מען קען שוין ארויסגעבן וויאזוי די געסינג געים גייט ארבעטן
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
מונאוויטש פאר דיין טובה ווילסט טוישן ארטיקלן מיט מיר?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
איך וויל נאר זאגן אז כ'פיל מיך אביסל אויסגעשפילט דא... מ'האט געהאלטן אין איין רעדן אז מ'קען וועלן ביזן דעדליין פון דעם זונטאג, איך געדענק נישט צו האבן געזעהן א פונקטליכע זמן ביז וועלכע צייט אין טאג, האב איך פארשטאנען אז מ'וועט קענען שטימען ביזן סאמע ענדע פונעם טאג.
למעשה איז מיר געווען זייער שווער צו דורכליינען גאנצע 20 ארטיקלען אין איין וואך, (מ'דארף דאך דאך שפייזן די קינדער + עפעס לערנען אין זייט אויך...) אבער כ'האב מיך שטארק אנגעשטרענגט און געליינט איינס נאכן צווייטן, און ענדליך יעצט זונטאג 8'טע צייט האלט מען שוין ענדליך ביים 19'סטע ארטיקל ב"ה, אט אט גייט מען שוין מאכן דעם סיום און מ'גייט שוין וועלן...
און בום! ס'איז שוין פארמאכט!
דעם "למען לא ניגע לריק" האט מיר געפאטשט אין פנים מיט א קלינגעדיגן פראסק...
איך גלייב אז ס'זענען נאך דא אסאך וואס זענען אין זעלבן פעקל ווי מיר, אז נאכן אפליינען רוב פון די ארטיקלען זענען זיי דאך נישט אנגעקומען עס אינגאנצען צו ענדיגן און אפגעבן זייער שטימע.
(פארשטייט זיך אז איך בין זייער דאנקבאר פארן גאנצן פארמעסט, סיי פאר די אנפירער און סיי פאר די שרייבער, ס'איז א נחת געווען עס צו ליינען און זיך באסמאקעווען מיט אזא אוצר פון זעלטן געשמאקע ארטיקלען און שריפטן, איך רעד נאר פון די חלק אז נאכן אוועקגעבן אזויפיל צייט צו פרובירן ענדיגן די אלע ארטיקלען, האב איך לבסוף אפילו נישט זוכה געווען צו אפגעבן מיין שטימע...)