הערות אויפ'ן שיעור אין ספר ה"תניא"

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

הערות אויפ'ן שיעור אין ספר ה"תניא"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

ביטע שרייבען דא אין דעם אשכול אייערע הערות צום א לייכטע און געשמאקע שיעור אין ליקוטי אמרים תניא.
וחפץ ה' בידינו יצליח.


(נ.ב. נישט איך בין דער באנוצער פונעם ניק 'האנטעך'...)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

א גרויסן ייש"כ הרב האנטעך!
(ס'וואלט געווען א גוטע זאך אויב קען איינער עס לייגן אלץ א פידיעף.)
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
glik
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך glik »

file:///C:/Users/David/Documents/%D7%9E%D7%91%D7%95%D7%90.pdf
דערווייל ביז איינער מאכט עפעס בעסער
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30694
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

glik האט געשריבן:file:///C:/Users/David/Documents/%D7%9E%D7%91%D7%95%D7%90.pdf
דערווייל ביז איינער מאכט עפעס בעסער

דו האסט עס נישט ארויפגעלייגט. עס איז סתם א לינק צו וואו עס ליגט ביי דיר אין קאמפיוטער.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

זייער שיין "האנטעך"
איך האב שוין עטליכע מאל געקלערט אנצוהייבען אזעלכע אשכולות ולא עלתה בידי

די קוקסט אויס ווי א מגיד שיעור דרייסיג יאר אין חסידות
אשריך

די הקדמה וואס די מאכסט צום לימוד והבנת ספר התניא איז לאו דוקא
וועגן דעם כדי א מענטש זאל קענען אנהייבן צו פארשטיין די מושגים וואס דער תניא רעדט, דארף ער אנפאנגען צוביסלעך צו טוישן זיין בליק צו קוקן כלליתדיג, סיי אויף כלל ישראל בדורינו

גענוג מענטשן וואס בלייבן מיט זייער פריערדיגע בליק אויף אידן פארשטייען פיין דעם הייליגען ספר, און עס איז דא וואס טוישן זייער בליק און ווערן פארקראכן אין לימוד חסידות חב"ד
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

שפכי האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ הרב האנטעך!
(ס'וואלט געווען א גוטע זאך אויב קען איינער עס לייגן אלץ א פידיעף.)

דא האט איר
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

יישר כחכם.
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזויף מתוכו »

א גרויסן יישר כח הרב האנטעך, זכות הרבים תלוי בך!
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:זייער שיין "האנטעך"
די הקדמה וואס די מאכסט צום לימוד והבנת ספר התניא איז לאו דוקא
וועגן דעם כדי א מענטש זאל קענען אנהייבן צו פארשטיין די מושגים וואס דער תניא רעדט, דארף ער אנפאנגען צוביסלעך צו טוישן זיין בליק צו קוקן כלליתדיג, סיי אויף כלל ישראל בדורינו

גענוג מענטשן וואס בלייבן מיט זייער פריערדיגע בליק אויף אידן פארשטייען פיין דעם הייליגען ספר, און עס איז דא וואס טוישן זייער בליק און ווערן פארקראכן אין לימוד חסידות חב"ד

קודם ייש"כ אויף דיין חיזוק
ביטע זיי דיך מסביר וואס דו מיינסט צו זאגען לדעתי איז די בליק די אלף פון יעדע חסידיש ספר און נישט נאר חב"ד כ'האב עס מסביר געווען לויט תניא ווייל דאס לערנען מיר יעצט.
און ווערן פארקראכן אין לימוד חסידות חב"ד

זעה דרך פיקודיך מצות ל"ת ט"ו קילורין לעינים
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=116
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

האנטוך, ער האט פארשטאנען אז דו מיינסט ארויסצוברענגען אז מען דארף טוישען די בליק איבער די אנדערע דארט אידן וואס מען איז געוואוינט, און זיי מחשיב זיין. דאס איז עפעס וואס פאר געוויסע איז זייער א האקעלע פונקט.

דאס וואס דו ברענגסט ארויס אז מען דארף קוקען אויף א "כלליות'דיגע" בילד, לעומת א "יחיד" בילד, האסטו לכאורה נישט דאס געמיינט, באט מען האט עס אזוי געקענט פארשטיין.

