הלכות לשון הרע באידיש

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

הלכות לשון הרע באידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ברשות כל הקהל הקודש, מיר האבן דעם כבוד אהערצושטעלן א גאר נאבעלע ארבעט וואס איז צוגעשטעלט געווארן מתחלה ספעציעל פאר די אמ"ג אידן [וואס האבן געווענליך נישט קיין אנדערע וועג מיטצוהאלטן די שיעורים פון דא, ולהאיר מעט מן האור שדוחה הרבה מן החושך האט זיך ארויסגעשטעלט דאס גרויס צופרידנהייט ביים ציבור וואס האבן דאס מיטגעהאלטן מיט א דערקוויקעניש] און יעצט וועט עס געברענגט ווערן צום ברייטן ציבור חברינו היקרים וואס געפונען זיך דא.

דאס איז "הלכות לשון הרע" פונעם חפץ חיים בעארבעט און ערקלערט אויף מאמע לשון אין א רייכע און צוגענגליכע שפראך דורך אחד המיוחד, ה"ה איש יקר ונעים הליכות ואינו מחזיק טיבותא לנפשי' וכו' המכונה אויף אמ"ג בשם פסח שני, זאל אים דער זכות מגין זיין מיט די ברכה וואס חכמינו ז"ל האבן געוואונטשן פאר איינעם וואס איז א מזכה את הרבים.

מיר האפן מיטן אויבערשטנס הילף ארויפצולייגן יעדע טאג צוויי בערך, א חלק הלכה און א חלק התעוררות אזוי ווי דער חפץ חיים האט געמאכט א ספר אויף הלכות און א ספר אויף התעוררות בהענין.
מיר וועלן פרובירן אויף וויפיל ס'איז אונז שייך זיך צו האלטן מיטן סדר, אויב מאכט זיך א פארשפעטיגונג בעטן מיר אנטשולדיגונג למפרע.

ווי אויך דארפן מיר מודיע זיין אז דער ארבעט איז נאכנישט פארטיג, אבער עס האלט שוין גענוג טיעף אינמיטן צו קענען אנהייבן און צו לייגן פאר א שיינע פאר וואכן, אלזא, ווילן מיר בעטן דעם אייבערשטן זאל געבן כח און מח פאר אונזער חבר ר' פסח צו קענען ענדיגן די הערליכע ארבעט. אמן

יעצט גיבן מיר איבער דעם ווארט פארן מגיד שיעור ר' פסח נ"י:


---------
הערות און קאמענטארן דא.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום ד' פרשת יתרו תשע"ד - הקדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

די הלכות פון לשון הרע ורכילות ומוציא שם רע, זענען אזוי ווי אלע אנדערע סוגיות אין ש"ס – צעשפרייט איבער גאנץ ש"ס, פון דעסטוועגן איז די עיקר סוגיא אין מס' ערכין דף ט"ז.

אין רמב"ם איז עס אין הלכות דעות, אין שערי תשובה אין שער ג', און צום לעצט אין מג"א או"ח סי' קנ"ו.

דער חפץ חיים זעענדיג ווי די הלכות זענען אזוי צעווארפן, האט פארשטאנען אז דאס איז א גרויסע סבה פארוואס דער עולם קען נישט די הלכות, און פארשטיי זיך פארדעם איז מען נישט נזהר אין דעם, האט ער זיך ארויפגעשארט די ארבל, און צוזאמגעקליבן אויף אן אויסטערלישן סדר אלע הלכות ארום די סוגיא.

דער ספר חפץ חיים איז צוזאמגעשטעלט פון עטליכע חלקים:

פתיחה – דא צענעמט ער אלע עשה'ס אדער לא תעשה'ס וואס א מענטש קען עובר זיין ווען ער רעדט לשון הרע. דער חלק איז באמת א ספר פאר זיך, און א שאד ער האט דאס נישט געמאכט אויף אלע תרי"ג מצוות, אזא קלארע ליקוט, ממש א מחי'!

מקור חיים – דאס איז די הלכות, וואס איז אסור און וואס איז מותר.

באר מים חיים – דא האט ער מבאר געווען באריכות יעדע הלכה וואס איז די מקור הדברים. הערליך שיין און קלאר. און אסאך מאל היפש לומדות אריינגעמישט.

שמירת הלשון – דאס איז באמת א ספר פאר זיך, שטארקע מוסר און התעוררות אויף די ענין פון שמירת הלשון.

---------
הערות און קאמענטארן דא.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום ה' פרשת יתרו תשע"ד - שיעור א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:
רעדן שלעכטס אויף א צווייטע איד איז אסור סיי אויב ס'איז אמת און סיי אויב ס'איז שקר. סיי אויב יענער הערט ווי מ'זאגט עס סיי אויב יענער הערט נישט.

דער רמב"ם מאכט אבער פארשידענע חילוקים אין די נעמען:

לשון הרע – מיינט רעדן שלעכטס אויף א איד, אן אמת'ע זאך.

מוציא שם רע – מיינט רעדן שלעכטס אויף א איד, א זאך וואס איז נישט אמת.

רכילות – מיינט אז מ'רעדט נישט דוקא שלעכטס, נאר מ'זאגט איינעם א זאך וואס קען מאכן יענער זאל ווערן אויפגערעגט אויף דעם וועם מען בארעדט.

למשל, ראובן זאגט פאר שמעון, נעכטן האט לוי נישט געהאט וואו צו זיצן האט ער זיך געזעצט אויף דיין פלאץ.

עפעס שלעכט דערמיט? ניין. אבער שמעון איז א בייזער, און דאס קען אים אויפרעגן, דאס הייסט רכילות.

חלק ההתעוררות:
דער חפץ חיים ברענגט אין די הקדמה, אז די שטערקסטע סבה פארוואס משיח איז נאכנישט געקומען איז וועגן דער חטא פון לשה"ר. ווייל לשה"ר איז דאך געווען די סיבת החורבן, שנאת חנם, במילא ביז מ'וועט נישט פאררעכטן דעם חטא, ווי סטענד נאו טשענס.

תשעה באב איז נגזר געווארן ביי די נאכט פון די מרגלים, וואס האבן די מרגלים געטון? גערעדט לשון הרע!

משה רבינו האט זיך געוואונדערט אויף די גלות אין מצרים, ווען ער האט געזען אז דתן ואבירם האבן געסטראשעט צו זאגן פאר פרעה, וואס דאס איז לשון הרע, האט ער געזאגט "אכן נודע הדבר", זאגט רש"י "נודע לי הדבר שהייתי תמה עליו, מה חטאו ישראל מכל ע' אומות להיות נרדים בעבודת פרך? אבל רואה אני שהם ראויים לכך".

איז אוודאי אויב מ'שטארקט זיך אין דער ענין איז מען מקרב די גאולה.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

ערשב"ק פרשת יתרו תשע"ד - שיעור ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה

כאטש דער חפץ חיים האט א חשבון פון 17 לאוין וואס מ'קען עובר זיין ווען מ'רעדט לשון הרע, איז אבער נאר דא 1 לאו וואס איז "מיוחד" אויף דער איסור פון לשון הרע, דאס איז דער לאו פון "לא תלך רכיל בעמיך".
 
די טייטש פון דעם, "רכיל" איז טייטש א פעדלער, דו זאלסט נישט ארומגיין ווי א פעדלער וואס קויפט סחורה דא און פארקויפט עס אין א צווייטע פלאץ, מ'הערט א מעשה'לע דא, און מ'גייט ערגעץ אנדערש עס צו פארקויפן פאר א צווייטן.
 
דער לאו שטייט בלשון רכילות, אבער ס'איז אויך כולל לשון הרע, דאס איז א שמועס אין די ראשונים ווי אזוי.

חלק ההתעוררות

א מורא'דיגע זוהר הקדוש שטייט אין פרשת פקודי, אויבן אין הימל הערשט א שטילשווייגעניש, מלאכים ושרפים ציטערן צו רעדן א ווארט, דער אויבערשטער איז דאך דא!
 
אפילו אידן זינדיגן ח"ו, און די מלאכים המקטרגים ווילן דאס דערציילן פארן אויבערשטן, ציטערן זיי צו עפענען דאס מויל, ס'דאך נישט קיין כבוד צו רעדן אזעלכע זאכן פארן בורא כל עולמים, כ"ש צו דערציילן אידישע עבירות.
 
אבער טאמער א איד בעולם הזה עפענט זיין מויל צו רעדן לשה"ר, דאן האט ער מיט דעם געגעבן רשות פאר די מלאכים המקטרגים צו עפענען זייער מויל און דערציילן רח"ל אידישע עבירות!
 
און אז א מענטש האלט זיין מויל פארמאכט, היט ער מיט דעם אפ אז די מלאכים קענען נישט דערציילן קיין שלעכטס אויף קיין שום איד!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום א' פרשת משפטים תשע"ד - שיעור ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:
אין די תורה שטייט "לא תשא שמע שוא", דאס מיינט אז א דיין וואס גייט פסק'ענען א דין תורה טאר נישט אויסהערן איין צד אויב די צווייטע צד שטייט נישט דארט, ווייל דעמאלט קען יענער רעדן צום דיין וואס ער וויל און דער צווייטער וועט נישט קענען לייקענען.

אבער אין דער לאו איז נכלל אז מ'טאר נישט רעדן אדער מקבל זיין לשון הרע.

לא תשא שמע שוא – דו זאלסט נישט מקבל זיין לשון הרע, אזוי אויך קען מען ליינען די ווערטער "לא תשיא" דו זאלסט נישט מאכן יענעם מקבל זיין לשון הרע.

מקבל זיין מיינט אז מ'נעמט אן אז די מעשה איז ריכטיג. צי מעג מען הערן לשון הרע מיט א חשבון אז מ'גייט עס נישט גלייבן? למשל הערן א לשון הרע האטליין 'סתם פאר אינטערעסאנטקייט', דער חפץ חיים גייט שפעטער מברר זיין אז נישט.

כאטש אז דא שטייט אין פסוק "שמע שוא", וואס דאס איז משמע אז ס'נאר ביי ליגנט, איז עס אבער אויך ביי אמת. איי פארוואס הייסט עס שמע שוא? זאגט דער יד הקטנה, ווייל יעדע זאך וואס איז נישט "הייליג" איז אויטאמאטיש "שוא", ווייל עס קומט ממקור השקר.

חלק ההתעוררות:
וויפיל מאל מאכט זיך אז א איד איז מתפלל, ער דאוונט און דאוונט, און ער פילט אז זיינע תפלות ווערן נישט אנגענומען?

שטייט אין זוה"ק פרשת פקודי, ווען א מענטש רעדט דברים אסורים, ווערט אין הימל באשאפן א רוח רעה וואס ווערט אנגערופן "סכסוכא", דער רוח רעה'ס תפקיד איז, אז שפעטער ווען דער מענטש גייט רעדן הייליגע ווערטער, תורה אדער תפלה, נעמט ער די שלעכטע ריח פון די פריערדיגע דיבורים אסורים, און פארשמירט די דברי תורה ותפלה וואס דער איד זאגט שפעטער, רח"ל.

א וואונדער אז פארשמירטע תפלות ווערן נישט אנגענומען??...

אבער ווען א איד שטארקט זיך און האלט זיך איין פון רעדן דיבורים אסורים, גיבט דאס פארשטייט זיך א כח פאר זיינע תפלות און דברי תורה זיי זאלן עולה זיין למעלה אן קיין שטער.

