פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אינהאלט | שפראך | אווער אלל | אריינגיין אין פיינעל?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 4:02 pm

2
1%
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
9
3%
★★★★
14
4%
★★★★★
56
18%
2
1%
★★
1
0%
★★★
11
4%
★★★★
18
6%
★★★★★
47
15%
2
1%
★★
1
0%
★★★
12
4%
★★★★
20
6%
★★★★★
44
14%
9
3%
••
22
7%
•••
44
14%
 
סך הכל שטימען: 314

אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

[align=center][/align]

אין אלע דורות האבן די צדיקים געהאט ביי זיך גבאים, און משמשים בקודש, וואס האבן צוגעהאלפן צום עבודת הקודש, די גבאים זענען אין רוב פעלער זייער געטריי געווען דעם רבי'ן, אבער במשך די דורות, האט זיך פול געמאכט, אינטרעסאנטע עפיזאדן מיט גבאים.

גבאים האבן אלעמאל פארנומען א חשוב'ען ארט אין כלל ישראל, זייענדיג שטענדיג נאנט צום צדיק, דערצו האבנדיג די זכיה צו באדינען א צדיק, באקומען זיי פאר דעם שכר אויבן אין הימל, ווי דער בני יששכר שרייבט אין א פלאץ, אז איינער וואס איז זוכה אויף דער וועלט צו באדינען א צדיק, איז נאך די פטירה, אויך זוכה צו זיין אין היכל פון זיין רבי'ן, און נתעלה ווערן מיט אים, ווי ס'שטייט 'מה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומשמש'.

וועלן מיר אביסל פרובירן שפאצירן אינעם היכל הגבאים, און נאשן אינטרעסאנטע אינפארמאציע איבער זיי.


גבאים מן התורה מנין

דער ערשטער גבאי וואס מיר טרעפן אין די תורה, איז געווען אליעזר עבד אברהם, וואס די תורה שרייבט אויף אים 'ובן משק ביתי הוא דמשק אליעזר' איז געווען דער ערשטער גבאי וואס מיר טרעפן אין די תורה, ער איז געווען דער מוציא ומביא ביי אברהם אבינו, אים האט אברהם אבינו געטרויעט מיט אלע פריוואטע ענינים, ביזן שיקן טרעפן א שידוך, פאר יצחק אבינו, אזוי אויך האט ער באגלייט אברהם אבינו ווען ער איז געגאנגען ראטעווען לוט.

זייענדיג אזוי געטריי, האט אים אברהם אבינו ארויסגענומען מכלל ארור (זייענדיג פון די בני חם) און אים אריין געברענגט לכלל ברוך.
אין גמרא (יומא כח:) שטייט אז ער איז געווען דער 'דולה ומשקה' פון רבי'ן ר' אברהם, איבערגעבנדיג די שיעורים פאר די פולע תלמידים פון אברהם אבינו.
אליעזר איז געבליבן גבאי ביזן היינטיגן טאג, ווי ס'שטייט אין גמרא (ב"ב נח.) אז ווען ר' בנאה איז געגאנגען אנצייכענען די קברים פון מערת המכפילה, האט ער געטראפן אליעזר עבד אברהם שטיין ביים טיר פון די מערה.


גבאים וואס זענען שפעטער געווארן רבנים – רבי'ס

יהושע בין נון - נאך א גבאי וואס מיר טרעפן אין די תורה איז יהושע בין נון, וואס איז געווען משה רבינו'ס תלמיד, און משמש בקודש, ער האט אפגעווארט משה רבינו די גאנצע פערציג טעג וואס משה רבינו איז ארויף אין הימל, און צוליב דעם, האט ער אפילו נישט געוויסט אז כלל ישראל האט געזינדיגט.
ובשכר זאת, איז ער אויסגעשטיגן צו זיין דער קומענדיגער מנהיג ישראל.

אלישע הנביא - אלישע הנביא, איז געווען אליהו הנביא'ס באגלייטער און גבאי, און שפעטער אים איבערגענומען און געווארן נאך פול מער ווי אים, און ער האט באקומען דאפלט כוחות מער פון אליהו הנביא, אליהו הנביא האט געמאכט זעקס ניסים, און אלישע האט געמאכט צוועלעף ניסים.