און אז כ'האב שוין די פעדעער אין די האנט, כ'ווייס נישט וואס און וויאזוי דו פלאנסט צו שרייבן ווייטער, אבער וויכטיג איז צו בלייבן געטריי צו די ליניע וואס וועט נישט זיין אין קעגענזאץ צו די אלגעמיינע בליק פון רוב שרייבער פון די פארום.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

איך האב געמיינט צו שרייבן אז אסאך מאל וויבאלד א מענטש ווייסט אז געוויסע דרכי עבודה זענען חשובער למשל לערנען תורה א גאנצן טאג איז כנגד כולם אאז"ו קען עס ברענגען א נישט קלארקייט אין זיין מקום עבודה ווייל ער קען פרובירן צו טאן זאכן וואס ער איז נישט מסוגל. אבער ווען א מענטש קוקט כלליותדיג און ער פארשטייט אז דער אייבערשטער דארף אלעס און אפילו במשך די דורות איז געווען אנדערע עבודות וואס מ'האט עוסק געווען כמש"כ הנועם אלימלך אז אין זיין דור איז די מצות ציצית די עיקר מצוה און דאס מיינט די גמרא אביך במאי הי' זהיר טפי. געוויסע דורות האט מען געלערנט שטארק ש"ס איז ארויסגעקומען אסאך מפרשי ש"ס אנדערע פסק אדער שו"ת זעלבע חסידות קבלה וכו' פון אלע יודען פון אלע דורות ווערט איין גרויסע בילד וואס הייסט דירה בתחתונים. ווען א מענטש פארשטייט דאס איז אים גרינגער צו טרעפן זיין מקום עבודה.

נ.ב. מיין השקפה איז ב"ה די זעלבע פון די רוב ליינער דא אין די פארום ויה"ר שלא יצא מכשול מתחת ידינו אמן
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

האנטעך האט געשריבן:איך האב געמיינט צו שרייבן אז אסאך מאל וויבאלד א מענטש ווייסט אז געוויסע דרכי עבודה זענען חשובער למשל לערנען תורה א גאנצן טאג איז כנגד כולם אאז"ו קען עס ברענגען א נישט קלארקייט אין זיין מקום עבודה ווייל ער קען פרובירן צו טאן זאכן וואס ער איז נישט מסוגל. אבער ווען א מענטש קוקט כלליותדיג און ער פארשטייט אז דער אייבערשטער דארף אלעס און אפילו במשך די דורות איז געווען אנדערע עבודות וואס מ'האט עוסק געווען כמש"כ הנועם אלימלך אז אין זיין דור איז די מצות ציצית די עיקר מצוה און דאס מיינט די גמרא אביך במאי הי' זהיר טפי. געוויסע דורות האט מען געלערנט שטארק ש"ס איז ארויסגעקומען אסאך מפרשי ש"ס אנדערע פסק אדער שו"ת זעלבע חסידות קבלה וכו' פון אלע יודען פון אלע דורות ווערט איין גרויסע בילד וואס הייסט דירה בתחתונים. ווען א מענטש פארשטייט דאס איז אים גרינגער צו טרעפן זיין מקום עבודה.

נ.ב. מיין השקפה איז ב"ה די זעלבע פון די רוב ליינער דא אין די פארום ויה"ר שלא יצא מכשול מתחת ידינו אמן

יא יא, כ'האב פארשטאנען וואס דו האסט געמיינט.

אז די השקפה איז גוט, איז פיין. זאל עס זיין מיט הצלחה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

כ'האב אביסל רענאווירט דאס וואס כ'האב געשריבן פרייטאג און די איבריגע האף איך איבער צו שרייבן בעסער מארגן בס"ד אויב איינער וויל מאכן א פידיעף אפשר זאל ער ווארטען אביסל יישר כח
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30694
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

א גרויסן יישר כח הרב האנטעך! האמיר ביז היינט נאכנישט אריינגעקוקט אינעם תניא, עס איז פשוט געווען טו מאטש פאר מיר, האף מיר אז דו וועסט דא באווייזן צו מאכן עפעס א לייט פון מיר...