(הוספה, אפילו טאמער ער האלט שוין נאכן רעדן דברים אסורים, זאל ער זיך נישט צוריק האלטן פון דאוונען אדער לערנען ח"ו, נאר ער קען שנעל תשובה טון, כמובן).
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום ב' משפטים תשע"ד - שיעור ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:
אין פרשת כי תצא שטייט א לאו, "השמר בנגע הצרעת לשמור מאוד", דער פשוט'ע פשט פון דער לאו איז, אז טאמער ס'מאכט זיך פאר איינעם ח"ו א נגע, טאר ער דאס נישט אפשניידן אדער אוועקנעמען, נאר גיין ווייזן פארן כהן.

אבער דער רמב"ן און אנדערע ראשונים זאגן אז אין דעם לאו איז נכלל אז מ'דארף זיך היטן מ'זאל נישט באקומען קיין נגע, דאס מיינט מ'זאל נישט עובר זיין אויף די עבירה וואס ברענגט נגעים. וואס איז די עבירה? ווייסט דאך יעדער איינער, דאס איז לשון הרע ורכילות.

דער וואס רעדט לשון הרע איז זיכער עובר אויף די עבירה, אבער אויב דער מקבל איז אויך עובר בלייבט דער חפץ חיים מיט א צריך עיון.

חלק ההתעוררות:
מיר ווייסן פון כמה מאמרי חז"ל אז אויף דעם עון פון לשה"ר באקומט מען דעם עונש פון נגעים.

ביי טומאת נגעים זעט מען אז די תורה האט גאר שטארק מחמיר געווען, מער ווי אלע טומאות, אפילו טומאת מת און טומאת נדה וזיבה, ווייל נאר ביי א מצורע שטייט "בדד ישב מחוץ למחנה מושבו".

ברויך מען פארשטיין, פארוואס טאקע האט די תורה אזוי מחמיר געווען און געזאגט אז דער מצורע מוז זיצן אליין?

נאר דיבור איז א זאך וואס איז א געוואוינהייט פון א מענטש, און ס'שווער זיך צו אפגעוואוינען דערפון, און מ'קען רעדן און דורך דעם אנמאכן גרויסע חורבנות, מחלוקת צווישן חברים, שלום בית'ער און נאך און נאך.

פארדעם האט די תורה געהייסן "בדד ישב", זיץ אליין אביסל, קודם זאלסטע פילן וואס מיינט זיין אפגעטיילט פון נאנטע. חוץ פון דעם אויב וועסטו נישט זיין פארנומען מיט מענטשן, וועסטו האבן צייט צו מאכן א חשבון הנפש, און זיך פארבעסערן אין דעם ענין.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום ג' משפטים תשע"ד - שיעור ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:
אין די תורה הק' שטייט "לפני עור לא תתן מכשול", דאס מיינט אז מ'טאר נישט אונטערשטעלן א שטרויכלונג פאר א מענטש ער זאל געשטרויכלט ווערן אין דעם.

אין די גמרא טרעפט מען אז אין דעם איז נכלל אז מ'טאר נישט מכשיל זיין א מענטש מיט אן עבירה. קומט אויס אז דער וואס הערט אדער רעדט לשון הרע, וויבאלד סיי דער רעדנער און סיי דער צוהערער זענען עובר אויף לשון הרע, איז יעדער איינער פון זיי אויך עובר אויף דעם לאו פון "לפני עור לא תתן מכשול", ווייל ער איז דאך מכשיל דעם אנדערן מיט הערן/רעדן לשון הרע.

טאמער איינער רעדט לשון הרע פאר א קופקע מענטשן, דעמאלט איז ער עובר אסאך מאל אויף לפני עור, אבער טאמער איינער שטעלט זיך צו צו א קופקע אויסהערן לשון הרע, דעמאלט ווענד זיך, אויב האט ער אנגעהויבן אדער גורם געווען יענער זאל אנהייבן רעדן, דאן איז ער אויך עובר אויף לפני עור, טאמער יענער וואלט סייווי גערעדט צו די אנדערע דעמאלט אפשר איז ער נישט עובר אויף דעם לאו פון לפני עור, (אבער אויף די אנדערע לאוין יא).

חלק ההתעוררות:
מיר ווייסן אז א מענטש וואס עס פעלט אים ל"ע אן אבר, אדער א חוש ארבעט אים נישט געהעריג, איז א בעל מום, ער איז א רחמנות. אבער טאמער טרעפט מען איינער וואס איז ל"ע טויב און שטום, ער ווערט אנגערופן א חרש און איז פטור מכל המצוות, ווייל דער מום איז אזוי גרויס אז ער איז נישט ערגער ווי א שוטה רח"ל.

מיר ווייסן אז יעדע אבר גשמי איז נאר א דוגמא פון די איברים רוחניים, אויב א מענטש איז עובר אויף איינע פון די רמ"ח מצוות עשה אדער שס"ה ל"ת, איז ער פוגם אין די אבר אדער גיד וואס איז מרומז קעגן יענע עשה אדער ל"ת.

טאמער איינער רעדט לשון הרע, פארשטייט זיך אז ער הערט אויך, איז ער פוגם אין זיין דיבור און אין זיין שמיעה, קומט אויס אויף יענע וועלט וועט ער זיין ל"ע טויב און שטום, ווי אזוי וועט ער קענען האבן א חלק אין עולם הבא?

אבער טאמער מ'היט זיך וועט מען האבן א זיס לעכטיג חלק אין גן עדן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום ד' פרשת משפטים תשע"ד - שיעור ו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:
איינער פון די מוני המצוות, פון די גדולי הראשונים, דער סמ"ג, שרייבט אין די הקדמה פון זיין ספר אז ווען ער האט געענדיגט אפשרייבן אלע תרי"ג מצוות האט ער געזען א מחזה (אין מהדורה שני' האט ער געטוישט די ווארט "מחזה" צו "חלום"), אז דער עיקר מצוה פון די תרי"ג מצוות האט ער אויסגעלאזט.
 
ער איז אויפגעשטאנען אינדערפרי פארציטערט, ער איז נאכאמאל איבערגעגאנגען די גאנצע תורה צו זוכן וואס ער האט אויסגעלאזט, און ער האט געטראפן אז ער האט אויסגעלאזט די עבירה פון "גאוה"!! ס'שטייט אין פסוק פרשת ואתחנן "השמר לך פן תשכח את ה' אלקיך", און די גמרא זאגט אז דאס איז אן אזהרה נישט צו זיין א גס הרוח וואס דאן פארגעסט מען אויטאמאטיש פונעם רבונו של עולם.
 
האט ער נאכאמאל איבערגעמאכט די חשבון המצוות און אריינגערעכנט די עבירה פון גאוה אלס איינע פון די תרי"ג מצוות.
 
זאגט דער חפץ חיים, אז ווען מען רעדט לשון הרע איז מען עובר אויף די עבירה פון "השמר לך פן תשכח את ה' אלקיך", ווייל אויב וואלט ער זיך נישט געהאלטן גרעסער פון יענעם וואלט ער דאך נישט גערעדט אויף אים לשה"ר.


חלק ההתעוררות:
 
דער חפץ חיים שרייבט, איך האב מיך מתבונן געווען, יעדע איד וויל דאך באמת מקיים זיין תורה ומצוות בשלימות, דאן וואס איז פשט אז די עבירה פון לשון הרע איז אזוי הפקר ביי מענטשן?
 
נאר נאכן אריינקלערן דערין, האט ער געזען אז ס'איז דא עטליכע גורמים פאר דעם:
 
1 – מענטשן ווייסן נישט וואס גייט אריין אין גדר פון לשה"ר און וואס נישט.
די עצה צו דעם איז לערנען די הלכות.
 
2 – מענטשן וואס קענען אביסל הל' לשה"ר, רעדן זיך אבער איין געוויסע היתרים מער ווי ס'איז.
די עצה אויף דעם איז אויך לערנען טיפער אביסל הל' לשה"ר.
 
3 – מענטשן ווייסן נישט דער חומר האיסור.
די עצה אויף דעם איז לערנען דברי מוסר והתעוררות אויף דעם ענין.
 
(נאך פארשידענע סיבות וועלן נאכפאלגן).
 
פארדעם האט ער מחבר געווען זיינע ספרים "חפץ חיים" אויף הלכה, און "שמירת הלשון" אויף מוסר והתעוררות.


הוספה:
 
ביים פריערדיגן שיעור איז דערמאנט געווארן דער ענין פון רעדן לשון הרע בכנופיא, אין א קופקע.
 
אין צוואת רבי אליעזר הגדול וואס ער האט געשריבן צו זיין זון, שרייבט ער: "מיין קינד, זיי געווארנט נישט צו שטיין צווישן א חבורה פון עוברי עבירה, ווייל אין הימל [קוקט מען נישט צי ער האט געטון די עבירה צי נישט, נאר] אלע וואס שטייען דארט ווערן פארשריבן אלס אנשי רשע".
 
פארשטייט זיך אויב מ'היט זיך דערפון ווערט מען געראטעוועט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום ה' פרשת משפטים תשע"ד - שיעור ז'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:

"חילול ה'"

אין די תורה הק' פרשת אמור שטייט "ולא תחללו את שם קדשי", מען טאר נישט פארשוועכן דעם אויבערשטן'ס נאמען.

וואס מיינט חילול השם?
דער רמב"ם גיבט אויף דעם דריי הגדרות:

1 – אויב איינער שווערט ח"ו פאלש מיטן אויבערשטן'ס נאמען, אדער זאגט עס ארויס לבטלה. (נישט נוגע צו אונזער ענין).

2 – אויב איינער איז עובר אן עבירה, וואס ער האט נישט פון דעם קיין שום הנאה גשמית, הייסט דאס חילול השם, ווייל פארוואס זאל ער עובר זיין אויף די עבירה אויב האט ער נישט הנאה דערפון? אלא מאי אז ער טוט עס להכעיס, אויפצורעגן דעם רבוש"ע, דאס הייסט חילול השם.

די גמרא אין תענית דף ח' זאגט אז בעלי לשון הרע האבן נישט קיין שום הנאה גשמית פון די עבירה, אויב אזוי קומט אויס אז ווען איינער רעדט לשון הרע, הייסט דאס אן עבירה להכעיס, און ער איז עובר אויף חילול השם.

3 – אויב א חשוב'ער איד וואס מענטשן קוקן ארויף אויף אים טוט א זאך וואס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן, און סתם מענטשן לערנען זיך אפ פון אים, "הרי הוא מחלל את השם, ששם שמים נעשה "חולין" על ידו".

קומט אויס אז ווען א איד וואס איז א פערזענליכקייט רעדט לשון הרע, איז ער נאך מער עובר אויף חילול השם, ווייל מענטשן זאגן פלוני שלמד תורה כמה מקולקלים מעשיו ח"ו.

באמת וואלט דאס געפאדערט אן אריכות, אבער מיר זענען דא מקצר צו זיין.

חלק ההתעוררות:
אז א איד א שומר תורה ומצוות זיצט און עסט, אויב קומט איינער צו אים און זאגט אים אז דאס עסן האט אן ערנסטע חשש טריפות, וועט דער איד פארשטייט זיך גלייך אראפלייגן דאס עסן און מער נישט אריין נעמען אין מויל.