רבי צבי הירש מרימאנוב - נאך פון די וואס מיר ווייסן אז זיי זענען געווען משמשים בקודש, און שפעטער אליינ'ס געווארן רבי'ס, איז הרה"ק רבי צבי הירש מרימאנוב, וואס איז געווען קודם ר' הערש משרת, זייענדיג גבאי ביים הייליגן רימאנוב'ער, און שפעטער איז ער געווארן רבי אין רימאנוב, וכל העולם עונים אחריו מקודש.
איינמאל ווען איינע פון די צדיקים האבן געזעהן ווי דער רבי ר' הערש קערט אויס דעם פלאץ פון זיין רבי'ן פארן דאווענען, האט ער זיך אנגערופן, נישט קיין וואונדער אז ר' מענדעלע דאוונט אזעלכע שטארקע דאווענענ'ס, נאך אזא הכנה וואס דער הערש משרת גרייט אים צוה, איז דאס פארשטענדליך.

רבי ישעי' מקערעסטיר - הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר, איז אויך געווען א גבאי, ביים הייליגן ליסקא רב, ער פלעגט זיך כל ימיו אונטער'חתמ'ענען, 'הק' ישעי' ב"ר משה שהיה משמש בקודש אצל הרה"ק מליסקא', אפילו שוין זייענדיג א וועלט'ס רבי, האט ער זיך נאר אנגעקוקט ווי א 'משמש בקודש'.
רבי ישעי'לע קערעסטירער, האט געהאט דערהויבענע גבאים, און מען האט דעמאלט'ס בשעתו געזאגט, אז ס'איז אינטרעסאנט, דער רבי קען נישט לערנען (זיין כח התורה איז נישט געווען באקאנט) און ער האט גבאים גרויסע תלמידי חכמים.


ערליכע גבאים

ייטב לב - דער ייטב לב האט געהאט א גבאי ר' אשר גבאי, אויף אים האט דער ייטב לב געזאגט, אז רוב גבאים זענען אזוי ווי די ציגיינער וואס האבן א בער און דער בער טאנצט פאר זיי, און אזוי פארדינען זיי געלט, ר' אשר איז נישט אזוי, ער וועט מיר נישט מאכן פאר זיין בער.

אויף אים (דאכט זיך מיר, און אפשר האב איך א טעות מיט א צוויטן גבאי) האבן צדיקים זיך אויסגעדריקט, אז נאכן שרייבן א קוויטל ביי דעם גבאי'ן, איז מען שוין האלב'וועגס געהאלפן.
חידושי הרי"ם, גור - אין גור האט זיך אמאל געמאכט, אז א פאר'צרה'טער איד האט געווארט אריין צו גיין צום רבי'ן, אבער די טיר איז געווען פארמאכט, פון גרויס אויפברויז און אסאך צרות, האט דער איד זיך אויפגערעגט אויפן גבאי און אים שטארק באזידלט, דערמיט האט ער זיך נישט באגענוגט, נאר ער האט צוגעענדיגט מיט א קלינגעדיגע פראסק.
ווען דער חידושי הרי"ם האט געהערט די געוואלטאטן איז ער ארויס פון צימער, און אויסגעפרעגט וואס דא קומט פאר, ווען מען האט אים דערציילט, איז דער אנגעווייטאגטער איד אליינ'ס אויך צוגעגאנגען, און זיך אויסגעגאסן זיין צארן אויפן גבאי'ן, הערנ'דיג אז דער איד האט געשלאגן דעם גבאי'ן, האט דער רבי געזאגט פאר דעם איד, אז ער וועט אים נישט אויפנעמען ביז ער וועט איבערבעטן דעם גבאי'ן.

