג ווען איך גיי ענדיגן די סעודה, אמאל ציט איך מער אריין, זמירות מיט תורות, די קינדער, בקיצור... ס'נישט מעגליך!

און ווען קענסטו מוצאי?

רוף מיך דעמאלטס, וועל איך זען.

מ'קען נישט יעצט אפשמועסן?

ניין! איך דארף זען מיין סקעזשועל נאך הבדלה, וועגן מלוה מלכה און אנדערע זאכן, נאכדעם קען איך זען אויב כ'קען דאס ערגעץ אריינפושן.

אפשר שמועסן אונז אפ א צייט, און לויט דעם פושסטו אלעס אריין?

דו ווילסט מיר דא פארדרייען מיין גאנצע סדר היום פון מוצאי שבת?... באלד וועל איך דיר זאגן 'איך קען בכלל נישט' און שוין.

ס'נישט מיין פארלוסט... ס'איז דיין.

דעמאלטס וואס בעטסטו דיך אזוי?

ווייל איך קען באשטיין צו האבן א געהעריגע חברותא. אבער אז דו האלטסט נישט דערביי, איז נישט.

חיים יענקל בארואיג דיך! כ'האב נישט געמיינט צו גיין אזוי ווייט... איך וויל זאלסט פארשטיין אז איך קען נישט יעצט, דאנערשטאג, ליל ששי, שוין אפשמועסן אויף מוצאי שבת. רוף מיך דעמאלטס, און כ'האף כ'וועל קענען עפעס אויסארבעטן פאר א שעה אדער אפילו מער.

פיין. גוט שבת.

----

מאנטאג משפטים 9:40

חיים יענקל, לאמיר פעיסן פעקט. ביי נאו קענען אונז שוין סייווי נישט נאכיאגן די חבורה, האסט דאך געזען נעכטן ביי די בחינה ווי פארלוירן אונז זענען געווען... ס'איז למעשה א קליינע מסכת, מ'ענדיגט עס שוין כמעט. לאמיר ווארטן ביז די נעקסטע מסכת, און דעמאלטס זיך מיטכאפן מיט די חבורה פון פריש, כאילו לא הי'.

זאגסט זייער גוט, אבער האסט פארגעסן אז ביי די פאריגע מסכת האסטו פונקט אזוי געזא...

כ'האב דיר שוין געזאגט, מ'קען נישט צוריקדרייען די זייגער, מ'דארף קוקן אויף פאראויס! עז אוו נאו, לעטס גאו פארווארד!

סאו מ'האלט שוין ביי די דריטע מסכת, און אונז זענען דא סטאק מיט האלבעטע מסכתות...

ווער איז די 'מ'האלט'? אונז זענען אונז, א חברותא וואס לערנט יעדע נאכט. ווילסט א חבורה? נאו פראבלעם, כ'קען מיך טרייען צו צושטעלן.

נו, אדרבה, טריי...

וואס זאל איך טון? לערנען שנעלער?

אייזיק, דו ביסט טאקע אזא נאר, אדער דו גלייכסט צו שפילן מיט מיינע נערוון?

וואס האב איך געזאגט ראנג?

זאגסט זייער גוט... נאר דיינע אויערן הערן נישט וואס דו זאגסט...

וואס הייסט?

ווייסט באמת נישט?!?

ניין.

האלסט טאקע אז דו טרייסט זיך צו צושטעלן?

אדער?...

אדער דו קומסט שפעט און מ'בלייבט אונטערשטעליג....

שוין ווייטער רעדסטו פון וואס ס'געווען... מאי דהוה הוה, מכאן ואילך חושבנא... מ'רעדט פון יעצט און ווייטער.

נו, וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

אזויווי כ'האב דיר געזאגט, מערצעשעם די נעקסטע מסכת אנהויבן מיט א פרישקייט!

צוזאמען מיט די חבורה?

אז דו ווילסט צוזאמען, זאל זיין צוזאמען.

און גייסט קומען באצייטנס?

כ'האף אזוי.

גייסט טרייען?