פרעגט דער חפץ חיים, דאן וואס איז פשט אז ווען א מענטש רעדט לשון הרע, און איינער קומט צו און איז אים מעורר אז מ'טאר נישט רעדן לשון הרע, נישט נאר ער הערט נישט אויף רעדן, נאר ער הייבט גאר אן צו גיסן פּעך און שוועבל, "דו ווייסט וואספארא רשע ער איז! מ'מעג אויף אים רעדן הונדערט פראצענט!", און ווי מער מ'פראבירט אים אפשטעלן פון רעדן, אלץ מער וועט יענער רעדן און רעדן, "ס'נישט קיין לשון הרע יעדער איינער ווייסט עס". וכדו'.

וואס איז פשט?

נאר וואס דען, ס'מוז זיין אז דער עבירה פון לשון הרע איז "הפקר" בעיני אדם, און מענטשן זענען מזלזל דערין.

שטייט אין ספר יראים, אז דער גדר פון חילול ה' איז, אויב איינער איז מזלזל אין איינע פון די ציוויים פון די תורה, און ס'אינטערעסירט אים בכלל נישט דאס אויסצופאלגן, דאס הייסט חילול ה'!! "ומקרא זה נוקב ויורד עד התהום".

קומט אויס אז ווען איינער היט זיך פון רעדן, איז ער מקדש שם שמים.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

ערשב"ק פרשת משפטים תשע"ד - שיעור ח'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לא תשנא את אחיך בלבבך


 חלק ההלכה:
שטייט אין רמב"ם אין הל' דעות, ווען א איד איז אויפגערעגט אויף אן אנדערע איד, און ער שרייט אים אן, אדער ער אפילו ער שלאגט אים, איז ער עובר אויף כמה איסורים, אבער נישט אויפ'ן לאו פון לא תשנא, ווייל דער איסור איז נאר "בלבבך", ווען מ'האלט עס אין הארץ. די תורה האט גע'אסר'ט צו זיין מיט איינעם אחד בפה ואחד בלב, ווייל יענער וועט מיינען אז דו ביסט זיין גוטע פריינט, און דערווייל ...
 
קומט אויס, אז ווען איינער ווייזט ארויס זיין שנאה האט עס א חסרון אז די שנאה איז זייער גרויס, אבער פון די צווייטע זייט איז עס א מעלה ווייל יענער ווייסט זיך צו היטן פון אים.
 
זאגט דער חפץ חיים, אז ווען איינער רעדט לשון הרע אויף א צווייטן און זאגט אָן פאר די צוהערער אז מ'זאל יענעם נישט איבערזאגן וואס דו האלטסט פון אים, איז ער עובר אויף דעם לאו גאר שטארק, ווייל סיי די שנאה איז אזוי גרויס אז ער האט עס שוין אויסגעגאסן פון זיך, און סיי ס'איז בלבבך, ווייל יענער ווייסט נישט דערפון.
 
(פתיחה לאוין ז')

חלק ההתעוררות:
 
דער יצר הרע טענה'ט צום מענטש, דו גייסט זיך אנהייבן היטן פון לשון הרע? ס'דאך נישט מעגליך! דו האנדלסט מיט מענטשן אגאנצן טאג, דו מוזט רעדן, און הלכות לשון הרע איז דאך אן א עק, ווי אזוי גייסטו דאס קענען באווייזן? ס'וועט זיכער נישט אנהאלטן מער ווי א טאג צוויי.
 
זאגט דער חפץ חיים לאמיר זאגן ביסט גערעכט, ס'וועט טאקע נישט אנהאלטן מער ווי א טאג צוויי, נו, איז נישט כדאי פאר א טאג צוויי צו זיין אפגעהיטן?
 
לאמיר רעדן ביזנעס, אויב א מענטש האט א געשעפט וואס ער דארף גארנישט משקיע זיין, און פאר צוויי דריי טעג קען ער פארדינען גאר אסאך, וועט ער נישט איינגיין דערויף? אודאי יא! אויב אזוי איז דאך שמירת הלשון נישט אנדערש.
 
שטייט דאך פון גר"א בשם המדרש "על כל 'רגע ורגע' שאדם חוסם פיו זוכה בשבילו לאור הגנוז שאין כל מלאך וברי' יכולין לשער". לוינט זיך דאך צו ארבעטן דערויף אפילו פאר צוויי דריי טעג.
 
כ"ש אז ס'נישט אמת אז ס'איז נאר פאר צוויי דריי טעג, ווי מבואר אין די קומענדיגע טעג אי"ה.
 
(שמירת הלשון, הקדמה)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום א' פרשת תרומה תשע"ד - שיעור ט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לא תקום ולא תטור

חלק ההלכה:
אין פרשת קדושים שטייט, טאמער איינער האט איינעם מצער געווען, למשל ער האט אים נישט געוואלט בארגן געלט וכדו', טאר דער צווייטער נישט "אפהיטן די שנאה" אין זיין הארץ, און אוודאי און אוודאי נישט נקמה נעמען.

קומט אויס אז ווען ראובן האט בא'עוול'ט שמעון, און שמעון מאכט א חשבון 'איך וועל אים נאך צוריקצאלן פאר דעם', איז ער עובר אויף לא תטור. דערנאך ווען ער בארעדט אים, איז ער עובר אויף לא תקום.

אין באמ"ח (די ביאור אויף די הלכות אין חפ"ח) איז דא דא אן אריכות פונקטליך ווען מ'איז עובר און ווען מ'איז נישט עובר.

בקיצור, אויב האט דער ערשטער בא'עוול'ט מיט געלט זאכן, איז דא אן איסור פון לא תקום ולא תטור. אויב איז עס געווען בגוף אדער בכבוד, דאן להלכה איז א מחלוקת הראשונים צי ס'איז אסור אדער נישט, וספיקא דאורייתא לחומרא, אבער א גרויסע ענין איז עס זיכער כמ"ש המעביר על מדותיו מעבירין לו על כל פשעיו.

אויב איז ער געגאנגען צו בי"ד מיט זיין לשון הרע'לע איינער אליין, אן א צווייטע עד, האט ער אויך עובר געווען אויף "לא יקום עד אחד באיש".

אויב דורך זיין לשון הרע איז ער מחזיק במחלוקת, איז ער אויך עובר אויף "לא תהי' כקרח ועדתו", וואס דאס מיינט – לויט אסאך ראשונים – אז טאמער מ'איז מחזיק במחלוקת (מ'העלפט ארויס א מחלוקת) איז מען עובר אויף א לאו דאורייתא.

(חפץ חיים לאוין ח', ט', י', י"ב)

ועושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל.

חלק ההתעוררות:
אזוי ווי מ'האט געשריבן וועגן לא תקום ולא תטור, איז כדאי אראפצוברענגען דער לשון פון הייליגן חינוך אויף די לאוין (פרשת קדושים רמ"א).

"משרשי המצוה, שידע האדם ויתן אל לבו, כי כל אשר יקרהו מטוב עד רע, הוא סבה שתבוא אליו מאת השי"ת, ומיד האדם ומיד איש אחיו לא תהי' דבר בלתי רצונו ב"ה. ע"כ כשיצערהו או יכאיבהו אדם, ידע בנפשו כי עוונותיו גרמו, והשי"ת גזר עליו בכך. ולא ישית מחשבותיו לנקום ממנו, כי הוא אינו סבת רעתו, כי העוון הוא המסבב. וכמ"ש דהמע"ה 'הניחו לו ויקלל כי אמר לו ה'', תלה הענין בחטאו ולא בשמעי בן גרא".

מורא'דיג!!

פון ווען א מענטש איז געבוירן ביז צום היינטיגן טאג, האט נאך קיינמאל נישט פאסירט אז "עמיצער" זאל אים אנטון א צער אדער ווייטאג!! נאר דער אויבערשטער טוט דאס אים אפצומעקן זיינע עבירות.

אויב אזוי וואסערע פנים טראגט צוריקצוצאלן פאר איינעם וואס האט אים קיינמאל גארנישט געטון?...

ס'כדאי צו חזר'ן די ווערטער פון הייליגן חינוך זיך צו שפּאָרן אסאך אסאך עגמת נפש און אומזיסטע מחלוקת.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום ב' תרומה תשע"ד - שיעור י'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:

לא תהי' אחרי רבים לרעות


אויב שטעלט מען זיך צו צו א קופקע פון לשון הרע, איז מען עובר אויף א לאו פון 'לא תהי' אחרי רבים לרעות', וואס דאס מיינט אז מ'טאר זיך נישט צושטעלן צו א חבורה וואס טוען שלעכטס.

חוץ פון דעם האבן מיר שוין דערמאנט וואס דער תנא רבי אליעזר הגדול שרייבט אין זיין צוואה אז איינער וואס שטייט אין א חבורה וואס טוט שלעכטס, כאטש ער נעמט נישט פאקטיש א טייל דערין, ווערט אבער אין הימל פארשריבן יעדער איינער וואס שטייט דארט אלס חבורת אנשי רשע.

לא תונו, מלבין פני חבירו


אויב שטייען דריי מענטשן, ראובן שמעון און לוי, און ראובן רעדט לשון הרע אויף שמעון, איז ער עובר אויף דער לאו פון 'לא תונו איש את עמיתו', דאס מיינט מען טאר נישט מצער זיין אדער וויי טון א צווייטן איד. און ווען מ'רעדט לשון הרע אויף איינעם פארנט פון זיין פנים טוט דאס אים וויי.

דער חינוך (בהר, מצוה של"ח) איז שטארק מאריך אין די חומר הדברים, געבויעט אויף די גמ' אין בבא מציעא נח: און שרייבט אז אפילו ברמיזה זאל מען אכטונג געבן נישט וויי צו טון יענעם ווייל דער עונש איז גאר הארב. "אבל אין לוקין עליו לפי שאין בו מעשה, וכמה מלקיות מבלי רצועה של עגל יש ביד האדון המצוה ע״ז ית׳ ויתעלה!".

טאמער איז דאס געווען ברבים, און יענער איז פארשעמט געווארן דערפון, דאן האט ער עובר געווען אויף דעם איסור 'ולא תשא עליו חטא', דאס מיינט מ'טאר נישט יענעם פארשעמען אפילו לדבר מצוה, כ"ש וכ"ש סתם צו פארשעמען מיט לשון הרע.

טאמער האט ער אים פארשעמט ברבים דאן שרייבן שוין חז"ל 'המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק לעוה"ב.

חלק ההתעוררות:

אויף די טענה פון דער יצה"ר אז ס'לוינט נישט אנצופאנגען צו טון אין שמירת הלשון ווייל ער וועט סייווי נישט מצליח זיין ביזן סוף.

טענה'ט דער חפץ חיים, מ'האט נאך קיינמאל נישט געזען א ביזנעסמאן וואס ארבעט שווער פאר פרנסה, זאל אים איינער טענה'ן "ר' איד, צו וואס אזוי שווער ארבעטן? וועסטו דען אויסוואקסן די עושר פון שטאט? רעדסטו דיך איין אז דו וועסט ווערן א מיליאנער?", קיינמאל וועט מען אזוינס נישט הערן, פארוואס, ווייל יעדער פארשטייט אז אפילו מ'ווערט נישט א מיליאנער דארף מען נאך אלץ פארדינען וויפיל מ'קען זיך מפרנס צו זיין.