דער איד האט נישט געהאט קיין ברירה, און אין פראנט פון דעם רבי'ן, האט ער זיך אויסגעדרייט צום גבאי'ן און אים איבערגעבעטן, אבער דער גבאי האט זיך אנגערופן איך בין דיר נישט מוחל, ווען דער גבאי האט געזעהן ווי דער חידושי הרי"ם שטייט און קוקט אויף אים מיט וואונדער, האט ער זיך נאכאמאל אנגערופן מיט א העכערע שטימע, 'איך בין דיר נישט מוחל, ביז ווילאנג דער רבי זאגט דיר נישט צו א גאנצע ישועה', ווען דער חידושי הרי"ם האט דאס געהערט, האט זיך א שמייכל צושפרייט אויף זיין געזיכט, און צוגעזאגט דעם איד א ישועה.

סאטמאר רב - דער סאטמאר רב האט אמאל געזאגט אויף זיין גבאי'ן ר' פייבוש אשכנזי, אז די וועלט זאגט א ווערטל, אז דריי מענטשן קענען נישט זיין קיין חסידים, א ירושלימ'ער, א גבאי, און א קרוב משפחה, אבער ר' פייבוש האט דאס אלעס אפגעפרעגט, זייענדיג א ירושלימ'ער א קרוב פון רבי'ן, און א גבאי, און דאך א געטרייער חסיד.

טבי עבדו של רבן גמליאל - מען קען נישט אויסלאזן פון די ערליכע גבאים, אזא ערליכן גבאי, טראץ וואס ער איז געווען א עבד כנעני, אבער דאך ווערט ער דערמאנט לשבח פולע מאל אין די גמרא, (על אף ס'דא אן אריכות, צו טבי איז איין מענטש, אדער אלע קנעכט האבן געהייסן טבי, אזוי ווי די קעניגן פון מצרים האבן אלע געהייסן פרעה).
פול מאל ברענגט די גמרא ארויס זיין געטריישאפט צו זיין רבי'ן רבן גמליאל, אזש מיט זיין פטירה האט רבן גמליאל זיך נישט געקענט טרייסטן


רבי'ס באדינען זייערע גבאים

אביי - די גמרא דערציילט אויף אביי, אז ער האט געהאט צוויי משמשים וואס פלעגן אים באגלייטן אין מקוה, איינמאל האט זיך געמאכט, אז די גבאים זענען אריין געפאלן אין וואסער, און אביי האט זיי געגעבן א הייב אויף, האט מען אים געפרעגט, רבי, אז איר זענט אזא בעל כוח, פארוואס דארפט איר האבן גבאים, האט אביי געענטפערט, אז ער געבט אכטונג זיינע כוחות אויף די עלטערע יארן.

ראפשיצער רב - דער הייליגער ראפשיצער רב האט געהאט אסאך גבאים, פארשטייט זיך ער פלעגט נעמען דייקא נישט קיין קלוגע גבאים, און זיי פלעגן אים באדינען.
סוף ימיו האט דער ראפשיצער רב אפגעזאגט כמעט אלע גבאים, און געבליבן נאר מיט געציילטע, האט מען אים געפרעגט, פארוואס פונקט יעצט ווען ער איז שוואכער, זאגט ער אפ אלע גבאים, האט דער ראפשיצער רב געענטפערט מיט א שמייכל, וואס זאל איך טון, איך בין שוין עלטער, און איך האב שוין נישט קיין כוח צו באדינען אזוי פיל גבאים.


שווערע גבאים

גיחזי - דאס ערשטע מאל וואס מיר טרעפן א גבאי, א טראבל מעיקער, איז געווען דער באקאנטער גיחזי, אזש חסידים פלעגן זאגן, אז יעדער אלישע האט א גיחזי, כלומר אז יעדער צדיק האט זיין גבאי דער גיחזי וואס מאכט פראבלעמען.

גימפל, בלאזוב - דער בלאזוב'ער רב, האט געהאט א גבאי מיט'ן נאמען 'גימפל' ער פלעגט אויסגעטיילט צרות צרורות פאר יעדן וואס איז נאר געקומען אין בארירונג מיט אים, ער פלעגט שרעקליך מבזה זיין די זקני החסידים, און דערצו פלעגט ער ממש איינטיילן פארן רבי'ן וואס צו טון.