כ'האף אזוי.

בעסער געזאגט, האלטסט ביים טרייען?

זיכער! יעדער וויל זיין גוט!

אדרבה, לעטס וועיט ענד סי...

נאו פראבלעם!

----

מאנטאג כי תשא 9:40

אייזיק, דו כאפסט מ'האלט שוין כמעט ביי פורים?

און?...

די ווינטער איז שוין כמעט אדורך.

און?...

וואו האלטן אונז אויף די וועלט?

האסט דאך געזאגט, כמעט פאר פורים!

ביסט אזא חכם... וואו האלטן אונז מיט די חבורה?

וואס הייסט? אונז זענען גאנץ מסודר בארכעשעם.

וואו זענען אונז מסודר?

וואס הייסט? אונז האלטן שוין ביי די דריטע מסכת!

די ערשטע צוויי האבן אונז נישט געענדיגט...

ממילא?

האלטן אונז נישט געהעריג מיט...

שוין ווייטער מיט דיינע חשבונות... למעשה יעצט שטייען אונז גאנץ פיין!

המממ... נישט ממש... אונז זענען היבש צוריקגעשטאנען... אזא גוטע פאר בלאט...

נו, מ'קען עס שנעל אונטעריאגן...

יא, אבער ס'איז א קליינע מסכת, און ביז אונז קומען אן, האלט מען שוין ביים נעקסטן.

איז דאך זיכער גוט! קען מען רואיג גיין ווייטער וואו אונז האלטן, און די נעקסטע מסכת וועט מען אנהויבן צוזאמען מיט א פרישקייט!

און בלייבן מיט נאך א לאך?

וואס א חילוק? דער עיקר איז לערנען!

יא, אבער מ'קען נישט אייביג טאנצן אזוי פון איין האלבע מסכת צו א נייע...

ס'נישט 'מיין' פראבלעם. 'דו' ווילסט דאך לערנען לויט די חבורה!

אפשר דאס אז מ'גייט נישט געהעריג מיט די חבורה איז יא 'דיין' פראבלעם?

פארוואס? איך מיינד נישט!

דאס טאקע איז די פראבלעם...

מ'קען נישט לערנען אליין?

אבער האסט נישט דעם עול.

איך האב נישט קיין עול?

קוקט נישט אויס...

זיך אוועקרייסן יעדע נאכט פאר איבער א שעה צו קומען לערנען, דאס הייסט נישט קיין עול?

אויב מ'טוט טאקע אזוי, זיכער איז עס!

איך טו דען נישט אזוי?

אפשר יא?!?

המממ... האסט א שטיקל פוינט... אבער וואס האט מען פון זיך טענה'ן? לאמיר טראכטן אויף פאראויס!

אדרבה, האסט א סעלושען?

כ'האב שוין געזאגט, די נעקסטע מסכת הייב מיר אן צוזאמען מיט די חבורה מיט א פעסטקייט!

מ'גייט עס אויך ענדיגן צוזאמען?

כ'האף אזוי!

גייסט טון עפעס דערצו?

מערצעשעם!

וואס?

קומען באצייטנס.

באמת?

כ'האף אזוי.

גייסט טרייען?

מערצעשעם.

זיך אנשטרענגן?

מערצעשעם.

דער אויבערשטער וויל, דו דארפסט אויך וועלן!

גוט, גוט...

----

~ עפילאג ~

ראש חודש סיון 9:40

חיים יענקל, דו פילסט אויך עפעס אזוי... עקסיידעט? התרגשות'דיג? כ'ווייס נישט וויאזוי עס צו רופן?....

זיכער אזוי! מ'האלט דאך ביים ענדיגן די מסכת וואס אונז האבן צוזאמען געהארעוועט די לעצטע דריי חדשים! ענד לעט מי טעל יו: אייזיק, יו דיריט! ביסט א ווארט'ס מענטש!

אנהויב איז עס געווען ביטער שווער... כ'בין נישט געווען צוגעוואוינט זיך ארויס צו יאגן פון הויז אזוי פונקטליך יעדע נאכט... ווער רעדט נאך ווען כ'בין אנטלאפן פון מיין נעפיו'ס בר מצוה?...