דאס זעלבע איז ביי שמירת הלשון, לאמיר שוין זאגן אז מ'וועט טאקע נישט צוקומען צו די גרעסטע מדריגה פון שמירת הלשון, זאל מען פארדעם בכלל נישט אנהייבן? כאטש דאס ביסל וואס מ'וועט זיך יא קענען היטן וועט אויך אויפטון.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום ג' תרומה תשע"ד - שיעור י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

[סאררי פאר די שפעטינגונג].

חלק ההלכה:

טאמער איז די לשון הרע געווען אויף א יתום ואלמנה, און זיי זענען געווארן בצער דורך דעם, איז ער אויך עובר אויף "כל אלמנה ויתום לא תענון".

גאר אסאך מאל איז מען אויך עובר אויף דעם איסור פון "ולא תחניפו", מ'טאר נישט חנפ'ענען.

ווען איינער ווייסט אז ראובן האט עפעס א חשבון מיט שמעון, און ער וויל געפעלן פאר ראובן, גייט ער צו ראובן און דערציילט אים לשה"ר אויף שמעון, נאר מיטן ציל אים צו געפעלן, דאס איז חנופה און ס'איז אסור, און מ'איז אפילו מחוייב אריינצוגיין אין א סכנה און נישט חנפ'ענען רשעים.

דאס זעלבע איז טאמער ראובן קומט צו צי אים און דערציילט אים לשון הרע אויף שמעון, און ער הערט אים נאר אויס ווייל ער וויל חנפ'ענען ראובן, איז ער עובר אויף דעם לאו.

---
טאמער איז ער געווארן בכעס, און בשעת'ן דערציילן האט ער יענעם געשאלטן מיט א שם, איז ער אויך עובר אויף "ולא תקלל".

בזה נשלם הפתיחה חלק הלאוין.


חלק ההתעוררות:

דער טענה וואס דער יצר הרע טענה'ט אז ס'איז נישט מעגליך זיך צו היטן ווייל מ'האט דאך צו טון מיט מענטשן, און מ'רעדט מיט מענטשן, און מ'קען נישט אגאנצע צייט אכטונג געבן וואס מ'רעדט.

טענה'ט צוריק דער חפץ חיים אז דאס איז בכלל נישט ריכטיג.

אמת, סתם א מענטש כאפט בכלל נישט אז ער רעדט בכלל, און אוודאי נישט אז יעצט רעדט ער לשון הרע. אבער דאס איז נאר ווילאנג ער הייבט נישט אן צוצולייגן קאפ, איינמאל ער לייגט צו קאפ, אפילו נאר אביסל, וועט ער פלוצלינג באמערקן מער און מער, וואס ער רעדט, אזוי ארום וועט דאס אים פארגרינגערן דאס היטן די מויל און נישט רעדן זאכן וואס די תוה"ק לאזט נישט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום ד' תרומה תשע"ד - שיעור י"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:

אין תוה"ק שטייט "זכור את אשר עשה ה"א למרים", דאס הייסט מיר האבן א חיוב, א מצות עשה צו געדענקען די עונש וואס מרים הנביאה האט באקומען פארן רעדן לשון הרע אויף משה רבינו.

פאר די וואס ווייסן נישט, די מעשה מיט מרים איז געווען, ווען משה רבינו האט נאך מתן תורה זיך פורש געווען פון צפורה, האט צפורה זיך אויסגערעדט פאר מרים, מרים הנביאה האט געזאגט פאר אהרן "צו דען איז משה גרעסער ווי אברהם יצחק ויעקב אז ער איז זיך פורש אינגאנצן?", אויף דעם האט דער אויבערשטער געענטפערט "לא כן עבדי משה, פה אל פה אדבר בו וגו'", אז משה דארף זיין גרייט אלעמאל צו דבר ה'.

זאגט דער רמב"ם, מה דאך מרים הנביאה, וואס זי האט זיך מוסר נפש געווען צו ראטעווען משה רבינו, און זי איז געווען זיין עלטערע שוועסטער וואס האט אים גאר שטארק ליב געהאט, און סך הכל איז איר לשון הרע געווען אז זי האט געזאגט אז ער נישט גרעסער פון די אבות, קיינער חוץ אהרן האט נישט געהערט, משה רבינו האט נישט מקפיד געווען, פון דעסטוועגן האט זי באקומען אזא עונש, כ"ש וכ"ש אויב איינער טוט עפעס ערגער פון דעם וועט ער ח"ו באקומען א הארבע עונש.

פארדעם האט די תוה"ק געהייסן דאס געדענקען.

(חפץ חיים עשין א', ובאמ"ח שם)


חלק ההתעוררות:

דער פסוק זאגט מי האיש החפץ חיים אוהב ימים לראות טוב, דער מענטש וואס וויל לעבן אין עולם הבא, און דער מענטש וואס וויל האבן גוטע טעג אויף די וועלט, איז די עצה נצור לשונך מרע ושפתיך מדבר מרמה.

דארף מען פארשטיין פארוואס איז דאס די וויכטיגסטע זאך?

נאר אז מ'טראכט אריין אז לשון הרע איז אן עבירה וואס איז כולל אין זיך אסאך עבירות בין אדם לחבירו, ווי אויסגערעכנט אין די פתיחה צו חפץ חיים, פארשטייט מען אז דאס איז דער יסוד צו היטן די מצוות בין אדם לחבירו. ווייל אויב א מענטש גיט אכטונג נישט וויי צו טון א צווייטן אפילו בדיבור, כ"ש וכ"ש אז ער וועט אכטונג געבן נישט יענעם וויי צו טון במעשה.

אבער ס'דא מער אין דעם, די וועלט האט 4 יסודות, אש מים רוח עפר, מיר זעען אז די רוחניות'דיגע כוחות זענען שטערקער ווי די גשמיות'דיגע, פייער קען פארברענען שטארקע זאכן, רוח-ווינטן קענען צוברעכן גאר שטארקע זאכן.

דאס זעלבע איז ביים מענטש, דער כח הדיבור איז שטערקער ווי דער כח המעשה. שאקלן לולב און אתרוג איז גאר חשוב, ביקור חולים און צדקה זענען גאר גאר חשוב, אבער ותלמוד תורה כנגד כולם, ס'קומט גארנישט צו צו איין ווארט תוה"ק!!

און דאס זעלבע מיט לשה"ר, עבירות זענען א שלעכטע זאך און ס'שאדט פארן מענטשן'ס נפש און נשמה, אבער וואס איין דיבור שלא כהוגן קען חרוב מאכן, דאס איז סאך סאך ערגער.

און אויב מ'היט זיך ווערט מען נתעלה זייער הויך.

(שמירת הלשון, שעה"ז פרק א')
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום ה' פרשת תרומה תשע"ד - שיעור י"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:

יעדער מענטש האט חסרונות.

יעדער מענטש "ווייסט" אז ער האט חסרונות.

די חסרונות פון מענטשן זענען "אביסל" באקאנט פאר זיינע באקאנטע, נישט אזוי?

דיין שכן נעבן דיר קען א משהו פון דיינע חסרונות, אבער וויפיל ער קען עס, קענסטו עס פיל מער פון אים.

יעצט וואס איז א מענטשן'ס רעאקציע ווען זיינס א באקאנטער דערציילט פאר א צווייטן זיינע חסרונות? זייער נישט גוט!

איי פארוואס? ער זאגט דאך אמת?! ער זאגט דאך נאר א משהו פון דיינע חסרונות וואס דו האסט באמת, ער זאגט נישט אלע?!

אבער יעדער איינער האט זיך גאר שטארק ליב, און ער וויל נישט בשום אופן אז א צווייטער זאל רעדן פון זיינע חסרונות. פינטל.

נאך מער, אפילו טאמער יענער דערציילט עס יא פאר איינעם, וואלט מען זייער שטארק געהאפט אז דער צווייטער זאל עס נישט אננעמען, און נישט מקבל זיין.

פארוואס? ס'דאך אמת?!

אבער די אהבה וואס א מענטש האט צו זיך זעלבסט איז גובר אויף אלעמען!! און בשום אופן וויל ער נישט זיינע חסרונות זאלן נתפרסם ווערן.

זאגט די תוה"ק: "ואהבת לרעך כמוך", האב ליב דיין חבר פונקט ווי דו האסט זיך אליין ליב!!

אויב דו האסט נישט ליב ווען מ'רעדט פון דיר שלעכטס, טו עס אויך נישט פאר א צווייטן איד. און א מענטש וואס רעדט לשון הרע אויף א צווייטע איד איז עובר אויף דער מצות עשה פון "ואהבת לרעך כמוך".

(חפץ חיים, עשין ב')

חלק ההתעוררות:

א טאטע שיקט אוועק זיין זון אין א ישיבה אין א פרעמדע שטאט, ווארט דער טאטע צו הערן אז זיין זון געפונט זיך דארט ב"ה פיין, און אז ער האט זיך גוט איינגעארדענט, ער האט געטראפן צוויי דריי באקאנטע, וכדומה.

וואס טוט זיך אבער טאמער ער ווייסט אז דארט האט זיין זון נישט קיין איין חבר? ער קען נישט קיינעם דארט?

בלייבט אים איבער צו "האפן" און מתפלל זיין אז זיין זון זאל זיך שנעל איינארדענען און זיך מאכן באקוועם. ווייל ס'איז זייער נישט בא'טעמ'ט פאר א טאטן צו הערן אז זיין זון איז נישט באקוועם.

טאמער דער טאטע הערט נאך אז די זון איז אנגעקומען דארט און געמאכט אפאר טעותים, לאמיר זאגן ער האט נישט געוואוסט וויפיל אזייגער איז הפסקה, אדער וואו דער שיעור שטוב איז, וכדומה, און אנשטאט איינער זאל העלפן זיין זון זאל וויסן, איז גאר פארקערט, די חברים שטייען און לאכן אפ פון אים ווי ער ווייסט נישט און ווי ער מאכט גרייזן, דעמאלט איז דעם טאטן'ס צער גאר גאר גרויס, און ער וואלט געטון אלעס וואס איז אין זיין מעגליכקייט דאס אפצושטעלן און מאכן מ'זאל מקרב זיין זיין זון.

דאס זעלבע איז מיט אונזער טאטע אין הימל, ער האט דא אפאר קינדערלעך אויף דער וועלט, זיי מאכן נעבעך טעותים און טוען נארישע זאכן פון צייט צו צייט, וואס ווארט דער טאטע אין הימל?? ער ווארט איינער זאל צוגיין און מקרב זיין איידלערהייט זיינע קינדער, רעד צו אים איידל און שטיל, מאך אים פילן באקוועם.

אבער טאמער זעט ער אז ח"ו מ'שטייט און מ'שמועסט אויס ברבים יענעמס חסרונות, און מ'האט ליב אפצולאכן דערפון, ווי גרויס איז דעמאלט די צער פון אבינו שבשמים?!

פארדעם אליין דארף מען זיין גאר נזהר נישט צו בארעדן א צווייטע איד, ווייל מלא כל הארץ כבודו, און דער אויבערשטער זעט אלעס און האט פיינט ווען מ'רעדט שלעכטס אויף זיינע קינדער.

(שמירת הלשון, שער התבונה, פרק ה')
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום ערב שבת תרומה תשע"ד - שיעור י"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:

אין די תוה"ק שטייט "בצדק תשפוט עמיתך. די פשוט'ע פשט פון פסוק איז, א מצוה פאר'ן דיין אז זיין פסק אין א דין תורה זאל זיין אויסגעהאלטן בצדק וביושר.