די חסידים האבן זיך געוואונדערט דערויף, אז דער בלאזוב'ער רב האט קיינמאל גארנישט געזאגט דערוועגן, און אים נישט פרובירט אפשטעלן, נאך מער פון דעם, דער בלאזוב'ער רב
האט איבערגעגעבן אלע רעכטן פאר גימפלען, זאגנ'דיג אז ער וועט טון אלעס וואס גימפל באפעלט.

אמאל ווען ס'איז געווען ממש אומ'דערטרעגליך זענען אפאר פון די זקני החסידים אריין צום בלאזוב'ער רב און געפרעגט, ילמדינו רבינו, וואס איז פשט פון האלטן אזא גימפל ביי זיך אין הויף, און דערצו אז דער רבי געבט אים איבער אלע רעכטן און פאלגט אים אלעס אויס, האט זיי דער רבי געפרעגט, וואס שטערט אייך אז איך לעב נאך, און האט זיי מסביר געווען, אז זיינע זיידעס און געשוויסטער לבית דינוב האבן נישט מאריך ימים געווען ליידער, דעריבער האט ער זיך גענומען דעם גימפל, וואס זאל זיין ווי זיין בעל הבית, אלץ א סגולה פאר אריכות ימים.

דער בלאזוב'ער רב האט טאקע לאנג מאריך ימים געווען, און נפטר געווארן אין א טיפן עלטער.

נאך זיין פטירה, האט זיך דער גימפל אוועק געצויגן אין א אנדער שטאט, און נהפך לאיש אחר לגמרי, ווערנדיג א דערהויבענער חסיד'ישער איד.

רוזינער הויף - דער הייליגער טשערנבלער, רבי מרדכי מטשערנאביל, האט איבערגעלאזט אכט זין, הרה"ק רבי אהרן טשערנאבילער, הרה"ק רבי משה מקראסטשוב, הרה"ק רבי יעקב ישראל מטשערקאס, הרה"ק רבי מנחם נחום ממקארוב, הרה"ק רבי אברהם מטריסק, הרה"ק רבי דוד מטאלנא, הרה"ק רבי יצחק מסקווירא, און הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא, נאך זיין הסתלקות זענען זיי אלע געפארן קיין רוזין, צו מקבל זיין סמיכה פון דעם הייליגן רוזינער, פארן אננעמען דאס כתר האדמורו"ת, ווי ס'איז געווען איינגעפירט, אז מען ווערט נישט אליינ'ס רבי, נאר מען גייט קודם נעמען סמיכה פון עלטערע רבי'ס.

דארט איז געווען א גבאי, וועמען עס האט זייער נישט געשמעק, אז אכט יונגעלייט ווילן ווערן רבי'ס, האט ער זיי אנגעשריגן, היתכן יונגעלייט האבן די חוצפה און ווילן זיין רבי'ס, און ער האט זיי נישט אריין געלאזט צום רוזינער, נאך דריי טעג וואס זיי האבן געזעהן אז זי קענען אויף קיין שום פאל נישט אריין גיין צום רוזינער, זענען זיי יעדער אהיים געפארן צו זייער פלאץ, און אנגעהויבן פירן באדמורו"ת.

א שטיק צייט דערויף איז דער הייליגער טריסקער מגיד געקומען צו פארן צום רוזינער, דאס מאל איז ער געקומען צו פארן מיט אפאר גבאים און א שיינע צאל חסידים, ווען דער גבאי האט אים געזעהן קומען מיט אזא ברייטן פארנעם, האט ער אים נישט געקענט אפהאלטן פון אריין גיין, און בעל כרחו איז דער טריסקער מגיד אריין צום רוזינער.
ווען דער רוזינער האט אים געזעהן, האט ער אים געפרעגט, וואס איז דאס אז מען ווערט רבי, אן צו קומען פון פארדעם מקבל סמיכה זיין, האט זיך דער טריסקער מגיד פארענטפערט און געזאגט, מיר זענען אלע אכט ברודער דא געווען, און געוואלט אריין גיין צום רבי'ן, נאר דער גבאי האט אונז אפגעהאלטן, ביז מיר האבן שוין נישט געקענט מער אויסווארטן און מיר זענען אהיים געפארן.