נו, אבער למעשה האלט מען דא בארכעשעם!

יאפ! איך האף טאקע אז דו וועסט קומען באצייטנס מארגן נאכט צום סיום.

זיכער אזוי! וויאזוי זאגט מען נאר?...

מערצעשעם!

[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
לעצט פארראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 16, 2020 3:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

זייער שיין!
פון די איינציגע ארטיקלען- דערווייל -וואס איך האב געגעבען דריי פינעווערס ביים רעיטינג (נאר אויף קלארצושטעלען, איך האב נישט געליינט די ארטיקלען לפי הסדר).
לעצט פארראכטן דורך דייקן אום דינסטאג יוני 09, 2020 8:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שבת פארטי
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 11:47 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת פארטי »

יא, דער ארטיקל איז סאליד פון יעדן אספעקט, סהאט א שטארקע יומעניסטישע טאטש, סהאט אפילו סימפאטיע צום שפעט קומער, סאיז רעלעוואנט, הומארסיטיש געשריבן. א פינף שטערנדיגער ארטיקל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער מגיה אין מיר איז שטעקן געבליבן ביי "ממחרת שמחת תורה - א' נח" (עקזיסטירט נישט אין לוח אזאנס, אויסער אויב 'ממחרת' איז לאו דוקא, עס איז געווען דריי טעג יו"ט)

---
איבעראלעם: פיינע ארטיקל! מעשים בכל יום, ביי מיר האט דאס אויך געקענט פאסירן...
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

פיינער ארטיקל! זיס אראפגעלייגט א סיטשועישן.

די אינהאלט איז אויף זייער זייער א גוטע טאפיק אין וואס כמעט יעדער קען זיך טרעפן, איינער אלס "אייזיק" און איינער אלס "חיים יענקל" (איך אויך, איך זאג נישט אין וועלכע זייט), און ס'געט עס א געשמאק צו ליינען.
צוויי שוואכע פונקטן זענען אבער, אז די גאנצע ארטיקל איז מער-ווייניגער א שמועס צווישן צוויי מענטשן און ס'געט ווייניג פלאץ אריינצולייגן היילייטס אין די תוכן. צווייטנס, די עפילאג קומט אריין אנדערש ווי מ'וואלט זיך אויסגעטראט און זיצט נישט אזוי באקוועם אין די flow פון די ארטיקל.
דעריבער, א 3'ער פאר די אינהאלט.

די שפראך און שרייבערישער טאלאנט איז מאסיוו, און פארדינט זיך 5 שטערנס. ס'האט אבער - אין מיין מיינונג - צופיל ענגלישע ווערטער וואס זענען אריינגעלייגט פאר פלעיוואר, אבער ס'איז שוין אווערפלעיווארד.
איבערדעם 4 פאר די שפראך.

אוועראלל, 4 מינימום.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

סופער סופער ווען עס איז ווען דא מער סטארס וואלט ער עס באקומען
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

זייער פיין!
אראפגעלייגט אזוי גוט 2 קערעקטערס, וואס יעדער קען זיך טרעפן דערין...
געשמאקע שפראך און ארגינעלע ליינס.
-------
לכאורה האט געשריבן:דער מגיה אין מיר איז שטעקן געבליבן ביי "ממחרת שמחת תורה - א' נח" (עקזיסטירט נישט אין לוח אזאנס, אויסער אויב 'ממחרת' איז לאו דוקא, עס איז געווען דריי טעג יו"ט)

זיכער אזוי! אז נישט וואלט דאך עס געווען פרשת בראשית :wink:
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שטומפיג האט געשריבן:די עפילאג קומט אריין אנדערש ווי מ'וואלט זיך אויסגעטראט און זיצט נישט אזוי באקוועם אין די flow פון די ארטיקל.

יאפ, דער עפילאג איז גאנץ שוואך.