אבער אין דער מצוה איז נכלל א מצות עשה פאר יעדן איד, אז מ'דארף דן זיין א צווייטן לכף זכות.

ס'דא אסאך פרטים אין די נושא פון דן זיין לכף זכות, ווען "מוז" מען דן זיין לכף זכות, ווען מוז מען נישט נאר ס'איז א גוטע מדה, און ווען טאר מען נישט. און אויף דעם איז דא א גאנצע כלל אין חפץ חיים שפעטער. אבער בקיצור די סך הכל פון די הלכות איז ווי פאלגנד.

אויב זעט מען א איד, וואס איז מפורסם פאר א ירא אלקים און אן ערליכער איד, וואס ער טוט א זאך וואס קוקט אויס שלא כהוגן, אפילו ס'איז שטארק נוטה אז ס'נישט געווען א גוטע פעולה, אבער ווילאנג ס'איז דא אפילו א שטיקל פתח אים דן צו זיין לכף זכות, איז מען מחויב אזוי צו טון.

אויב איז דער מענטש א דורכשניטליכער מענטש, ער היט זיך געווענליך פון עבירות, אבער פאלט אויך דורך פון צייט צו צייט, און יעצט האט ער געטון א פעולה וואס מ'קען אפטייטשן אויף צוויי וועגן (ספק השקול), דאן איז מען מחוייב אים דן צו זיין לכף זכות.

במילא איינער וואס רעדט לשון הרע אויף א צווייטן וואס גייט אריין אין די פריערדערמאנטע פעלער, איז אויך עובר אויף די מצוה פון בצדק תשפוט עמיתך.

(חפץ חיים עשין)


חלק ההתעוררות:

איינע פון די בעסטע עצות זיך צו היטן פון לשון הרע איז, זיך צוגעוואוינען יענעם דן צו זיין לכף זכות.

די גמרא אין מס' שבת (קכז:) רעכנט אויס גאר שטארקע מעשיות ווי תנאים און אמוראים האבן דן געווען לכף זכות, אפילו ביי גאר עקסטרעמע פעלער ווי דער כף חובה איז געווען שטארק איבערוויגנד, פון דעסטוועגן האבן זיי געטראפן וועגן פון אונטער די ערד וויאזוי דן צו יענעם זיין לכף זכות.

ווען מ'הערט א לשון הרע'לע אויף איינעם, איז דא פארשידענע עצות וויאזוי דן זיין לכף זכות.

קודם כל, רוב מעשה'לעך וואס מ'דערציילט פעלט גאנצעטע שטיקער פון די מעשה, און יעדער ווייסט אז אפילו א קליינע פרט קען אמאל טוישן דאס גאנצע אויסזען פון א מעשה.

דער חפץ חיים (ביי די עשה פון בצדק תשפוט עמיתך) ברענגט בשם אחד מן הראשונים, אז אסאך מאל איז א האלבע אמת ערגער ווי א גאנצע ליגנט, א משל צו דעם, אויב איינער וועט זאגן אז אין די תורה שטייט ח"ו "ועבדתם אלהים אחרים"... ער האט פשוט אויסגעלאזט די ערשטע פאר ווערטער פון "השמרו לכם פן יפתה לבבכם וסרתם"...

יעדער ווייסט, אויב זאל מען אין הימל צענעמען זיינע מצוות ומעשים טובים וואס ער טוט יעדן טאג, איז שרעקליכע צרות!! יעדער האט זיך זיינע פעקלעך מיט עבירות, און אפילו די מצוות וואס ער האט שוין יא זענען מ'קען-שוין-מיינען-וואס. און אויב א מענטש געוואוינט זיך צו, דן צו זיין א צווייטן לכף זכות, וועט מען אין הימל אים אויך דן זיין לכף זכות.

(שמירת הלשון, שער התבונה פרק ד').
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום א' פרשת תצוה תשע"ד - שיעור ט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:

אין די תוה"ק שטייט די מצוה פון "והחזקת בו", דאס מיינט מ'זאל זען צו שטיצן א איד וואס דארף אנקומען צו אונזער הילף. (לויט טייל ראשונים איז דאס א חלק פון מצות צדקה, אבער לויט טייל ראשונים איז עס א מצוה פאר זיך).

קומט אויס אויב מ'רעדט לשון הרע אויף א מענטש, און דורך דעם פארלירט יענער פרנסה, האט מען עובר געווען אויף די מצוה פון "והחזקת בו".

אין די תוה"ק שטייט "הוכח תוכיח את עמיתך", ווען מ'זעט איינער איז עובר אן עבירה איז דא א חיוב יענעם צו זאגן מוסר און אפשטעלן פון טון די עבירה.

ווען איינער הערט ווי איינער רעדט לשון הרע האט ער א חיוב יענעם אפצושטעלן און זאגן "ס'איז לשון הרע מ'טאר דאס נישט רעדן".

[הגהת הכותב: ליידער איז די מציאות ווען מ'זאגט פאר איינעם אז ס'איז לשון הרע און מ'טאר דאס נישט רעדן, הייבט יענער גלייך אן צו זאגן ס'איז נישט לשון הרע ווייל... וכו' וכו'. און ס'ווערט נאר ערגער. וועגן דעם איז די בעסטע עצה צו זאגן "איך האב נישט ליב צו בארעדן אנדערע מענטשן". דאס אלעס, אויב האסטו נישט ליב קען יענער נישט טענה'ן מיט דיר].

(חפץ חיים עשין ד', ה')

חלק ההתעוררות:

מ'לעבט היינט אין א דור פון צרות, צרות צרורות, אין לך יום שאין קללתה מרובה מחברתה. אידן זענען זיך כסדר מתבונן און קלערן אריין בשל מי הרעה הזאת? וועלכע עבירה איז גורם די אלע צרות רח"ל?

לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל.

געווען א טאטע וואס זיין זון האט זיך נישט אויפגעפירט ווי ס'דארף צו זיין, ער פלעגט קומען אין ביהמ"ד כסדר מאכן צרות פאר אנדערע. די טאטע האט דאס געוואוסט, און ער האט כסדר מוסר געזאגט פאר זיין זון, אבער דאך האט דאס נישט אוועקגענומען זיין אהבה צום קינד, און ער האט פראבירט צו פארדעקן זיין זון'ס עוולות.

אבער צוביסלעך איז געקומען א איד דערנעבן, און יעדן טאג האט ער אנגעהויבן דערציילן פארן טאטן די שלעכטע מעשים פון זיין זון, צוביסלעך האט דאס גורם געווען אז דער טאטע זאל אויפהערן ארויסווייזן די אהבה פאר זיין זון, ווייל ער מאכט דאך אים שרעקליכע בזיונות.

ווער האט גורם געווען אז די אהבה פון טאטן זאל אפגעקילט ווערן? דער דערציילער, ווייל אפילו דער טאטע האט אלעס געוואוסט, אבער ווילאנג מ'האט אים נישט געדרוקט האט ער נאך אלץ ארויסגעוויזן אהבה, אפילו דער זון האט זיך נישט אויפגעפירט גוט.

דער נמשל (נישט אינגאנצן דומה צום משל), כלל ישראל טוט אסאך מעשים וואס דער אויבערשטער האט נישט ליב, אבער פון דעסטוועגן שטייט "לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל", דער אויבערשטער כביכול קוקט נישט אויף יענע חלק נאר אויף זיין אהבה צו כלל ישראל, און פארקוקט אסאך מאל אויף די עבירות פון כלל ישראל.

אבער ווען אידן דערציילן לשון הרע איינער אויפן צווייטן, גייען די מלאכים צו כביכול און דערציילן אים די עבירות פון כלל ישראל, און דאן האט דער אויבערשטער נישט קיין ברירה כביכול נאר צו מעניש זיין די אידן אויף זייערע עבירות.

ווער האט דאס גורם געווען? דער מספר לשון הרע!

און טאמער מ'היט זיך דאס מויל, היטן די מלאכים אויך די מויל און דער אויבערשטער ווייזט ארויס זיין גרויס אהבה צו כלל ישראל וואס דאס איז בלי גבול.

(שמירת הלשון שעה"ז פ"ב)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום ב' פרשת תצוה תשע"ד - שיעור ט"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:

אין פרשת עקב און ראה איז דא די מצוה פון "ובו תדבק". דאס מיינט א מענטש זאל זיך מדבק זיין אין די שכינה הק' כביכול. פרעגט דער רמב"ם (מקורו בגמ') צי איז דען מעגליך א מענטש א בשר ודם זאל זיך מדבק זיין אין די שכינה הק'? דער אויבערשטער כביכול איז דאך אש אוכלה היא?

נאר וואס דען, די מצוה איז מ'זאל זיך מדבק זיין מיט תלמידי חכמים, זיך דרייען מיט זיי, שמועסן און פארברענגען מיט זיי, עסן מיט זיי, טון ביזנעס מיט תלמידי חכמים, און זיך משדך זיין מיט תלמידי חכמים.

קומט אויס, ווען איינער זיצט ביי שלש סעודות אדער ביי א חתונה, און ס'דא צוויי טישן, איינס מיט ערנסטע מענטשן וואס רעדן דברי תורה מיט סיפורי צדיקים, און א צווייטע מיט מענטשן וואס רעדן כל מה שלבם חפץ, און ער זעצט זיך צו צו די טיש פון די נישט ערנסטע האט ער עובר געווען אויף די מצוה פון "ובו תדבק".

אויב רעדט מען לשון הרע אויף אן עלטערן איד אדער א תלמיד חכם, בפניו, איז מען עובר אויף די מצות עשה פון "והדרת פני זקן", וואס דאס מיינט אז מ'דארף מכבד זיין עלטערע אידן און תלמידי חכמים.

אויב איז דער וועם מען בארעדט א כהן, איז ער עובר אויף די מצות עשה פון "וקדשתו" וואס מיינט אז מ'דארף מכבד זיין א כהן.

(חפץ חיים עשין, ו', ח', ט')

חלק ההתעוררות:

לעצטע מאל האבן מיר געשריבן די משל ווי איינער וואס קומט זאגן פארן טאטן אז זיין זון מאכט צרות, און דאס האט גורם געווען אז די טאטע'ס אהבה צום זון זאל אביסל נאכלאזן.

יעצט לאמיר אריינקלערן נאך אביסל, דאס איז אלץ אפילו אויף אן אופן וואס דער דערציילער מיינט עס לתועלת, ער וויל באמת אז די טאטע זאל קעיר נעמען פון זיין צואווילדעוועטע זון. וואס טוט זיך טאמער דער דערציילער מיינט גארנישט דאס, ער איז בכלל נישט אינטערעסירט אז די טאטע זאל אבאכט געבן אויף זיינע קינדער, ער וויל פשוט און פראסט רעדן שלעכטס אויף דאס קינד וואס מאכט צרות, ער מיינט גארנישט לתועלת, וואס איז דעם טאטנ'ס רעאקציע צו אזא איינעם?? אוודאי און אוודאי ווערט דער טאטע גאר שטארק פארווייטאגט אויף דעם דערציילער, דער טאטע קלערט צו זיך, ווייס איך דען נישט די חסרונות פון מיין זון? פארוואס זאל ער מאכן אז יעדער זאל דערפון רעדן סתם אזוי? וואס האט ער דערפון?