ווען דער רוזינער האט דאס געהערט איז ער געווארן ווייס ווי קאלעך, און אריין גערופן די זקני החסידים, ווען זיי זענען אריין געקומען, האט זיי דער רוזינער דערציילט וואס דא איז פארגעקומען, און זיי געפרעגט וואס זיי זאגן איבער דעם גבאי'ן, צו מען דארף אים אפזאגן.
פארשטייט זיך אז די זקני החסידים האבן גלייך צוגעשטומט אז אזא איינער קען מער נישט זיין גבאי, און מען דארף אים אפזאגן, האט זיי דער רוזינער געפרעגט, וועמען שלאגט איר פאר צו נעמען אלץ גבאי אנשטאט אים, האבן זיי אנגעוויזן אויף א חסיד'ישער דערהויבענער איד וואס איז געזעצן אין ביהמ"ד און געלערנט, זאגנדיג אז ער וואלט מן הסתם געווען זייער צוגעפאסט צו דעם.

דא האט זיך דער טריסקער מגיד אנגערופן צו די זקני החסידים, און געפרעגט, איך קען אייך עפעס פרעגן? נאכן באקומען זייער צושטימונג, האט ער זיי געפרעגט, איר געדענקט ווי אזוי דער יעצטיגער גבאי האט אויסגעקוקט פאר ער איז געווארן גבאי, זיכער - האבן זיי געענטפערט - ער איז געווען זייער א דערהויבענער חסיד'ישער יונגערמאן, און געזעצן און געלערנט ממש טאג און נאכט, פרעגט זיי דער טריסקער מגיד, ער איז געווען שוואכער פון דעם יונגערמאן וואס איר שלאגט יעצט פאר ער זאל אים איבערנעמען, 'ניין' איז געווען זייער ענטפער, ער איז געווען אסאך מער פון דעם יונגערמאן, און בכלל נישט קיין פארגלייך צו דעם אינגערמאן, וואס איז אויך געווען זייער דערהויבן און ערליך.
האט זיך דער טריסקער מגיד אנגערופן צום רוזינער, אז מען האט שוין איינעם קאליע געמאכט, וואס פעלט אויס צו קאליע מאכן נאך איינעם.


מאדנע גבאים

טאהש - דער שרף פון טאהש, האט געהאט ביי זיך א גבאי וואס האט קיין סאך נישט פארשטאנען [ער פלעגט זיך קלויבן אזעלכע גבאים, וואס זאלן קיין סאך נישט פארשטיין צו אים, און יעדע שטיק צייט פלעגט ער זיי טוישן, זיי זאלן נישט אויפכאפן וואס ער באהאלט פון זיי], יעדע נאכט פון חנוכה, פלעגט דער טאהשער רבי פרעגן דעם גבאי'ן, וויפיל ליכט צינדט מען היינט, און דער גבאי האט געענפטערט נעכטן האט מען געצינדן אזויפיל, האט דער רבי ווידער געפרעגט אבער וויפיל צינדט מען היינט, און ער האט געענטפערט, מארגן צינדט מען אזוי פיל, אזוי האט דער גבאי אכטונג געגעבן נישט צו זאגן וויפיל מען צינדט היינט, מאכנ'דיג א טעות פון די ימי הספירה.

יהושע בהמה, ראפשיץ - אין ראפשיץ איז געווען א גבאי, יהושע בהמה, וואס קיין סאך האט ער נישט פארשטאנען, און טאקע דערפאר האט אים דער ראפשיצער רב געהאלטן ביי זיך.

