צענזערירטע תורה טעיפס

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

צענזערירטע תורה טעיפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

איך ווייס נישט פארוואס איך עפן דעם אשכול, אבער איך בין געפעררליך אויפגערעגט, און איך מוז עס ערגעץ אויסגעבן

איך הער אין קאר תורה טעיפס, יעצט למשל האלט איך אין מסכת חגיגה, פון הרב ר' שמואל דוד פריעדמאן שליט"א, ער - צווישן אנדערע מגי"ש - לערנען פאר אזוי געשמאק אז איך קען אפי' איגנארירן א פאן קאל אינמיטן דרייווען נאר ווייל "יעצט הער איך אים אויס".

עניוועי, איך פארשטיי אז מ'צענזערירט טעיפס וואס איז אפשר נישט גוט אויפן גאס, אויב ס'איז א דרשה בענין צניעות, או בענין מומר להכעיס וכדומה

אבער א ש"ס טעיפ, ווי א מגי"ש לערנט פאר גמרא רש"י און ווארפט צוזאם נאך אסאך רייכע ידיעות, באדערט מיך פארוואס שנייד מען דערפון, א בעל תאוה גייט נישט אויסהערן ש"ס כדאי צו דערנאשן אזעלכע רייכע ידיעות.

שוין, אויסגעגעבן מיין ווייטאג. יאלא לעבודה.
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

אוי וויי ווער האט דיר אראפגעלאזט פונעם טרעדמיל??

גראדע פיל איך דיין ווייטאג :evil:
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

.....דער הייליגער אור החיים זאגט אויף א פלאץ גאר א שיין ווארט אויפן אויסדרוק פון לבן "יגר סהדותא" אז .... (דא קומט א פייף) ובלכתך בדרך טעיפ קאמפאני וויל אייך דער מאנען וכו'

ביי די טיים ער'ז פארטיג מיט די סעיניג האט שוין דער אור החיים לאנג געפארטיגט מיט'ן שיינעם ווארט.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

קענסט קויפן די ארגינעלע ביי קש"י...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

כשר גערעכט. בד"א אין טייל ערטער האט מען אפילו געלערנט מיט בחורים גאנץ ש"ס (צ.ב.ש. אין וואלאזשין), ווייל מען האט געהאלטען אז תורה ברענגט נאר קדושה.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אנעים זמירות האט געשריבן:כשר גערעכט. בד"א אין טייל ערטער האט מען אפילו געלערנט מיט בחורים גאנץ ש"ס (צ.ב.ש. אין וואלאזשין), ווייל מען האט געהאלטען אז תורה ברענגט נאר קדושה.

ועי' בעזר מקודש (להגה"ק מבוטשאטש) סי' כ"א, וואס האלט אזוי (און שרייבט אז דער מנהג איז גאר אזוי) מיט א פשטות, וכן כמדומ' איז דא א בריעף פון הגה"ק ב' חת"ס (אין ס' איגרות סופרים אפשר?) וואס שרייבט אזוי בפשטות [בענין פארוואס מען זאל נישט איבער טייטשן ש"ס אויף דייטש].
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

ראחמיסטריווקא - סקווירא האט מען נישט געלערנט מיט בחורים גאנץ ש"ס
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

מיין רבי (נישט קיין חילוק וועלכע) האט אמאל פארהערט בחורים האט ער געפרעגט א שאלה פון גמרא וואס מ'לערנט נישט, האט דער בחור געזאגט א פאלשע פשט, האט די רבי געפרעגט ווער האט דיר געזאגט די פשט האט ער געזאגט אז די מגיד שיעור, האט ער געלאזט רופן די מגיד שיעור און געגעבן א פסוק היתכן די לערנסט פאלש פשט ווילסט נישט לערן נישט, אבער לערן נישט פאלש פשט.
yield the right of way
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:כשר גערעכט. בד"א אין טייל ערטער האט מען אפילו געלערנט מיט בחורים גאנץ ש"ס (צ.ב.ש. אין וואלאזשין), ווייל מען האט געהאלטען אז תורה ברענגט נאר קדושה.