די עצם ארטיקל האב איך זייער ענדזשויעט צו ליינען! ;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18799
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דער שרייבער האט א גוטן שפראך, אבער (סארי וואס זאל איך טוען ביי מיין אייגענע וועל איך אויך שניידן אן רחמנות) צו איהם נעמען פאר א שרייבער וואס דארף אונטער האלטן דעם ליינער האט ער אביסל א לענגערע וועג.

די אינהאלט וואלט איך געגאנגען אויף 3, נישט ווייל סאיז נישט א גוטע תוכן נאר סאיז א לאנגע ארטיקל מיט איין פוינט ארויסגעבערנגט צופיל מאל. איך פערזענליך בין געווארן סטאק ביי דינסטאג בשלח, פון דארט אין ווייטער האב איך שוין נאר געבחיקט און נישט געליינט יעדע ווארט. איך האב געפילט ווי נו זאג שוין קומט צום פוינט וואס איז דער פאנטש ליין...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דייקן האט געשריבן:זייער שיין!
פון די איינציגע ארטיקלען- דערווייל -וואס איך האב געגעבען דריי פינעווערס ביים רעיטינג (נאר אויף קלארצושטעלען, איך האב נישט געליינט די ארטיקלען לפי הסדר).
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

איינס האט געשריבן:דער שרייבער האט א גוטן שפראך, אבער (סארי וואס זאל איך טוען ביי מיין אייגענע וועל איך אויך שניידן אן רחמנות) צו איהם נעמען פאר א שרייבער וואס דארף אונטער האלטן דעם ליינער האט ער אביסל א לענגערע וועג.

די אינהאלט וואלט איך געגאנגען אויף 3, נישט ווייל סאיז נישט א גוטע תוכן נאר סאיז א לאנגע ארטיקל מיט איין פוינט ארויסגעבערנגט צופיל מאל. איך פערזענליך בין געווארן סטאק ביי דינסטאג בשלח, פון דארט אין ווייטער האב איך שוין נאר געבחיקט און נישט געליינט יעדע ווארט. איך האב געפילט ווי נו זאג שוין קומט צום פוינט וואס איז דער פאנטש ליין...

איך האב געפילט די זעלבע בשעת'ן ליינען, עס ווערט א פיצי לאנגווייליג, עס איז נעמט אביסל צו לאנג צוצוקומען צום פוינט
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

באוקומען פונעם שרייבער אין אישי.

די ארטיקל איז א 'מיטלעבעניש' מיט וואס אסאך פון אונז קענען זיך אידענטיפיצירן. עס איז נישט אזוי ווייט צוצוקומען צו א פאנטשליין ווי צו איבערגיין די עצם טאג טעגליכע ווערטשאפט.
דערפאר איז אויך דער עפילאג נישט דער עיקר.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

בלעכענער פנים האט געשריבן:די ארטיקל איז א 'מיטלעבעניש' מיט וואס אסאך פון אונז קענען זיך אידענטיפיצירן.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

א מיטלעבעניש דאס! זייער גוט ארויסגעברענגט. נעבעך אויף ביידע פון זיי, ביז מ'האט זיך דערזען מיט שלום בית, כ'מיין שלום חברותא...

א שטיקל פארזעצונג (כ'האף כ'מאך נישט קאליע פארן כותב):

ב' בהעלותך 9:40

חיים יענקל, כ'בעט דיך איבער, אבער מארגן...

אוי אייזיק, זיי נישט א חוזר לסורו... ככלב השב אל קיאו. כ'בעט דיך!!

ניין, דו פארשטייסט נישט, חיים יענקל. ס'נישט א תנאים, נישט א חתונה, נישט א שבע ברכות, אויך נישט א בר מצוה. און... מ'האלט יעצט אין חודש סיון, סאו ס'נישט קיין חנוכה מסיבה אדער שובבי"ם פארברענגען...

אבער, זאג אייזיק, וואס ווילסטו למעשה זאגן? אז גייסט פעלן מארגן?

יא, און אויך איבער מארגן, און אויך איבער-איבער-מארגן...

וואס?