איבער זיין אויפנאמע אלץ גבאי ווערט דערציילט, אז דער ראפשיצער רב האט זיבן יאר געזיכט א גבאי וואס זאל נישט פארשטיין צו אים, אייינמאל ביינאכט ווען דער ראפשיצער רב האט שפאצירט אין די ראפשיצער גאסן, האט ער געטראפן דעם יהושע בהמה שטיין ביי א טיר פון א געשעפט, ווען דער בחור האט באמערקט דעם ראפשיצער רב א דורך גיין, איז ער דערציטערט געווארן, און זיך אויפגעשטעלט מיט יראת הכבוד, דער ראפשיצער רב פרעגט אים, וואס זיכסטו דא אזוי שפעט ביינאכט, האט אים יהושע בהמה געענטפערט, אז דאס געזעץ פארלאנגט פון די איינוואוינער, אז יעדע נאכט זאל א צווייטער היטן אויף די געשעפטן פון שטאט, ס'זאל נישט פארקומען קיין גניבות, און די פארמעגליכע מענטשן וואס ווילן נישט שטיין ביינאכט אויף דער וואך, דעריבער דינגען זיי אים, ער זאל שטיין דארט פאר זייער'ס וועגן, און דער בחור פירט אויס, איך היט היינט נאכט אנשטאט ר' געציל, אנשטאט וועמען היט דער רב היינט נאכט?

ווען דער ראפשיצער רב האט געהערט די שאלה, האט ער פארשטאנען, אז דער בחור איז ממש געאייגענט צו זיין זיין גבאי, ער וועט דאך זיכער נישט באגרייפן וואס אלץ ס'טוט זיך אפ ביים ראפשיצער רב, און דעמאלט'ס האט ער אים אויפגענומען פאר זיין גבאי.

נאך די פטירה פון דעם ראפשיצער רב, האט ער אזוי מסיח לפי תומו, דערציילט, אז ער ווייסט נישט וואס דער עולם איז אזוי נתפעל געווארן פון רבי'ן, איך האב אליינ'ס מיטגעהאלטן ווי דער רבי טוט נאארישקייטן, און ער האט דערציילט, אז אמאל ווען ער האט באגלייט דעם רבי'ן אין טייך זיך טובל'ען, און דער רבי פלעגט בלייבן זיצן לערנען אין די וואסער, בשעת ער האלט אים די ליכט, האט זיך געמאכט אז דאס ליכטל האט זיך געהאלטן ביים פארלעשן, האט מיר דער רבי געזאגט, נעם א שטיקל אייז, און צינדט דאס אן, און וואס מיינט איר, דאס נארישקייט איז געלונגען, און דאס אייז האט געברענט ווי א ליכט ביז מען איז אנגעקומען צוריק אהיים.

אויף דעם שיעה בהמה גייט ארום א לאגענדע (און ס'דא וואס דערציילן דאס אויף א בעלזא גבאי), אז ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער האט נישט חתונה און ברענגט קינדער אויף דער וועלט, האט ער זיך אנגערופן, פארדעם דארף מען חתונה האבן? אז מען דארף האבן קינדער, גייט מען אריין צום רב, און מען בעהט קינדער, און מען ווערט געהאלפן.

אויס גאבע - דער אהבת ישראל פון ויזניץ איז אמאל געגאנגען שפאצירן אין גאס מיט'ן גבאי'ן, אינמיטן הערט ער איינעם אויסרופן 'אויסגאבע' [יענער האט פארקויפט אויסגאבע'ס צו ליינען'], האט ער זיך אנגערופן צום גבאי'ן, לאמיר שנעל אנטלויפן פון דא, יעצט שרייט ער אויס-גבאי, באלד וועט ער שרייען אויס-רבי.

נאך פול איז דא צו שרייבן איבער גבאים, וואס זענען געווען דערהויבענע אידן, און נאך פולע עפיזאדן איבער גבאים, ועוד חזון למועד בעז"ה.



[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט פארמעסט אום דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 9:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

יישר כח הפלא ופלא


ולהוסיף נופך
דער קדושת ציון מבאבוב האט געהאט א גבאי יואל.
און נישט פארגעסן פון פרץ'ל קאמינקא
ועוד חזון למעוד
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אינטרעסאנטע טאפיק. גבאים!

קלינגט מיר אין קאפ פון הייליגן צאנזער רב האט אמאל געזאגט אז אין הימל איז דא א ספעציעלע שטוהל פאר ערליכע גבאים און מען ווארט נאך מען זאל אראפנעמען די שטויב דערפון.
על "טעם וריח" אין להתווכח
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

זייער אינטרעסאנט

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

זייער אן אינטערעסאנטער נושא, און זייער גוט געשריבן.