ועי' בעזר מקודש (להגה"ק מבוטשאטש) סי' כ"א, וואס האלט אזוי (און שרייבט אז דער מנהג איז גאר אזוי) מיט א פשטות, וכן כמדומ' איז דא א בריעף פון הגה"ק ב' חת"ס (אין ס' איגרות סופרים אפשר?) וואס שרייבט אזוי בפשטות [בענין פארוואס מען זאל נישט איבער טייטשן ש"ס אויף דייטש].

געטראפן
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

מענין לענין קוקטס אריין דא אין שערי תשובה בשם שו"ת בית אפרים בענין קריאת מסכת ביצה און אויכט דא ודי בזה
yield the right of way
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:כשר גערעכט. בד"א אין טייל ערטער האט מען אפילו געלערנט מיט בחורים גאנץ ש"ס (צ.ב.ש. אין וואלאזשין), ווייל מען האט געהאלטען אז תורה ברענגט נאר קדושה.

ועי' בעזר מקודש (להגה"ק מבוטשאטש) סי' כ"א, וואס האלט אזוי (און שרייבט אז דער מנהג איז גאר אזוי) מיט א פשטות, וכן כמדומ' איז דא א בריעף פון הגה"ק ב' חת"ס (אין ס' איגרות סופרים אפשר?) וואס שרייבט אזוי בפשטות [בענין פארוואס מען זאל נישט איבער טייטשן ש"ס אויף דייטש].

געטראפן

במחכ"ת, מכתב זה לא נכתב ע"י מרן החת"ס, אלא נשלחה אליו בתורת שאלה, יעו"ש. אגב, בנידון זה כתב שם הכותב הנכבד [ראה אודותיו שם בהערה ב'] בתו"ד, "מה יאמרו בגוים שאנחנו לומדים עם בחורים כתובות וקדושין ונדה, וכי נאמר להם צדיקים ילכו בם וכו' ובראתי עצה"ר בראתי תבלין וכו', הלא האומה"ע אינם מאמינים בזה כאמור". - ולא באתי אלא להעיר.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

פליגל האט געשריבן:.....דער הייליגער אור החיים זאגט אויף א פלאץ גאר א שיין ווארט אויפן אויסדרוק פון לבן "יגר סהדותא" אז .... (דא קומט א פייף) ובלכתך בדרך טעיפ קאמפאני וויל אייך דער מאנען וכו'

ביי די טיים ער'ז פארטיג מיט די סעיניג האט שוין דער אור החיים לאנג געפארטיגט מיט'ן שיינעם ווארט.

:lol: גוטע צייטן געווען אמאל
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

yield האט געשריבן:מיין רבי (נישט קיין חילוק וועלכע) האט אמאל פארהערט בחורים האט ער געפרעגט א שאלה פון גמרא וואס מ'לערנט נישט, האט דער בחור געזאגט א פאלשע פשט, האט די רבי געפרעגט ווער האט דיר געזאגט די פשט האט ער געזאגט אז די מגיד שיעור, האט ער געלאזט רופן די מגיד שיעור און געגעבן א פסוק היתכן די לערנסט פאלש פשט ווילסט נישט לערן נישט, אבער לערן נישט פאלש פשט.

איך האב טאקע אזוי געהאט עטליכע מגי"ש וואס האבן פאר געלערנט פאלטש פשט ווען ס'געקומען צו געוויסע חלקים ש"ס און שו"ע, שפעטער ווען איך בין עלטער געווארן און כ'האב עס נאכאמאל געלערנט און איך האב פארשטאנען דעם ריכטיגן פשט, האט מיר עס טאקע געבאדערט. איך האב געשפירט כאילו מ'האט מיר אויסגענארט, אלעס איבער אפאר שטיקלעך גמרא און שולחן ערוך.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”