דאס זעלבע – זאגט דער חפץ חיים – איז מיט לשון הרע, ווען א מענטש בארעדט א צווייטן איד, האט ער דאך נישט פון דעם קיין שום תועלת, וואס זאל כביכול דער בורא עולם פילן? כביכול ווערט דאך גאר שטארק פארווייטאגט פון דעם!! כביכול דער אויבערשטער באקומט א שנאה אויף דעם מספר וואס דערציילט די שלעכטס אויפן אויבערשטען'ס קינד.

(הגהת הכותב: אט בערך די שארפע לשונות, וואס כ'האב געשריבן און געמעקט, און נאכדעם איבערגעשריבן, זענען געשריבן געווארן דורך נישט קיין צווייטער ווי דער אוהב ישראל מרן החפץ חיים, דער צדיק וקדוש וואס האט תמיד ממליץ טוב געווען אויף כלל ישראל און נאר געשטרעבט פאר זייער גוטס, און אויף דעם סמך האב איך דאס נאכגעשריבן).

זאל זיך א מענטש מתבונן זיין, אז מ'וועט קומען צו אים פון הימל און זאגן, "ס'דא יעצט א גרויסע קטרוג אויף פלוני, מ'וויל אים ערלעדיגן איינמאל פאר אלעמאל, ס'דא א שטיקל ספק צו זאל ער פארלירן זיין גאנצע פארמעגן אויף אייביג, אדער זאל ער רח"ל פארברענט ווערן, אדער אפשר קראנק ווערן פאר א גוטע פאר יאר ה"י, אפשר קענסטו קומען זאגן וואס דו ווייסט מ'זאל אים קענען געבן זיין פארדינטן עונש?"...

ס'כאפט א ציטער נאר צו טראכטן אזוי!! וועלכער איד, אפילו דער שוואכסטער איד, וואלט דען געגאנגען עדות זאגן ביי אזא זאך??? ווער וואלט געוואלט נעמען אויף זיינע פלייצעס א צווייטן איד'ס צרות רח"ל???

זאל יעדער איד זיך מתבונן זיין, אז אט דאס פאסירט ווען ער רעדט לשון הרע רח"ל, ער גיבט א כח פאר די מלאכי חבלה צו גיין מקטרג זיין און דורך דעם קומט רח"ל אראפ צרות אויף אידישע קינדער.

פארדעם זאגט דוד המלך, מי האיש החפץ חיים אוהב ימים לראות טוב, אויב וויל מען אנכאפן א הנהגה וואס זאל אים פירן אויפן גלייכן וועג, זאל ער וויסן אז ביים אויבערשטן איז גאר שטארק וויכטיג דאס ענין פון "נצור לשונך מרע ושפתיך מדבר מרמה".

און דורך דעם וואס מ'היט זיך איז מען משפיע אסאך גוטע השפעות אויף אידישע קינדער.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום ג' פרשת תצוה תשע"ד - שיעור י"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:

אין די תוה"ק שטייט "ומקדשי תוראי", מ'זאל זיך אויפפירן מיט א מורא השכינה ווען מ'איז אין ביהמ"ק.

לויט די ראשונים גייט אן די מצוה מדאורייתא אויך בזמן הזה ווען מיר האבן נישט קיין ביהמ"ק, דארף מען זיף אויפפירן מיט א מורא אין א מקדש מעט, דאס מיינט א בית הכנסת און א ביהמ"ד.

אין א ביהמ"ד איז דא היתרים צו עסן און טרינקען פאר תלמידי חכמים, אדער טאמער מ'האט עס געבויעט מתחילה על תנאי זה. אבער צו רעדן דברי שחוק והיתול וקלות ראש, לשה"ר ורכילות, אויף דעם איז נישטא קיין שום היתר, און קיין שום תנאי העלפט נישט אויף דעם. און טאמער רעדט מען ח"ו לשה"ר אין ביהמ"ד איז מען עובר אויף די מצוה פון ומקדשי תיראו.

אויב רעדט ער לשון הרע אויף זיין טאטע אדער מאמע, איז ער אויך עובר אויף "כבד את אביך ואת אמך". (מחלוקת אם דוקא בפניהם או לא, וספיקא דאורייתא לחומרא).

אזוי אויך טאמער רעדט ער אויף זיין עלטערע ברודער איז ער אויך עובר אויף דעם לאו מ'לערנט עס ארויס פון "ואת". (מחלוקת אם דוקא הגדול שבאחין).

אזוי אויך אויב רעדט מען אויף זיין טאטן'ס צווייטע ווייב, אדער זיין מאמע'ס צווייטע מאן איז מען עובר אויף דעם לאו (ויש פרטי דינים בזה).


חלק ההתעוררות:

ליגט אן עלטערע איד על ערש דוי, ער שעפשעט די ווערטער פון וידוי מיט די לעצטע כוחות, אט אט גייט ער פון די וועלט. ער מאכט זיך א שנעלע חשבון הנפש, און יא, ער האט וואס צו זאגן פארן בי"ד של מעלה, ער האט עטליכע מאל געענדיגט ש"ס, ער האט ב"ה נישט עובר געווען אויף קיין געפערליכע עבירות, און ער האט אסאך מצוות ומעש"ט געטון. אין הכי נמי ס'דא קלייניגקייטן וואס ער האט עובר געווען, אבער נישקשה, מ'האט שוין געהערט אזוינס.

זיין נשמה קומט ארויף פארן בי"ד של מעלה גאנץ רואיג. פלוצלינג זעט ער ווי ס'קומען צו פליען שווארצע חברה פון אלע זייטן!! שרעקליך!! דער איז א געפערליכער עבריין!! ער האט עובר געווען אויף די הארבסטע עבירות ממש!!

די נשמה שטייט פארגליווערט פאר שרעק!! וואס גייט דא פאר?? איז דאס אן עולם האמת אדער נישט??

מ'הייבט אן אויסצופאקן געפערליכע עבירות איינס נאכן אנדערן, און די נשמה שטייט אן לשון, זי קען נישט פארשטיין וואס דא גייט פאר?!

ער דרייט זיך אויס און פרעגט "ווי איז די ש"ס וואס כ'האב געלערנט אזויפיל מאל אין מיין לעבן"??, דער תירוץ קומט גלייך "מיר טרעפן נישט קיין איין מאל ש"ס אויך נישט!!".

צום סוף מאכט מען אים קלאר, ווען א מענטש רעדט לשון הרע אויף א צווייטן, דאן מאכט ער מיט יענעם א טויש, ער גיבט יענעם אוועק זיינע מצוות, און באקומט יענעמ'ס עבירות, די אלע עבירות וואס דו זעסט, דאס זענען די עבירות פון די מענטשן וואס דו האסט בארעדט, און מ'האט דאס צוגעשריבן צו דיין חשבון. דיינע מצוות ווידער זענען אריבער צו זיי...

פארדעם זאגט דוד המלך מי האיש החפץ חיים – דער מענטש וואס וויל בלייבן מיט זיין לעבן פון די נשמה אויף יענע וועלט, מוז ער זען אכטונג געבן אז נצור לשונך מרע, ווייל נאר אזוי וועט עס בלייבן ביי אים און ער וועט עס נישט פארלירן.

(שמירת השלון שעה"ז פ"ג)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום ד' פרשת תצוה תשע"ד - שיעור י"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:

"את ה' אלקיך תירא"

מורא האבן פארן אויבערשטן.

ווען ס'מאכט זיך פאר א מענטש א נסיון עובר צו זיין אויף דעם אויבערשטענ'ס רצון, איז דא א חיוב אויף דעם מענטש אויפצואוועקן זיין גייסט, און זיך דערמאנען אז דער בורא כביכול זעט אלעס, און איז מעניש יעדן איינעם אויף זיינע שלעכטע מעשים, און דורך די התבוננות וועט ער זיך אפהאלטן פון טון די עבירה.

קומט אויס אז ווען איינער טוט אן עבירה, און ער האט זיך נישט דערמאנט יראת הבורא איז ער עובר אויף די מצוה פון "את ה' אלקיך תירא". (זהו פשוטו של מקרא לפי הראשונים, ויש עוד פירושים על זה לארכה ולרחבה)

אויך איז דא א מצוה פון "והלכת בדרכיו", דאס מיינט נאכמאכן די מדות טובות פון הקב"ה כביכול. מה הוא רחום אף אתה הי' רחום.

די גמרא זאגט (סנהדרין יא) אז דער אויבערשטער האט פיינט לשון הרע אפילו ווען ס'איז א גרויסע צורך, אויך זאגט די גמרא (סוטה מב) אז איינע פון די פיר כתות וואס וועלן נישט מקבל זיין פני השכינה לעתיד לבא זענען די כת מספרי לשון הרע.

און אויב איינער רעדט יא לשון הרע, טוט ער דאך פארקערט פון דעם אויבערשטן'ס הנהגה, איז ער עובר אויף די מצוה פון "והלכת בדרכיו".


חלק ההתעוררות:

דוד המלך איז מדייק בלשונו מי ה"איש" החפץ חיים, ווייל דער מענטש איז מער פון די בהמה מיט די איינע זאך אז ער קען רעדן, און טאמער רעדט ער וואס מ'טאר נישט, דאן איז ער ערגער פון א בהמה וואס קען בכלל נישט רעדן.

די עבירה פון לשון עבירה איז אזוי אזוי הארב אזוי ווי די דריי האבסטע עבירות עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכת דמים (ערכין ט"ו).

לשון הרע איז גורם אז מענטשן זאלן רח"ל גע'הרג'עט ווערן (שם).

אסאך מאל האבן די אידן אין מדבר דערצערנט דעם אויבערשטן, צען מאל, אבער דער עיקר גזר דין פון "במדבר הזה יתמו ושם ימותו" איז געקומען אויף די עבירה פון לשון הרע (שם).

אין די צייטן פון אחאב האבן אידן געדינט עבודה זרה גאר אסאך, פון דעסטוועגן האבן זיי געוואונען אלע מלחמות, פארוואס? ווייל ס'איז נישט געווען ביי זיי דער חטא פון לשה"ר, ווידער בימי שאול, אפילו מ'האט ווייניגער געדינט עבו"ז אבער וויבאלד ס'געווען די חטא פון לשה"ר האט מען פארלוירן די מלחמה. (ירושלמי פאה פ"א)

עי' כ"ז במדרש בפרשתינו פ"י

לשה"ר האט גורם געווען צו חורבן בית שני (גיטין נ"ו)

נאך איין שטיקל פון מדרש די וואכעדיגע סדרה:
דבר אחר אמר ר' מונא כל שאומר לשון הרע מסלק השכינה מלמטה למעלה, תדע לך, מה דוד אומר נפשי בתוך לבאים אשכבה להטים בני אדם שניהם חנית וחצים ולשונם חרב חדה, מה כתיב אחריו רומה על השמים אלקים וגו', אמר דוד רבונו של עולם מה השכינה עושה למטה סלק את השכינה לרקיע.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום ה' פרשת תצוה תשע"ד - שיעור י"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:

מצות תלמוד תורה


"ושננתם לבניך ודברת בם". דער פסוק לערנט אונז אז מיר זענען מחויב צו לערנען תורה אין יעדע געלעגנהייט. דער וואס ניצט נישט אויס זיין צייט צו לערנען תורה, איז עובר אויף די מצוה, און די זינד ווערט אנגערופן "ביטול תורה".