הגם ס'איז ענדערש א ליקוט ווי אן ארטיקל.

אייוועלט פארמעסט האט געשריבן:אויף דעם שיעה בהמה גייט ארום א לאגענדע (און ס'דא וואס דערציילן דאס אויף א בעלזא גבאי), אז ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער האט נישט חתונה און ברענגט קינדער אויף דער וועלט, האט ער זיך אנגערופן, פארדעם דארף מען חתונה האבן? אז מען דארף האבן קינדער, גייט מען אריין צום רב, און מען בעהט קינדער, און מען ווערט געהאלפן.

דאס ווערט דאכצעך דערציילט אויף רבי שלום קאמינקער'ס גבאי.
אוועטאר
בן דותא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 4:32 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דותא »

זייער שיין מלקט געווען לפונדק אחד!

#דיפרענד-טאפיק
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24345
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך שיין אינטערסאנט
איך האב מורא'דיג הנאה געהאט

הגם מען קען נאך אסאך אסאך צולייגן....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זייער אינטרעסאנט און הערליך צאמגעקליבן און אראפגעלייגט...

האביך נישט געוויסט אז אייוועלט פארמאגט אזעלעכע אוצרות. יעצט איז שוין שווער אויסקלויבן דעם געווינער.

איין זאך באדערט מיר פ"וו האסטו נישט באשריבן די היינטיגע גבאים (נאך א מזל..)..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

זייער שיין
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

אינטערסאנטע און דיפערענט טאפיק.

איינגעקויפט אינטערסאנטע ידיעות!
אוועטאר
האלבע שיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 25, 2019 6:59 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלבע שיך »

הערליך שיין, זייער הנאה געהאט, באמת זייער א אינטערעסאנטע נושא,

יישר כח,
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זייער שיין און מסודר'דיג, וואלט זיך געשמאק געליינט אין סיי וועלכע היימישע אויסגאבע
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

שיין און קלאר.

לאמיר שוין צולייגן נאך א נאמען, אויף ר' רפאל גבאי -משב''ק ביים דברי חיים- קען מען א סאך שרייבן, גאר א ערליכער און תמימותדיגער גבאי געווען, ער האט פארשריבן דעם ספר דרכי חיים, פון די מערסטע מוסמך'דיגע מקורות איבער דעם דברי חיים.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

זייער שיין און אינפארמאטיוו.

לגבי דעם גחזי, האב איך שוין אמאל געברענגט וואס א אונגארישע בחור האט זיך אויסגעדריקט אויף די גבאים ביי הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע "ווי גרעסער די אלישע, ווי גרעסער די גחזי...".

ועוד שמעתי, אז דער בית ישראל מגור זי"ע, אמאהל זייענדיג בייז אויף א גבאי פון איינער פון די רבי'ס האט ער זיך אויסגעדרוקט, "יעדער גבאי האט א ניצוץ פון גחזי, און גחזי אליינס איז געווען א ניצוץ פון יענער גבאי..."

בענין פון אפזאגן גבאים אויף די עלטער, האב איך עס געהערט אויפן שינאווער רב זי"ע, וואס פלעגט אין די יונגערע יארן אנטראגן פאר יעדער וואס האט געזוכט פרנסה צו ווערן א גבאי ביי איהם.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אייוועלט פארמעסט האט געשריבן:
יהושע'לע בהמה, ראפשיץ - אין ראפשיץ איז געווען א גבאי, יהושע בהמה, וואס קיין סאך האט ער נישט פארשטאנען, און טאקע דערפאר האט אים דער ראפשיצער רב געהאלטן ביי זיך.