איין קליינע בקשה. איך מיין אז עס וואלט כדאי געווען זיך צו האלטן ביי א תגובה/שיעור א טאג. צופיל איז גארנישט תפסת מרובה לא תפסת.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

ב"ה איך האב איבער געשריבען מיינע תגובות און איך האב גענדיגט בעז"ה וואס איך האב געוואלט שרייבן אין מבוא צו תניא. כ'האף אז ס'איז גענוג מוסבר ביטע מגיב זיין.

קנאפער ידען
א גרויסן יישר כח הרב האנטעך! האמיר ביז היינט נאכנישט אריינגעקוקט אינעם תניא, עס איז פשוט געווען טו מאטש פאר מיר, האף מיר אז דו וועסט דא באווייזן צו מאכן עפעס א לייט פון מיר...
איין קליינע בקשה. איך מיין אז עס וואלט כדאי געווען זיך צו האלטן ביי א תגובה/שיעור א טאג. צופיל איז גארנישט תפסת מרובה לא תפסת.



יישר כח קנאפער פאר די חיזוק און פאר די עדווייז. איך וועל געבן בל"נ א ריוח להתבונן פארן אנפאנג פונם שיעור על הסדר. און לעתיד וועל איך בל"נ טאקע אזוי טאן.
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

די שיעורים און PDF
אטעטשמענטס
שיעור תניא.pdf
(137.67 KiB) געווארן דאונלאודעד 331 מאל
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

א דאנק אייך האנטעך פאר דיין רייכע הקדמה.

בעסער נישט אזויפיל מאריך זיין אין די פארשפייז, נעם דיר אביסעל לערנען מיטן עולם די הייליגע רייד פינעם אדמו"ר הזקן נ"ע אידן וועלן זיך אביסל דערקוויקען מיט זייערע העכערע כוחות וואס זיי פארמאגען בפרט יעצט ווען מען גייט אריין אין אזעלכע געהויבענע טעג.

...
איך קלער צו מאכן די זעלבע סארט שיעורים אויף די הייליגע חיבור פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצ"ל, איז עס אינטערסאנט פארן עולם?
די סגנון השיעורים וועט נישט רעדן די שפראך ווי א ברסלבר, נאר בלויז איבערטייטשען און באגלייטען מיט אביסל דברי הסברה די הייליגע רייד פינעם לקוטי מוהר"ן
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

Yes in interested.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

זייער שיין אנגעהויבען, כה לחי
.....
פארוואס טאקע ווארט די תניא ביז פי"ג צו ענטפערן אויף די ערשטע קשיא
און אויב איז דא א סיבה פארוואסס נאכנישט צו זאגן דעם תירוץ
פארוואס האסטע געשפירט וויכטיג שוין צו זאגן דעם תירוץ
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

כ'האב אמאל נאך געהערט פון רי"מ שעכטער שליט"א זייער גוט ארויס געברענגט די נקודה ער האט געזאגט אין וועלכע מצב א
מענטש זאל זיין האט ער נישט קיין בחירה ער האט א בחירה וויאזוי אנצונעמען זיין מצב.!

וויאזוי טייטשט מען דעם ראה נתתי לפניך... ובחרת בחיים?
אויב איז די בחירה נאר וויאזוי אויסצוקלויבן דיין מצב וואס איז "סטעטיק" - קען איך דאך נישט אויסקלויבן צו טאן גוטס?
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:זייער שיין אנגעהויבען, כה לחי
.....
פארוואס טאקע ווארט די תניא ביז פי"ג צו ענטפערן אויף די ערשטע קשיא
און אויב איז דא א סיבה פארוואסס נאכנישט צו זאגן דעם תירוץ
פארוואס האסטע געשפירט וויכטיג שוין צו זאגן דעם תירוץ