די באלוינונג פאר'ן לערנען תורה איז געוואלדיג גרויס, און עס וועגט גלייך ווי אלע מצוות אינאיינעם. יעדעס ווארט פון תורה וואס מען לערנט, ווערט גערעכנט ווי א באזונדערע מצוה (שנות אליהו פאה פ"א). דאס זעלבע איז אויך פארקערט, די זינד פון ביטול תורה איז אזוי הארב ווי אלע מצוות.

ווען עס קומט די צייט, און דער מענטש שטייט פאר'ן בית דין של מעלה, ווערט ער געפרעגט און גע'משפט אויף דעם וואס ער האט זיך נישט באשעפטיגט אין תורה. פיל מאל קען דער מענטש זיך בארעכטיגן אז ער האט נישט געלערנט תורה, ווייל ער איז געווען באשעפטיגט מיט פרנסה אדער אנדערע זאכן וואס ער האט געטון פאר א צוועק. אבער אנדערש איז ביי דעם וואס רעדט לשון הרע. אזא איינער האט נישט קיין פארענטפערונג וואס קען אים בארעכטיגן פאר'ן זיך נישט באשעפטיגן אין תורה, אין דער צייט וואס ער האט גערעדט לשון הרע. דעריבער איז פארשטענדליך, אז ווען מען רעדט ארויס א ווארט לשון הרע, ווערט מען אויך באשולדיגט מיט די זינד פון "ביטול תורה".

מדבר שקר תרחק.


דער וואס מישט אריין אין זיינע דברי לשון הרע סיי וועלכע פאלשע רייד, איז אויך עובר אויף די מצוה "מדבר שקר תרחק". די זינד פון דעם איז פיל הארבער ווי ביי געווענליכע לשון הרע און רכילות, ווייל מען איז אויך "מוציא שם רע" מען לאזט ארויס אויף יענעם א שלעכטן נאמען אויף א זאך מיט וואס יענער איז אומשולדיג.


חלק ההתעוררות:

דער מדרש זאגט: דער אויבערשטער זאגט פאר כלל ישראל, פון אלע צרות קען איך אייך ראטעווען, אבער פון לשון הרע איז די בעסטע עצה נישט צו שטיין נאנט דערצו בכלל.

משל לעשיר וואס האט געהאט א פריינד א בן כפר, און אין כפר האט זיך געדרייט א כלב שוטה (א קראנקע הונט), האט דער עושר געזאגט פאר זיין חבר, אויב האסטו בעלי חובות דארפסטו נישט זארגן איך וועל שוין קעיר נעמען דערפון, אבער פון דעם כלב שוטה זאלסטו זיך זען אויסצובאהאלטן!

הה"ד בשש צרות יצילך, ובשוט לשון תחבא. ע"כ המדרש.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום עש"ק פרשת תצוה תשע"ד - שיעור כ'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:

ארורין וואס זענען פארבונדן מיט לשון הרע:

א. ארור מכה רעהו בסתר (דברים כ"ז כד) פארשאלטן איז דער וואס שלאגט זיין פריינד באהאלטענערהייט.
חז"ל ערקלערן (ספרי, רש"י שם) אז דאס גייט ארויף אויף דער וואס רעדט לשון הרע.

דער וואס רעדט לשון הרע ברענגט צו אז דריי מענטשן זאלן געשלאגן ווערן: דער וואס רעדט, דער וואס הערט, און דער מענטש אויף וועמען מען רעדט. (ערכין ט"ו ע"ב)

ב. ארור משגה עור בדרך (דברים כז-יח) פארשאלטן איז דער וואס מאכט שטרויכלן א בלינדן אין וועג.
דאס גייט ארויף אויף א מענטש וואס מאכט שטרויכלן א צווייטן מיט זינד, אדער גיבט אים א שלעכטע באראטונג, כדי יענער זאל אדורכפאלן.

דער וואס רעדט לשון הרע מאכט שטרויכלן דעם צוהערער מיט די עבירה פון הערן לשון הרע, און דער וואס הערט לשון הרע מאכט שטרויכלן דעם דערציילער מיט די עבירה פון רעדן לשון הרע.


חלק ההתעוררות:

נעכטן האבן מיר אראפגעברענגט דעם מדרש אז א בעל לשון הרע איז דומה צו א כלב שוטה. לאמיר זען פארוואס.

די גמרא (יומא פד) גיבט עטליכע סימנים אויף א כלב שוטה: די מויל איז אים אייביג אפן, די שפייעכץ רינט פון אים כסדר, זיינע אויערן הענגען אראפ, זיין וויידל הענגט אראפ, ער גייט אין די זייט פון רשות הרבים, און ווען ער בילט קען מען אים נישט הערן.

פיו פתוח – א בעל לשון הרע טוט ממש דאס, דאס מויל איז אים כסדר אפן, און רעדט תמיד וועגן מענטשן און זאכן וואס ער זעט.

רירו נוטף – אסאך שפייעכץ קען קומען פון היץ אינעם גוף, אזוי אויך דער בעל לשון הרע וויבאלד ער איז אלעמאל פארנומען קוקן וואס מענטשן טוען, רעגט ער זיך כסדר אויף מענטשן.

רירו נוטף – נאך א פשט, וויבאלד די שפייעכץ פון דעם כלב שוטה רינט כסדר, קומט אויס אז איבעראל ווי ער איז נאר געווען לאזט ער איבער צייכנס אז ער איז דארט געווען, זיינע עקלדיגע פאר'מיאוס'טע שפייעכץ. דאס זעלבע איז דער בעל לשון הרע, ווי ער שטייט נאר אפילו א פאָר מינוט לאזט ער איבער זיינע שפירען, און בארעדערייען.

אזניו סרוחות וכו' – די אנדערע סימנים זענען, וויבאלד דער כלב שוטה וויל באפאלן ווי מער, און ער וויל נישט מ'זאל זיך אבאכט געבן פון אים, שפאצירט ער זיך אזוי אין די זייט מ'זאל אים נישט באמערקן, און ער זאל אויסזען אומשולדיג, און אזוי איז אים גרינגער צו באפאלן זיין קרבן.

דאס זעלבע איז מיט דעם בעל לשון הרע, ער מאכט זיך ווי ער איז סתם א פרידליכע מענטש, ס'אינטערעסירט אים נישט די גאנצע ארומיגע געטועכץ, און דערווייל שפיצט ער אן זיינע אויערן און אויגן ער זאל האבן באלד וואס צו פארקויפן פאר אנדערע.

אזוי אויך ווען ער רעדט זיינע לשון הרע'ס, רעדט ער ברמיזה אז מ'זאל נישט כאפן אז ער בארעדט יעצט איינעם.

בפרט די מענטשן וואס שרייבן פאשקעווילן (איינער געדענקט נאך פאר די אינטערנעט צייטן?), אויף זיי שטייט ארור מכה רעהו בסתר, און זיי זענען ממש דומה צו די כלב שוטה, און מ'דארף זיך גאר שטארק היטן פון זיי.

און אז מ'היט זיך ריכטיג ווען מען אנגערופן א "איש", מי ה"איש" החפץ חיים נצור לשונך וגו'.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום א' פרשת כי תשא תשע"ד - שיעור כ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:

ארור אשר לא יקים את דברי התורה הזאת לעשות אותם.


פארשאלטן איז דער וואס היט נישט אפ דאס וואס שטייט אין די תורה מען זאל טוהן.

דאס גייט ארויף אויף די מענטשן וועלכע די מצוות אין די תורה זענען ביי זיי הפקר און נעמען זיך נישט אונטער צו היטן אלע מצוות פון די תורה. און אפילו נאר אויף איינס פון די תרי"ג מצוות.

די וועלכע רעדן לשון הרע, און דער ענין איז ביי זיי הפקר, ווערט עס גערעכנט אזוי ווי זיי לייקענען ח"ו אפ אין די גאנצע תורה, און זייער זינד איז שרעקליך גרויס.

ארור מקלה אביו ואמו.


פארשאלטן איז דער וואס טוט גרינגשעצן זיין טאטע און זיין מאמע.

דאס גייט אויך ארויף אויף א מענטש וואס רעדט לשון הרע אויף זיינע עלטערן. די ספרים שרייבן, אז אין דעם איסור זענען אויך אריינגערעכנט צוויי ברידער וואס שלאגן זיך, און ברענגען דורכדעם צו אז די עלטערן זאלן האבן פון דעם צער.

דער "חפץ חיים" האט אויסגערעכנט די זיבעצן לאוין, פערצן עשין, און פיר ארורים וואס זענען פארבונדן מיט לשון הרע, און האט אויפגעקלערט איר הארבקייט, כדי מענטשן זאלן עס נעמען צום הארצן, זיך פארכטן פון אויבערשטן, און אכטונג געבן נישט עובר צו זיין אויף דעם שרעקליכן זינד.


חלק ההתעוררות:

מיר ווייסן אז אויף די עבירה פון לשון הרע קומט דער עונש פון נגעים.

קען זיך א מענטש טראכטן, נישט געפערליך, היינטיגע צייטן איז דאך נישט דא קיין נגעים, דארף ער נישט אזוי מורא האבן...

אבער אז מ'טראכט אריין איז פונקט פארקערט. די גאנצע תכלית פון באקומען א נגע פארן רעדן לשון הרע איז געווען דער מענטש זאל ריין ווערן פון די חטא.

בזמן שביהמ"ק הי' קיים, אויב האט דער מענטש גערעדט לשון הרע, האט אים דער אויבערשטער געשיקט א דערמאנונג, ער האט באקומען א נגע אויף זיין הויז, דאס איז געווען א רמז אז ער האט זיך צורעדט און ער דארף תשובה טון. טאמער האט ער געכאפט דעם רמז איז גוט און אז נישט האט ער באקומען א נגע אויף זיינע בגדים. טאמער האט ער נאך אלץ נישט געכאפט די מעסעדזש, דאן האט ער באקומען א נגע אויף זיין גוף.

דאס איז שוין געווען א שווערע זאך. בדד ישב מחוץ למחנה מושבו וטמא טמא יקרא. דערד כהן האט געדארפט ארויסקומען צו אים. די טהרה פראצעדור מיט די פייגלעך און דאס שפריצן.

דאס האט אויפגעטון 2 זאכן: איינס, אז ער האט תשובה געטון און מער וועט ער קיין לשון הרע נישט רעדן אזוי גרינג, אזוי אויך וועט ער איבערבעטן די אלע וואס ער האט זיי בארעדט.

צווייטנס, אז זיין נפש איז נישט געבליבן אנגעשמירט מיט דעם געפערליכן חטא, ווייל דורך די בזיונות און יסורים איז ער ריין געווארן דערפון.

משא"כ היינט אז מיר האבן נישט קיין ביהמ"ק, האבן מיר נישט די אויפטוען פון די נגעים, און די טומאה בלייבט רח"ל צוגעקלעבט צום נפש. פארדעם דארף א מענטש זיך אסאך מער היטן בזמן הזה ווי בזמן הבית.

(שמירת הלשון שער הזכירה פרק ו')
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

[השלמה ל]יום ב' כי תשא תשע"ד - שיעור כ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:

ביז היינט האבן מיר ארום גערעדט די לאוין, עשין און ארורין וואס זענען געבינדן מיט לשון הרע ורכילות. היינט הייבן מיר אן בעזה"י אקטועלע הלכות, וואס איז לשון הרע און וואס נישט, און אלע אנדערע הלכות ארום דעם.