אין וואס טוט זיך מיט גילוי?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4183
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

הערליכע ארבעט, זייער אינטרעסאנט,
געשמאקע לייכטע שפראך.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

זייער א שיינע ליקוט פון גבאים געמאכט... ממש א שאד אז ס'איז נישט ערמעגליכט געווארן ארויס צו ברענגן און מרחיב זיין איבער זייערע מעשים און ספעציעל אלע קאמישע מעשיות פון די מאדנע גבאים ווי למשל שיעלע בהמה.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

אזא שיינע הערכה..
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א זיסע ליקוט. דאס איז ממש ממש א טיפה מן הים.
מ׳קען גיין פון מתן תורה ביז תשנ"ט....
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער שיין.
א דיפערענט נושא און זייער רייך אין תוכן.
די שרייבער האט א טאלאנט וויאזוי צו מסדר זיין און קאטעגאריזירן צואווארפענע שטיקלעך.

איך גלייב נישט וויאזוי דו האסט אויסגעלאזט דעם צאנזע רב'ס גבאי ר' רפאל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
נישט קיין רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:25 pm
לאקאציע: ביים שטענדער

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין רעדנער »

אייוועלט פארמעסט האט געשריבן:[align=center][/align]
אויף דעם שיעה בהמה גייט ארום א לאגענדע (און ס'דא וואס דערציילן דאס אויף א בעלזא גבאי), אז ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער האט נישט חתונה און ברענגט קינדער אויף דער וועלט, האט ער זיך אנגערופן, פארדעם דארף מען חתונה האבן? אז מען דארף האבן קינדער, גייט מען אריין צום רב, און מען בעהט קינדער, און מען ווערט געהאלפן.

די מעשה גייט אז ער האט געזאגט "אז מען דארף קינדער גייט מען אריין צום בעלזא רב"
לא איש דברים אנכי, ווער בין איך צו רעדן? אבער אפילו ווען איך האב געזאגט פארן מחותן אז איך גיי רעדן, האט ער אויך געפרעגט ווער ביסטו צו רעדן?! (מדברי הרב לאנגסאם אין תפיסה)
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

ס'איז מיר אינטרעסאנט דער מעשה מיט די טשערנאבילער קינדער, ווייל מ'פארציילט אויך א מעשה אז מ'איז זיך געקומען אפרעדן פארן הייליגן רוזינער אז די טשערנאבילע קינדער ווערן זיך רביס אן נעמען סמיכה האט די ריזונער געזאגט: זיי דארפן נישט קיין סמיכה, סמיכים לעד לעולם, פארוואס ווייל עשייום באמת וישר.

קען זיין איך מיש אביסל די פאקטן און ס'געווען ביי די ריזינער'ס קינדער אויב איינער קען ביטע אויסקלארן.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

טעם וריח האט געשריבן:אינטרעסאנטע טאפיק. גבאים!

קלינגט מיר אין קאפ פון הייליגן צאנזער רב האט אמאל געזאגט אז אין הימל איז דא א ספעציעלע שטוהל פאר ערליכע גבאים און מען ווארט נאך מען זאל אראפנעמען די שטויב דערפון.

די מימרא האט ער געזאגט כלפי ארענטליכע גבאים וואס זענען ממונה אויף נכסי קהל נאך וואס מהאט זיך אפגערעדט פאר עם אויפן גבאי ראוב׳לי אז ער לקחנט פונעם שיסל האט דער צאנזער רב געזאגט אין הימל אידא א שטוהל פאר אן ארענטליכע גבאי ס׳ליגט שוין אזוי ליידיג זייט דעמאלסט ווילט איר אז ער זאל זיין דער ערשטער צו זיצן דערויף?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

זייער הנאה געהאט, א אינטערסאנטע טאפיק מיט אינטערסאנטע ידיעות, געשמאק אראפגעשריבן. בלייבט נאר צו האפן אז איר וועט ממשיך זיין.

יישר כח!
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #10 - גבאים ומשמשי בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט און הערליך צאמגעקליבן און אראפגעלייגט...

האביך נישט געוויסט אז אייוועלט פארמאגט אזעלעכע אוצרות. יעצט איז שוין שווער אויסקלויבן דעם געווינער.

איין זאך באדערט מיר פ"וו האסטו נישט באשריבן די היינטיגע גבאים (נאך א מזל..)..


דאס איז פון די גרעסטע טאקאנעס דא, אז מ'רעדט ניקס קיין פאליטיק!
(שוין צופיל גערעדט...)
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”