יא, חיים יענקל, דריי טעג. אבער נישט מער, כ'בעט דיך. דארפסט מיר פארשטיין...

דריי טעג? וואס איז דא צו טון דריי טעג?

וואס הייסט וואס? דו לייענסט נישט אייוועלט?........
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18799
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

חוח בין השושנים האט געשריבן:א מיטלעבעניש דאס! זייער גוט ארויסגעברענגט. נעבעך אויף ביידע פון זיי, ביז מ'האט זיך דערזען מיט שלום בית, כ'מיין שלום חברותא...

;l;p-
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
קרעפלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלעך »

יא מ׳דארף זיך טאקע א שאקל טאן.
כ׳האף נאר אז מיין חברותא ליינט אויך דא.
מערצהשעם פון היינט און ווייטער.
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

אזוי מיר צו צולייגן ברבים?

גוטער טאפיק, גוטע שפראך, זייער פיין געשילדערט מיינע טעגליכע מלחמות.

איך האלט נאר נאכנישט ביים עפילאג...

שכח!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

חוח בין השושנים האט געשריבן:א מיטלעבעניש דאס! זייער גוט ארויסגעברענגט. נעבעך אויף ביידע פון זיי, ביז מ'האט זיך דערזען מיט שלום בית, כ'מיין שלום חברותא...

א שטיקל פארזעצונג (כ'האף כ'מאך נישט קאליע פארן כותב):

ב' בהעלותך 9:40

חיים יענקל, כ'בעט דיך איבער, אבער מארגן...

אוי אייזיק, זיי נישט א חוזר לסורו... ככלב השב אל קיאו. כ'בעט דיך!!

ניין, דו פארשטייסט נישט, חיים יענקל. ס'נישט א תנאים, נישט א חתונה, נישט א שבע ברכות, אויך נישט א בר מצוה. און... מ'האלט יעצט אין חודש סיון, סאו ס'נישט קיין חנוכה מסיבה אדער שובבי"ם פארברענגען...

אבער, זאג אייזיק, וואס ווילסטו למעשה זאגן? אז גייסט פעלן מארגן?

יא, און אויך איבער מארגן, און אויך איבער-איבער-מארגן...

וואס?

יא, חיים יענקל, דריי טעג. אבער נישט מער, כ'בעט דיך. דארפסט מיר פארשטיין...

דריי טעג? וואס איז דא צו טון דריי טעג?

וואס הייסט וואס? דו לייענסט נישט אייוועלט?........

:lol:
אזא המשך קען נאר @חוח פאבריצירן.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

שטומפיג האט געשריבן: :lol:
אזא המשך קען נאר @חוח פאבריצירן.

כ'גלייב אז דער כותב הארטיקל האט עס געוואלט אליינס אריינלייגן, נאר צוליב דעם קערעקטער לימיט האט ער עס געמוזט אויסלאזן... האב איך עס אים אנגעפולט...
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

יאפ, כ'האב מיך געטראפן אין די מעשה...
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

העמיר זיך דארפן פארנעמען צו קומען צייטליך ביים לערנען, איך וויל דאך נישט אויסקוקן ווי אייזיק
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטשיג 2.4 פראצענט אמת.
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

;l;p- ;l;p-
גוטער טאפיק, גוטע שפראך, זייער פיין געשילדערט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18799
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לכאורה האט געשריבן:מעשים בכל יום, ביי מיר האט דאס אויך געקענט פאסירן...

האב איך מיר איינגעקויפט א נייע סלאגאן, אנשטאט די אלטע 'ביי מיר איז עס געווען' גייען מיר אריבער צו 'ביי מיר האט דאס געקנט געשען'
מגייט דאס נאך פיין איינקעשן...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

שמארטיקל האט געשריבן:;l;p- ;l;p-
גוטער טאפיק, גוטע שפראך, זייער פיין געשילדערט
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #7 - יענץ חברותא'שאפט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

רעיטינג ס"ה:

אינהאלט - 3.75
שפראך - 3.86
אווער אלל רעיטינג - 3.85
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”