מען טאר נישט רעדן פון די שאנד פון א צווייטן, סיי ווען די רייד וואס מען רעדט אויף אים זענען אמת, און סיי ווען זיי זענען פאלש. אויב די רייד זענען אמת, ווערן זיי גערעכנט אלס "לשון הרע". אויב די רייד זענען פאלש, רעכענען זיי זיך אלס "מוציא שם רע" און די עבירה איז נאך פיל הארבער.

עס איז זייער וויכטיג צו באטאנען, אז רעדן שלעכטע רייד אויף יענעם, אפילו ווען די רייד זענען אמת, ווערט עס גערעכנט אלס לשון הרע. מיר זענען צוגעוואוינט צו טראכטן, אז לשון הרע מיינט, אן אויסגעטראכטע פאלשע זאך אויף יענעם, אבער ווען די שלעכטס וואס מען רעדט אויף יענעם זענען אמת, מיינט מען אז מען מעג עס דערציילן. און אפילו ווען מען פרעגט דעם מענטש וואס רעדט: "פארוואס רעדסטו לשון הרע?" איז זיין ענטפער: "אבער עס איז אמת". און דא ליגט דער גרויסער גרייז. אט די אמת'ע רייד אסר'ט די תורה צו רעדן.

איינע פון די וויכטיגסטע זאכן וועלכע העלפן זיך אפצוהיטן פון רעדן לשון הרע, איז צו לערנען שטענדיג די דינים פון לשון הרע, ביז מען ווערט קלאר אין זיי. אזוי ווי א שוחט איז מחויב צו לערנען די הלכות פון שחט'ן ביז ער ווערט קלאר אין זיי, אזוי אויך דארף יעדער מענטש גוט אדורך לערנען די הלכות פון לשון הרע, ביז עס ווערט אויסגעקריצט אין זיין הארץ. וויבאלד דער מענטש באנוצט זיך מיט זיין צונג מער ווי מיט אלע אנדערע איברים איז וויכטיג צו וויסן אין יעדע צייט וואס מען מעג רעדן און וואס מען טאר נישט.

דורך איינמאל רעדן לשון הרע, קען א מענטש עובר זיין אויף פיל איסורים פון די תורה. צוזאמען זענען דא איין און דרייסיג מצוות, זיבעצן "לא תעשה" און פערצן מצוות "עשה", ווי אויך די פיר "ארורין" וועלכע מיר האבן אויבן געלערנט, וועלכע זענען אלע דירעקט אדער אומדירעקט פארבונדן מיט לשון הרע.


חלק ההתעוררות:

חז"ל דערציילן (ע"ז י"ט ע"ב) וועגן ר' אלכסנדרי וואס האט אויסגערופן אין די גאסן, ווער וויל לעבן? ווער וויל לעבן?" פיל מענטשן האבן זיך פארזאמלט ארום אים און געזאגט, "גיב אונז לעבן!" האט ר' אלכסנדרי זיי געענטפערט מיט פסוקים פון ספר תהילים "מי האיש החפץ חיים אוהב ימים לראות טוב, נצור לשונך מרע ושפתיך מדבר מרמה" ווער איז דער מענטש וואס באגערט לעבן, האט ליב די טעג צו זען אין זיי גוטס? היט אפ דיין צונג פון שלעכטס און דיינע ליפן פון רעדן פאלשקייט".

מיטן ערשטן בליק ערוועקט זיך א וואונדער אויף די ווערטער פון ר' אלכסנדרי, וועלכע נייעם געדאנק האט ר' אלכסנדרי אנטפלעקט פאר די מענטשן אין די פסוקים וועלכע זענען פאר יעדן באקאנט?

גיבט אונז דער "חפץ חיים" צו פארשטיין, אז ווען מענטשן האבן געהערט ווי ר' אלכסנדרי רופט אויס "ווער וויל לעבן?" האבן זיי געמיינט אז ער האט צו פארקויפן א נייע מעדיצין, טראפן, אדער טאבלעטן וועלכע קענען פארלענגערן א מענטשנס לעבן. אבער ר' אלכסנדרי האט עפעס אנדערש געמיינט. ער האט זיי אויפגעוויזן אז נאר א גייסטיגע (רוחניות'דיגע) זאך, האט די מעגליכקייט צו פארלענגערן א מענטשנס לעבן אויף די וועלט, ווי אויך אויף יענע וועלט. (עס איז כדאי צו דערמאנען אז דער "חפץ חיים" זצ"ל האט געלעבט נאנט צו הונדערט יאהר).

דער "חפץ חיים" ערקלערט, אז יעדער ווארט לשון הרע איז א באזונדערע עבירה פאר זיך. א גאנצער געשפרעך פון לשון הרע, איז נישט בלויז איין עבירה, נאר וויפיל ווערטער עס ווערן גערעדט, אזוי פיל עבירות ווערן באגאנגען. קומט אויס, אז א מענטש וועלכער רעדט אין איין טאג צען ווערטער לשון הרע, וועט אין פארלויף פון א יאהר, זיך אנקלייבן טויזנטער עבירות, ח"ו. אויב א מענטש איז געוואוינט צו רעדן לשון הרע, קען ער צוקומען צו רעדן הונדערטער ווערטער לשון הרע יעדן טאג. דעריבער איז נישט קיין וואונדער וואס די חכמים זאגן אונז, אז א מענטש וואס רעדט לשון הרע, פארגרעסערט זיינע עבירות ביזן הימל.

אויך דארפן מיר געדענקען, אז פון יעדע עבירה ווערט באשאפן א "קטיגור" (א מלאך וואס רעדט שלעכטס אויפן מענטש) קומט אויס אז עס זאמלט זיך אן אויף אים טויזענטער מקטרגים, עס איז זייער מעגליך זיי זאלן זיין אין זייער צאל מער ווי זיינע מצוות, און חלילה איבערוועגן זיין דין לכף חובה (צום שלעכטן זייט).

אבער פון די צווייטע זייט, דארפן מיר זיך פארשטעלן, וויפיל מצוות און זכויות א מענטש קען זיך איינקויפן דורך זיך צוריקהאלטן פון רעדן לשון הרע, יעדער טאג קען ער פארדינען נאך און נאך מצוות, און דורכדעם איבערוועגן זיך און גאנץ כלל ישראל, לכף זכות (צום גוטן) און דערצו זוכה זיין צו לאנגע יארן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

יום ג' כי תשא תשע"ד - שיעור כ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חלק ההלכה:

בעלי לשון הרע


דער וואס איז נישט פארזיכטיג מיט זיין צונג און דערציילט אמאל לשון הרע אויף א צווייטן, זינדיגט מיט א הארבע עבירה. אבער די וועלכע זענען געוואוינט שטענדיג צו רעדן שלעכטס וועגן יענעם און צו דערציילן א צווייטענס פעלערן, איז זייער זינד שרעקליך גרויס, און די הארבקייט דערפון איז אומבאגרעניצט. מיט זייער שלעכטע געוואוינהייט, ווייזן זיי אויף, אז מיט זייער אייגענעם ווילן פארשוועכן זיי און מאכן זיך אומוויסנדיג פון די מצוות פון השי"ת, און זיי ווערן אנגערופן ביי די חכמים "בעלי לשון הרע".

"בעלי לשון הרע" זענען מענטשן וועלכע זענען געוואוינט צו פארשעמען אנדערע אין יעדע צייט, ביז עס דאכט זיך זיי אז עס איז ערלויבט. מען געפינט זיי זיצן ליידיג, אפשפעטן און רעדן אין די שאנד פון אנדערע מענטשן.

אויף די סארט בעלי לשון הרע באשטימט די גמרא (ערכין ט"ו ע"ב) אז זייער זינד איז הארבער פון עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכות דמים, וועלכע זענען די הארבסטע עבירות. עס איז אזוי גרויס די עבירה פון דער וואס איז צוגעוואוינט שטענדיג צו רעדן לשון הרע, אז ער קען אויף אזא וועג פארלירן זיין חלק אין "עולם הבא" אויב ער וועט נישט תשובה טוהן (ירושלמי פאה פ"א ה"א, דף ד' ע"א)

איבערהויפט דארף מען פארזיכטיג זיין ווען מען רעדט דורך דעם טעלעפאן, ווייל אזוי איז פיל לייכטער געשטרויכלט צו ווערן. דער טעלעפאן גיבט א מעגליקייט פאר דעם מענטש צו ווערן א "בעל לשון הרע" ביי זיך אין שטוב, אן זיך צופיל אנשטרענגען. ווען מען רעדט צו יענעם דירעקט, און מען זעט אז יענער איז נישט צופרידן מיט די רייד, קען עס צוברענגען מען זאל אויפהערען צו רעדן. אבער ביים טעלעפאן איז עס נישטא. וועגן דעם, אויב איינער דערציילט דיר לשון הרע דורך דעם טעלעפאן, זאלסטו אים אויפמערקזאם מאכן אז אזעלכע רייד זענען פארבאטן. אין א פאל ווען עס איז אוממעגליך, דארף מען אויסזוכן עפעס א תירוץ אדער אן אויסרייד, "אנטשולדיגט מיר, עפעס שטערט מיר יעצט" (דער לשון הרע) און אזוי אפשטעלן דעם געשפרעך.


חלק ההתעוררות:

בעון לשון הרע נגעים באים.


וואס האט דער בעל לשון הרע געטון? ער האט געמאכט אז מאן און ווייב זאלן ווערן אפגעטיילט, חברים זאלן זיך צעטיילן. יעצט איז געקומען זיין רייע, בדד ישב מחוץ למחנה מושבו, זיץ אינדרויסן אפגעטיילט פון מענטשן, זאלסטו שפירן וואס דאס מיינט.

ווען א מצורע איז זיך מטהר דארף ער ברענגען פייגלעך, ווייל פייגלעך קוויטשקען מיטן מויל אגאנצן צייט, און גענוי דאס האט ער געטון, ער האט געקוויטשקעט מיט זיין מויל דארט ווי מ'דארף נישט.

די קשיא איז גאר גרויס, אויב איז ריכטיג אז ווען מ'רעדט לשון הרע באקומט מען צרעת, פארוואס זעט מען נישט היינטיגע צייטן צרעת?

דער פשוט'ער תירוץ אויף דעם איז, אז ס'קומט מחמת רחמנות פונעם אויבערשטן, וויבאלד אונז האבן מיר נישט קיין ביהמ"ק, און טאמער איינער באקומט א נגע, וואס די טומאה דערפון איז הארבער ווי אלע אנדערע טומאות, וועט ער זיך נישט קענען מטהר זיין, און ער וועט בלייבן טמא זיין גאנץ לעבן. פארדעם איז עס נישט דא היינטיגע צייטן.

אבער אין ספר הקנה איז דא אן אנדערע שרעקעדיגע תירוץ, דארט שטייט 'שקולה עניות כצרעת', ארימקייט איז אזוי ווי צרעת, ווייל צרעת נעמט אוועק די גאוה פונעם מענטש, און עניות נעמט אוועק די גאוה פונעם מענטש, אויב א מענטש רעדט לשון הרע היינטיגע צייטן ווען ס'איז נישט דא קיין נגעים, ווערט ער נענש מיט עניות ח"ו.

און טאמער מ'היט זיך און מ'פארמאכט זיך דאס מויל, איז מען זוכה צו עשירות.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”