יישר כח פאר די חיזוק!
די סיבה פארוואס דער תניא ווארט איז, ווייל דער תניא וויל עפענען א סוגיא, וואס איז א לעבענס בליק פאר א מענטש, און וועגן דעם איז ער מסביר די סוגיא מיט א גרויס אריכות.
אבער אמאל קען א גרויסע אריכות מאכן פאר א מענטש, אז ער זאל פארגעסן די קשיא פון 13 פרקים צוריק, און בכלל ער זאל זיך פארלירען אינמיטען דעם המשך, בפרט דא אין די פארום, וואס ס'דאך נישט קיין שיעור אינעווייניג אין ספר, אין א ביהמ"ד, נאר אויף א לייכטערע אופן, וועגן דעם פרוביר איך צו מאכן ווי לייכטער איך קען.
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
...
איך קלער צו מאכן די זעלבע סארט שיעורים אויף די הייליגע חיבור פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצ"ל, איז עס אינטערסאנט פארן עולם?
די סגנון השיעורים וועט נישט רעדן די שפראך ווי א ברסלבר, נאר בלויז איבערטייטשען און באגלייטען מיט אביסל דברי הסברה די הייליגע רייד פינעם לקוטי מוהר"ן


נו אוודאי.
דאכט זיך אבער סנאך שווערער ווי תניא.

מיר ווארטן
written using the Meshimer web filter
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

פשוט'ער אידל האט געשריבן:
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
...
איך קלער צו מאכן די זעלבע סארט שיעורים אויף די הייליגע חיבור פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצ"ל, איז עס אינטערסאנט פארן עולם?
די סגנון השיעורים וועט נישט רעדן די שפראך ווי א ברסלבר, נאר בלויז איבערטייטשען און באגלייטען מיט אביסל דברי הסברה די הייליגע רייד פינעם לקוטי מוהר"ן


נו אוודאי.
דאכט זיך אבער סנאך שווערער ווי תניא.

מיר ווארטן
די ספר התניא איז איין לאנגער קייט, מאידך גיסא די ספר לקוטי מוהר"ן איז יעדע תורה פאר זיך א וועלט באזינדער, איך קלער אז שפת אמת וואלט געווען א געדאנק
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

מצלמה האט געשריבן:
וויאזוי טייטשט מען דעם ראה נתתי לפניך... ובחרת בחיים?
אויב איז די בחירה נאר וויאזוי אויסצוקלויבן דיין מצב וואס איז "סטעטיק" - קען איך דאך נישט אויסקלויבן צו טאן גוטס?



זייער גוט געפרעגט
די תירוץ איז אז אוודאי האט דער מענטש אייביג א בחירה, אבער נישט אויף אלעם איז דא א בחירה, דהיינו פסח ביינאכט האט יעדער יוד א בחירה אויב ער זאל עסן מצה אדער נישט, אבער צו ער זאל זיין דערהויבן אדער נישט ווענדט זיך נישט ממש אין זיין בחירה, (הגם ער האט אביסל א בחירה פאר פסח זיך אנצוגרייטען פארן סדר און אמאל נישטט ער נישט קיין צייט.) אבער למעשה אין וועלכע מצב ער זאל זיין דאס איז מן השמים ס'קען זיין אז ער וועט זיין דערהויבן און זיין בחירה וועט זיין אין א העכערע סטאנדארט, און ס'קען זיין ער וועט האבן קטנות, און זיין בחירה וועט זיין נישט צו ווערן אין כעס.
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

מצלמה האט געשריבן:כ'האב אמאל נאך געהערט פון רי"מ שעכטער שליט"א זייער גוט ארויס געברענגט די נקודה ער האט געזאגט אין וועלכע מצב א
מענטש זאל זיין האט ער נישט קיין בחירה ער האט א בחירה וויאזוי אנצונעמען זיין מצב.!

וויאזוי טייטשט מען דעם ראה נתתי לפניך... ובחרת בחיים?
אויב איז די בחירה נאר וויאזוי אויסצוקלויבן דיין מצב וואס איז "סטעטיק" - קען איך דאך נישט אויסקלויבן צו טאן גוטס?

די טייטש פון בוחר זיין בחיים איז אז אנשטאט נעמען די מצב אין וואס די ביסט אין עס פארוואנדלען אין א מצב של מיתה ברענג אריין א חיות און א לעבן און וועלכע מצב אימער די געפינסט זיך, ביזט טאקע נישט בעלים אין וועלכע מצב די זאלסט דיר געפינען
אבער וויאזוי עס אויפצונעמען ביסטו יא בעל הבית.
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”